רבי מאיר ב"ר יצחק ש"ץ
רבי מאיר בן יצחק ש"ץ (אויך באקאנט אלס "נהוראי") איז געווען איינער פון די ערשטע חכמים פון אשכנז און פון די גרעסטע פייטנים. ער איז געווען א חזן, א שליח ציבור (ש"ץ), א פּייטן, און א דרשן אין ווארמס, דייטשלאנד (אשכנז). זיין געבורטסארט איז נישט באקאנט, און זיין ביאגראפיע איז פארנעפּלט. ער האט געלעבט אין עלפטן יארהונדערט און איז געווען אין איין צייט מיט רש"י. ער איז געשטארבן פאר אדער אין ד'תתנ"ו. ער איז היינט מערסטנס באקאנט אלס דער מחבר פון דעם בארימטן אראמישן פּיוט "אקדמות מילין", וואס ווערט טראדיציאנעל געזאגט אויף שבועות אין אשכנזישע קהילות.
רבי מאיר האָט געדינט אלס חזן און פייטן אין וורמייזא, דייטשלאנד. ער איז געווען בארימט אין דייטשלאנד דעם גאנצן מיטלעלטער אלס א גרויסער בעל מלאכה און שאפער אין געביט פון דער אידישער ליטורגיע. ער איז באטראכט געווארן אלס אויטאריטאטיוו אין עניני תפילה און מנהגים צווישן די געמיינדעס פון אשכנז און צרפת. גרויסע חכמים פון זיין צייט און שפעטערדיגע דורות, ווי רש"י, בעלי התוספות, רבי שמחה פון ויטרי, רבי אברהם בן עזריאל[1], רבי יעקב מולין, ציטירן אים אפט מיט אכטונג.
ביאגראפיע
וועגן דעם לעבנסגעשיכטע פון ר' מאיר איז ווייניג באקאנט. זיין פאטער איז געווען רבי יצחק. ער איז געווען טעטיג אין וואָרמס, וועלכע איז געווען איינע פון די חשובע קהילות אין אשכנז. ר' מאיר איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַן אויטאָריטעט אין ענינים פון ליטורגיע און מנהגים אין די קהילות פון פראַנקרייך און דייטשלאַנד. ער ווערט אפט דערמאנט און ציטירט מיט אכטונג דורך די גרעסטע תלמידי-חכמים פון דייטשלאנד און פראנקרייך אין זיין צייט און אין די קומענדיגע דורות.
ר' מאיר האט געהאט צוויי זין, יעקב און יצחק. זיין זון יצחק איז אומגעקומען אין די גזירות פון תתנ"ו, ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא[2]. אין דעם מעמאָרבוך ("הזכרת נשמות") פון וואָרמס ווערט דערמאנט ר' מאיר ב"ר יצחק "בעבור שתקן שבחות למקום"[3].
אין ראם פון זיין פּאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה (ווי דאס צולייגן "גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל" ביים אויספיר פון ברכות קריאת שמע[4]), און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.
שאפונגסווערק (פּיוטים און אנדערע ווערק)
ר' מאיר האט זיך הויפּטזעכליך באקענט אלס א פּייטן). ער האט געשאפן פּיוטים און סליחות אין לשון-קודש און אראמיש, און מער ווי 50 פון זיי זענען פארהאן. א טייל פון זיינע פּיוטים פאר די יום-טובים זענען אנגענומען געווארן אין די קהילות פון אשכנז און פּוילן און זענען געדרוקט געווארן אומצאליגע מאל אין מחזורים און סליחות[5].
די מערסט באקאנטע פון זיינע פּיוטים איז דער אראמישער פּיוט "אקדמות מילין". דער פּיוט ווערט געזאגט געווענטליך אין אשכנזישע קהילות אין חג השבועות, אלס אַן איינלייטונג צום צען געבאט בעת'ן ליינען די תורה. דער מנהג איז צו זאגן עס נאך דעם ערשטן פּסוק פון קריאת התורה (שמות י"ט, ב'), אבער טייל למדנים האבן איינגעפירט דעם מנהג צו זאגן עס פארן ליינען די תורה. די פאקט אז מען זאגט "אקדמות" גלייך נאכן ערשטן פּסוק האט ארויסגערופן פיל דיסקוסיעס און השערות. טייל האבן געמיינט אז דאס קומט פון א מנהג אין בבל[6]. "אקדמות" איז איבערגעזעצט געווארן אויף העברעיש און אנדערע שפּראַכן, איינשליסנדיג ענגליש. רבי מנחם בן חלבו האט געשריבן פּירושים אויף ר' מאיר'ס פּיוטים.
אנדערע באקאנטע פּיוטים זיינע שליסן איין:
- "אֱלָהָא עָלַם" (אייביגער ג-ט): אַן אראמישער פּיוט פארן סדר "מתורגמן" (אַן איינלייטונג צום תרגום) פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון שירת הים.
- "אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן" (אונזער פאטער אין הימל): אַן אראמישער פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח.
- "אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי" (ווען אונזערע מיילער וואלטן געווען פאדעם): אַן איינלייטונגס פּיוט פאַרן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון דער ערשטער עליה.
- "חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה": א פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שבועות. דער פּיוט איז ארויסגעשריבן צו ווערן געזאגט ווי אַן איינלייטונג צום תרגום פון דעם צווייטן געבאט (לא תשא). עס דערציילט די מעשה פון חנניה, מישאל און עזריה, וואס האבן בעסער געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער דינען אַן עבודה זרה. דער אריגינעלער פּיוט האט נאָר געהאט אַן אקראסטיך ביז האלבן אלף-בית, און ר' מאיר האט געשריבן א המשך.
עס איז אויך דאָ א סליחה וואָס הייבט זיך אָן "מי יודע ישוב", וואס באציט זיך אויף א שחיטה פון 3,000 אידן דורך די קרייצפארער. כאטש דער פּיוט איז אונטערגעשריבן און האט אַן אַקראָסטיך מיט "אלעזר", גלויבט צונץ אז ער איז קאָמפּאָנירט געווארן א יארהונדערט שפּעטער.
ר' מאיר איז אויך געווען א תנ"ך מפרש און ווערט דורך רש"י אייניגע מאל דערמאנט אין פארשידענע ערטער אין זיין פירוש. רש"י שטיצט זיך אויף זיינע אויסטייטשונגען און טיטולירט ר' מאיר'ן מיט "צדיק" און "חסיד"[7]. רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל[8], אבער ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן[9].
ווארשיינליך האט ר' מאיר אויך צונויפגעשטעלט א ספר מנהגים פארן גאנצן יאר. דעם ספר מנהגים דערמאנט דער מהרי"ל עטליכע מאל אלס "מנהגי דר' מאיר ש"ץ".
מתורגמן און פיוטים
דער מנהג צו איבערזעצן די תורה קריאה אויף אַראַמיש (תרגום) האָט אויפגעהערט אין די צייטן פון די גאונים, אבער אין אשכנז האָט מען ווייטער איבערגעזעצט די תורה קריאה אויף אַראַמיש לפּחות ביזן 12טן-13טן יאָרהונדערט ביי צוויי ימים טובים: דעם זיבעטן טאָג פון פּסח און אויף חג השבועות. דאָס גייט ארויס פון די ווערטער פון חזקוני אויף שמות כ', יד'. פאַר די דאָזיקע מועדים זענען צונויפגעשטעלט געוואָרן פּיוטים צו ווערן אַריינגעשטעלט אין דער רעציטאַציע פונעם תרגום, וואָס ווערט אָנגערופן "סדר מתורגמן". אויף שבועות איז צונויפגעשטעלט געוואָרן אַ ברייטע סעריע פּיוטים, איינער פאַר יעדן פון די עשרת הדברות און נאָך מער. אויף פּסח איז אויך מחבר געוואָרן אַ ענליכע צאָל פּיוטים פאַר וויכטיקע מאָמענטן. זייט די מאַסן-אָננעמונג פונעם שלחן ערוך, איז דער מנהג צו זאָגן דעם תרגום אויף די ספּעציעלע טעג פאַרלוירן געגאַנגען אין אַשכנזישן מנהג, און ווי אַ רעזולטאַט זענען די מערהייט פון די סדר מתורגמן פּיוטים פאַרלאָזט געוואָרן. אַ קליינע צאָל פון די שבועות סדר מתורגמן פּיוטים זענען נאָך אין באַניץ (בפרט אַקדמות מילין און יציב פּתגם), אָבער אַרויסגענומען פון זייער אָריגינעלן קאָנטעקסט.
לעגענדעס
ארום ר' מאיר'ס נאמען האט די פאָלקס־פאַנטאַזיע געוועבט א גאנצן קראנץ פון לעגענדעס. די אגדות ארום אים נעמען זיך פון דעם וואס זיין ביאגראפיע איז פארנעפּלט.
איינע פון די באקאנטע אגדות, מיט פארשידענע ווערסיעס, דערציילט וועגן א שליח וואס איז געשיקט געווארן פון די עשרת השבטים וואס זיצן פונעם אנדערן זייט נהר סמבטיון (דער טייך וואס ווארפט שטיינער אלע טעג אחוץ שבת). דער שליח איז געשיקט געווארן צו געפינען א אידן וואס זאל קענען קעמפן קעגן א כומר אין אשכנז, וואס האט געהרגעט אידן מיט זיין כישוף. אין איין ווערסיע איז ר' מאיר אליין אריבער דעם סמבטיון אין שבת צוליב פּיקוח נפש. צוליב חלול שבת האט ער נישט געקענט צוריקקערן זיך, און איז דארט געבליבן און דארט באגראבן געווארן. ער האט איבערגעלאזט זיין פרוי אַן אייביגע עגונה. אין אַ צווייטער ווערסיע, איז זיין מסע געווען פאַרקערט, צו העלפן די אידן פונעם אַנדערן זייט סמבטיון וואָס האָבן געליטן פון רדיפות.
די לעגענדעס דערציילן וועגן די מלחמה צווישן דעם גלח און דעם "אויסגעקליבענעם" פון די אידן. אין איינער פון די נאַרראַטיוועס, קומט ר' מאיר, וואָס ווערט באַשריבן ווי אַ "קליין הינקעדיק מענטשילע", זיך באַגעגענען מיטן גלח וואָס האָט אויסגענוצט אַ "גלגלי שדים" אָדער "קלוג-ראָד" מיט וועלכן ער האָט געקענט טאָן וואָס ער האָט געוואָלט דורך שדים. דער גלח האָט געהרגעט אַ סך אידן. ר' מאיר באַווייזט מיט נסים און מיט די הילף פון "שמות" (הייליקע נעמען) צו באַזיגן דעם גלח. אין אַ טייל ווערסיעס, געלוינגט עס ניט ר' מאירן דעם גלח בייצוקומען, און זיין זון ר' יצחק איז דער וואָס געלוינגט צו געווינען מיטן זיין חכמה און רעטן די אידן.
וועגן דעם נס איז צונויפגעשטעלט געוואָרן אַ ספּעציעלע מגילה, וואָס מען פלעגט לייענען אין חג השבועות[10].
די דאַטעס וואָס ווערן געגעבן אין די לעגענדעס פאַסן נישט מיט דער היסטאָרישער ווירקלעכקייט, ווייל ר' מאיר האָט געלעבט אין 11טן יאָרהונדערט, און די דאַטעס אין די מעשיות זענען שפּעטער. דאָס נעמט זיך מעגלעך דערפון, וואָס די מעשה איז פיל שפּעטער אויפגעשריבן געוואָרן. די מעשה איז געדרוקט אין פאַרשידענע אויסגאַבעס פון מחזורים און "צאינה וראינה". די מעשה איז אויך געפונען אין מאַנוסקריפּטן.
מקום קבורה
דער פּינקטליכער מקום קבורה פון ר' מאיר ש"ץ איז נישט באקאנט מיט זיכערקייט.
עס איז דא א מיינונג וואס איז מייחס זיין קבר צו ארץ ישראל. לויט איין טראדיציע געפינט זיך זיין קבר אין גוש חלב (ג'יש), נאנט צו צפת. אַנדערע זאָגן אַז ער איז באַגראָבן אין דער נאנט פון טבריה, און מייחסן אים צו רבי מאיר בעל הנס. אָבער, דאָס קבר אין גוש חלב ווערט אויך מייחס צו זיין פאָטער, ר' יצחק פון גוש חלב.
דער מקובל רבי מרדכי שרעבי האט געהאלטן אז רבי מאיר הקבור אין גוש חלב איז דער רבי מאיר וואס ווערט דערמאנט אין גמרא, בשעת דער רבי מאיר וואס איז באגראבן ביים אריינגאנג צו טבריה איז רבי מאיר בעל האקדמות, וואָס ווערט אויך גערופן "רבי מאיר בעל הנס"[11].
אנדערע מקורים און דיסקוסיעס צווייפלען שטאַרק אין דעם קלאַם אַז ר' מאיר בעל האקדמות איז באַגראָבן אין ארץ ישראל. מען שטעלט די פראַגע, ווי אַזוי וואָלט ער צוריקגעקערט (אויב די סמבטיון מעשה איז געווען) נאָכן אַריבערגיין דעם סמבטיון אין שבת, און אויב ער איז באַגראָבן אין ארץ ישראל, ווי קען די סמבטיון מעשה האָבן פּאַסירט?. רבי הירשלע פון קרעטשניף, פלעגט זאָגן א ווערטל אז ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, און ר' מאיר'ל פּרעמישלאנער זענען אַלע איין און דער זעלבער ר' מאיר.
אנדערע פּייטנים מיט'ן זעלבן נאמען
עס זענען געווען נאך איין אדער עטליכע חזנים און פּייטנים מיט'ן נאמען רבי מאיר בן יצחק. זיי ווערן בטעות צומאל אויסגעמישט.
רבי מאיר בן יצחק פון פון אָרליאַן, וועמענס זון אלעזר ווערט ציטירט אין דעם פירוש אויף דברי הימים וואס איז בטעות צוגעשריבן צו רש"י[12]. ער האט פארפאסט עטליכע פיוטים, צווישן זיי זענען "תורה התמימה" (א תחנון מיט פיל אראמישע און תלמודישע ווערטער, וואו ער דריקט אויס זיין שרעק פון שמד), און "אלמנות חיות": א סליחה פאר יום כיפּור. ביידע דער פּיוטים זענען אונטערגעשריבן מיט מאיר און האבן אַן אקראסטיך מיט דעם נאמען "אלעזר". דער צווייטער פּיוט איז איבערגעזעצט געווארן אויף דייטש דורך צונץ[13].
ביבליאגראפיע
- יצחק ריווקינד, די היסטארישע אלעגאריע פון ר' מאיר ש"ץ, פילאלאגישע שריפטן, ג (תרפ"ט), עמ' 1–42
- אליעזר ליזר לאנדסהוטה, עמודי העבודה, בערלין, תרי"ז, עמ' 162–167
- י.ל. הכהן פישמן, ה"אקדמות" ומחברו, בתוך: אוגדן למורה - שלשת הרגלים, שבועות, עמ' רסב-רסו.
רעפערענצן
- ↑ זעט ערוגת הבושם, אפרים אורבאך, חלק א, זז' 197, 210; חלק ג, 96, 322, 385, 389, 423, 446; חלק ד, 46, 59, 85.
- ↑ אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא וקהל ווינא, וויען, תר"מ, עמ' 4.
- ↑ אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא, וויען, תר"מ, עמ' 7.
- ↑ ספר המנהגים לרבי יצחק אייזיק מטירנא.
- ↑ Abraham David, "Meir ben Isaac Sheli'aḥ Ẓibbur", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ חיים נחמי' שובין, מבוא לפיוט אקדמות, ווילנע, תרס"ב.
- ↑ Zunz, Zur Geschichte und Literatur (Berlin 1845), 61.
זע אויך "פיוט אקדמות", ווילנע תרס"ב אין מבוא פון חיים נחמיה שובין, זייט 10–11. - ↑ רש"י, הושע ו, ט; עמוס ג, יב; תהלים עג, יב.
- ↑ זעט סדור רש"י, בערלין: באבער, תרע"ב, עמ' 80: "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק".
- ↑ רבי אברהם יגל, באר שבע, קובץ על יד IV, ז' 39.
- ↑ ספר דרך צדיקים חלק ב' עמוד 290.
- ↑ פירוש וואס איז בטעות מיוחס צו רש"י, דברי הימים א' כט, יא.
- ↑ צונץ, ליטעראַטורגעשיכטע פון דער סינאַגאָגאַלער פּאָעזיע, ז' 251 (דײַטש); Joseph Jacobs, M. Seligsohn, "Meir ben Isaac of Orleans", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).