אגרת השבת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אגרת השבת
Shabbat Candles.jpg
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי אברהם אבן עזרא
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ליווארנא ה'ת"ר אין 'מבחר מאמרים'.
דרויסנדיגע לינקס
וויקיטעקסט אגרת השבת
היברובוקס 33117

אגרת השבת ("דער בריוו פונעם שבת") איז א חיבור וואס רבי אברהם אבן עזרא האט געשריבן צו אויפווייזן אז לויט אידישקייט הייבט זיך אן דער טאג אנהייב נאכט, און נישט אינדערפרי, ווי די מיינונג פון די וואס קריגן אויף חז"ל. דער חיבור איז געשריבן געווארן מוצאי שבת, די נאכט פון ט"ו טבת ד'תתקי"ט, נאך וואס די נאכט פונעם פריערדיגן שבת (ליל י"ד) האט ער געזען אין זיין חלום אן אָנזאָג פון שבת אז עס זענען דא וואס זענען מחלל דעם שבת נאַכט דורך די מיינונג וואס ענדערט די צייט פון די אָנהייב פונעם טאָג.

הינטערגרונט

אן אילוסטראציע פון אבן עזרא (צענטער) ווי ער ניצט אן אסטראלאב.

דער אבן עזרא איז אריבער א שטורמיש לעבן וואס האט געברענגט דערצו אז ער איז אלץ געווען אונטערוועגנס, גייענדיג פון איין לאנד צום צווייטן. אין יעדן ארט וואו ער איז אנגעקומען האט ער מרביץ תורה געווען פאר תלמידים, און געשריבן חיבורים אויף פארשידענע מקצועות התורה. זיין ערשטע וואנדערונג האט פאסירט אין דער תקופה ווען די מוסולמענער האבן געשטעלט א ווידערשטאנד און איבערגענומען די מאכט אין שפאניע, צווינגנדיג אים צו פארלאזן זיין געבורט-שטאט טאלידאנא, פון וואו ער איז אנגעקומען קיין רוים, איטאליע.

א צייט שפעטער איז ער ווייטער געגאנגען צו דער שטאט לוקא, פון דארט האט ער פארגעזעצט קיין מאנטובה, און ווייטער קיין וויראנא, שטעט וועלכע געפינען זיך אין איטאליע. פון דארט האט ער זיך אריבערגעצויגן צו דער שטאט בעדרש (היינט באקאנט אלס בזייא) אין פראנקרייך. שפעטער איז ער ווייטער געגאנגען קיין נארבונא, און קיין רודוס, אין דרום פראנקרייך.

דעם לעצטן דאקומענטירטן ציל זיינע איז געווען אריבערפארנדיג דעם ים פון פראנקרייך קיין ענגלאנד, וואו ער האט זיך פלאצירט אין דער הויפטשטאט לאנדאן. בערך אין ד'תתקי"ח איז דער אבן עזרא אנגעקומען קיין ענגלאנד. אין יענע יארן – איידער די גזירת גירוש אויף די ארטיגע אידן – איז ענגלאנד געווען באוואוינט מיט טויזנטע אידישע פאמיליעס, צווישן זיי אסאך ראשונים און בעלי תוספות. איבערהויפט אין לאנדאן וועלכע מ'האט דאן גערופן לונדרי"ש, וואו דער אבן עזרא איז אנגעקומען.

רבי אברהם זוסמאן, וועלכער איז געווען א שוחט אין לאנדאן מיט איבער הונדערט פופציג יאר צוריק, שרייבט אין זיין ספר 'זכור לאברהם':

ביז'ן היינטיגן טאג געפינט זיך אין לאנדאן א גרויסער הויף מיט אסאך הייזער וואס רופט זיך 'אבן עזרא סקווער', אויפ'ן נאמען פונעם 'אבן עזרא', און עס איז דא א קבלה אז אויף דעם ארט האט געוואוינט דער אבן עזרא זייענדיג אין לאנדאן, און איך האב שוין זייער אסאך מאל באזוכט דאס ארט.

אין לאנדאן האט דער אבן עזרא פארגעזעצט צו מרביץ תורה זיין פאר תלמידים. אויך האט ער דארט געשריבן א ספעציעלן חיבור "יסוד מורא", וואו ער רעכנט אויס די שרשים פון די מצוות און זייער צאל. ביים ענדע שרייבט ער: "אני אברהם הספרדי ב"ר מאיר הספרדי הנקרא אבן עזרא, החילותי לחבר זה הספר ולכותבו בעיר לונדרי"ש באי אינגלטיריא (-ענגלאנד) בירח תמוז, ונשלם בירח אב סוף ד' שבועות, שנת תשע מאות ושמונה עשר שנה (ד'תתקי"ח) לבריאת העולם".

דער אבן עזרא איז מעיד אויף זיך אינעם ספר: "דער אויבערשטער אליין ווייסט אז איך האב נישט פארפאסט דעם ספר כדי צו ווייזן מיין קלוגשאפט, אז עס זענען מיר אנטפלעקט געווארן סודות התורה מיט וועלכע איך קען זיך שטאלצירן, אדער צו אפענטפערן אויף די פריערדיגע, ווייל איך ווייס אז זיי זענען געווען גרעסערע חכמים און גרעסערע יראי ה' ווי מיר, און אויך אין דעם דור זענען דא אסאך וואס זענען גרעסערע חכמים פון מיר. נאר איך האב דאס פארפאסט לכבוד א נדיב וועלכער האט געלערנט ביי מיר אין די ספרים וואס איך האב פארפאסט, און פון גרויס ליבע צו אים האב איך אים געשריבן א ספעציעלן חיבור אויף דעם מנין המצוות, ווייל איך האב געזען אז ער איז א מענטש וואס האט ליב דעם אמת, און ער איז א גרויסער ירא שמים".

אין א געוויסן שיר וואס דער אבן עזרא האט פארפאסט, טרעפן מיר דעם נאמען פונעם נדיב. דאס איז געווען 'רבי יוסף בן רבי יעקב' פונעם שטאט מודוויל.

דער בריוו פון שבת

פאלגנד איז די שילדערונג פונעם אבן עזרא'ס חלום און אן איבערזעצונג פון דעם אגרת השבת, ווי געשריבן דורכ'ן אבן עזרא אליין:

ס'איז געווען אינעם יאר פיר טויזנט ניין הונדערט און ניינצן (ד'תתקי"ט) אינמיטן נאכט פון שבת דעם פערצנטן טאג אין חודש טבת, ווען איך, אברהם הספרדי וואס ווערט גערופן אבן עזרא, בין געווען אין א שטאט אויפ'ן אינזל וואס ווערט גערופן "דער עק פון דער וועלט"[1] וואס געפינט זיך אין דער זיבעטער יבשה פון דער באוואוינטער וועלט (דער אבן עזרא האט דאס געשריבן זייענדיג אין לאנדאן, וואס געפינט זיך אין ענגלאנד, וועלכע איז אן אינזל נעבן אייראפע), און איך בין געשלאפן א זיסן שלאף.

מיטאמאל האב איך געזען אין חלום ווי עס שטייט קעגן מיר א מלאך וואס קוקט אויס ווי א מענטש, אין זיין האנט האלט ער א פארמאכטן בריוו, און ער רופט זיך אן צו מיר, "נעם דעם בריוו וואס דער שבת האט דיר געשיקט." איך האב מיך געבוקט צום אויבערשטן און געבענטשט דעם אויבערשטן וועלכער האט אונז געגעבן דעם שבת, וואס ער האט מיך מכבד געווען מיט אזא כבוד [אז איך זאל באקומען א בריוו פונעם שבת]. איך האב אנגעכאפט דעם בריוו מיט ביידע הענט, עס געעפנט מיט א שמחה, און אנגעהויבן ליינען.

אין אנהייב איז עס מיר געווען זיס ווי האניג, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו די לעצטע שורות בין איך געווארן אויפגעשטורעמט און מיין נשמה איז שיער ארויסגעפלויגן פון מיר. איך האב געפרעגט פון דעם מלאך וואס איז געשטאנען קעגן מיר, "וואס האב איך געזינדיגט [אז איך באקום אזא בריוו]? פונעם טאג וואס איך האב קענענגעלערנט דעם גרויסן פארכטיגן באשעפער וואס האט מיך באשאפן און איך האב געלערנט זיינע מצוות האב איך אייביג ליב געהאט דעם שבת, און שטענדיג ווען ער איז געקומען בין איך ארויסגעגאנגען איר אויפנעמען, און ווען זי איז ארויס האב איך איר באגלייט מיט שמחה און געזאנג. ווער פון אלע אירע קנעכט איז איר נאך אזוי געטריי ווי איך! פארוואס האט זי מיר געשיקט דעם בריוו?

בריוו פון שבת צום אבן עזרא

אני שבת עטרת דת יקרים - רביעית בעשרת הדברים,
ובין השם ובין בניו אני אות - ברית עולם לכל דורים ודורים,
ובי כל מעשיו כלה אלקים - וכן כתוב בראשית הספרים,
ולא ירד ביום שבת אזי מָן - למען אהיה מופת להורים,
אני עונג לחיים על האדמה - ומרגוע לעם שוכני קברים,
אני חדוות זכרים גם נקבות - וששים בי זקנים עם נערים,
ולא יתאבלו בי האבלים - ובי לא יספדו על מות ישרים,
והשקט ימצאו עבד ואמה - והגרים אשר הם בשערים,
ינוחון כל בהמותיהם ביד איש - כסוסים כחמורים כשוורים,
וכל משכיל ביינו הוא מקדש - וגם יבדיל חשובים כנזירים,
בכל יום ימצאו שערי תבונה - ביומי נפתחו מאה שערים,
מכובד מעשות דרך - וכן מן מצוא חפץ ודבר כל דברים,
שמרתיך בכל ימים - למען שמרתני מאד מימי נעורים,
בזקנתך שגגה נמצאה בך - אשר הובאו אלי ביתך הספרים,
ושם כתוב לחלל יום שביעי - ואיך תחשה ולא תדור נדרים,
לחבר אגרת דרך אמונה - ותשלחה אלי כל העברים.

הקדמת אגרת השבת

[דער נוסח פונעם בריוו פונעם שבת:]

איך שבת בין דער קרוין פון דעם אידישן דת, דער פערטער פון די עשרת הדברות

צווישן דעם אויבערשטן און זיינע קינדער בין איך א צייכן, אן אייביגער בונד אויף אלע דורות

מיט מיר האט גא-ט געענדיגט אלע זיינע מעשים, אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית

אינעם טאג פון שבת איז נישט געפאלן קיין מן, ס'זאל זיין א צייכן פאר אונזערע עלטערן [אז שבת איז א הייליגער טאג]

איך בין א פארגעניגן פאר די לעבעדיגע, און א רו טאג פאר די באערדיגטע (די נשמות אין גיהנום ווערן נישט געשטראפט שבת)

איך בין א פרייד פאר מענער און פרויען, און ס'פרייען זיך אין מיר יונג און אלט

ס'קלאגן נישט אין מיר די אבלים, און מ'איז נישט מספיד אין מיר [אפילו] צדיקים

א מנוחה געפינען די קנעכט אין דינסטן, אין די גרים אין די אידישע שטעט

אלע זייערע בהמות רוען, ווי פערדן, אייזלען, און אקסן

יעדער פארשטענדליכער מאכט קידוש אויף וויין, און ס'מאכן הבדלה די וואס זענען חשוב ווי נזירים

יעדן טאג קען מען טרעפן די טויערן פון פארשטאנד, אבער אין דעם טאג זענען אפן הונדערט טויערן

ער איז מכובד נישט צו טון וואכנדיגע באשעפטיגונגען און רעדן וואכנדיגע זאכן

איך היט דיך אלע דיינע טעג, וויבאלד דו היטסט מיך שטארק פון יונגווייז אן

[אבער] אויף דיין עלטער ביסטו נכשל געווארן בשוגג, אז ס'זענען געברענגט געווארן צו דיין הויז ספרים

וואס דארט שטייט צו פארשוועכן די נאכט פון שבת, און ווי אזוי קענסטו שווייגן און נישט מאכן א נדר

צו שרייבן א בריוו מיט'ן אמת'ן וועג און עס שיקן צו אלע אידן

דער שליח פונעם שבת האט אויסגערופן צו מיר: "ס'איז דערציילט געווארן פאר'ן שבת אז דיינע תלמידים האבן נעכטן געברענגט צו דיין הויז ספרים פירושים אויף דער תורה, און דארט שטייט אז מ'מעג מחלל זיין די נאכט פון שבת. דעריבער גארטל אן דיינע לענדן פאר'ן כבוד פון שבת, מלחמה צו האלטן א תורה'דיגע מלחמה מיט די פיינט פונעם שבת און נישט שוינען קיינעמס כבוד!"

איך האב מיך אויפגעוועקט און מיין גייסט האט געקלאפט און מיין זעל איז געווען זייער דערשראקן. איך בין אויפגעשטאנען ווען מיין צארן ברענט אין מיר [אויף דעם וואס האט געשריבן אזא זאך]. איך האב אנגעטון מיינע קליידער, זיך געוואשן מיינע הענט, ארויסגעטראגן די ספרים אינדרויסן צו דער שיין פון דער לבנה, און איך האב געזען ווי ס'ווערט דארט ערקלערט דעם פסוק וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר אז ווען ס'איז געווארן דער צווייטער אינדערפרי דעמאלט האט זיך געענדיגט דער ערשטער טאג, ווייל די נאכט גייט נאכ'ן טאג.

איך האב כמעט צעריסן מיינע קליידער און אויך דעם פירוש, ווייל איך האב געטראכט אז ענדערש זאל מען איינמאל מחלל שבת זיין כדי אידישע קינדער זאלן נישט מחלל שבת זיין אסאך מאל, אויב וועלן זיי זען דעם שלעכטן פירוש, און אויך וועלן מיר זיין צו שאנד און צו שפאט אין די אויגן פון די גוים [אז ס'איז דא א מחלוקת ביי אידן ווען ס'איז שבת]. נאר איך האב מיך איינגעהאלטן צוליב דעם כבוד פון שבת.

איך האב אבער געמאכט א נדר אז איך וועל נישט געבן קיין שלאף צו מיינע אויגן נאך וואס דער הייליגער טאג ענדיגט זיך, ביז איך וועל שרייבן א לאנגן בריוו צו מבאר זיין ווען דער תורה'דיגער טאג הייבט זיך אן, צו באזייטיגן די שטרויכלונג און אוועקנעמען די נעץ. ווייל אלע אידן, סיי די פרושים און סיי די צדוקים (קראים), ווייסן אז די גאנצע פרשה פון מעשה בראשית וואו ס'שטייט וואס דער אויבערשטער האט באשאפן יעדן טאג איז נאר געשריבן געוארן כדי די וואס היטן די תורה זאלן וויסן צו האלטן שבת ווען דער באשעפער האט גערוט דורכ'ן ציילן די טעג פון דער וואך, און [דערפאר קען דער פשט נישט זיין ריכטיג, ווייל] אויב ענדיגט זיך דער זעקסטער טאג שבת אינדערפרי, וואלטן מיר געדארפט רוען די נאכט נאכ'ן זיבעטן טאג.

דעריבער איז דער פירוש פארפירעריש פאר אלע אידן, אין מזרח און אין מערב, די נאנטע און די ווייטע, די לעבעדיגע און די טויטע. און איינער וואס גלייבט אין דעם פירוש, זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אין אים די נקמה פון שבת. און דער וואס ליינט דעם פירוש הויך, זאל זיך זיין צונג צוקלעבן צו זיינע גומען. אויך איינער וואס שרייבט אזא פירוש צו מפרש זיין די תורה זאל זיך זיין האנט אויסטריקענען און זיין רעכטע אויג זאל פארטונקלט ווערן, און פאר אלע אידן זאל זיין ליכטיג.

קאמף פונעם אבן עזרא

דער אבן עזרא האט באלד נאך שבת זיך געזעצט שרייבן א חיבור, וועלכן ער האט א נאמען געגעבן "אגרת השבת". אינעם חיבור טוט ער קלארשטעלן אז די תורה'דיגער בליק וואס מיר האבן מקבל געווען פון חז"ל, איז אז די נאכט קומט פאר'ן טאג, דערפאר הייבט זיך אן דער שבת מיט דער נאכט. דער אבן עזרא שרייבט דאס אויך אין זיין חיבור על התורה[2].

דער קאמף אוועקצושטעלן ווען דער טאג הייבט זיך אן איז געווען וויכטיג אין יענע צייטן קעגן די קראים און אנדערע סעקטעס וועלכע האבן נאר געהאלטן שבת פון צופרי, נישט ווילנדיג אננעמען די ווערטער פון חז"ל. איינע פון די סעקטעס ווערט דערמאנט אין די נאטיצן פונעם רייזענדער רבי בנימין פון טודילה, וואו ער דערציילט אז ארומפארנדיג איבער די גריכישע טעריטאריעס איז ער אנגעקומען צו א שטאט "דופרוס", וואו ער האט אנגעטראפן א גרויסע קהילה פון אידן מיט רבנים. אויך האט ער דארט באגעגנט א סעקטע פון מינים און אפיקורסים וועמען די אידן טוען דערווייטערן, און זיי היטן נאר שבת אינדערפרי און די נאכט צו זונטאג.

ווער איז דער מפרש

עס זענען דא וואס ווייזן אז דער רשב"ם איז גאר דער מפרש צוליב וועם דער אבן עזרא האט געשריבן דעם חיבור. דאס נעמט זיך פון דעם וואס ער שרייבט אין זיין פירוש אויף ”ויהי ערב ויהי בוקר”[3], אז "ערב" איז ביים ענדע פון טאג ווען די זון גייט אונטער, "בוקר" איז ווען די נאכט ענדיגט זיך, און מיט דעם האט זיך געענדיגט "יום אחד" פון די בריאה; דאס טייטשט אז דער דאטום טוישט זיך ווען די נאכט ענדיגט זיך. אנדערע מפרשים שרייבן טאקע גאר שארף קעגן דעם רשב"ם[4].

אין טייל אחרונים טרעפט מען א מהלך, אז ביז מתן תורה איז דער נאכט טאקע באמת געגאנגען נאך דעם טאג, און נאר פון מתן תורה און ווייטער טוישט זיך דער דאטום פון אנהייב נאכט[5]. לויט דעם קען מען אויך פארענטפערן דעם רשב"ם, אז ביים וועלט באשאף זענען די טעג געווארן גערעכנט אנדערש ווי מיר ציילן זיי היינט[6].[א].

אין א פרישן שטיקל וואס איז אנטדעקט געווארן פון פירוש הרשב"ם [7], שטייט אבער ארויס אז די מנוחה פון שבת האט זיך שוין אנגעהויבן פון פרייטאג צונאכטס, ווייל השי"ת האט שוין דאן גערוט פון באשאף[8]. לויט דעם האט דער פירוש פון רשב"ם גארנישט געטוישט אויף קדושת שבת למעשה.

אויטענטישקייט

דער חיבור 'אגרת השבת' איז לאנגע יארן בלויז געווען פארשריבן אין אייניגע כתבי ידות. דאס איז געגאנגען צום דרוק צום ערשטן מאל אין ה'תנ"א, אין פראנקפורט דאדר, צום סוף פונעם צווייטער דרוק פונעם שלחן ערוך האר"י, און ווידעראמאל מיטן שלחן ערוך האר"י צען יאר שפעטער אין אמסטערדאם און אזוי ווייטער אין די קומענדיגע מדורות.

נאך וואס דער שלחן ערוך האר"י איז פארשפרייט געווארן זענען אבער געווען גדולי ישראל וועלכע האבן אפגעלייקנט דעם ניי-געדרוקטן 'אגרת השבת', אז דאס איז זיכער נישט פונעם אבן עזרא, ווי דער חיד"א ברענגט אין 'שם הגדולים'[9],

דער אור החיים הק' ברענגט די מעשה אין פרשת קדושים.

רבי יצחק יעקב פון ביאלא איז געווען מורא'דיג מקושר מיט קדושת השבת. ער האט אמאל ערקלערט אז דאס איז וויבאלד ער איז געבוירן אין שבת, י"ד טבת, דער טאג וואס די שבת האט געשיקט דעם בריוו צום אבן עזרא.

מוזיק

אין תשנ"ב האט מרדכי בן דוד ארויסגעגעבן דעם אלבום 'משיח' וואו ער זינגט א ניגון 'אני שבת' אויף די ווערטער פונעם אגרת, פארפאסט דורך יוסי גרין[10].

ביבליאגראפיע

ביאורים

  1. לויט'ן המקנה און רד"צ האפמאן, איז די נאכט טאקע באמת געגאנגען נאכ'ן טאג בעפאר מתן תורה, און עס איז דאן געגעבן געווארן די הלכה צו טוישן דעם אויסשטעל. אביסל אנדערש ערקלערט רבי יעקב קאמינעצקי, אין אמת ליעקב על התורה, אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן בייטאג און דעריבער האבן מענטשן געציילט זייערע טעג פון אינדערפרי, ביז ווען מענטשן האבן געלערנט די פרטים פון מעשה בראשית ביי קבלת התורה און עס איז קלאר געווארן אז דער דאטום האט זיך באמת שוין פון אלעמאל אן געטוישט ווען דער נאכט איז צוגעפאלן. זעט אויך קובץ אור ישראל (מאנסי) נט, עמוד רכד.

רעפערענצן

  1. אין ספר ישועות משיחו, פון הגאון רבי יצחק אברבנאל, שטייט אז דער אינזל קצה הארץ איז דאס לאנד אינלטייר"ה – ענגלאנד.
  2. פרשת בשלח, ט"ז, כ"ה
  3. בראשית א, ה
  4. זעט דארט אין אברבנאל, "יש מהמפרשים אשר נזורו אחור וכו' כי הם לילה ליום ישימו כחשכה כאורה".
  5. רבי פנחס הורוויץ, אין ספר המקנה אויף קידושין לז, ב, און אין פנים יפות אויף שמות יא, ב.
  6. רבי דוד צבי האפמאן
  7. רשב"ם, בראשית א, לא
  8. זעט קובץ פליטת סופרים - חצי גבורים ח, עמוד תקמה
  9. אות א'
  10. YouTube Play Button.png אני שבת, דורך מרדכי בן דוד, ניגון, ווידעא אויף יוטיוב