פרשת נח
| |||||
פסוקים | בראשית ו, ט - יא, לב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 153 | ||||
צאל ווערטער | 1861 | ||||
אינהאלט | המבול, שכרות נח, מגדל בבל, השתלשלות עשרה דורות מנח עד אברהם | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים און חב"ד | ישעיהו נד, א–י | ||||
אשכנזים, צפון אפריקע און איטאליענער | ישעיהו נד, א - נה, ה | ||||
תימנים | ישעיהו נד, א - נה, ג |
פרשת נח איז די צווייטע פרשה אין ספר בראשית. די פרשה הייבט זיך אן ביי קאַפּיטל ו', פסוק ט', ביז קאַפּיטל י"א, פסוק ל"ב לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.
די פרשה ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פון נח, דער הויפט פיגור אין די פרשה. די הויפט טעמע אין די פרשה אז די געשיכטע פונעם מבול און נח'ס תיבה. אויך ווערט דערציילט די געשעענישן פון נח און זיין פאמיליע נאכ'ן מבול, און איבער די מגדל בבל און דור הפלגה.
פרשת נח ווערט געליינט צווישן א' און ו' חשוון.
פרשה אינהאלט
נח און זיין דור
די פרשה הייבט אן אז נח איז געווען אן ערליכער מאן, גאנץ אין זיינע דורות, מיט גאט. נח האט געהאט דריי זין: שם, חם, און יפת[1].
גאט האט געזען אז אלע באשעפענישן אויף דער ערד זענען פארדאָרבן און זינדיג, און ספעציעל די זינג פון גזל, און געזאגט פאר נח אז ער איז גרייט צו ברענגען א מבול - פארשוועמונג - צו אפווישן אלע באשעפענישן פונעם ערד. דער אויבערשטער האט אנגעזאגט נח צו בויען א תיבה אין וועלכע ער און זיין פאמיליע וועלן באשיצט ווערן פונעם מבול, און אים באפוילן באפוילן מיטצונעמען א פּאָר פון יעדע סארט באשעפעניש, א זכר און א נקבה, אז זיי זאלן איבערבויען די וועלט נאכ'ן מבול. פון די טהור'ע באשעפענישן און פויגל האט ער באפוילן נח צו נעמען 7 פּאָר[2].
דער מבול איז געקומען די 17'טע טאג פון די 2'טע חודש[3]. די רעגן האט אנגעהאלטן פאר 40 טעג און נעכט און פאר נאך 150 טעג האט זיך די וואסער פארמערט דורך די טייכן פון תהום, אפווישנדיג אלע לעבעדיגע פונעם ערד. נאר דאן האט דאס וואסער אנגעהויבן אראפגיין און פארטרוקנט ווערן. נח'ס תיבה האט געלאנדעט אויף די בערג פון אררט די 17'טע טאג פון זיבעטן חודש, 5 חדשים שפעטער.[4].
נאכ'ן מבול
די 22'טע פון צווייטן חודש, איבער א יאר נאכ'ן אריינגיין, איז נח, זיין פאמיליע און די איבריגע באשעפענישן ארויס פונעם תיבה לויט'ן באפעל פונעם אויבערשטן. נח האט מקריב געווען קרבנות פון די טהור'ע באשעפענישן וואס ער האט מיטגענומען און דער אויבערשטער האט געהאט דערפון א נחת רוח, ”וַיָּרַח ה', אֶת-רֵיחַ הַנִּיחֹחַ, וַיֹּאמֶר ה' אֶל-לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶת-הָאֲדָמָה בַּעֲבוּר הָאָדָם, כִּי יֵצֶר לֵב הָאָדָם רַע מִנְּעֻרָיו; וְלֹא אֹסִף עוֹד לְהַכּוֹת אֶת-כָּל-חַי, כַּאֲשֶׁר עָשִׂיתִי” (ח, כא). דער אויבערשטער האט געמאכט א בונד אז ער וועט נישט ברענגען מער א מבול, און די רעגנבויגן וועט דינען דערויף אלס צייכן.
דער אויבערשטער האט דאן מתיר געווען פאר'ן מענטש צו שעכטן און עסן באשעפענישן, גע'אסר'ט אבר מן החי, און אנגעזאגט אויף רציחה[5].
נח'ס שיכרות
נח האט איינגעפלאנצט א וויינגארטן און ווערט שיכור פון די וויין. זיין זון חם טרעפט אים שיכור און אויפגעדעקט און רופט זיינע ברודער, שם און יפת, וואס דעקן אים איבער בכבוד'דיג. נח שעלט כנען זיי זאלן זיין קנעכט, און בענטשט דאקעגן שם און יפת: ”וַיֹּאמֶר, אָרוּר כְּנָעַן: עֶבֶד עֲבָדִים, יִהְיֶה לְאֶחָיו. וַיֹּאמֶר, בָּרוּךְ ה' אֱלֹקַי שֵׁם; וִיהִי כְנַעַן, עֶבֶד לָמוֹ. יַפְתְּ אֱלֹקים לְיֶפֶת, וְיִשְׁכֹּן בְּאָהֳלֵי-שֵׁם; וִיהִי כְנַעַן, עֶבֶד לָמוֹ” (ט, כה–כז).
נח'ס קינדער און מגדל בבל
דאן ווערט אויסגערעכנט די זיבעציג פעלקער פון נח'ס קינדער און אייניקלעך וואס האבן איבערגעלעבט דעם מבול און צוריק באזעצט די וועלט[6].
עס ווערט געשילדערט די פרואוו פונעם "דור הפלגה" צו בויען דעם מגדל בבל און ווי דער אויבערשטער האט זיי אפגעשטעלט און צעטיילט די פעלקער און שפראכן איבער די וועלט[7].
צען דורות פון נח ביז אברהם
דאן ווערט אויסגערעכנט די צען דורות פון נח ביז אברהם:
דור | נאמען | עלטער ביים געבוירן קומענדיגער דור | יארן געלעבט דערנאך | יארן געלעבט אין סך הכל |
---|---|---|---|---|
1 | שֵׁם | 100 | 500 | 600 |
2 | אַרְפַּכְשַׁד | 35 | 403 | 438 |
3 | שֶׁלַח | 30 | 403 | 433 |
4 | עֵבֶר | 34 | 430 | 464 |
5 | פֶלֶג | 30 | 209 | 239 |
6 | רְעוּ | 32 | 207 | 239 |
7 | שׂרוּג | 30 | 200 | 230 |
8 | נָחוֹר | 29 | 129 | 158 |
9 | תֶרַח | 70 | - | 205 |
10 | אַבְרָם | - | - | - |
אברם האט געהייראט שָׂרָי, וועלכע איז געווען אן עקרה. תרח האט זיך ארויסגעצויגן אינאיינעם מיט זיין זון אברהם, זיין שנור שרי, און זיין אייניקל לוט פון אור כשדים וואו זיי האבן געוואוינט, מיט'ן פלאן צו אנקומען קיין ארץ כנען. ענדע איז תרח געשטארבן אונטערוועגנס אין חרן.
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
- השא יאר און הכז יאר, השג יאר און החא יאר - א' חשוון
- גכה יאר און גכז יאר - ג' חשוון
- בשה יאר און בחג יאר, בשז יאר און בחה יאר - ד' חשוון
- זשג יאר און זחא יאר, זשה יאר און זחג יאר - ו' חשוון
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"ד, פון פסוק א'. די ספרדים ענדיגן ביי פסוק י', די תימנים ביי קאַפּיטל נ"ה, פסוק ג', די אשכנזים און איטאליענער ביי קאַפּיטל נ"ה, פסוק ה'. אין די הפטורה רעדט דער נביא איבער די שבועה וואס דער אויבערשטער האט געשוואוירן אז ער וועט מער נישט ברענגען א מבוול אויף דער וועלט - "מעבור מי-נח עוד על הארץ".
ביי די ראמאניאטן ליינט מען ישעיהו נד, ט - נה, יב.
אין יארן וואס הויבן זיך אן דאנערשטאג ווערט פרשת נח געליינט אום שבת ראש חודש און מען ליינט די הפטורה "השמים כסאי"[8].
צו ליינען מער
דרויסנדע לינקס
{{פרשה לינקס|
רעפערענצן
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |