רבי חיים לייב כ"ץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים לייב כ"ץ
ביי מצות באקן
ביי מצות באקן
געבורט כ"א אדר ה'ת"ש
מאקאווא
וואוין אָרט בארא פארק
תחומי עיסוק רב, מנהיג עדה, פוסק הלכה, מוהל
ספרים נחלי בינה
וזרעם לפניך יכון
טאטע רבי יהושע כ"ץ

רבי חיים יהודה לייב הכהן כ"ץ (גערופן "רבי חיים לייב"; געבוירן כ"א אדר ה'ת"ש) איז דער סערדאהעלער רב און אדמו"ר, פון די אנגעזעענע רבנים און פוסקי הלכה אין בארא פארק, און מחבר פון עטליכע ספרי הלכה.

ביאגראפיע

רבי חיים לייב איז געבוירן אין שטאט מאקאווא צו זיין פאטער רבי יהושע, וואס האט דעמאלט געדינט אלס א דיין אין שטאט, און איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס רב פון סאמבאטהעלי.

א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אלס ראש כולל פאר סאטמארע יונגעלייט. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס הויפט דיין אין מורה הוראה אינעם בעלזער בית מדרש אין בארא פארק.

ער איז געווען שטארק דבוק אין צדיקים פונעם לעצטן דור די סאטמערער, קלויזנבורגער, בעלזער און ליובאוויטשער רבי'ס.

אין די שפעטערע יארן האט ער מייסד געווען זיין בית מדרש און קהילה "סערדאהעלי", אויף די 44'סטע גאס אין בארא פארק. היינט פארמאגט די קהילה אויך מוסדות החינוך, צווישן זיי א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה, און א זומער קעמפ אין מאנטיסעלא[1].

צוזאמען מיט זיין ברודער רבי שלמה זלמן כ"ץ, רב פון תולדות אהרן אין וויליאמסבורג, האט ער ארויסגעגעבן א סעריע ספרים 'נחלי בינה', געקליבענע שטיקלעך פון חסיד'ישע און מוסר ספרים אויף די ימים טובים[2]. אויך האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר 'ויגד משה' אויף סדר נאכט פון זיין פעטער רבי משה יודא כ"ץ, צולייגנדיג דערצו פון זיך. אין תשכ"ה האט ער איבערגעדרוקט דעם ספר 'חידושי תורה ותולדות קול אריה' פון זיין זיידן רבי אברהם יהודה הכהן שווארץ, מיט הוספות פון זיך[3].

השפעה

רבי חיים לייב איז באוואוסט אלס א גאון בתורה און א בקי אין הוראה, און איז אויך א מוהל. ער האט אין תשע"ו פארפאסט א באוואוסטער ספר "וזרעם לפניך יכון", א שיעור בירור הלכה אין מצות פריה ורביה צו אויסקלארן די הארבע איסורים און גרויסע מכשולות אין די נייע מעטאדן וואס דאקטוירים האבן אויסגעפונען צו געבן געבורט". רבי חיים לייב איז א שארפער מתנגד פון "פערטיליטי באהאנדלונגען", און האט אויך ארויסגעטרעטן קעגן ארגאנעזאציעס וואס טוען אין דעם נושא, ווי בוני עולם.

רבי חיים לייב דינט אלס בעל מכשיר פונעם עירוב אין שטאט בארא פארק, געגרינדעט אין תש"ס דורך אפרים הלוי בלומענבערג מיט'ן שטיצע פון רבי יחזקאל ראטה, רבי פישל הערשקאוויטש, רבי מנשה קליין, מונקאטשער רבי, רבי חיים ישעי' קעניג, די בעלזער דיינים אין שפיץ פון רבי שלמה גראס, רבי שרגא פייוויש האגער, רבי שלום קרויז, און נאך. טראץ דעם מיינונג פון אסאך אנדערע פוסקים וואס זענען חושש אז די גרויסע גאסן אין ניו יארק ווערן פאררעכנט אלס רשות הרבים דאורייתא אויף וואס עס העלפט נישט דאס מאכן אן עירוב זענען זיך פילע סומך אויף זיין היתר, צווישן זיי די חסידים פון בעלזא און קלויזנבורג.

פאמיליע

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן