אייוועלט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אידישע וועלט
Ivelt logo.png
סוג פארום
תקופת הפעילות 2006–הווה (בערך 18 יאָרן)
מייסדים "קרעמער" (ניק), "ארענדאר" (ניק)
מנכ"ל "ארענדאר" (ניק), "וויכטיג מאכער" (ניק)
שפות תכנות PHP
https://www.ivelt.com/

אידישע וועלט (גערופן אייוועלט; ivelt.com) איז א פאפולערער חסיד'ישע פארום וועבזייטל, אונטער אן איבערזיכט צו האלטן דאס פלאץ ריין און ערליך, געגרינדט געווארן אין יאר תשס"ה (דאן אלס א סוב-פארום אויף היידפארק מיט די נאמען "היימישע קרעטשמע").

די פארום פארמאגט אפטיילונגען פאר נייעס, ארטיקלען, שמועסן, דיסקוטירן פאליטיק, היסטאריע, מוזיק, תורה'דיגע טעמעס, און פארשידנס. פארהאן אשכולות געווידמעט ארויסצוהעלפן אנדערע אין אלע איינגעלענהייטן, און אשכולות וואו עס ווערט ארויסגעלייגט גע'כשר'טע בילדער און ווידיאוס.

די באניצער אויפ'ן זייטל פירן אן מיט עטליכע פראיעקטן, צווישן זיי: פארשן היסטאריע, אפדרוקן זעלטענע כתבי יד, פובליצירן אויסגאבעס פון די ווערק אויפ'ן וועבזייטל, און צאמשטעלן סידיס פון סינגלס. אויפ'ן זייטל קומען כסדר פאר טאלאנט פארמעסטן. אויך זענען סוקסעספול אפגעהאלטן געווארן עטליכע צדקה-אקציעס.

כדי צו האלטן דעם וועבזייטל אויסגעהאלטן פאר היימישע אידן, זענען דא שטרענג פארסירטע תקנות און צענזור; נישט ארויסצושטעלן לשון הרע, מחלוקת, ראיות אסורות, און לינקס צו שמוציגע זייטלעך; ווי אויך איז פארבאטן ציונות, און שרייבן אויף עברית. דאס זייטל שענקט פריוואטקייט פאר די באניצער; מ'טאר נישט פארעפנטליכן אדער נישטערן אין דער אמת'ער אידענטיטעט פון א צווייטן באניצער.

היסטאריע

אנהייב פונעם 21'סטער יארהונדערט זענען אמעריקאנער חסיד'ישע יונגעלייט געווען היבש אקטיוו אויפ'ן היידפארק פארומס וועבזייטל, בעיקר אין חסיד'ישע פאליטיק, לשון הרע, און מחלוקות. א באניצער (ניק) "קרעמער" האט דעריבער אין יאר תשס"ה געעפנט א סוב-פארום אויף היידפארק אוועקגעשטעלט אויף פארברענגען און שמועסן געשמאק, אן קיין פלאץ פאר מחלוקת און אנדערע נישט-אויסגעהאלטענע אינהאלט[1].

אין יאר 2006 איז די "היימישע קרעטשמע" אריבער צו אן אייגענעם וועבזייטל. דער אדמין פונעם וועבזייטל האט זיך גערופן מיט'ן ניק נאמען "arender"[2]. ער האט באזירט דעם וועבזייטל אויף די אומזיסטע phpBB סאפטוועיר, און געעפנט אן אייגענעם דאמעין heimishekretchme.com.

א יאר שפעטער איז דער וועבזייטל איבערגעפרישט געווארן, איר נאמען איז געטוישט געווארן אויף "אידישע וועלט" און עס איז אריבערגעפירט געווארן צום דאמעין yiddishworld.com. מען האט דאן צוגעלייגט נאך טיילן צום וועבזייטל, אויסער דעם פארום, עס האט פארמאגט נייעס און בילדער אפטיילונגען, און א וויקי. מיט די צייט האט מען צוגעלייגט א פארקירצטער דאמעין ivelt.com, וואס האט שפעטער איבערגענומען אלע אנדערע דאמעינס.

אום יולי 21, 2010 האט דער וועבזייטל געקראכט צוליב א ביז-היינט אומבאקאנטער אורזאך, און דער גאנצער סערווער איז חרוב געגאנגען. מען האט באוויזן צוריקצוברענגען א גרויס חלק דערפון[3], און יענעם דעצעמבער האט מען אריבערגעפירט דעם וועבזייטל צו א נייער איבערגעפרישטער פלאטפארמע, וועלכע איז געבליבן בלויז מיט'ן פארום אפטיילונג, און עס איז איינגעפירט געווארן פארשידענע מאסנאמען אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן[4].

אום זונטאג תרומה תשפ"ג, איז דאס וועבזייטל אריבער א גרעסערער אפדעיט צו דעם לעצטן ווערסיע פון phpBB, און צובאקומען א צאל פונקציעס, צווישן זיי א לייק קנעפל פאר קאמענטארן[5][6]. עטליכע חדשים שפעטער - אין צוזאמענהאנג מיט'ן "מהפיכה-רעוואלוציע קאמפיין" פאר דער צדק ארגאניזאציע, האט מען אריינגעלייגט נאך פארשידענע פונקציעס צו מאכן באקוועמער דעם וועבזייטל[7].

איבערזוכט

ניקס און ראנגען

צו קענען שרייבן אויף אייוועלט ברויכט מען זיין רעגיסטרירט. ביים זיך איינשרייבן דארף מען אויסוועלן א ניק-נאמען, און ענטפערן א זיכערהייט פראגע; דאן דארף מען ווערן אנגענומען דורך איינער פון די מנהלים פונעם וועבזייטל.

די באניצער אויף אייוועלט ווערן באטיטלט מיט א ראנג וואס ערשיינט אויף זייער פּראָפיל; די ראנג איז באשטימט לויט די צאל תגובות וואס זיי האבן געשריבן. צוערשט ווערט מען גערופן אנשי שלומינו, דערנאך שר העשר, שר החמישים, שר מאה, אא"וו[8]. פארהאן א פירונג צו גראטולירן די וואס גייען ארויף א ראנג[9], ווי אויך וועלן געוויסע שרייבן א ספעציעלע ארטיקל לרגל דער ראנג העכערונג[10].

די הנהלה קען אויך שענקען איינעם אן אייגנארטיגן טיטל אלס הכרת הטוב פאר זיין ביישטייערונג צום וועבזייטל. צב"ש, "קנאפער ידען" איז באטיטלט אלס "שר החסד", און די אקטיווע נייעס ברענגער זענען באטיטלט אלס קארעספּאנדענטן. ווען די באניצער האלטן אז עמיצער פארדינט א ספעציעלן טיטל, וועלן זיי אפטמאל קאמפיינען דערפאר[11].


מזמן לזמן וועט פארקומען וואלן אויסצואוועלן איינער פון די באניצער אלס "ראש הקהל". דער ראש הקהל פארמאגט נישט קיין ספעציעלע רעכטן; עס איז בלויז פאר אונטערהאלטונג[12]. די געוועזענע ראשי קהילה בלייבן באטיטלט אלס "מ. [=מלפנים] ראש הקהל". באזונדער קומט פאר בעפאר חודש אדר וואלן אויפצונעמען א פורים רב. דער פורים רב וועט באקומען דעם טיטל אויף זיין פראפיל, און א ספעציעלע קאליר אויף זיין ניק, און וועט געווענליך צושטעלן פרייליכע ארטיקלען דורכאויס דעם חודש[13].

אפטיילונגען

אייוועלט איז איינגעטיילט אין א צאל אפטיילונגען פאר פארשידענע סארט נושאים. עס ווערט געפירט אן אנגייענדע קאמפיין דורכ'ן ניק "ציגאנער", גערופן די אינפראסטרוקטור פראיעקט, געצילט מסדר צו זיין די פארומס און אשכולות פאר דער באקוועמליכקייט פון די באניצער[14].

לויט'ן איצטיגן אויסשטעל, זענען פארהאן 6 אפטיילונגען אויף אייוועלט. יעדער פון זיי פארמאגט אונטער זיך א צאל פארומס און סוב-פארומס.

נייעס

ספעציעלע אויסגאבע איבער רוסלאנד-אוקראינע קריג, צאנגענומען פון ארטיקלען געשריבן אויף אייוועלט
אין דער "נייעס אפטיילונג", ווערט געלופטערט אויף א רעגלמעסיגע פארנעם אידישע און אלגעמיינע נייעס, און לאקאלע נייעס פון די אידישע געגנטן[15]. צו קענען שרייבן אין די נייעס פארומס דארף מען זיך איינשרייבן אין א דעזיגנירטע נייעס גרופע און זיך האלטן צו א צאל תנאים, אריינגערעכנט נישט שרייבן קיין קאמענטארן אין אן אשכול וואס איז דעזיגנירט בלויז פאר נייעס ("זיראנץ אשכול"), און נישט שרייבן אויף אן אומסענסיטיוון אופן[16].
אייוועלט פארמאגט א שנעלע ראטע פון ברענגען קראנטע נייעס, און א גרויס טייל פון די פאפולעריטעט פונעם וועבזייטל איז אדאנק דעם. ביי דער קריג פון רוסלאנד און אוקראינע, וועלכע איז שטארק נאכגעפאלגט געווארן, האט דער אשכול איבער דעם גענאסן פון א שטארקע נאכפאלגערשאפט פאר א לענגערער תקופה.

קרעטשמע

די אפטיילונג "קרעטשמע" פארמאגט א צאל פארומס אונטער זיך. אין די "היימישע קרעטשמע" פארום ווערן געווענליך פובליצירט פיל לענגערע ארטיקלען וואס אייוועלט באניצער שרייבן, סיידן אויב די נושא געהערט צו אן אנדער פארום און דער שרייבער באשליסט עס אהינצושטעלן. די געלונגענע ארטיקלען ווערן געלינקט צום פארום "היימישע זשורנאל". פון ארטיקלען צוזאמגענומען פון אייוועלט, זענען שוין במשך די יארן ארויסגעקומען עטליכע אויסגאבעס. באזונדער איז פארהאן א פארום "פאעזיע און גראמען".
אינעם "דעת הקהל" פארום ווערן אויסגעשמועסט און דעבאטירט אקטועלע אנגעלעגנהייטן. די פארום "היימישע פארברענגען" איז מיוחד פאר מער אינערליכע סארט שמועסערייען, די אשכולות פון יענעם פארום קומען נישט ארויף ווען איינער זוכט פאר "אקטיווע אשכולות". און אין די "נייעס קאך לעפל" קומען פאר דעבאטעס איבער פאליטישע נייעס און אקטיוויטעטן.
בעלי מנגנים, נייע סידיס און מוזיק בכלל ווערן אויסגעשמועסט אין די "היכל הנגינה" פארום, באזונדער איז פארהאן א סוב-פארום "שירי קודש" דורכצוטון פארצייטישע חסיד'ישע ניגונים און זייערע מקורות[17]. אינעם "אינטערהאלטונגס" פארום שרייבט מען איבער שפילן און אונטערהאלטונגען; אויך ווערט דארט ארויפגעשטעלט רעגלמעסיג אינטערעסאנטע כשר'ע קליפס, וואס זענען אויסגעהאלטן אן קיין בילדער פון נשים און אן נישט-אויסגעהאלטענע רייד; דאס ווערט גע'כשר'ט און ארויפגעשטעלט דורך באניצער פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט צו יוטיוב און אנדערע לופטערונג פלאטפארמעס[18].

תורה

אין די תורה אפטיילונגען ווערן דורכגעטון פארשידענע תורה'דיגע נושאים.

ענציקלאפעדיע

אן אפטיילונג פאר ידיעות און וויסנשאפט, און פארומס פאר היסטאריקער און חוקרי הדורות.

הילף

דערונטער א גרויסע צאל אשכולות געאייגנט פאר הילף אין פארשידענע געביטן, פון געזונטהייט און תורת הנפש, ביז טעכנאלאגיע און פראגראמינג. פארהאן פארומס פאר עקספערטן אין זייער פאך זיך דורכצושמועסן און ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן. ס'איז דא א פארום פאר גראפיקער און נאך.

אידישע וועלט

אינערליכע איינגעלענהייטן און פראיעקטן.

שפראך

מערסטנס שמועסן און אפהאנדלונגען אויף אייוועלט ווערן געשריבן אויף דער אידישער שפראך. מען וועט אבער אפטמאל נוצן א ברייטערע און זאפטיגערע שפראך ("קרעטשמעריש"); עס ווערט אפט געניצט סלענג ווערטער און סארקאזם, אנדערש ווי פיזישע אויסגאבעס וואס זענען געווענליך מער פארמעל.

א צאל אויסדרוקן און טערמינען האבן זיך געשאפן דורכאויס די יארן, וועלכע ווערן געניצט דורך אייוועלט באניצער צו רעדן וועגן טעמעס פארבונדן מיט קאמוניקירן אויף אייוועלט. צ"ק – אן אקראנים פון "צום קעפל" – ווערט געניצט ווען מ'שרייבט עפעס וואס באציט זיך צום קעפל פונעם אשכול ווען דער שמועס איז שוין פארפארן דערפון; זיראנץ – א צוזאמשטעל פון "זערא טאלעראנץ", א טערמין געשאפן דורכ'ן מנהל "יאנאש" – ווערט באנוצט צו באצייכענען אן אשכול וואו תקנות ווערן שטרענגער פארסירט ווי אין אלגעמיין; טעגלאש - א צונאמען פאר די סאטמארע מחלוקות[19]; מחישי – "מחיקה אישי" – א מעסעדזש וואס מען באקומט פונעם אחראי ווען עפעס וואס מ'האט געשריבן ווערט פארמעקט; אמר"ש איז אקראנים פון "אז מען רעדט שוין"; אהאנגז"א איז א פאפולערע אשכול מיט'ן קעפל "איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:"[20]. עס איז פארהאן אן אשכול וואו מען קען אנפרעגן איבער די באדייט פון די פארשידענע אויסדרוקן[21].

פראיעקטן

איינע פון די מי מנוחות אויסגאבעס

די באניצער אויפ'ן זייטל פירן אן מיט עטליכע פראיעקטן.

מורשת חכמי אמעריקא

אין די ערשטע יארן פון אייוועלט איז געווען אקטיוו אן איניציאטיוו אויסצופארשן און נאכצוגיין די אידישע היסטאריע פון אמעריקע בכלליות, בפרט "צו אידענטיפיצירן און טרעפן אינפארמאציע איבער רבנים און אנשי השם וועלכע האבן געלעבט און געווירקט על אדמת אמעריקע מקדמת דנא," און זייער עקזיסטענץ איז פארגעסן געווארן ביים ווידער-אויפבלי פון אמעריקאנער אידנטום נאך דער צווייטער וועלטס קריג [22]. די פראיעקט האט אריינגענומען פיל פארש ארבעט, וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ניק "בן בוזי", און די חברים "מיללער", "פארשלאפן", און נאך. דערפון האט זיך עווענטועל געשאפן אן אומאפיציעלער ארגאניזאציע פון פארשער און שרייבער איבער דער געשיכטע, וואס האט שפעטער קונה שם געווען אלס "מורשת חכמי אמעריקא"[23]. א גרויסן צאל קברים און פארגעסענע אנשי שם זענען אויפגעדעקט געווארן, און פארצייכנט געווארן דורך די איניציאטיוון פון די מורשת [24]. די געפינסן זענען פארצייכנט געווארן אין א גליון ארויסגעגעבן דורכ'ן מורשת און ארויפגעשטעלט געווארן אויף זייער בלאג[25], און די אויפגעדעקטע קברים זענען פובליצירט געווארן אין די "קברים" וועבזייטל[26].

הוצאות ספרים

אויף אייוועלט ווערט אנגעפירט א "מפעל הוצאת ספרים" דורכ'ן ניק "יידישע קהלות", צו דרוקן אלטע כתבי יד, וואס זענען צוגענגליך אנליין אויף וועבזייטלעך פון ביבליאטעקן. עס ארבעט מיט א סיסטעם ווי יעדער נעמט איין בלאט און מען טייפט דאס אפ, דערנאך שטעלט מען דאס צוזאמען און מען פובליצירט עס אין א PDF פארמאט[27].

אין א קורצע צייט האט מען אפגעטייפט און מסדר געווען דעם ספר "בנין שלמה" על התורה ואגדות הש"ס פון רבי נתן מַז (–תקנ"ו), רב אין פראנקפורט[28]. און דערנאך האט מען געארבעט אויפ'ן ספר "בתי נפש" על התורה פון רבי שלמה הכהן (תקכ"ט–תקפ"ד), רב אין צילץ, וואס איז געלעגן באהאלטן איבער צוויי הונדערט יאר; דער ספר איז געווארן פובליצירט, קודם אין א וועכנטליכן גליון פארמאט[29] און עווענטועל אלס א ספר[30].

אויסגאבעס און ביכער

במשך די יארן זענען אויסגעפירט געווארן עטליכע פראיעקטן צוזאמצונעמען געקליבענע אינהאלטסרייכע ארטיקלען געשריבן דורך אייוועלט באניצער, און דאס רעדאגירן און אויסשטעלן אינעם פארמאט פון אן אויסגאבע מיט פראפעסיאנעלע גראפיקס[31]. זומער תשע"ג זענען ערשינען עטליכע אויסגאבעס אין א סעריע "מי מנוחות". די ארטיקלען זענען געשריבן געווארן דירעקט פאר'ן אויסגאבע, און זיי זענען נאכנישט פובליצירט געווארן פריער[32]. טייל פון די שרייבער האבן שפעטער געפאוסט די ארטיקלען אויף אייוועלט צו באקומען קאמענטארן דערויף. מי מנוחות האט נאכגעפאלגט מיט עטליכע נומערן ביי פארשידענע געלעגנהייטן במשך די נאכפאלגנדע יארן. די לעצטע און צענטע אויסגאבע איז ערשינען אויף שבת נחמו תשע"ו.

די שרייבער אויסגאבע

אין יאר תשע"ז האבן באניצער פרובירט ארויסצוגעבן רעגלמעסיג אן אויסגאבע פון ארטיקלען וואס זענען שוין פובליצירט געווארן אויף אייוועלט אונטער'ן נאמען "לאמטערנע"[33]; עס זענען למעשה ערשינען בלויז צוויי נומערן דערפון.

סוף יאר תשפ"א איז געגרינדט געווארן די "שרייבער" אויסגאבע, וואו מ'האט צוזאמגענומען ארטיקלען און לענגערע תגובות פון יענע צייט, עס רעדאגירט, אויסגעשטעלט מיט אן אוועקגעשטעלטן געבוי, און פובליצירט אויף א PDF פארמאט. כדי עס צו געבן א מער פארמעלע אויסזען, האט מען געביטן די ניק-נעמען פון די שרייבער אויף פארמעלע פען-נעמען, און ארויסגענומען די זאצן וואס רעדן איבער אייוועלט. דאס פרעזענטירן די ארטיקלען האט געגעבן א שטופ פאר די שרייבער, און האט געברענגט אן אויפשטייג פון העכערע קאליבער ארטיקלען. די "שרייבער" אויסגאבע איז ערשינען רעגלמעסיג אויף א וועכנטליכן פארנעם איבער א יאר, א סך הכל פון 49 אויסגאבעס[34]. די שרייבער אויסגאבעס ווערן אויך פארקויפט אין א געדרוקטן פארמאט אויף עמעזאן[35].

עס זענען אויך ערשינען עטליכע ביכער פון נאוועלעס וואס זענען פובליצירט געווארן אויף אייוועלט אין פארזעצונגען[36], און נאך א צאל אינדיווידועלע אויסגאבעס צו פארשידענע געלעגנהייטן.

סידי פראדוקציע

עס איז פארהאן אויף אייוועלט א פראיעקט צוזאמצונעמען אומזיסטע סינגלס און טרעקס וואס ווערן פארשפרייט אויפ'ן געוועב, און צוזאמשטעלן דערפון א גאנצער אלבום מיט א ביכל[37]. עס זענען שוין ארויסגעקומען פארשידענע קאלעקציעס פון זינגערס אדער אויף ימים טובים אד"ג[38].

געלט אקציעס

קאמפיין סימבאל.jpg

פארשידענע געלט קאמפיינס זענען שוין געווארן דורכגעפירט אינערהאלב דעם פארום. אין יאר תשפ"א האט אייוועלט געשאפן איבער $300,000, פאר א זכות פאר איינער פון די מיטגלידער וואס האט זיך גענויטיגט אין א ישועה. די "תחיית המתים" קאמפיין איז פאררופן געווארן דורכ'ן וועבזייטל אדמין "וויכטיג מאכער"[39] , און איז אנאנסירט געווארן אין א "כינוס הניקים" פאררופן אויף שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג [40], מיט די באטייליגונג פון א רעקארד פון 751 באניצער אויפאמאל[41]. דורכאויס דעם קאמפיין איז געשאפן געווארן $301,459 דורך 201 ביישטייערער און 57 טיעמס[42].

ביי צדק'ס קאמפיין "מהפיכה לדורות" צו פינאנצירן א געזעץ פארשלאג צו בעניפיטירן מצפים לישועה אויף זרע של קיימא, האט דער וועבזייטל אדמין "וויכטיג מאכער" גענומען א ציל פון $100,000, און האט איינגעשפאנט אלע אייוועלט באניצער אנטייל צו נעמען דערין. ער האט פארשפראכן א נייע פונקציע אויפ'ן וועבזייטל פאר יעדע 100 אלפים וואס קומט אריין אויף זיין בלאט.

פארמעסטן

במשך די יארן זענען פארגעקומען א ריי פארמעסטן צווישן די באניצער. די לאגא פון אייוועלט איז דעזיינט געווארן דורכ'ן ניק "אינטעליגענט" ביים אייוועלט-לאגא פארמעסט[43]. אויך זענען פארקומען פארמעסטן איבער גראפיקס, שרייבעריי, און פאעזיע, וואו די באניצער האבן ארויסגעוויזן זייערע טאלאנטן און פעאיגקייטן[44].

תקנות און צענזור

אייוועלט פארמאגט א רייע תקנות און רעגולאציעס, און עס ווערט געפירט מיט א שטרענגע צענזור, כדי דאס פלאץ זאל זיין אויסגעהאלטן על פי תורה און גלייכצייטיג באקוועם פאר אלע מיטגלידער. די תקנות זענען מחייב אלע באניצער פונעם וועבזייטל, און אויף א פארלעצונג קען מען ווערן ארויסגעשפארט[45].

די תקנות נעמען אריין אז מען זאל נישט שרייבן איבער פריוואטע מענטשן, נישט אריינגיין אין שמועסן וואס גרעניצן זיך מיט לשון הרע און הלבנת פנים, נישט לייגן קיין בילדער פון פרויען און אומאויסגעהאלטענע לינקס. די תקנות ווערן פארסירט דורך די מנהלים און אחראים אויפ'ן וועבזייטל, וואס פארמאגן די מעגליכקייט צו פארריכטן און פארמעקן תגובות און ארויסשפארן באניצער.

אזויווי די פארוואלטער פון דעם פלאץ געהערן צו סאטמאר, דארף אלעס וואס ווערט געשריבן זיין אויסגעהאלטן לויט די סאטמארע השקפה. ס'איז נישט ערלויבט צו שרייבן עפעס וואס שמעקט ציוניסטיש, שרייבן אויף עברית, אדער באריכטן פאליטישע נייעס פון מדינת ישראל[45]. א שטארקע דגוש ווערט געלייגט זיך צו האלטן נייטראל און נישט זיך מישן אינערהאלב די מחלוקת פון חסידות'ן. דערפאר איז פארהאן בלויז איין אשכול פאר נייעס פון חסידות, אין וועלכער ס'איז נישט ערלויבט צו קאמענטירן.

גילוי

א הארבע פארלעצונג איז די נושא פון "גילוי". אזוי ווי רוב באניצער באהאלטן זייער אידענטיטעט און שרייבן אונטער א שלייער פון א ניק און זענען נישט מסכים ארויסקומען עפנטליך, איז גאר שטרענג פארסירט די רעכט פונעם שרייבער צו בלייבן אנאנים. אויב איינער פובליצירט פריוואטע דעטאלן פון א צווייטער באניצער, אדער פרובירט צו דערגרונטעווען א צווייטנ'ס אידענטיטעט, ווערט זיין קאנטע פארשפארט אויף אייביג[46].

טראץ די אלגעמיינע אטמאספער צו שרייבן בלויז מיט א ניק-נאמען, זענען פארהאן א קליינע צאל באניצער וואס זענען יא גרייט ארויפצוקומען מיט זייער אמת'ע אידענטיטעט, א שטייגער ווי אליעזר קרויס פון קול מבשר, יואל קליין, ארי גרינפעלד פון גרינטאטש טעק. פירמע, און נאך.

קריטיק און קאנקורענץ

כאטש עס פארמאגט נישט די אלע פראבלעמען פון דער אלגעמיינער מידיע, וויבאלד עס פארמאגט א שטרענגע צענזור וואס לאזט נישט לופטערן סיי וועלכע חומר וואס איז נישט פאסיג פאר א חרד'ישן איד, זענען דא וואס וועלן קאטעגאריזירן אייוועלט אלס סאציאלע מידיע, טיילנדיג געוויסע פון אירע נעגאטיווע אייגנשאפטן און פראבלעמען, ווי אדיקציע און נאך[47][48].

טייל באניצער רעדן זיך צומאל אפ אויף די שטרענגע צענזור פארסירונג, און עס קומט פאר כסדר'דיגע דעבאטעס מיט די מנהלים איבער דעם[49]. דאך וועלן מערסטנס באניצער זיין איינשטימיג אז עס מוז זיין א געוויסער צענזור צו האלטן דעם וועבזייטל אין די ראמען.

געוויסע שרייבער, רעדנער און פאפולערע פיגורן, טוען צומאל אויפברענגען אומצופרידנהייט, אז פארשלייערט אונטער א ניק קען סיי ווער אראפרייסן און קריטיקן אן די מינימום פאראנטווארטליכקייט דערויף[50][51].

אין יאר תשע"ב האבן א צאל אקטיווע באניצער פון אייוועלט, זייענדיג אויפגעברויזט אויף דער שטרענגע צענזור, אפגעלאזט דעם וועבזייטל, און אריבער צו אן אייגענעם פארום מיט'ן נאמען קאווע שטיבל. א פיל ווייניגער אקטיווער וועבזייטל[52], וואו עס איז ערלויבט צו לייגן בילדער פון נשים און שרייבן ליבעראלע און אפיקורס'ישע געדאנקען; מערסטנס היימישע פילטערס לאזן נישט קיין צוטריט דערצו.

אין יאר 2023 האבן עטליכע באניצער געהאלטן אז די הנהלה פירט זיך נישט יושר'דיג מיט זיי, און האבן געגרינדט א נייעם פארום, אידטיש, מיט'ן אנגעגעבענעם ציל זיך צו האלטן "קליין, קאנצעטרירט, און ערוואקסן"[53], וואס איז ווייניגער שטרענג מיט צענזורירן די שמועסן ארום חסידות און פאליטיק[54]. דער משומר פילטער וואס באלאנגט צו די קהילה פון סאטמאר-מהרי"י, טוט נישט ערלויבן צוטריט דערצו[55], דערפאר איז דער וועבזייטל געווענליך מער גענויגט צו צד סאטמאר-מהר"א[56].

פאפולערקייט

אייוועלט איז דער מערסט פאפולערער פארום וועבזייטל ביים אידיש-רעדנדן חרדי'שן עולם[57]. עס זענען פארהאן נאנט צו 15,000 איינגעשריבענע באניצער אויף אייוועלט, און עס זענען שוין געשריבן געווארן איבער 4 מיליאן תגובות אין נאנט צו 60,000 אשכולות[58]. נישט אלע תגובות זענען אבער אפן פארן פובליקום, ווייל א צאל פארומס וואס זענען פארשפארט פאר אלגעמיינע באניצער, ווי אויך רעכנט די ציפער אריין טייל פארמעקטע תגובות.

דער זייטל באקומט א געשאַצטע 983 אייגנארטיגע באזיכער פּער טאָג, ווען יעדער באזוכער קוקט ארום 8.3 בלעטער אין דורכשניט. אייוועלט איז געשאַצט אין א ווערט פון $140,160[59].

די מערסטע צאל באניצער אויף איינמאל איז געווען אום מאנטאג אקטאבער 9, 2023 2:54 pm, ווען עס איז געווען 1399 באניצער אויפ'ן וועבזייטל, דאס איז געווען באלד נאך די כאמאס אטאקע אויף ארץ ישראל. (דאס איז אויסער וואס איז איינמאל געווען 2432 באניצער אויפאמאל, אין רעזולטאט פון א סייבער אטאקע דורך באטנעטס נאכ'ן ארויסשטעלן א נייעס אנבאלאנגט רוסלאנד[60]). די גרויסער פאפולערקייט פון אייוועלט ברענגט אז געוויסע פירמעס און ציבור'ישע פערזענליכקייטן זאלן שפירן פאר וויכטיג ארויפצוקומען אויף אייוועלט צו פארטרעטן זייערע אינטערעסן און זיך אויסקלארן מיט'ן עולם. עטליכע רעדנער פון קול מבשר פירן זיך צו דעבאטירן טעמעס פון זייערע רעדעס אויף אייוועלט[61]. דער זינגער ליפא שמעלצער איז ארויפגעקומען אדרעסירן זיין נייעם אלבום און די קאמענטארן דערויף[51].

טראצדעם, ווערט די עקזיסטענץ פונעם וועבזייטל געהאלטן אין געוויסן מאס פנימי. מען וועט נישט רעדן דערפון אין פובליק, און אפיציעלע אויסגאבעס וועלן זיך צוריקהאלטן דאס צו דערמאנען אין זייערע בלעטער. ווען א רעדנער דערמאנט ברבים דעם נאמען אייוועלט אדער א ניק-נאמען פון איינע פון די באניצער, ווערט דערפון א סענזאציע[מקור פארלאנגט: ביישפיל].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. קרעמער (ניק) ,"אינטערוויא מיט'ן מייסד הקרעטשמע "קרעמער"", ארטיקל אויף אייוועלט
  2. arender (ניק) ,"ברוכים הבאים", דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:37 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  3. arender (ניק) ,"מיר זענען צוריק אפען + סך הכל", מוצ"ש אוגוסט 07, 2010 9:22 pm, ארטיקל אויף אייוועלט; "וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע", מיטוואך יולי 28, 2010 11:26 am, אשכול אויף אייוועלט.
  4. arender (ניק) ,"אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט.", זונטאג דעצעמבער 12, 2010 11:19 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  5. arender (ניק) ,"וועבזייטל אפדעיט זונטאג תרומה תשפ"ג באריכט", זונטאג פעברואר 19, 2023 11:10 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  6. אידישע וועלט (ניק) ,"ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט", זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  7. מהפיכה קאמפיין, מהפיכה קאמפיין - נאטיצן ביכל, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך מאי 17, 2023 2:13 pm
  8. אפט געפרעגטע פראגעס, אויף אייוועלט
  9. "מזל טוב פאר אונזערע מערסטע שרייבערס", אשכול אויף אייוועלט
  10. ארחיקה נדד (ניק) ,"99999 סינדראם!", ארטיקל אויף אייוועלט
  11. עכט היימיש (ניק) ,"א טיטל פאר @אידישליך! - הכרת הטוב", ארטיקל אויף אייוועלט
  12. קרעטשמער (ניק) ,"~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~", ארטיקל אויף אייוועלט
  13. "אייוועלט פורים רב תשע"ט", קלאָצקאָפּ, אשכול אויף אייוועלט
  14. ציגאנער (ניק) ,"קרעטשמע אינפראסטראקטור פראיעקט; אפדעיטס און קאמענטארן", זוטאג דעצעמבער 11, 2022 10:48 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  15. נייעס, אויף אייוועלט
  16. וויכטיג מאכער (ניק) ,"צו קענען שרייבן אין די נייעס פארום ליינט די אשכול!", דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:24 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  17. סטאוו יא פיטא (ניק) ,"ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים", מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:38 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  18. "אינטערעסאנטע קליפס", אשכול אויף אייוועלט
  19. קנאפער ידען (ניק), תגובה, אויף "זאכן וואס איך וויל וויסן", אשכול אויף אייוועלט, ‏פרייטאג יולי 02, 2021 11:23 am; זע אויך הודא-טעגלאש - און איר צוקונפטיגער פראכט, דער בלאט, פרייטאג ויקרא תש"ס
  20. "איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:", אשכול אויף אייוועלט
  21. "אייוועלט קאודס...", אשכול אויף אייוועלט
  22. פלטיאל (ניק) ,"אינטערוויא מיללער חלק ב - מורשת חכמי אמעריקא", ארטיקל אויף אייוועלט
  23. בן בוזי (ניק) ,"די פעולות פון מורשת חכמי אמעריקא; אנקעטע", ארטיקל אויף אייוועלט
  24. ידיעות שונות (ניק) ,"מפתח: היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא", ארטיקל אויף אייוועלט
  25. מורשת חכמי אמעריקא
  26. קברי צדיקים באמעריקא, אויף kevarim.com
  27. יידישע קהילות, אונזער ספרים שאפע, אויף אייוועלט, ‏דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:01 pm
  28. רבי נתן מז, בנין שלמה על התורה, תשעה
  29. קרעטשמער, ברוכים הבאים צום נייעם פארום, ‏פרייטאג אפריל 17, 2015 1:56 pm
  30. רבי שלמה הכהן, בתי נפש - בית המדרש, תשע"ו
  31. רעים, מפתח אייוועלט אויסגאבעס, אויף אייוועלט, הערליכע אויסגאבעס ארויסגעגעבען בחינם דורך טאלאנטפולע שרייבער פון די אידישע וועלט, ‏דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:29 pm
  32. געלעגער, אייוועלט זומער אויסגאבע..., אויף אייוועלט, ‏מוצ"ש יוני 08, 2013 11:35 pm
  33. לאמטערנע, לאמטערנע - א שטראל אין די אידישע וועלט, אויף אייוועלט, ‏דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 12:59 pm
  34. איינס, שרייבער אויסגאבע - נאטיפיקאציע אשכול, אויף אייוועלט, ‏פרייטאג אוגוסט 13, 2021 10:10 am
  35. שרייבער מאגאזין, אויף עמעזאן
  36. רעים, אייוועלט לייבערי, אויף אייוועלט, מפתח פון ביכער געשריבן און ארויסגעגעבן דורך אייוועלט, ‏דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 3:45 pm
  37. נאר מיט שמחה, אייוועלט פרעזענטירט נייע סידי'ס - הערות והגהות!!, אויף אייוועלט, ‏מאנטאג אקטאבער 19, 2020 3:24 pm
  38. רעים, מפתח סידי ארויסגעגעבען דורך אייוועלט, אויף אייוועלט, ‏דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:48 pm
  39. וויכטיג מאכער (ניק) ,"ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!", זונטאג יוני 27, 2021 2:15 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  40. וויכטיג מאכער (ניק) ,"הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת הניקס לטוהר המחנה!!!", מיטוואך יוני 23, 2021 10:55 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  41. אלעקסיי דער דריטער, מערסטע צאל וואס זענען אמאל געווען אריינגעסיינט:, אויף אייוועלט, ‏זונטאג יוני 27, 2021 2:39 pm
  42. אידישע וועלט (ניק) ,"התודה והברכה", מאנטאג יולי 12, 2021 8:47 pm, ארטיקל אויף אייוועלט; ivelt, אויף טשערידי
  43. אינטעליגענט, iVelt לאגא פארמעסט, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך אוגוסט 17, 2011 4:16 pm
  44. רעים, מפתח אייוועלט פארמעסטען, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 7:32 pm
  45. 45.0 45.1 תקנות, אויף אייוועלט
  46. סאכדעס, ארור מכה רעהו בסתר, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך יאנואר 07, 2009 12:13 am
  47. הלבלר בקולמסו, קען אייוועלט פאררעכנט ווערן אלס סאשעל מידיע???, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:10 am
  48. גליון מחניך קדוש, אן אינטערנעט אינגערמאן אין כולל
  49. אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט, אויף אייוועלט
  50. הערט צום ביישפיל, "אינטערוויו: וועכענטליכער איבערבליק איבער אלס און אלעמען, די טורנהיים פיבער וואס איז אנגעקומען ביז צום טראמפ אדמיניסטראציע, באגלייט מיט קאמענטארן פון די חשובע צוהערער", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24, מינוט 23:00.
  51. 51.0 51.1 ליפא שמעלצר, ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך מארטש 02, 2022 5:19 am
  52. ivelt.com vs kaveshtiebel.com, אויף similarweb.com
  53. סייט אדמין, yidtish, די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר, אויף yidtish.com
  54. אידטיש - צייט פאר התבוננות, אויף אידטיש
  55. אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש, אויף אידטיש
  56. ווירקליך (ניק, מנהל), אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש, אויף אידטיש, ‏מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:36 pm
  57. ivelt.com competitors, אויף similarweb.com
  58. סטאטיסטיק, אויף אייוועלט
  59. ivelt.com אויף רענקטשאַרט
  60. קנאפער ידען, מערסטע צאל וואס זענען אמאל געווען אריינגעסיינט:, אויף אייוועלט, ‏פרייטאג פעברואר 25, 2022 4:26 pm
  61. אליעזר קרויס, אין אשכול אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר, אויף אייוועלט; משה שפיצער, אין אשכול ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיטצער, אויף אייוועלט; יואל פעלזן, אין אשכול יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש און נאך, אויף אייוועלט.