רוי:רבי שרגא פייוויש האגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי שרגא פייוויש האגער
געבורט כ"ו טבת ה'תשי"ח
פטירה כ"ג סיון ה'תשפ"ד (אלט: 66)
למד ב פאניוועזשער ישיבה
וואוין אָרט בארא פארק
7'טער קאסובער רבי
ה'תש"סכ"ג סיון ה'תשפ"ד
→ זיין פאטער, רבי אברהם יהושע העשיל האגער פון קאסוב-זאלישטשיק

רבי שרגא פייוויש האגער (כ"ו טבת ה'תשי"ח - כ"ג סיון ה'תשפ"ד) איז געווען דער קאסובער רבי פון בארא פארק.

רבי שרגא פייוויש איז געבוירן געווארן אין בארא פארק[1] אלס דער עלטסטער זון פון רבי אברהם יהושע העשיל האגער פון קאסוב, זון פון רבי שרגא פייוויש האגער (תר"ל-תרצ"ז) פון זאלישטשיק, וואס איז געווען א זון פון רבי ברוך האגער פון וויזשניץ און אן איידעם ביי רבי משה האגער, דער "לקט עני" פון קאסוב.

ער האט געלערנט אין תלמוד תורה "באר שמואל"[1] אין בארא פארק. ער איז געווארן אן איידעם ביי רבי חיים וואזנער, רב פון זכרון מאיר בני ברק און זון פון רבי שמואל וואזנער.

ער איז געווען זייער אנגענומען ביי די אלגעמיינע חסידישע עולם אין בארא פארק, סיי די פרומערע און סיי די מאדערענערע, פון איין זייט איז ער געווען גאר א גרויסער תלמיד חכם און עובד ה', און פון די צווייטע זייט זייער פריינטליך און צוגעלאזן.

געדינט האט ער אלס דיין אין וויזשניץ-מאנסיער קהילה אין בארא פארק און זיך ערווארבן א נאמען אלס גאר אן אחריות'דיגער פוסק וואס ארבעט מיט יונגעלייט און ווייזט זיי די וועג אין עבודת ה'.

זיין רעביסטעווע איז געווען עטוואס אנדערש ווי אלע אדמורי"ם ווייל ער פלעגט רעדן, שמועסן און זיך שפילן מיט יעדעמ'ס קינד פונקט ווי א נארמאלער בעל הבית. אבער פון דער צווייטער זייט האט ער זיך געפירט ווי אן אדמו"ר ווי למשל פירן טישן און אויפנעמען אידן טעגליך לעצה ולברכה. ער איז געווען באקאנט אלס א שטארקע בעל שיטה, א גאון עולם בנגלה ובנסתר, א מקובל, געזיצן שעות על גבי שעות פארטיפט אין לערנען.

אזוי ארום האט ער זיך אהער געשטעלט אין היינטיגען דור אלס איינער פון די גרעסטע מאכטן.

ער האט מתיר געווען דעם עירוב אין בארא פארק, און איז געווען א הויפט כוח דאס אויפצושטעלן ביז זיין רבי דער וויזשניצער רבי פון מאנסי האט אים באפוילן צו שווייגן דערוועגן.

ער האט געגעבן דעם שטופ פאראויס פאר זשעי נעט אז זיי מעגן יא לאזן דעם עולם באזוכן גוגל כאטשיג רוב רבנים האבן מורא געהאט פון אזא אפענער צוטריט, אבער ער איז געווארן אנגענומען צוליב דעם וואס די רבנים האבן געהאלטן אז ער פארשטייט די מערסטע צום המון עם.

אזוי ארום האט ער אויפגעטון א געוואלד אין עסקנות צו נאכקומען די מאדערענע פארלאנגען פון דור וואס רוקט זיך פאראויס.

עס איז שוין ארויס געקומען כמה ספרים פון זיינע דרשות וכדומה וואס איז געווארן פאפעלער צווישן אידן הצמאים לדבר השם, צווישן זיי שבת מלכא קדישא, צוויי בענדער אויף שבת קודש, און צוויי בענדער אויף תפילה.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 69

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!