רוי:בוני עולם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בוני עולם איז איינע פון די ארגאניזאציעס וואס העלפט ארויס אידישע פארפאלק וואס האבן נישט קיין קינדער צו קענען האבן קינדער, דורך עצות, הילף צו טרעפן דאקטוירים, און פינאנציעלע הילף.

דער מוסד איז נתייסד געווארן דורך הרב שלמה באכנער וואס איז ברייט באוואוסט מיט זיינע הארציגע דרשות ביי די בוני עולם דינערס .

יעדער איינציגער באדערפער וואס בוני עולם העלפט, קאסט אפ הונדערטער טויזנטער דאלארן, אבער די רעזולטאטן וואס בוני עולם האט געברענגט, צייגט אז ס'איז ווערט יעדע פרייז, אין די צייט וואס אמאל איז דאס געווען פארפאלענע זאך, איז דורך בוני עולם שוין געבוירן געווארן געזונטע קינדערלעך אין די הויכע נומערן כן ירבו בישראל.

בוני עולם העלפט בעיקר ביים ערשטן קינד; ביים צווייטן און דריטן העלפן זיי מיט עצות און הלוואות, אבער נישט מיט געלט ווייל ס'פשוט נישט מעגליך.

צווישן די רבנים אויף דעם וועד פון בוני עולם ווערן פאטרעטן די קהילות ווי סאטמאר, סיי פון קהל מהר"א, און סיי פון קהל מהרי"י, באבוב, בעלזא, סקווירא, וויזשניץ ,פאפא.

בראש פון די רבנים אין אמעריקע שטייט דער סקווירער דיין הרב מיכל שטיינמעץ שליט"א, און אין ארצה"ק איז הרב משה שאול קליין שליט"א, ווי אויך די אנדערע דיינים הרב חיים דוד כ"ץ שליט"א סאטמאר בארא פארק, און הרב רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א סאטמאר מאנסי, הרב שרגא האגער פון קאסאוו שליט"א, הרב משה מנחם ווייס שליט"א פון פאפא, און הרב חיים יעקב טויבער שליט"א פון באבאוו.


דרויסנדע לינקס

אידישע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

David - Belisarius.jpg

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשוינט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • שרשרת • תומכי שבת  •

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!