רוי:רבי יחזקאל ראטה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יחזקאל ראטה
געבורט תרצ"ה
טויט 7טן מערץ 2021
כ"ג אדר תשפ"א

הרב יחזקאל ראטה (תרצ"ה – כ"ג אדר תשפ"א) איז געווען דער קארלסבורגער רב אין ניו יארק.

אין זיין יוגנט איז ער געווען מו"ץ אין ירושלים, פון דארט האט מען אים אויף גענומען אלס דומ"ץ פון קהל יטב לב דסאטמאר אין בארא פארק, היינט פירט ער אן מיט זיין קהילה קהל יראי השם און מיט זיין כולל בית תלמוד להוראה.

ביאגראפיע

הרב יחזקאל ראטה איז געבוירן געווארן אין רומעניע אין יאר תרצ"ה. דארט איז ער געווען א תלמיד פון דער ישיבה אין אראד. אין יאר תשי"ג האט ער געדאנזשעט אנטלויפן פון רומעניע קיין ישראל, און ער האט געלערנט ביי רבי משה אריה פריינד, גאב"ד פון דער עדה החרדית, אין ישיבת סאטמאר אין ירושלים.

ער האט חתונה געהאט מיט חיה רעכל, טאכטער פון הרב חיים מענדל כהן פון ירושלים. ער איז געווען רב פון דער סאטמארער קהילה אין קאטאמאן, ירושלים.

א גרויסע טייל פון יאהר פארברענגט ער אויך אין מירון, ווי ער האט אן אייגענע הויז און בית המדרש.

ער איז א גרויסער מתמיד פון אלס קינד אן ווען ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל.

ער איז וועלט בארימט מיט זיין כחא דהיתרא אין אלע סארט שאלות. מען האלט אים פאר א גרויסער מקיל אין עניני אישות שאלות.

ער איז א גרויסער בעל מקובל. ווי אויך רופט ער זיך "רוטה" אנשטאט "ראטה" וויבאלד עס איז מרמז אויף טהור.

זיין איידעם הרב משה פרידמאן איז געווארן דיין פאר די ארונים אויף זיין פלאץ אין דער הויפט סאטמאר שול אויף 53, נאך רבי חיים דוד כ"ץ וואס האט זיך נישט געוואלט אונטערווארפן רבי אהרן טייטלבוים.

ער איז נפטר כ"ג אדר תשפ"א, און מען האט אים אריבערגעפירט צו קבורה אין מירון.

משפחה

די קינדער פון הרב יחזקאל און זיין ווייב חיה רעכל זענען:

  • הרב משה, רב הצעיר פון קארלסבורג
  • הרב עמרם פון האמעראד
  • הרב דוד, רב פון "מראה יחזקאל"
  • הרב עזריאל יהודה אין דזשערזי סיטי
  • הרב אברהם מרדכי פון טשערנא

זיין אייניקל איז רבי יואל ראטה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!