המכלול:שפראך געשפרעכן
↓ אראפ צום אונטן פון בלאט↓ אראפ צום אונטן פון בלאט ברוכים הבאים צום שפּראך געשפּרעכן בלאט! אין דעם בלאט קענט איר ארויפברענגען שאלות אין די פאלגנדע נושאים:
|
צולייגן א נייע שאלה | |
---|---|
קעפל פונעם שאלה: | |
פאר טעכנישע שאלות גייט צו צום הילף טישל. |
אכטונג: נייע שאלות געפונען זיך סוף פון דעם בלאט, נישט אנהייב.
ייעוץ לשוני
אקטיווע מכלולאים מען דארף אויפקומען מיט א גוטע נאמען פאר אט דער דאזיגע בלאט... שווערמער (שמועס) 05:58, 21 יוני 2023 (IDT)
- אקטיווע מכלולאים, וואס זאגט דער עולם צו "המכלול:שפראך געשפרעכן"? (קרעדיט פאר נייטראלער). — צמא לדעת • שמועס • ו' כסלו ה'תשפ"ד 23:46, 19 נאוועמבער 2023 (UTC)
- הערט זיך (און אנטשפרעכט צו זיין) געוואלדיג! עברי אנכי (שמועס) 00:16, 20 נאוועמבער 2023 (UTC)
- זייער שיין, אבער א. טוישן אויך ביים אריינפיר (איך בין נישט ערלויבט דאס צו טוהן), ב. אויך פאר "דיוק לשוני" דארף מען טרעפן אן אנדערן ריכטיגן יידישן אוידרוק.. • • • האט'ס אמונה • שמועס מיט מיר • שרייב צו מיר • ז' כסלו ה'תשפ"ד • 17:17, 20 נאוועמבער 2023 (UTC)
"פלוני'ס פעולה" אדער "פעולה פון פלוני", א כלל?
אקטיווע מכלולאים ובפרט שפראך עקספּערטן (אויך די וואס זענען נישט אזוי אקטיוו כרגע ), ווען מען באצייכנט א פעולה אדער שם דבר בשייכות צו א מענטש, איז פארהאן א כלל וויאזוי עס איז די מערסטע ריכטיג עס אויסצושטעלן?
צו געבן ביישפילן, יעצט איז עס בעיקר נוגע וויאזוי צו באטיטלען פילע פרשה ארטיקלען. אויף לשון הקודש דערמאנט מען אלעמאל דעם מענטש נאך די פעולה אדער שם דבר: חלום יעקב, בריחת יעקב, לידת יצחק, מטה משה; אבער אויף אידיש קען מען עס זאגן ביידע וועגן: חלום פון יעקב אדער יעקב'ס חלום, אא"וו. וועלכע איז בעסער?
אויב איז נישט פארהאן קיין כלל, וואלט איך געוואלט פארשלאגן איינס. קודם כל, אויב האט זיך איין וועג היבש איינגעגעבן אין באניץ און עס שפירט זיך געשמאקער, ניצט מען דאס - און אפילו אויב דאס איז אין לשון הקודש. ביי די תורה'דיגע ארטיקלען בפרט, דארף מען נישט אזוי מורא האבן פון לה"ק'דיגע נעמען. ווידער אויב איז נישט פארהאן אזא חילוק, לייגט מען דעם נאמען פון מענטש בעפאר א פעולה וואס ער טוט, אבער נאך א שם דבר אדער א פעולה וואס ווערט געטון מיט אים.
די נקודה איז, ווען עס קען געזאגט ווערן אין א זאץ וואס הייבט זיך אן "פלוני האט גע..." אדער "פלוני איז גע...", לייגט מען פלוני ערשט ("יעקב האט גע'חלומ'ט" ⇐ "יעקב'ס חלום"); ווען נישט, איז ריכטיגער צו שרייבן פארקערט ("שטעקן פון משה"). דער צווייטער פאל רעכנט אריין אפילו לידת יצחק, ווייל "יצחק איז געבוירן געווארן" באדייט באמת "אברהם און שרה האבן געבוירן יצחק" ⇐ "געבורט" בעפאר "יצחק".
וואס זאגן די עקספערטן? — צמא לדעת • שמועס • ז' כסלו ה'תשפ"ד 23:04, 20 נאוועמבער 2023 (UTC)