אלחנן אַנטדעקט זיין פאָטער בעת אַ שאך שפּיל

די לעגענדע וועגן א אידישן פּויפּסט (אויך באַקאַנט אלס אלחנן) איז אַן אלטע אידישע פאלקס־מעשה וואס דערציילט וועגן א אידישן קינד וואס איז אוועקגענומען געווארן פון זיין היים, אויפגעוואקסן צווישן קריסטן, געווארן א פּויפּסט און ענדליך זיך אומגעקערט צו אידישקייט. עס זענען פארהאן פילע ווערסיעס פון דער לעגענדע, און עס עקזיסטירן עטליכע השערות וועגן איר מקור. די מערסט בארימטע ווערסיע דערציילט וועגן א קינד מיטן נאמען אלחנן (אדער אין עטליכע ווערסיעס, ווען ער איז געווארן א פּויפּסט, אַנדרעאַס) וועמענס פאטער איז געווען רבי שמעון הגדול פון מאינץ (אדער אין אנדערע ווערסיעס, רבי שלמה בן אדרת פון באַרצעלאָנע). די לעגענדע האט געהאט א שטארקן איינפלוס אין דער אידישער פאָלקלאָר און ליטעראטור פאר פילע יארהונדערטער.

די געשיכטע

 
פיוט מלך אמון מאמרך, פון א מחזור כתב-יד

די מערסט פאַרשפּרייטע ווערסיע פון דער לעגענדע בינדט זיך מיט דער געשטאַלט פון רבי שמעון בן רבי יצחק (רבי שמעון הגדול), אַ באַרימטער רב און פּייטן פון מאַינץ וואָס האָט געלעבט אינעם 11טן יאָרהונדערט. לויט דעם נוסח, האָט רבי שמעון געהאַט אַ זון מיט דעם נאָמען אלחנן. בשעת דאָס קינד איז נאָך געווען קליין, איז ער איין שבת פאַרכאַפּט געוואָרן פון זיין היים דורך אַ קריסטליכע דינסט אָדער אַ "שבת־גויטע" בשעת די עלטערן זענען געווען אין שול. זי האָט אים איבערגעגעבן צו גלחים, וועלכע האָבן אים געטויפט און ערצויגן אין אַ מאָנאַסטיר. צוליב זיין אויסערגעווענליכער חכמה און כשרונות, וואָס ער האָט גע'ירש'נט פון זיין פאָטער, איז ער שנעל געשטיגן העכער און העכער אין די ראַנגען פון דער קירכע. ער איז געוואָרן אַ קאַרדינאַל און צום סוף איז ער אויסגעקליבן געוואָרן אלס דער פּויפּסט אין רוים.

נאָך יאָרן פון לעבן ווי אַ קריסט, האָט דער פּויפּסט אָנגעהויבן חקר'ן וועגן זיין אמתן אפשטאם. לויט טייל ווערסיעס, האָט ער גוט געוואוסט וועגן זיין אידישן אָפּשטאַם, אָבער האָט עס באַהאַלטן[1]. כדי צו געפינען זיין פאָטער, האָט ער אויסגעטראַכט אַ פּלאַן און אַרויסגעגעבן אַ שווערע גזירה קעגן די אידן פון מאַינץ. ער איז געווען זיכער אַז די קהילה וועט שיקן רבי שמעון הגדול ווי אַ שליח קיין רוים צו משתדל זיין בטל צו מאַכן די גזירה.

ווען די דעלעגאַציע בראש פון רבי שמעון זענען אָנגעקומען, האָט דער פּויפּסט אים פאַרבעטן צו אַ שפּיל שאַך. בעת דעם שפּיל, האָט דער פּויפּסט געמאַכט אַ ספּעציעלן מהלך (אַ "צוג") וואָס רבי שמעון האָט אליין אויסגעלערנט זיין זון אלחנן אין דער קינדהייט. דורך דעם מהלך, אָדער דורך געוויסע סימנים אויפן לייב, האָט דער פאָטער דערקענט זיין פאַרלוירענעם זון. דער פּויפּסט האָט זיך דאַן פאַרריסן פאַר זיין פאָטער, בטל געמאַכט די גזירה, און אָנגעהויבן זיין וועג צוריק צו אידישקייט.

עס זענען פאַראַן פאַרשידענע נוסחאות וועגן דעם גורל פונעם אידישן פּויפּסט נאָך דער באַגעגעניש:

  • קידוש השם: לויט איין נוסח, האָט דער פּויפּסט געדרשנט ברבים קעגן דער קריסטליכער גלויבן און זיך דאַן אַראָפּגעוואָרפן פון אַ הויכן טורעם אָדער זיך פאַרברענט אויף קידוש השם.
  • תּשובה אין געהיים: אַ צווייטער נוסח דערציילט אַז ער איז אַנטלאָפן פון רוים אין דער שטיל, צוריק קיין מאַינץ, וואו ער האָט געלעבט זיינע יאָרן ווי אַ פרומער איד און אַ בעל־תשובה.

אַנדערע נוסחאות

די לעגענדע איז פארשפּרייט געווארן אין פארשידענע ווערסיעס אין אידישע קהילות איבער די יארהונדערטער. די ערשטע געדרוקטע ווערסיע איז אין דעם באַזעלער אויסגאבע פון מעשה־בוך אין אַלט־אידיש פון ה'שס"ב (1602)[2], וואס האט פאפולאריזירט די געשיכטע צווישן די המון עם. דאָ ענדיגט זיך די מעשה מיט דעם וואָס דער פּויפּסט לאָזט איבער אַ ספר קעגן דער קריסטליכער גלויבן און אַנטלויפט צוריק קיין מאַינץ. פריערע העברעאישע ווערסיעס פון דער לעגענדע, געשריבן צווישן דעם פריען פערצנטן און פריען זעכצנטן יאָרהונדערט, זענען פארהאן אין כתבי־יד. די פארשידענע ווערסיעס טראגן אפט די צייכנס פון זייערע היגע סביבות, מיט פארשידענע נעמען און געשעענישן.

דער ספרדישער נוסח פון דער לעגענדע פאקוסירט זיך אויף רבי שלמה בן אדרת פון בארצעלאנע ווי דער פאטער פון דעם פארכאפטן קינד. דער קינד ווערט געגנבעט דורך א גלח און ערצויגן אין א מאָנאַסטיר, און שפּעטער ווערט ער דערהויבן צו דער פּאפּסטליכער שטול. ווען רשב"א פירט א דעלעגאציע צום פּאפּסטלעכן הויף, דערמאנט אים א געבורטסמאל אויפן פּנים פון פּאפּסט זיין פארלוירן זון, און נאך דער דערקענונג באשליסט דער פּאפּסט צו פארלאזן קריסטנטום און שטארבט דורך זיך אליין פארברענען נאך א רעדע קעגן קריסטנטום[3][4].

אין איין ווערסיע, דערציילט אין אַן אלטן שפּאנישן דאקומענט וואס איז אנטדעקט געווארן דורך רבי אליעזר בן שלמה אשכנזי פון טוניסיע, מחבר פון טעם זקנים, איז געווען א אידישער מאַן מיטן נאמען אנדריאוס וואס איז געווארן א קריסט און האט זיך אזוי שטארק אויסגעצייכנט אז ער איז געווארן סוקסעסיוו א קארדינאל און דערנאך א פּאפּסט. אלס דער פּאפּסט, האט ער געהאלפן די אידן אין א צייט פון א קלאגע קעגן זיי דורך א רעדע צו זייער גונסטן און געשיקט זיי א סליחה וואס ער האט קאָמפּאָנירט אין לשון קודש[5].

היסטאָרישער הינטערגרונט

די לעגענדע פון דעם אידישן פּאפּסט האט זיך מסתמא אנגעהויבן אין דעם פערצנטן יארהונדערט. חוקרים מיינען אַז די לעגענדע האָט אַ היסטאָרישן קערן פון דער משפּחה פּיערלעאָני אין רוים, אַ רייכע אידישע משפּחה וואָס האט זיך געטויפט. איינער פון די אייניקלעך, פּיעטראָ פּיערלעאָני, איז טאַקע ערוויילט געוואָרן אַלס פּויפּסט (אָדער אַנטי־פּויפּסט) מיט דעם נאָמען אַנאַקלעטוס דער צווייטער (1130–1138), און זיינע שונאים האָבן אים אָפט אָפּגעלאַכט צוליב זיין אידישן אָפּשטאַם[6]. אויך אַנדערע פּויפּסטן, ווי אלעקסאנדער דער דריטער (1159–1181), וועלכער איז געווען גינסטיג צו אידן, אָדער גרעגאריוס דער זעקסטער, ווערן דערמאנט אלס מעגליכע מקורות פאַר דער לעגענדע.

נאָך אַ היסטאָרישע פּערזענליכקייט וואָס ווערט פאַרבונדן מיט דער מעשה איז רבי יעקב בן יקותיאל, וואָס איז געפאָרן קיין רוים אין יאָר ד'תשס"ז (1007) כדי מבטל צו זיין גזירות קעגן די אידן[7].

עס איז אויך היסטאריש באשטעטיגט אז רבי שמעון הזקן האט געהאט א ראלע אין פארהיטן עטליכע גרויסע קאטאסטראפעס. די פילע געצוואונגענע טויפונגען, וועמענס קרבנות זענען אפט געווען די זין פון פרומע רבנים, האבן זיכער געדינט ווי מאטעריאל פאר דער לעגענדע. דער זון פון רבי גרשום, א בארימטער גלייכצייטיגער פון רבי שמעון הגדול, איז געווען אזא משומד, וואס האט געפירט צו דעם וואס מאנכע האבן אים באטראכט ווי דעם אידישן פּאפּסט. די לעגענדע טיילט עטליכע ענליכקייטן מיט דער לעגענדע פון סט. פעטרוס, וועלכער בלייבט אויך א איד אין הארצן טראץ זיין שמד און קאמפּאנירט פּיוטים איידער זיין טויט[4].

אלחנן אין דעם פּיוט "מלך אמון" רבי שמעון הגדול האָט מחבר געווען, דער "יוצר" ליום שני של ראש השנה וואָס הייבט זיך אָן "מלך אמון מאמרך". אין דעם פזמון פון דעם פּיוט געפינען מיר די ווערטער "אֵל חָנַן נַחֲלָתוֹ בְּנֹעַם לְהַשְׁפַּר". דער אקראסטיך פון דעם גאַנצן פּיוט האָט די חתימה "שמעון בר יצחק, אלחנן בני יחי…". די לעגענדע ערקלערט די צוויי רמזים ווי תפילות פון דעם טאַטן פאַר זיין פאַרלוירענעם זון[8].

אין דער מאָדערנער ליטעראַטור

די לעגענדע האָט אינספּירירט פילע שרייבער אין דער מאָדערנער צייט:

  • ר' מאיר לעהמאן (1867) האָט געשריבן אַ באַקאַנטע נאָוועלע "רבי אלחנן" אויף דייטש, וואָס איז שפּעטער איבערגעזעצט געוואָרן אויף פיל שפּראַכן[9].
  • אייזיק מאיר דיק (1874): אין זיין בוך "ר' שמעון בארבון, דער רבינער פון מיינץ, אדער, דער דרייפאכער טרוים (חלום)", ברענגט ער א רעפארמיסטישע און משכילישע ווערסיע וואס לייגט דעם דגש אויף חכמה און לאגיק.
  • יצחק באַשעוויס זינגער (1943) האָט געשריבן די דערציילונג "זיידלוס דער ערשטער", וואָס פאַרוואַנדלט די טעמע אין אַ דעמאָנישער פאַרפירונג פון אַ אידישן למדן[10].
  • יחיאל ישעיה טרונק (1958) האָט אָנגעשריבן "דער יידישער פּויפּסט" נאָך דעם חורבן, באַטאָנענדיג די "וואונדערליכע עקשנות" פון אידישן עקזיסטענץ[11].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. מעשה-בוך, 1602.
  2. איין מעשה בוך, באזעל שס"ב, מעשה קפז, דף קכה,ב–קכז,ב.
  3. סיפור מעשה האפיפיור ששרף עצמו, אויף מינ"ב; געברענגט אין ספרי הרשב"א א (פרוזדור לטרקלין – מבוא), הוצאת אורייתא, תשמ"ז, עמ' קלז (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  4. 4.0 4.1 H. G. Enelow, ‏"Andreas", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  5. פארגלייכט אליעזר אשכנזי, טעם זקנים, פראנקפורט, תרט"ו, עמ' XI אין הערה, און אליעזר ליזר לאנדסהוט, עמודי העבודה, בערלין, תרי"ז, זז' 46 א.וו.
  6. די השערה איז אויפגעברענגט געווארן דורך געלערנטע ווי אהרן יעלינעק אין זײן בית המדרש (פראַנקפורט, 1873) און מאָריץ גידעמאַן אין זײן ספר התורה והחיים (Geschichte des Erziehungswesens und der Cultur der abendlandischen Juden, wahrend des Mittelalters und der neueren Zeit, וויען, 1880–1888).
  7. שלום בארון, A social and religious history of the Jews, ניו יארק: אוניברסיטת קולומביה, 1952. (ענגליש). זעט דער געשיכטע אין "מעשה נורא מצרפת (תשס"ז=1007)", אין א. מ. האבערמאן, גזירות אשכנז וצרפת, ירושלים, תש"ו, עמ' יט–כא; יצחק בער, "המגמה הדתית-חברתית של ספר חסידים", ציון ג, א, תרצ"ח, עמ' 4 ובהערה 7‏, JSTOR 23543804.
  8. זעט "מלך אמון מאמרך" אויפ'ן העברעאישן המכלול.
  9. Rabbi Elh³anan, Der Israelit, 1867–69 https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2446951.
  10. https://archive.yiddish.nu/items/show/529.
  11. קוואלן און ביימער : היסטארישע נאוועלן און עסייס (טרונק, יחיאל ישעיה) 1958 https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc200789/trunk-yehiel-yeshaia-kvaln-un-beymer-historishe-noveln-un-eseys?book-page=131&book-mode=1up.