אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פורים פראנקפורט"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
4,721 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
וויינרייך
אין תקציר עריכה
(וויינרייך)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 135: שורה 135:


==מגילת ווינץ==
==מגילת ווינץ==
א דיכטער, אלחנן בר אברהם העלן, וועלכער האט געשטאַמט פון א חשוב׳ער פראַנקפורטער פאַמיליע העלן, וואָס האָט נאָך געהאַט דעם ביינאָמען ווערטהיימער{{הערה|שודט דערציילט וועגן דעם אין זיינע «Jüdische Merckwürdigkeiten»}}, און איז געווען א תלמיד־חכם; ער האָט אָנגעשריבן א פּאעמע, "מגילת־ווינץ", אויף העברעאיש און אידיש. א סברא, אַז דאָס איז נישט זיין איינציג ווערק; לויט ווי שטיינשניידער איז משַׁער, איז ער דאָס יענער «אלחנן פראַנקפורט», פון וועמען ס׳איז אַרויס אין לובלין (1624) די פּאָעמע «שיר וזמר נאה על אורך הגלות», אויך אויף העברעאיש און יידיש. אין וועלכן יאָר ר׳ אלחנן איז געבוירן געוואָרן, ווייסן מיר נישט; געשטאָרבן איז ער, לויט געוויסע סימנים, ניט שפּעטער ווי אין 1624־טן יאָר{{הערה|1=Steinschneider, Catal. libr. Hebraeorum in Biblioth. Bodleiana באַנד 1, זייט 921.}}.
די «מגילת־ווינץ» איז אַרויסגעגעבן געוואָרן א סך מאָל סיי אויף העברעאיש, סיי אויף אידיש. דער ערשטער דרוק איז אַרויס (אין ביידע שפּראַכן גלייכצייטיג), אָן א יאָר און אָן א שטאָט; שטיינשניידער איז משער, אַז דאָס איז פאַרעפנטליכט באַלד נאָך דער ליקווידאַציע פון גירוש, אין 1616טן יאָר{{הערה|1=זעה שטיינשנײַדער Catalogus Librorum Hebr. in Bibliotheca Bodleiana, ב. I., ז. 921. פון דעם אָרט בײַ שטיינשניידערן זײַנען אַרויסצוזעהן די טעות׳ן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין ז. רייזענס «לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע», ז. 217: ערשטנס, איז אַן עקזעמפּלאַר פון דער ערשטער אויסגאַבע פאַראַן אין דער באָדלעיאַנאַ (אין אָקספאָרד), צווייטנס, איז זי געדרוקט ניט אין פראַנקפורט, ווײַל דאָרט איז דאַן קיין יידישע דרוק ניט געווען, נאָר אפשר אין האַנוי אָדער אין באַזעל.}}. דאָס צווייטע מאָל איז עס געדרוקט געוואָרן 1648 אין אַמסטערדאַם; אַרויסגעבער איז געווען, ווי דאָס איז צו זעהן פונם העברעאישן טייל פון שער־בלאַט, דעם מחבר׳ס אייניקל אלחנן בן נפתלי. לויט ווי ער דערציילט, איז די «מגילה» געוואָרן אַזוי זעלטן, אַז מען נעמט שוין פאַרגעסן די פאַקטן; דעריבער דרוקט ער דאָס, כּדי עס זאָל זיין אַן אָנדענק פאַר די קומענדיגע דורות. די אַמסטערדאַמער אויסגאַבע ברענגט אויך אי דעם העברעאישן, אי דעם יידישן טעקסט. בלויז אויף העברעאיש איז די מגילה איבערגעדרוקט אין «צמח דוד» פון דוד גאַנז{{הערה|1=אָנהייבנדיג פון דער אויסגאַבע פון 1692, פראַנקפורט־מאַין.}}; נאָר אויף יידיש — איז זי אַרויס אין א באַזונדער אויסגאַבע פראַנקפורט־מאַין 1696 און אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער יידישער איבערזעצונג פון «צמח דוד», פראַנקפורט־מאַין 1698.
די אויסגאַבע פון 1648 איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין יידיש־טייטשע כרעסטאָמאַטיעס, וואָס קריסטן האָבן אַרויסגעגעבן: איינמאָל ביי וואַגענזייל׳ן Belehrung der jüdisch-teutschen Red- u. Schreibart, 1699) א צווייטן מאָל ביי שודט׳ן (Jüdische Merkwürdigkeiten, 1715).
שטיינשניידער פאַרצייכנט נאָך א יידישע יונגע אויסגאַבע, קראָקע 1879: «מגלה עפה», אַרויסגעגעבן פון אהרן ראָזענליכט, 51 זייטן אין 8<sup>0</sup>{{הערה|1=שטיינשניידער, (Geschichtslit d. Juden, Abt. I (1905, נומ. 140}}.


==דער דענקמאל==
==דער דענקמאל==
שורה 152: שורה 159:
*שודט, "יודישער מערקווירדיגקייטן", [https://www.digitale-sammlungen.de/de/view/bsb10521411?page=67 (טייל II, בוך VI, קאַפּ. 5, ז. 55)]
*שודט, "יודישער מערקווירדיגקייטן", [https://www.digitale-sammlungen.de/de/view/bsb10521411?page=67 (טייל II, בוך VI, קאַפּ. 5, ז. 55)]
*[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=njp.32101069151510&seq=7 Die tragoedia von Vincenz Fettmilch], 1905
*[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=njp.32101069151510&seq=7 Die tragoedia von Vincenz Fettmilch], 1905


https://www.omnia.ie/index.php?navigation_function=3&europeana_query=FETTMILCH&omnia_searchform=yes
https://www.omnia.ie/index.php?navigation_function=3&europeana_query=FETTMILCH&omnia_searchform=yes

נאוויגאציע מעניו