רוי:יצחק באשעוויס זינגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Ibsinger.jpg
יצחק באשעוויס זינגער

יצחק הירש באשעוויס (בת שבע'ס) זינגער (21סטן נאוועמבער 1902 - 24סטן יולי 1991) איז געווען א אידישער שרייבער, געווינער פונעם נאבעל פריז אויף ליטעראטור אינעם יאָר 1978.

ער האָט געשריבן עטליכע לאַנגע ביכער, וואָס זענען דערשינען אין דער צייטונג פאָרווערטס, ווי אויך דערציילונגען פאר קינדער וועלכע זענען תיכף איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש און ניטאמאל געדרוקט געווארן אין זייער ארגינעלער פארעם.

אזוי איז אויך געווען מיט אסאך פון זיינע ביכער, וואס אפילו בשעת ער האט דאס געשריבן האט מען דאס שוין איבערגעזעצט – טיילמאל ער אליין. ער האט אבער פארט קודם אלעס געשריבן אין זיין מוטער־שפראך.

זיינע ביכער אינעם ארגינעל זענען אביסל שווער צו באקומען, זינט מ'קען עס נישט ליינען אויפן געוועב צוליעב קאַַפּי-רעכטן און זיינע יורשים האבן נישט קיין אינטערעס זיי איבערצודרוקן.

ביאגראפיע

זינגער איז געבוירן געווארן דעם 21סטן נאוועמבער 1902 אין לעאנצין, קאנגרעס פוילן. זיין פאטער איז געווען א רב אין ווארשע און אן אייניקל פון דער בארימטער נגידה טעמערל.

ער איז געווען דער יונגערער ברודער פונעם יידישיסטישן שריטפטשטעלער ישראל יהושע זינגער.

ער איז געווען א שטאלצער וועגעטאריער און אפט געשריבן אויף דער טעמע אין זיינע ביכער.

ער איז געשטאָרבן דעם 24סטן יולי 1991 אין מיאמי, פלארידא.

וועבלינק

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!