רוי:פרשת מטות
מטות איז די ניינטע סדרה אין ספר במדבר. די סדרה הייבט אן קאפיטל ל' פסוק ב' און קאנטשעט קאפיטל ל"ב פסוק מ"ב.
בדרך כלל ליינט מען פרשת מטות צוזאמען מיט דער נעקסטער פרשה, מסעי. נאר זעלטן זענען די צוויי סדרות באזונדער, אין אן עיבור יאר, ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק, ד"ה א יאר מיטן קביעות השג אדער החא. אויך אין ארץ ישראל, ווען פסח געפאלט שבת, ד"ה א יאר מיטן קביעות בשז אדער גכז. אזוי וועט אויסקומען אז מען ליינט פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב.[1]
טעמעס אין דער סדרה
- פרשת נדרים: די הלכות פון מאכן און מתיר זיין א נדר.
- מלחמת מדין: פינחס פירט די יידן אין א קאמף. די דינים פון כשר'ן און טובלן כלים ווערן געברענגט דא.
- די שבטים פון גד און ראובן בעטן זייער ארבטייל אין עבר הירדן. משה רבנו הייסט זיי באטיילן מיט די אנדערע שבטים איינצונעמען ארץ ישראל פון די כנענים איידער זיי באזעצן זיך אין עבר הירדן, אויך העלפט פון שבט מנשה קריגט א טייל פון עבר הירדן.
הפטורה
ווען מטות גייט באזונדער ליינט מען די ערשטע הפטורה פון די תלת דפורענותא, די הפטורות פון די דריי וואכן, ירמיה פון אנהייב ביז קאפיטל ב' פסוק ג'.
ווען מטות גייט צוזאמען מיט מסעי ליינט מען די הפטורה פון מסעי.
רעפערענצן
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!