איש בושת

זון פון שאול המלך, קעניג אויף ישראל


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער

פאראמעטער [ קבורה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

אִישׁ-בֹּשֶׁת
געבורט ב'תתמ"ו
נהרג ב'תתצ"ב (אלט: 46 בערך)
מחניים
קבורה חברון (בלויז זיין קאפ)
מדינה ארץ ישראל
פאטער שאול
מוטער אחינועם בת אחימעץ
מלך ישראל
ב'תתפ"וב'תתפ"ז
דוד

איש בושת מלך ישראל (אריגינעל אֶשְׁבַּעַל) איז געווען א זון פון שאול המלך, און האט געהערשט איבער דעם פאלק נאך זיין פאטער בשעת דוד האט געקעניגט בלויז אויף שבט יהודה. ער איז געקומען צו דער פאזיציע דורך די באמיאונגען פון אבנר בן נר. ער איז געווען א שוואכער מלך, אבער דער איינציגער יורש פון שאול, נאך וואס זיינע ברידער זענען אומגעקומען אין גלבוע. נאך צוויי יאר קעניגן, ווען ער האט זיך צעקריגט מיט אבנר, איז זיין מלוכה אונטערגעגאנגען. ער איז פאררעטעריש ערמארדעט געווארן דורך צוויי פון זיינע אייגענע אפיצירן.

אפשטאם און נאמען

איש בושת איז געווען דער פערטער און יונגסטער זון פון שאול דורך זיין ווייב אחינועם בת אחימעץ. זיינע ברידער זענען געווען יהונתן, אבינדב, און מלכי-שוע, וועלכע זענען אלע אומגעקומען צוזאמען מיט שאול אין דער שלאכט קעגן די פלשתים.

דער נאמען "איש בושת", וויאזוי ער ווערט אנגערופן דורכאויס ספר שמואל, מיינט בוכשטעבליך "מאן פון שאנד". אין ספר דברי הימים וואו עס ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שאול ווערט ער גערופן "אֶשְׁבָּעַל"[1] (דאס איז לויט רוב מפרשים; רבינו תם האלט אז אשבעל איז מפיבושת[2]). די מפרשים זענען מסביר אז דער אריגינעלער נאמען איז געווען אשבעל, נאר די נביא האט געטוישט פון "בעל" צו "בושת" נאך וואס די אידן האבן אנגעהויבן דינען דעם כנענישן אפגאט בעל, כדי נישט צו דערמאנען עבודה זרה[א][5]. אין דער באדייט פונעם נאמען אשבעל זאגן טייל, אז בעל איז אין יענע צייטן געווען א כינוי פאר'ן אויבערשטן, און דער נאמען באדייט "יש-בעל", דהיינו "ס'איז דא א האַר"[6]. טייל זאגן אז דער נאמען "איש בושת" איז גענוצט געווארן אלס א נידעריגע באצייכענונג צו ווייזן זיין אומבאדייטנדע און שוואכע פערזענליכקייט[7].

טייל מפרשים אידענטיפיצירן אים אויך מיט ישְׁוִי וועלכע ווערט דערמאנט צווישן שאול'ס זין אין ספר שמואל[8]. עס ווערט ערקלערט אז 'ישוי' איז פארקירצט פון 'יֵשְׁיָהוּ', און עס איז אויב אזוי סינאנים מיט "אשבעל"[9].

אין יאר תשע"ב (2012) האבן ארכעאלאגן אנטדעקט אין חורבת קייאפה אן אויפשריפט אויף א 3,000-יאר-אלטן קריגל וואס טראגט דעם נאמען "אשבעל בן בדע". הגם די פארשער גלויבן אז דאס מיינט נישט דעם קעניג איש בושת אליין, איז דאס די ערשטע מאל וואס דער נאמען "אשבעל" איז געפונען געווארן אין אן ארכעאלאגישן אויפשריפט פון יענער תקופה[10][11][12].

קעניגרייך

נאך וואס שאול המלך און זיין ארמיי האבן געליטן א ביטערער מפלה דורכאויס א שלאכט קעגן די פלשתים אויפן בארג גלבוע, אין וועלכע ער איז אומגעקומען מיט זיינע דריי עלטערע זין, איז איש בושת געבליבן דער איינציגער יורש. אבנר בן נר, שאול'ס פעטער און הויפט-גענעראל, האט אריבערגעפירט איש בושת קיין מחניים אין עבר הירדן, וואו אבנר האט אים פראקלאמירט אלס קעניג. זיין הערשאפט האט זיך צוביסלעך פארשפרייט איבער גלעד, אשור, יזרעאל, אפרים, בנימין, און גאנץ ישראל[13]. אין דער זעלבער צייט האט שבט יהודה געקרוינט דוד אלס קעניג איבער זיי אין חברון.

איש בושת איז געווען פערציג יאר אלט ווען ער האט אנגעהויבן קעניגן, און זיין אפיציעלע רעגירונג האט געדויערט צוויי יאר[14]. איש בושת ווערט געשילדערט אלס א שוואכער הערשער וואס איז געווען שטארק אפהענגיג אין אבנר בן נר פאר זיין מאכט און לעגיטימיטעט. זיין רעזידענץ אין מחניים איז אויסגעקליבן געוואָרן ווייל עס איז געווען ווייט פון די פלשתים וואָס האָבן דאַן קאָנטראָלירט טיילן פון לאנד[15].

דוד האט לכתחילה נישט געזוכט זיך צו טשעפען מיט איש בושת, און יעדער האט זיך געקעניגט אויף זיין חלק, ביז אבנר בן נר האט אנגערייצט דוד'ס לייט צו א קריג[16]. אבנר'ס קעמפער האָבן זיך אנגעטראָפן מיט דוד'ס מענטשן אונטער יואב בן צרויה ביי א באסיין נעבן גבעון, און אבנר האט אנגעבאטן אז 12 יונגען פון יעדער זייט זאלן שטיפן א שלאכט, אבער דער שפיל האט זיך געענדיגט מיט א טויטליכער קריג און אַ בלוטיגער מפלה פאַר איש בושת'ס לאַגער[17]. פון דאן איז געווען א לאנגע קריג צווישן בית שאול און בית דוד[18]; יואב מיט זיינע ברידער זענען געשטאנען איז שפיץ פון דוד'ס לייט, און אבנר בן נר איז געשטאנען אין שפיץ פון איש בושת'ס לאגער. דוד'ס לייט זענען אלץ געווארן שטערקער און גרעסער, ווען איש בשת'ס לאגער ווערט אלץ שוואכער[18].

סכסוך מיט אבנר

דער ווענדפּונקט פון זיין מלוכה איז געווען א פערזענליכער סכסוך מיט אבנר בן נר. איש בושת האט באשולדיגט אבנר פארן זיין מיט רצפה בת איה, שאול'ס א קעפּסווייב (פילגש). איש בושת האט דאס אנגעקוקט אלס פארשעמונג אין שאול, אלס עבירה אויפ'ן איסור צו חתונה האבן מיט אן אלמנה פון א מלך, און אלס מרידה במלכות. אבנר איז געווארן שטארק באליידיגט פון דער טענה און האט באשלאסן אריבערצוגיין צו דוד'ס זייט און העלפן פאראייניגן דאס קעניגרייך אונטער דוד. איש בושת האט נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט ווייל ער האט מורא געהאט פון אבנר[19].

אלס באדינג פאר א שלום אפמאך, האט דוד געפאדערט מען זאל אים צוריקגעבן זיין ווייב מיכל בת שאול, איש בושת'ס שוועסטער, און איש בושת האט בלית ברירה נאכגעגעבן די פאדערונג און האט איר צוגענומען פון איר דעמאלטדיגן מאן, פלטיאל בן ליש[20].

אבנר האט אנגעהויבן ארומגיין ביי די שבטים זיי אריבערצוברענגען צו דוד'ס זייט, אבער יואב און אבישי האבן אים אומגעברענגט אלס נקמה אויף וואס ער האט פריער גע'הרג'עט זייער ברודער עשאהל. מיט אבנר טויט איז איש בושת'ס שטאנד שטארק אפגעשוואכט געווארן און ער איז געבליבן אן קיין שטיצע[21].

מארד

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
"רכב און בענה ווערן געהאנגען" דורך רודאלף פון עמס (14טער י"ה).

דער סוף פון איש בושת'ס לעבן איז געקומען דורך צוויי פון זיין אייגענע מיליטערישע הויפטן, די ברידער בַעֲנָה און רֵכָב, די זין פון רימון פון דער שטאט בארות. זיי האבן זיך אריינגעכאפט אין זיין הויז אין מחנים בעת ער איז געלעגן אויף זיין בעט פאר א מיטאג-רו[22]. לויט טייל מפרשים, האבן זיי זיך פארשטעלט ווי מענטשן וואס קומען קויפן ווייץ[23]. זיי האבן אים ערמארדעט, אפגעשניטן זיין קאפ, און עס געברענגט צו דוד אין חברון, האפנדיג צו באקומען א באלוינונג.

ווען רכב און בענה האבן געברענגט דעם קאפ פון איש בושת פאר דוד, האבן זיי דאס באצייכנט אלס א נקמה פון גאט קעגן שאול'ס זון. אבער דוד המלך, אנשטאט זיי צו דאנקען, איז געווארן זייער בייז און האט שארף פארדאמט זייער טאט באצייכענדיג זיי אלס רשעים פארן הרג'ענען אן אומשולדיגן מענטש ("איש צדיק") אויף זיין געלעגער. דוד האט באלד געהייסן הינריכטן רכב און בענה פאר זייער רציחה. מען האט אפגעשניטן זייערע הענט און פיס, און זיי געהאנגען לעבן דעם באסיין אין חברון אלס א ווארענונג. דעם קאפ פון איש בושת איז באגראבן געווארן מיט כבוד אינעם קבר פון אבנר אין חברון[24]. מיט זיין טויט איז געקומען א סוף צו דער הערשאפט פון שאול'ס דינאסטיע איבער ישראל, און דאס גאנצע פאלק האט אנגענומען דוד אלס קעניג.

כראנאלאגיע

אין די פסוקים שטייט אז פון ווען שאול המלך איז אומגעברענגט געווארן ביז דוד המלך איז געקרוינט געווארן אין ירושלים האט דוד געוויילט אין חברון פאר א משך פון זיבן יאר און זעקס חדשים[25]. ערגעץ אין יענע צייט האט איש בושת געקעניגט צוויי יאר[14]. ישראל איז אויב אזוי געווען אן א קעניג פאר פינף יאר אינצווישן[26].

די מפרשים דינגען זיך גענוי וואס דער סדר הדברים איז געווען. רש"י לערנט אז צוערשט זענען געווען פינף יאר אן קיין קעניג, דערנאך מלכות איש בשת פאר צוויי יאר (ב'תתצ"א-ב'תתצ"ב), און דערנאך איז געווען זעקס חדשים ביז דוד איז געווארן קעניג איבער גאנץ כלל ישראל[27]. תוספות לערנט אז אבנר האט גע'שתדל'ט א האלב יאר צו קרוינען איש בושת, צוויי יאר איז ער געווען קעניג (ב'תתפ"ו-ב'תתפ"ז), און דערנאך זענען געווען פינף ליידיגע יארן[28]. טייל מפרשים לערנען אז איש בושת האט געקעניגט די גאנצע זיבן יאר; די צוויי יאר וואס דער פסוק דערמאנט זענען ווען ס'איז נאך געווען שלום, און די לעצטע פינף יאר איז געווען א מלחמה[16].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. פארגלייך: וַיִּנָּזְרוּ לַבֹּשֶׁת (הושע ט, י); מִזְבְּחוֹת לַבֹּשֶׁת מִזְבְּחוֹת לְקַטֵּר לַבָּעַל (ירמיה יא, יג). ענליך טרעפט מען ביי "ירובעל", דער צונאמען פון גדעון[3], וואס ווערט דערמאנט אין ספר שמואל אלס "ירובושת"[4]. דאס זעלבע געפינט מען ביי יונתן'ס זון מריב-בעל, וואס איז געטוישט געווארן צו מפיבושת.
  1. דברי הימים א' ח, לג.
  2. תוספות, יבמות עט, א, ד"ה ארמוני ומפיבושת.
  3. שופטים ו, לב.
  4. שמואל ב' יא, כא.
  5. רד"ק, דברי הימים א' ח, לג.
  6. קיל זייט שכו.
  7. Michael Avioz, ‏"“A Man of Shame”: Ridiculing Saul’s Son, Ishbosheth", Characters and Characterization in the Book of Samuel, 2020.
  8. מצודות אויף שמואל א' יד, מט און אין דברי הימים א' ח, לג.
  9. ליונשטאם.
  10. Robin Ngo, Biblical Name Eshbaal Found Outside of the Bible, Biblical Archaeology Society, ‏June 5, 2015.
  11. אבי בליזובסקי, ‏מי אתה אשבעל בן בדע? האם התגלתה מזכרת מתקופת המלוכה הקדומה?, באתר "הידען", יוני 16, 2015.
  12. Yosef Garfinkel, Mitka R. Golub, Haggai Misgav and Saar Ganor, ‏"The ʾIšbaʿal Inscription from Khirbet Qeiyafa", BASOR, 373 (2015): 217–33.
  13. מצודות, שמואל ב' ב, ט.
  14. 14.0 14.1 שמואל ב' ב, י.
  15. שמואל א' לא, ז.
  16. 16.0 16.1 רלב"ג און מלבי"ם אויף שמואל ב' ב, י.
  17. שמואל ב' ב, יא–לב.
  18. 18.0 18.1 שמואל ב' ג, א.
  19. שמואל ב' ג, ז–יא.
  20. שמואל ב' ג, יד.
  21. שמואל ב' ד, א.
  22. שמואל ב' ד, א און ה.
  23. ר"י קרא און מצודת דוד אויף שמואל ב' ד, ו.
  24. שמואל ב' ד, ט–יב.
  25. שמואל ב' ה, ה.
  26. סנהדרין קז, א; סדר עולם פרק י"ג.
  27. רש"י, סנהדרין כ, א, ד"ה ששהה מלכות בית דוד. זעט אדרת אליהו לגר"א, דברי הימים א ח, לג.
  28. דאטומען לויט אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 118, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), פארראכטן לויט די "כללי השוואה" דארט זייט 3.