רוי:דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא

פון המכלול
ווערסיע פון 18:07, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן " ב־" אידן ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
République Démocratique du Congo
פאן דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
סימבאָל דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
קאָנטינענט אפריקע
אָפיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט קינשאזע
רעגירונג פרעזידענט־רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
יוסף קאבילא
אַדאלפע מוזיטא
גרינדונג דאַטום
30סטן יוני 1960 (פון בעלגיע)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
2,345,409 קוואַדראַט ק"מ
19טע
4.3
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

29,673,000
19טע
29.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $22.833 ביליאן (118ט)
וואַלוטע קאנגאלעזישער פראנק
צייט זאָנע
אינטערנעט דאָמען cd.
טעלעפאָן קאָד 243+

די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא (פראַנצויזיש: République démocratique du Congo), פריער זאַאירע, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן (37 ק"מ). זי איז דאס דריטע לאנד אין אפריקע לויט שטח נאך סודאן און אלזשיר, און דאס 12טע גרעסטע אין דער וועלט. די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, מיט א באפעלקערונג פון כמעט 71 מיליאן,[1] איז דאס 18טע מערסטע באפעלקערט לאנד אין דער וועלט. איר הויפשטאט איז קינשאזע.


דאס לאנד גרענעצט די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק און סודאן צו צפון; אוגאנדע, רוואנדע און בורונדי צו מזרח; זאמביע און אנגאלא צו דרום; און די רעפובליק פון קאנגא און דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב. אויך צו מזרח איז טאנזאניע אריבער דער טאנגאניקע אזערע.[1] דער איינציגער צוטריט צום אקעאן איז דער 37 ק"מ אטלאנטישער בארטן ביי מואנדע, און דאס 9 ק"מ ברייט מויל פונעם קאנגא טייך וואס פליסט אריין אין איינגאס פון גינע.

יידישע געמיינדע

די ערשטע אידן זענען געקומען אין קאנגא פון מזרח אייראפע אין 1907 ווען דאס לאנד איז געווען א בעלגישע קאלאניע. די געמיינדע איז געוואקסן ביז 2,500 מענטשן. ווען בעלגיע האט פארלאזט קאנגא אין 1960 האבן רוב פון די אידן עמיגרירט. אין 2011 האט קינשאזע א קליינע קהילה פון 150 אידן מיט א שול, א שולע און א חב"ד הויז. אויך וואוינען עטלעכע אידן אין לומומבאשי אין דרום־מזרח קאנגא.[2]

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען cia.gov
  2. משפחה 388, י"ח כסלו תשע"ב (ענגליש)

מוסטער:אפריקע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!