רוי:אונגארן

פון המכלול
ווערסיע פון 18:08, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן " ב־" אידן ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אונגארן
פאן
סימבאָל
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך אונגאריש
הויפּטשטאָט בודאפעסט
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
לאַשלא סאליאם
פערענטש גיורטשאַני
גרינדונג דאַטום
896
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
93,030 קוואַדראַט ק"מ
109
0.74%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

9,769,526
79
109 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $199,395 ביליאן (43סט)
וואַלוטע פארינט
צייט זאָנע UTC+1
אינטערנעט דאָמען hu.
טעלעפאָן קאָד 36+

אונגאַרן (אױך׃ אונגערן[1], אונגאַריש: Magyarország מאָדיאָראָרסאַג) איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל אייראפע וואס גרענעצט זיך מיט עסטרייך, סלאוואקיי, אוקראינע, רומעניע, סערביע, קראאטיע און סלאוועניע. זיין הױפּטשטאָט איז בודאַפּעשט. אונגארן איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און איז א שענגען לאנד. די אפיציעלע שפראך איז אונגאריש.

היסטאריע

דאס אונגארישע קעניגרייך

נאך דער ערשטער וועלט־מלחמה

אזוי ווי אונגארן איז געווען א טייל פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע, וואס האט נאכגעגעבן ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה, האט עס פארלוירן א גרויסן שטח פונעם לאנד. רומעניע האט איבערגענומען זימבערגן און אנדערע טיילן פון מזרח אונגארן, דאס נייע לאנד טשעכאסלאוואקיי האט איבערגענומען די צפונדיקע טעריטאריעס (כולל א גרויסן טייל פון אויבערלאנד) און בשותפותדיקע סערבישע און פראנצויזישע ארמיי האט איבערגענומען א שטח אין דרום.


קאמוניסטישע רעגירונג

אין 1946 האבן זיך די קאמוניסטן געשטארקט, און צוביסלעך געקומען צו די מאכט, אונגארן איז געווארן א קאמוניסיש לאנד, און טויזנטער יידן זענען איינגעשפארט געווארן, אין די גרעניצן פונעם לאנד, אלעס אונטערן איינפלוס פון דעם סאוועטן פאריין,

אונגארן האט זיך אנגעשלאסן צו דעם ווארשע פאקט, מיט אלע אנדערע קאמוניסטישע לענדער אינעם ראיאן,

אין 1956 האט אויסגעבראכן די אונגארישע רעוואלוציע, קעגן דער קאמוניסטישער פירערשאפט, די רוסן האבן אריינגעברעגט די מיליטער, און האבן אונטערדריקט די רעוואלוציע, מיט גרויס ברוטאלקייט, טויזנטער אידן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט, און אנטרינען קיין עסטרייך, און פון דארט צו אנדערע לענדער ארום דער וועלט, ווי ישראל, פאראייניגטע שטאטן, ענגלאנד און קאנאדע

די סיטואציע אין דעם לאנד פון די מאזשיארן, האט זיך נישט צופיל געבעסערט, פארקערט גאר די מצב איז געווארן מער אנגעצויגן מיט רוסלאנד, און די עקאנאמישע לאגע איז געווען אין א כאאס צושטאנד,

אונגארן האט באקומען זעלבסטשטענדיגקייט, ווען דער סאוועטן פאריין איז געקומען צו אן ענדע.

די דריטע אונגארישע רעפובליק

וויסנשאפט

פאליטיק

עקאנאמיע

נאך פיר צענדליקער פון קאמוניסטישער הערשאפט, האט אונגארן פארוואנדלט א צענטראליזירטע עקאנאמיע אין א מארק עקאנאמיע. אויסלענדישער אייגנשאפט און אינוועסטירונג אין אונגארישע פירמעס זענען גוט פארשפרייט. אונגארן וויל אריינגיין אין דער אייראזאנע אין די יארן 2012–2013; כדי דאס אויספירן מוז עס מינערן די רעגירונג הוצאות און רעפארמירן די עקאנאמיע.

אלס איינער פון די נייעסטע מיטגלידער פונעם אייראפעישן פארבאנד (זייט 2004) האט אונגארן געוויזן עקאנאמישן וואוקס. דער פריוואטער סעקטאר פארנעמט מער ווי פון 80% GDP. דער העכסטער שטאפל פון איינקונפט־שטייער איז גאנץ הויך, אבער קארפאראטיווע שטייערן זענען נידעריג. אינפלאציע היינט איז נידעריג.

היינט איז אונגארן א פולער מיטגליד אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (זייט 2006) און די וועלט האנדל ארגאניזאציע.

געאגראפיע

אונגאַרן איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל אייראפע מיט א שטח פון 93,030 קוואדראט ק"מ. דאס לאנד ווערט צעטיילט דורך דעם דוניי טייך. דער מזרח טייל איז מערסטנס פלאך, מיט בערג אין צפון לעבן דעם גרענעץ מיט סלאוואקיי, און דער גרויסער אונגארישער פליין אין דרום־מערב. אויך אינעם מזרח טייל איז דער טיסא טייך. דער מערב טייל איז מער בערגיק, און האט די באלאטאן אזערע, די גרעסטע אזערע אין צענטראלער אייראפע.

בילדונג

אונגארן איז בארימט פאר זיין אויסגעצייכנטע מאטעמאטיק בילדונג. צווישן די וועלט באקאנטע אונגארישע מאטעמאטיקער זענען דזשאן וואן נוימאן און פאל ערדאש.

אונגארישע דערפינדונגען

רעפערענצן


Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.