רבי יהושע בן חנניה
תקופת הפעילות | דור שני לתנאים |
---|---|
השתייכות | בית הלל |
רבי'ס | רבן יוחנן בן זכאי |
תלמידים | רבי עקיבא, אלישע בן אבויה, רבי ישמעאל, רבי יוחנן בן ברוקה ורבי אלעזר חסמא. |
בני דורו | רבן גמליאל דיבנה, רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אלעזר בן עזריה ורבי יוחנן בן נורי |
רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן חֲנַנְיָה איז געווען פון די גרויסע תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פירער פונעם דור נאך חורבן בית שני. אלע סתם רבי יהושע אין די משנה איז רבי יהושע בן חנניה[1]. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי יוחנן בן זכאי און א נאנטער חבר מיט רבי אליעזר. ער איז געווען אב בית דין אין בית הוועד אין יבנה, צו דער זייט פון דער נשיא רבן גמליאל השני.
לעבנס געשיכטע
רבי יהושע איז געבוירן סוף ימי בית שני. נאך פאר זיין געבורט האט זיין מאמע די צדקת אים אוועקגעשטעלט פאר תורה. און אלע זיינע שוואנגער טעג איז זי ארומגעגאנגען יעדן טאג אויף אלע בתי מדרשות אין שטאט און זיי געזאגט: "ביטע בעטס רחמים אויף דער עובר שבמעי אז ער זאל זיין א חכם"[2] נאך זיין געבורט האט אים זיין מוטער געפירט זיין בעטל צום בית המדרש כדי זיינע אויערן זאלן זיך אנקלעבן מיט דברי תורה[3]. און זי האט טאקע זוכה געווען מיט אירע מעשים, און איר זון איז געווארן פון די גרויסע חכמים, ביז מען האט געזאגט אויף אים "וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן"[2].
רבי יהושע האט נישט געהאט קיין דרויסנדע שיינקייט, אבער דערקעגן האט ער געהאט אן אויסערגעווענליכע קלוגשאפט און פקחות – ווי די טאכטער פון קייסער האט געזאגט אויף אים: "פרעכטיגע קלוגשאפט אין א מיאוס'ע כלי"[4] און ער האט זיך באניצט דערמיט צו העלפן זיינע ברידער אינעם שטורמישן תקופה נאכ'ן חורבן הבית.
פון זיין יוגנט האט רבי יהושע באדינט רבן יוחנן בן זכאי אין זיין גרויסן ישיבה אין ירושלים, און איז געווען פון זיינע פינף גרעסטע תלמידים – מיט זיינע חבירים רבי אליעזר, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל און רבי אלעזר בן ערך[5]. ווען רבי אליעזר איז אנגעקומען לערנען תורה פאר רבי יוחנן, ווען ער האט אכנישט עוסק געווען אין תורה, איז רבי יהושע שוין געווען א וועטעראן תלמיד[6].
רבי יהושע איז געווען א לוי, און איז נאך געווען פון די לויים וואס זינגען אין מקדש. אין גמרא ווערט דערציילט, אז ווען רבי יהושע האט אמאל געוואלט העלפן רבי יוחנן בן גודגדא מיט די הגפת דלתות אין מקדש, האט אים רבי יוחנן געזאגט: "מיין זון, גיי צוריק, ווייל דו ביזט פון די משוררים און נישט פון די שוערים"[7]. אין אן אנדער ארט שילדערט רבי יהושע די שמחה וואס איז געווען אין מקדש אין יום טוב סוכות:
- "ווען מיר האב זיך געפרייט ביים שמחת בית השואבה, האבן מיר נישט געזען קיין שלאף אין אונזערע אויגן. וויאזוי? ..."[8].
מען טרעפט נישט אויף קיין שום ארט אויב ער האט געהאט זון אדער טעכטער. דער איינציגער זאך וואס איז באקאנט איבער זיין פאמיליע איז אז זיין פלימעניק איז געווען א באוואוסטע תנא: חנניה בן אחי רבי יהושע.
זיינע רביס
ביים חורבן הבית
אין יבנה
זיינע תלמידים
זיינע אקטיוויטעטן פאר'ן פאלק
מיט רבי אליעזר
זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל
זיינע מאמרים
זיין קלוגשאפט
מיט'ן רוימיש'ן קייסער
די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפ און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא אין מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייסער (מערסטנס מיט'ן קייסער אדריינוס) און זיין פאמיליע:
- אמאל האט דער קייסער אים געזאגט: "איך וויל זען דיין גא-ט". רבי יהושע האט אין געענטפערט אז א מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטן, און ווען דער קייסער האט זיך פאר'עקשנ'ט האט אים רבי יהושע געשטעלט אינדרויסן און אים געזאגט צו קוקן אינעם זון. דער קייסער האט פארשטייט זיך נישט מצליח געווען. האט אים רבי יהושע געזאגט: "אויב אין דער זון וואס איז איינע פון די שמשים פאר הקב"ה, קענסטו נישט קוקן איז דען נישט א כל שכן די שכינה?"[9].
- א"ל קיסר לרבי יהושע בן חנניא: "מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף?" אמר לו: "תבלין אחד יש לנו ושבת שמו, שאנו מטילין לתוכו, וריחו נודף". אמר לו: "תן לנו הימנו". אמר לו: "כל המשמר את השבת, מועיל לו, ושאינו משמר את השבת אינו מועיל לו"[10].
אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, פפוס ולוליאנוס, האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די כותים די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן רייסער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דאדורך ווידערשפּעיגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן אשות און קען מער נישט צוריקצוען, האט מען אין מייעץ געווען אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן דאס אוועקריקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען.