רוי:הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום)

פון המכלול
ווערסיע פון 18:51, 27 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]" ב־"ריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]]")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן בן שלום (געב' כ"ט חשוון ה'תרפ"ד, נפ' ה' אייר ה'תשע"ז), איז געווען דער פאשקאנער רבי, א דאקטאר פון היסטארישער וויסנשאפט און א דאצענט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט און אויך אין דעם בן גוריון אוניווערסיטעט אין באר שבע. צוזעצליך ער האט געדינט אלס ראש ישיבה פון דער מזרחי-הסדר ישיבה "אהבת ישראל" אין דעם שטעטל נתיבות.

דער פאשקנער רבי, רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן

אורשפרינגליכע געשיכטע

רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל באהוש אין רומעניע צו זיין פאטער רבי יצחק, זון פון רבי משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן, און צו זיין מוטער מרת שרה דבורה, טאכטער פון רבי מנחם מענדל פרידמאן פון באהוש, וועלכער איז געווען אויך זיין פאטער'ס שוועסטער-קינד. ער איז געהייסן געווארן נאך זיין עלטער-זיידן (זיין מאמע'ס זיידע), דער רבי, רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן פון באהוש, דער בעל מחבר ספר "פאר ישראל". ווען איז ער געווען 9 יאר אלט איז זיין מאמע נפטר געווארן. רבי ישראל האט געצויגן מיט זיך א רייכן יחוס און איז געווען אן אפשטאמלינג פון די פאלגנדע הויפן: רוזשין, קאסאוו-וויזשניץ, טשערנאביל, אפטא, סאסאוו, ראשקאוו און זלאטשאוו. זיינע עלטערן זענען געווען אייניקלעך פון רבי יצחק פרידמאן, וועלכער איז געווען באקאנט אלס דער "אדמו"ר הזקן" פון באהוש, דער עלטסטער אייניקל פון ישראל פרידמאן, וועלכער איז באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער.

רבי ישראל פרידמאן

ווען איז ער געווען דריי יאר אלט האט ער אנגעהויבן צו לערנען תורה, און שפעטער האט ער אנגעפאנגען צו לערנען ש"ס און פוסקים צוזאמען מיט א פריוואטן זיבעציג יעריגן מלמד, וועמענס ערשטער תלמיד איז געווען רבי יעקב פרידמאן פון הוסיאטין. נאכהער האט באקומען אלגעמיינע וויסנשאפט, האט געלערנט פרעמדע שפראכן און פארהערט געווארן אין דער ארטיגער שולע.

ווען איז ער געווען 16, האט ער אנגעהויבן צו לערנען דויערהאפטיג מיט זיין זיידן רבי מנחם מענדל פון באהוש, וועלכן האט ער זייער שטארק באווונדערט, און וועלכער האט געהאט א שטארקע אויסווירקונג אויף זיין ערציאונג און אויף דער פארמירונג פון זיין פערזענליכקייט.

זיינע לעצטע יארן

אנפאנג פון די 2000ער, האט ער פארלאזט די אקאדעמיע און אריבערגעגאנגען וואוינען אין דער "בית ישראל" געמיינדע (די געמיינדע באשטייט בעיקר פון מזרוחניקעס) וועלכע הויפטקווארטירט אין דער "גילה" געגנט אין ירושלים, וואו האט ער אנגעהויבן אויפטרעטן און פארלערנען שיעורי תורה אינעם בית מדרש וועלכן זיינע קינדער רבי הושע, דער היינטיגער פאשקאנער רבי, און זיין טאכטער מרת שרה אפלבוים האבן אויפגעשטעלט. צוזעצליך, פלעגט ער אויך פארלערנען שיעורים אין דער "הסדר" ישיבה פון נתיבות וועלכע געהערט צו דער מזרחי באוועגונג, און וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך זיין זון הרב שמוליק. ער האט דארט אויסגעלערנט פאר זיינע תלמידים חסידות און גמרא, אויף דער חסידישער באגייסטערונג, איינפליכטנדיג דערמיט געזעלשאפטליכן און היסטארישן הינטערגרונד.

אין זיינע לעצטע יארן האט ער באנייט דעם וועג פון זיינע אבות די רבי'ס און אנגעפאנגען צו פירן טישן אין די יארצייטן פון זיינע זיידעס, און אויך אין פארשידענע אנדערע געלעגנהייטן. טראצדעם וואס ער פלעגט גיין מיט א געשטריקטער קאפל, אויף שבתים און ימים טובים פלעגט ער אנטוהן א בעקיטשע, און טראגן א שטריימל מיט א הויכער קאפל ווי דער מנהג ביי רבי'ס וועלכע שטאמען אפ אורשפרינגליך פונעם רוזשינער גזע. ווען די טישן זענען געפראוועט געווארן אינמיטן דער וואך פלעגט ער טראגן א קאלפיק.

אור לה' אייר ה'תשע"ז איז ער נפטר געווארן און באערדיגט געווארן אין דעם "נחלת יצחק" בית החיים אין גבעתיים.

קינדער

  • ד"ר מנחם מענדל משה לייב - א דאצענט אין דער "ספיר" אקאדעמיע און אויך אין דעם אקאדעמישן קאמפוס "אחווה". דער פאַרפאַסער פונעם בוך "חסידים וחסידות בתקופת בית שני ובתקופת המשנה" (חסידים און חסידות אין דער בית שני עפאכע, און אין דער עפאכע פון דער משנה).
  • הרב ירמיהו - פון די גרינדערס פונעם שטאטישן קיבוץ "ראשית".
  • הרב שמוליק - דער גרינדער פון די "הסדר" ישיבות און "מדרשיות" פאר מיידלעך אין ירוחם און אין נתיבות, און א געזעלשאפטליכער אקטיוויסט.
  • בריגאדן-גענעראל הרב הושע - דער עמטליכער ממשיך פון זיין פאטער אלס פאשקאנער רבי.
  • מרת שרה אפלבוים - א געזעלשאפטליכע אקטיוויסט, און פון די גרינדערס פונעם שטאטישן קיבוץ און בית מדרש "בית ישראל" אין דער גילה געגנט אין ירושלים.

 

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!