רוי:חברה הצלה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חברה הצלה איז אזא ערשטע הילף ארגאניזאציע וואס פּריוואַטע יונגעלייט לויפן צו ראטעווען מענטשן וואס דארפן אנקומען אין שפּיטאָל צו דאקטוירים. עס איז געגרינדעט געווארן דורך הערשל וועבער פון וויליאמסבורג, נאך דעם וואס די אלגעמיינע שטאטישער אַמבולאַנס קאמפאני פלעגט זיך פארזוימן.

היסטאריע

הערשל וועבער פארציילט, אז אין די ענדע 1960ער יארן, זייענדיג א יונגערמאן, גייענדיג אויף ראס סטריט אין וויליאמסבורג און פאר זיינע אויגן פאלט א מיטליעריגער איד אראפ און חלש'ט זאפארט אוועק.

"איך בין געווארן פאלרוירן. דער איד האט מיר דא אוועק'געחלש'ט פאר מיר. ממש אויף מיינע פיס. וואס טוט מען יעצט. וויאזוי ראטעוועט מען דעם איד. וועמען רופט מען?"

עס נעמט נישט לאנג, דערציילט מיסטער וועבער, נישט מער ווי א "צען מינוט..." און די שטאטישע EMS איז אנגעקומען און האבן פראבירט צו העלפן דעם איד. איבריג צו זאגן אז דאס ווארטן צען מינוט האט ליידער דעם איד געקאסט זיין לעבן.", פארענדיגט הערשל וועבער מיט ווייטאג.

איך האב זיך נישט פארזוימט. די געשיכטע און די דראמא איז מיר נישט ארויס פון קאפ, זאגט וועבער. איך האב געשפירט אז איך מוז עפעס טאן אז אזוינס זאל זיך נישט איבערשפילן. איך האב זיך אנגעהויבן נאכפרעגן וואס מ'קען טאן אין א צייט ווען א מענטש פאלט אוועק. אין בין דעמאלטס געוואויר געווארן פון אזא מין זאך וואס הייסט "אקסיגען" טאנק, און דורך דעם קען דער פאר'חלש'ט אטעמען און נאך קליינע קרישקעלעך וואס איז היינט די אלף בית פון ערשטער הילף.

נאך א קורצע וויילע האב איך געשאפט די ארגאניזאציע וואס הייסט הצלה. מ'האט גערופן מיין טעלעפאן נומער אין שטוב, און מ'האט מיר געלאזט וויסן אז א איד איז אין א צרה, און מ'דארף אים ראטעווען און זאפארט אריינפירן אין שפיטאל.

היינט צוטאגס איז דאס שוין דא אין יעדע אידישער געגענט ווי עס וואוינען אידן איבער דער גאנצער וועלט: לאנדאן, אנטווערפן, בארא פארק, ירושלים, בני ברק און כמעט גאנץ ארץ ישראל, איסט סייד, קראון הייטס, פלעטבוש, מאנרוי, מאנסי, נייטרא, מאונטענס, אויסטראליע, מאנטריאל, טאראנטא, קווינס, פאסייק, און געיטסהעד.

אידישע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

David - Belisarius.jpg

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשוינט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • שרשרת • תומכי שבת  •

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!