רוי:לכה דודי

פון המכלול
ווערסיע פון 14:10, 18 יולי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) ({{קרד/ויקי/יידיש}})
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לכה דודי איז א פיוט וואס אידן פירן זיך צו זינגען יעדן פרייטאג צו נאכטס ביים קבלת שבת.

עס רעדט ווי אידן גרייטן זיך צום שבת, ווי אזוי זיי זאלן זיך אפשאקלען פון די שטויב און שמוץ און זיך אנטועהן שיינע בגדים.

עס איז ווי א משל ווי א כלה גרייט זיך צו איהם גלוסטיגן חתן מקבל זיין דעם ליכטיגן שבת.

אזוי ווי ביי אידן איז דער עיקר שמחה און פרייליכקייט ווען משיח וועט קומען, רעדט דער שיר זייער אסאך ווי אזוי אידן וועלן זיך אפשאקלען פון דעם ביטערן גלות, מען וועט גיין קיין ירושלים בויען דעם בית המקדש, די שונאים פון אידן וועלן האבן א וויסטע מפלה, און מיט פרייליכקייט ווען מען ענטפאגען דעם משיח.

דער פיוט האט געשריבן א גרויסער מאן רבי שלמה אלקבץ. ער איז געווען דער שוואגער און דער רבי פון רבי משה קורדיווארי, געוואונט האט ער אין צפת און געווען פון די גרויסע מקובלים.

ער האט געמאכט פארשידענע ספרים ווי שורש ישי, מנות הלוי, אילת אהבים און נאך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!