רוי:קאלפיק
א קאלפיק אדער קאלפאַק איז א הויך היטל פון פעלץ וואס פלעג זיין ביז דער ערשטער וועלט מלחמה א וואכעדיגער מלבוש אין גאליציע, און בחורים פלעגן דאס טראגן שבת און יום טוב.
דער קאלפיק איז א ביסל ענליך צו א ספאדיק, אבער ענדערעש פון דעם ספאדיק זיין פארב איז ברוין, און זיין פרייז איז טייערער, עס פירן זיך די רעבישע אייניקלעך צוגיין דערמיט, און אזוי אויך געוויסע רביס, אין יומי דפגרא און אין יארצייטן ביים טיש.
היינט גייען א קאלפיק נאר געוויסע רבישע אייניקלעך שבת פון דער בר מצווה אן ביז צו דער חתונה. צווישן זיי זענען אריינגערעכט אייניקלעך פון די פאלגנדע הויפן: בעלזא, וויזשניץ, סערעט וויזשניץ, סקווירא, בעלזא-מאכניווקא, רחמיסטריווקא-אמעריקע, טשערנאביל, ספינקא (בלויז אין דער הורוויץ משפחה) און אין נאך א פאר קליינע חסידות'ן. גאליציאנער רבנים (בלויז א טייל פון זיי) טוען אן א קאלפיק צו א סנדקאות אדער סידור קידושין.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!