רוי:פורים פראנקפורט

פון המכלול
יומא דפגרא פאר פראנקפורטער אידן אום כ' אדר
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פורים פראנקפורט (אדער "פורים ווינצענץ") איז א ספּעציעלע פּורים וואס אידן פון פראנקפורט האבן געפייערט יעדעס יאר אינעם טאג כ' אדר (כ' אדר א' אין אן עיבור יאר), צוליב די ישועה וואס זיי זענען געהאלפן געווארן אין דעם טאג אינעם יאר ה'שע"ו (1616), מיט דעם הענגען פון ווינצענץ פעטמילך (אויך באקאנט אלס ווינס האנץ אדער ווינץ האנץ). דער חתם סופר האט זיך געפירט אין דעם טאג צו מסיים זיין א מסכתא און מאכן א סעודה.

די געשיכטע

ווינצענץ פעטמילך
די פלינדערונג פון די פראנקפורטער יודנגאסע דורכאויס די פעטמילך ראיאטן, אין א קריצונג פון יאר שפ"ח.
פארטרייבונג פון די אידן פון פראנקפורט דעם 23טן אויגוסט 1614 נאך דעם פעטמילך אויפשטאנד, "ווען מען האט פאר זיי געעפנט דעם פישערפעלד-טויער און מען האט זיי געלאזט זעגלן אויפן וואסער, האבן זיך גערעכנט 1380 מענטשן, יונג און אלט, וואס זענען ארויסגעגאנגען פונעם טויער."

הינטערגרונד

קאָנראַד שאָפּ, קאָנראַד גערנגראָס און ווינצענץ פעטמילך

פראַנקפורט ביים מאַין, אַן אלטער אידישער ישוב, האט פון מיטן 16טן י״ה שוין געהאט א היפּשע קהילה. די אידן האבן געוואוינט אין דער "אידישער גאַס", וואס פלעגט פארשלאסן ווערן אלע ביינאכט און אויך אין יום־טובים און חגאות. אין דער צייט, האט פראנקפורט געהאט א 2000 אידישע נפשות. אין זייער אינעווייניגסטן לעבן זענען זיי געווען אינגאנצן זעלבשטענדיג, נאר מיט איין תנאי: זיי זאלן אפּהיטן די כּללים פון די "פּריווילעגיעס" (Stättigkeit). קויפן נחלאות האבן אידן נישט געטארט; צו די צעכן (יוניאנס) פון די בעלי־מלאכות האט מען זיי אויך נישט צוגעלאָזט. אויך איז זיי געווען פארבאטן צו האנדלען מיט נייע קליידער, מיט געווירץ, מיט שניט־סחורה א.אז.וו. דער מיין איז געווען א קלארער: ווי ווייט מעגליך באַווארענען דעם קריסטליכן האנטווערקער און קרעמער פון דער אידישער קאנקורענץ. דעריבער איז ביי אידן געבליבן סוף־כל־סוף נאר איין פּרנסה: אויסלייען געלט אויף פּראצענט. אין די תקנות זענען אויסגערעכנט די פאָרמאַליטעטן וועגן ארויסגעבן די הלוואות און וועגן די שטרות, ס'זענען דערמאנט זאכן, וואס אידן טארן בשום־אופן נישט נעמען פאר משכנות (זאכן, וואס באלאנגען צום שטאטישן ראט, קלויסטערישע חפצים א. ד. ג.) פאר עובר זיין אויף די תקנות איז געקומען א הארבע שטראף, נאר בעצם איז נעמען וואָכער (ריבית) געווען א כּשר'ע פּרנסה. דער שטאטישער ראט גופא פלעגט אנטלייען די אידן (אויף פּראצענט, געווענליך) געלט אלס "אויסקער־קאפּיטאל", און אידן האבן געמוזט, כדי צו געניסן עפּעס דערפון, נעמען פון זייערע קליענטן נאך גרעסערע רווחים. אידן האבן געמעגט נעמען 12 פּראצענט, אין דער צייט ווען קריסטן איז געווען ערלויבט נישט מער ווי 6. אמת, די קאנקורענץ צווישן אידן גופא איז געווען גרויס, מלווים זענען געווען א סך, און דעריבער פלעגט דער פּראצענט אפטמאל געמינערט ווערן; נאר פונדעסטוועגן איז די קריסטליכע באפעלקערונג געווען שטארק אויפגעברויזט, ווייל זי האט נישט געוואוסט און נישט געוואלט וויסן פון דעם, אז די מאכט "פּראָטעזשירט" די אידן נאר צוליב דעם, כדי זיי דערנאך בעסער צו בארייסן.

זייער גרויס איז אויך געווען די אומצופרידנקייט פון די קריסטליכע בעלי־מלאכות און קרעמער, ווייל נישט געקוקט אויף אלע איסורים האבן זיך אידן פארט (שטילערהייט) פארנומען אי מיט מלאכה, אי מיט מסחר. אין די אקטן פון יענער צייט געפינען זיך אָן א שיעור פּעטיציעס וועגן דער אידישער קאנקורענץ. די שניידער האבן טענות, אז אין דער אידישער גאס זענען פארהאן פּעק נייע קליידער; די זיידנס־און געוואנט־קרעמער קלאגן זיך, אז אידן רייסן ארויס ביי זיי דעם ביסן ברויט פון מויל. אידן האבן, פארשטייט זיך, אויך נישט געשוויגן און ענערגיש זיך פארטיידיגט.

ביי דער קריסטליכער באפעלקערונג איז גרויס געווען דער פארלאנג פָטור צו ווערן אינגאנצן פון אידן. און היות דער שטאטישער ראט איז געווען אויפן צד פון די אידן, האט מען אנגעהויבן העצן קעגן דעם ראט אויך.

די פירער פון דער באַוועגונג זענען געווען: דער לעקעך־בעקער (געוועזענער "שרייבער", ד"ה ווינקל־אַדוואָקאַט; shyster) ווינצענץ (ווינץ־האַנס) פעטמילך, דער שניידער קאָנראַד שאָפּ און דער סטאָליער קאָנראַד גערנגראָס. זיי האבן גערופן דאס פאלק צו מאָנען ביים ראט, אז מען זאל פּובליקירן די "פרייהייטן" — די פּריווילעגיעס, וואס די פרייע שטאט פראנקפורט האט באקומען ביים קייסער; זיי האבן פארלאנגט צו וויסן גענוי, וואָסערע רעכט און וואָסערע התחייבות'ן זיי האבן. ווייטער האבן זיי געפאדערט, מען זאל פארקלענערן די צאל אידן און זיי פארבאטן צו נעמען א הויכן פּראצענט; זיי האבן געפאדערט א דין־וחשבון אויף די שטאטישע געלטן. דער ראט האט אפּגעצויגן דעם ענטפער; אַן אפּעלאציע פון די בירגער צום קייסער האט אויך נישט געהאלפן.

דא האט זיך אין פראנקפורט אנגעהויבן א מהומה; צייטנווייז האט געשטורעמט, צייטנווייז איז געווארן אביסל שטילער, נאר רואיג איז שוין נישט געווארן אין משך פון עטליכע יאר. איינמאל האָט זיך דער המון אריינגעריסן אין "רעמער" (Römer; ראטהויז), געמאנט די פּריווילעגיעס, אויסגעקליבן אַן אייגענעם בירגער־קאמיטעט. דער שטאטישער ראט איז געגאנגען א ביסל אויף הנחות, נאר גלייכצייטיג געבעטן הילף ביים קייסער. קייסער מאַטיאַס ווידער האט איבערגעגעבן די זאך זיינע קאָמיסאַרן, דעם אַרציביסקופּ פון מאַינץ און דעם לאַנדגראַף פון העסען. זיי האבן געהייסן מאכן אַן אויספארשונג, און דורך דעם האט זיך די זאך ווידער פארצויגן אויף לאנגע חדשים. די קאָמיסאַרן האבן געפּרובט פּסק'ענען לטובת די אידן, נאר קיינער האט זיי נישט געפאלגט. פארקערט, די אויפרעגונג איז געווארן וואס ווייטער אלץ גרעסער.

די אידישע באפעלקערונג האט די גאנצע צייט געליטן פון דער הפקרות פון המון; נאר די אמת'ע צרות פאר אידן האבן זיך אנגעהויבן אין 1614. אום שבועות האט שוין איינמאל געהאלטן דערביי, אז אט־אט רייסט זיך דער המון אריין אין די אידישע הייזער. דעמאלט איז נאך אריבער בשלום, גאר מיט עטליכע חדשים שפּעטער האט זיך געטראפן דאס אומגליק.

דעם 22טן אויגוסט האָט זיך אָנגעהויבן א שטורעם אויף דער יידישער גאַס; אויף מאָרגן האָבן זיך די מורדים אַריינגעריסן אין די טויערן. מען האָט געראַבירט א גאַנצן מעת־לעת נאָכאַנאַנד, און קיין איין ייד איז ניט געווען זיכער מיטן לעבן. דעם 23טן האָט מען ענדליך געטון די אידן א "טובה": מען האָט זיי ערלויבט צו פאַרלאָזן די שטאָט; זיי זענען אַוועק אין די נאָהענטע קהילות. סך־הכל האָט מען געציילט אַרויסגייענדיג פון טויער 1380 אידן; אַנדערע זענען נאָך געבליבן באַהאַלטן אין שטאָט און זענען אַוועק א ביסל שפּעטער.

איצט האָט זיך אַריינגעמישט דער קיסר. ער האָט געגעבן א באַפעל, מען זאָל אַרעסטירן די אָנפירער פון דער מרידה. פונדעסטוועגן זענען אַוועק דריי חדשים, און מען האָט געמוזט אָנווענדן שטרענגע רעפּרעסיעס קעגן פראַנקפורט, ביז וואַנען עס האָט זיך איינגעגעבן אַריינצוזעצן אין תפיסה פעטמילכן און זיינע חברים. די אידן האָבן פונדערווייטנס געוואַרט מיט האַרצקלאַפּעניש אויפן רעזולטאַט פון דער אויספאָרשונג; אָבער ניט אַזוי גיך איז זיי באַשערט געווען אומצוקערן זיך אַהיים. דער קיסר האָט אַפילו שוין אין 1614 פאָרגעלייגט די קאָמיסאַרן זיינע, אַז מען זאָל די אידן אומקערן קיין פראַנקפורט, נאָר די קאָמיסאַרן האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז נאָך צו פרי. אין סעפּטעמבער 1615 איז ענדליך אַרויס א באַפעל, אַז פראַנקפורטער אידן מעגן זיך אומקערן אַהיים. די אידן האָבן אָבער נאָך מורא געהאַט, און דעריבער האָבן די פַּרנָסים (פאָרשטייער פון דער קהילה) באַשטימט ע״פ גורל פערציג פּערזאָן, און מען האָט זיי אַרויסגעגעבן די שליסלען פון דער יידישער גאַס און פון דער שול.

אין משך פון גאַנצן ווינטער האָט מען געאַרבעט אויף פאַרריכטן די צעשטערטע הייזער, און דערווייל איז געגאַנגען די געריכטליכע אויספאָרשונג קעגן די אָנפירער פונם אויפשטאַנד. דעם 21טן פעברואַר 1616 איז אַרויס א הודעה פון די קאָמיסאַרן, אַז דעם 28טן וועט מען מקַיים זיין דעם פּסק־דין; מען האָט געהייסן דעם תַּלין זיין גרייט צום באַשטימטן טאָג. צו די פראַנקפורטער אידן איז אַרויס א באַפעל, אַז זיי זאָלן זיך אויפקלייבן דעם 28טן אינדערפרי פאַרן באָקנהיימער טויער און וואַרטן וואָס מען וועט זיי הייסן.

אין דעם באַשטימטן טאָג איז פאָרגעקומען די עקזעקוציע איבער די מורדים, און דערנאָך האָט מען די אידן מיט גרויס פּאַראַד אַריינגעפירט אין געטאָ.......

פעטמילך אויפשטאנד

אין יאר ה'שע"ב האט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאנד, אויסגעבראכן אַן אויפשטאנד דורך דער גויאישער המון קעגן דעם שטאָט־ראַט, וואס איז באפרייט געווארן פון די אריסטאקראטן. דער אנפירער פונעם דאזיגן אויפשטאנד איז געווען דער טרויעריג־בארימטער אנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, אַן איינפאכער בעקער, וועלכער האט זיך אליין א נאמען געגעבן "דער נייער המן", און האט דעם נאמען כשר פארדינט. אדאנק זיין ענערגיע און געבוירענער פעאיגקייט צו זיין אַן אנפירער פון המון, האט דאס פּראסטע פאלק אים כמעט פארגעטערט און אין אים שטארק געגלויבט. ער איז געווארן דער אנפירער פון דער דעמאקראטיע און אויפן ערשטן פּלאן געשטעלט דעם קאמף קעגן אידן.

אינמיטן מאי 1612 האבן די פירשטן זיך פארזאמלט אין פראנקפורט־אם־מאין צו קרוינען דעם קעניג מאַטהיאַס. דערווייל האבן געוויסע גרופּן זיך געווענדעט צום קעניג מיט פארשידענע פּעטיציעס. איין פּעטיציע האט געבעטן אז מ'זאל פארקלענערן די צאל אידן אין פראנקפורט און אז זיי זאלן נישט טארן נעמען מער ווי פינף פּראצענט פאר הלואות, וואס איז אגב געווען זייער איינציגער מיטל צום לעבן. דער קייזער האט די דאזיגע פּעטיציע צוריקגעוויזן. די אידן־פרעסער האבן אבער נישט אויפגעגעבן זייער רשעות. עטליכע יאר כסדר האבן זיי זיך געהאלטן אין איין באמיען ביים קייזער, אז מ'זאל ארויסטרייבן די אידן פון פראנקפורט־אם־מאין, אבער דער קייזער האט אלע מאל אפּגעלייגט. איז געגאנגען ווינצענז פעטמילך און האט אליין אנגעהויבן דורכפירן זאכן, וואס זענען געווען קעגן דעם קייזער'ס באשלוס.

ער האט אפּגעדרוקט א בראָשור, אין וועלכער עס זענען אויסגערעכנט געווארן אלע געזעצן און דינים וועגן די אידן און זיך באמיט צו באווייזן, אז די אלע געזעצן וועגן אידן ווערט נישט אפּגעהיט. די בראשור איז אין פיל עקזעמפּלאַרן פאנאנדערגעטיילט געווארן צווישן די קריסטליכע קרעמער און האנטווערקער און געהאט א גרויסע ווירקונג. מען האט עפנטליך אנגעהויבן רעדן, אז מען דארף מאכן א פּאָגראָם אויף אידן און זיי ארויסטרייבן פון שטאט, און מען האט שוין אפילו עטליכע מאל באשטימט דעם טאג פון דעם פּאגראם. וואס ווייטער איז די לאגע געווארן אלץ ערגער. פעטמילך און זיין חבריא האבן אלץ העכער אויפגעהויבן דעם קאפּ און אנגעהויבן ביסלעכווייז פארכאפּן אין זייערע הענט די ממשלה איבער די שטאט־אָנגעלעגנהייטן. קיין פראנקפורט זענען געקומען די קאָמיסאַרן פון קייסער און דעלעגאטן פון דעם פירשט לודוויק פון העססען־דאַרמשטאַט, וועלכע האבן זיך באמיט צו מאכן שלום צווישן די שטאט־ראַטן און די בירגער און דערמיט פארהיט פון אנפאלן אויף אידן, אבער עס האט נישט געהאלפן.

דעם ערשטן טאג שבועות האבן פעטמילכ'ס חברים זיך אריינגעריסן אין דעם אידישן געטאָ. די אידן האבן שוין פריער געוואוסט, אז עס שטייט זיי פאָר א סכנה, און דערווייל ארויסגעשיקט זייערע פרויען און קינדער. די לאגע איז נאך ערגער געווארן דערמיט, וואס די קאָמיסאַרן, וועלכע האבן געוואלט איינשטילן די אומרוען, האבן געסטראשעט דעם המון, אז מען וועט אים שטרענג באשטראפן. פעטמילך און זיין חבריא זענען געווארן נאך מער אויפגערעגט און באשטימט א טאג, ווען עס וועט זיך אנהייבן דער אמת'ער פּאגראם. אידן איז מער נישט געבליבן, ווי פאסטן, תפילה טון און ווארטן שטיל אויף דעם נאנטן שטורעם, וואס דארף קומען. דער טאג פון פאלקס־צארן און נקמה איז ענדליך געקומען.

דערווייל האט זיך כ"ו אלול שע"ד, דערטראגן א קלאנג צו די פראנקפורטער אידן, וועלכע האבן געלעבט אפּגעשלאסן אין געטא, אז מ'וועט פּלינדערן די "יודען־גאַסע". האבן א טייל אידן זיך אויסבאהאלטן ביי פריינטליכע קריסטן. אזוי האט, למשל, איין קריסט אליין באהאלטן ביי זיך אומגעפער זעכציג אידישע נפשות. דער גרויסער עולם אבער איז געבליבן אין דער היים און מיט טויט־שרעק געווארט אויפ'ן אומגליק. דעם גרעסטן טייל קינדער און פרויען האבן זיי אוועקגעפירט אויפ'ן בית עולם, און די מענער האבן זיך א נעם געטון פארריגלען די טויערן. זיי האבן אויך אויפגעשטעלט באריקאדן פון פענסטער און פון אלץ וואס ס'האט זיך נאר געלאזט, און זיי האבן זיך אויך באוואפנט מיט וואס ס'האט זיך געלאזט.

ווען די אידן האָבן זיך געפונען אין שול[מקור פארלאנגט], האט דער ווילדער המון אנגעהויבן באלאגערן די טויערן פון געטא. עס איז געווארן א שרעקליכע מהומה. ארום פינף אזייגער נאכמיטאג[מקור פארלאנגט] האבן די דייטשע פאלקס־מאסן, געפירט פון האנד־ווערקער געזעלן, זיך געלאזט צום געטאָ־טויער. ביז צען אזייגער אין אווענט האבן די כוליגאנעס ביטער געקעמפט, כדי דורכצוברעכן דעם טויער, אבער צוליב די העלדישע פארטיידיגונג פון די פראנקפורטער אידן איז זיי דאס נישט געלונגען. פעטמילך האט שוין מער קיין געדולד געהאט און ער האט שוין געוואלט ברענגען געווער צו צעשמעטערן די טויערן, איז אבער דערווייל געלונגען עטליכע כוליגאנעס דורכצוברעכן א וואנט פון א קליינער הייזקע, וואס איז געשטאנען זייער נאענט ביים טויער, און זיי זענען אריינגעדרונגען אין רער "יודען גאַסע".

נאטירליך, האבן זיך די אידן געוואלט א נעם טון צו זיי, אבער זיי האבן די אידן פארזיכערט, אז אדרבה, זיי זענען גאר זייערע פריינד, און זיי האבן געראטן די אידן אוועקצולייגן דאס געווער. די אידן האבן זיך געלאזט איבעררעדן, זיי האבן זיי געגלויבט און געפאלגט זייער עצה.

אבער אין א קורצע וויילע ארום, האבן די אידן איינגעזען זייער טעות. די פאררעטער האבן זיך א נעם געטון אפּרוימען די באַריקאַדן, און דורך סיגנאלן האבן זיי זיך פארשטענדיגט מיט די באנדיטן פון יענער זייט טויער. דאן האבן זיי ברייט געעפנט דעם טויער און דער רויב־דורשטיגער המון האט זיך אריינגעריסן אין דער "יודען־גאַסע".

אבער נישט אזוי גיך האבן די אידן זיך אונטערגעגעבן. א טייל אידן האבן זיך באַוואפנט און ארויסגעטראטן קעגן המון מיט געווער אין די הענט און העלדיש געקעמפט, פארוואונדעט עטליכע כוליגאנעס און איינעם אפילו דער'הרג'עט. אויך פון די אידן זענען געפאלן צוויי העלדן. אבער סוף כל סוף האט פעטמילכ'ס קאָמפּאַניע גובר געווען און ערשט דאן, ווען די אידן האבן איינגעזען, אז ס'האט נישט קיין זין צו קעמפן קעגן אזא גרויסער מאיאריטעט, האבן זיי זיך צוריקגעצויגן, און דער גרעסטער טייל איז אוועק אויפ'ן בית עולם צו די פרויען און קינדער.

דאן האט דער המון אנגעהויבן אויסגיסן זיין שרעקליכן צארן: מען האט געראבעוועט און גע'הרג'עט, געשענדעט די ספרי־תורות, געבראכן די אידישע הייזער אאז"וו. דער פּאגראם האט געדויערט א טאג מיט א נאכט. א טייל אידן האבן זיך אויסבאהאלטן אין די הייזער פון זייערע באקאנטע קריסטן, אבער דאס רוב איז אנטלאפן אויפן אידישן בית־הקברות און דארט זיך אויסגעלייגט אויף דער ערד, צוגעדריקט איינער צום צווייטן און געווארט אויף זייער סוף. א טייל אידן האבן זיך אנגעטון תכריכים און געווארט אויפן טויט.

די צעווילדעוועטע כוליגאנעס זענען זיי נישט נאכגעלאפן, נאר זיי האבן זיך א לאז געטאן ראבעווען די אידישע הייזער. פעטמילך אליין איז אויך געווען צווישן די רויבער. ער האט אפילו אנגעוויזן וואס מ'זאל אוועקפירן צו אים אהיים. דערווייל האט זיך פארשפּרייט איבער פראנקפורט א קלאנג, אז די "יודען־גאַסע" איז איבערגעגעבן פריי צו די קריסטן; האט מען זיך א לאז געטון מיט וועגענער און וועגעלאך, און יעדער איינער האָט געראבעוועט וויפיל נאר זיין הארץ האט געגלוסט, און דאס וואס מ'האט נישט געקענט אוועקנעמען, האט מען גלאט חרוב געמאכט. די טירן און פענסטער האט מען צעבראכן, די ווענט אפּגעריסן און די הייליגע שריפטן האט מען פארברענט, און עטליכע ספרי תורה געשענדט. גאנצע דרייצן שעה האט געדויערט די פּלינדערונג און דער שאדן האט באטראפן א גרויס פארמעגן.

אזוי צעווילדעוועט איז געווען דער המון, אז ס'האבן זיך געהערט קולות אז מ'זאל ראבעווען אויך ביי די רייכע קריסטן. דא האט זיך שוין דער יונגער בירגערמייסטער (סיטי מעיאָר) קעלער אנגענומען מיט מוט און מיט דער הילף פון עטליכע באוואפענטע מענטשן איז אים געלונגען פאנאנדערצוטרייבן די באנדיטן. ער האט אויך איבערגעלאזט א וואַך ביים טויער אז די פּלינדעריי זאל זיך נישט איבער'חזר'ן.

דער באנדע־פירער פעטמילך און זיינע געהילפן זענען געווען אין שטאט און געטריבן די אומגליקליכע "ווי דאס ליבע פיה" צום הייליגן ארט (בית עולם), וואס איז געווען ארומגערינגלט מיט וואַכן, כדי ער זאל קענען האבן די גאנצע געמיינדע אויף איין פּלאץ.

אין דער באגלייטונג פון זיינע געטרייע דינער און מיט א גרויסער צאל פון דעם ווילדן המון האט פעטמילך אליין זיך אוועקגעשטעלט ביים אריינגאַנג. מיט פארכאפּענדן אטעם זענען די אומגליקליבע אידן געשטאנען אין טויט־שרעק און מיט א בעטנדן בליק געקוקט אויף זיינע ליפּן און געווארט אויף זיין אורטייל. אבער זייער בעטן און וויינען האט ער מיט שפּאט איגנארירט. נאך גרעסער איז געווארן זייער שרעק, ווען צווישן המון האבן זיך דערהערט קולות "שלאגט זיי נידער!" די אומגליקליכע האבן דאס באטראכט פאר זייער לעצטע שטונדע. זיי זענען געווען גרייט אויפ'ן ערגסטן. מאנכע פון זיי האבן געזאגט וידוי און געווארט אויפ'ן טויט.

דערווייל האט פעטמילך זיי געלאזט וויסן אינ'ם נאמען פון זיין פּארטיי, אז זיי ווילן זיי נישט האבן אלס בירגער. האבן די אידן אנגעהויבן בעטן, אז ער זאל זיי ערלויבן פארלאזן די שטאט; און נאך לאנגע וויינען און בעטן, האט ער נאכגעגעבן, אבער זיי זאלן באלד פארלאזן די שטאט פראנקפורט. ווי א גוטע בשורה האבן אידן אויפגענומען די ידיעה, אז מען וועט זיי נישט אויס'הרג'ענען און אז זיי האבן דאס רעכט צו פארלאזן די שטאט. (אינעם ספר "כח יהודה"[מקור פארלאנגט] פון רבי יהודה יוסף בינגא דרוקט ער אויס וואונדער איבער דעם געוואלדיגן נס, אז אנשטאט חלילה פארטיליגן און אומברענגען דעם גאנצן קהילה וואס וואלט געווען גאר טראגיש, האבן זיי באשלאסן ענדערש צו פארטרייבן דאס גאנצע קהילה און בויקאטירן די פארמעגנס).

אינעם טאג כ"ז אלול ה'שע"ד איינס אזייגער האט זיך אנגעהויבן יציאת פראנקפורט. דרייצן הונדערט און אכציג אידן זענען געגאנגען צום טייך מאַין. דאס ביסל האב און גוטס וואס די רויבער האבן נאך נישט באוויזן צו צעראבעווען, האבן זיי מיטגענומען. אבער זיי האבן געמוזט דערפאר באצאלן שווערע סומען געלד. מיט געוויינען און יללות האבן זיי פארלאזט זייער געבורטסשטאט, אין וועלכער ס'האבן אמאל געלעבט זייערע אור־עלטערן און געגאנגען זוכן א היים. א טייל פון זיי זענען געפארן ארויף דעם טייך מאין, א טייל אראפּ דעם טייך מאין. אנדערע האבן זיך אוועקגעלאזט גלאט אין דער וועלט אריין, וואוהין די אויגן האבן זיי געטראגן. אט אזוי איז דאס פראנקפורטער אידנטום אין יענער טרויעריגער צייט צעזייט און צעשפּרייט געווארן.


די אידן האבן זיך ארויס געלאזט אין וועג צו ארומיגע מדינות, דארמשטאט מיינץ און פפאלץ. קרוב צו צוויי יאר האט דער קהילה געוואנדערט אין דער פרעמד, פון איין שטאט צום אנדערן, ביז די ידיעה פון די קהילה איז אנגעקומען צום ארטיגן מושל, און באשלאסן אריין צו נעמען די אומגליקליכע קהילה ביי זיך אין לאנד. די ראשי קהילה האבן פרובירט צו שתדלן ביים ארטיגן קייזער, און אויפגעוויזן פאר'ן מושל וואספארא אומשולד עס האט זיי באטראפן. דער מושל האט זיי פארשפראכן צו טון דערוועגן און צוריק ברענגען די קהילה קיין פראנקפורט. ער האט נאכדעם שריפטליך געשריבן צום קייזער אטיאס פון דייטשלאנד מיט וועמען ער איז געשטאנען גאנץ נאנט, שרייבנדיג וואספארא פארברעך עס איז געטון געווארן צו דער אומשולדיגע קהילה אין פראנקפורט וואס צוליב אן אנגעדרייטן בלבול האט מען צוגענומען זייער פארמעגן און ארויס געטריבן פון זייערע היימען[מקור פארלאנגט].

זעענדיג אז דאס שאדט די פארבינדונגען צווישן די מלוכות האט דער דייטשער קייזער אטיאס באאויפגעטראגט איינער פון זיינע מיניסטארן מיט'ן נאמען קרויסמיא צוריק צו ברענגען די קהילה קיין פראנקפורט, און שטארק באשטראפן די שולדיגע פארברעכער, און צו פארזיכערן די אידישע איינוואוינער פון ווילדע אומרוען[מקור פארלאנגט].


דער מאַגיסטראַט איז געווען בייז אויף דעם פּאָגראָם און אויך דער קייסער האָט געשיקט איין באַפעל נאָכן צווייטן צו באַשטראָפן שטרענג די פּאָגראָמטשיקעס, אָבער דאָס אַלץ איז נישט געווען אַרויסגעזאָגט אין אַ פעסטן טאָן. די דייטשע פירשטן, צו וועלכע דער קייסער האָט געשיקט זיינע פאַראָרדענונגען, זענען געווען ווינציג ענערגיש אין זייערע מעשים און דעריבער האָט פעטמילך זיך נישט געשראָקן און ווייטער אָפן געטון דאָס זייניגע. די פראַנקפורטער אידן זענען צוריקגעקערט ערשט דאַן, ווען דערזעלבער פּאָגראָם האָט זיך איבערגעחזרט אויך אין וואָרמס און די מעשים פון די אידנפיינד האָבן שוין איבערגעשטיגן יעדע מאָס און גרעניץ.

די ישועה

אום אדר ה'שע"ו איז געקומען די ישועה. דער מיניסטער קרויסמיא האט געמאלדן אין נאמען פונעם קייזער צום אידישן קהילה אז זיי זענען זיכער זיך צוריק צו קערן וואוינען אין זייער היים-שטאט פראנקפורט, און די שולדיגע וועלן באשטראפט ווערן מיט מיתות משונות אז אלע זאלן זען אז אזוינס זאל מער נישט פארקומען אונטער זיין מלוכה. דערביי האט ער געמאלדן אז ער וועט באצאלן אויף די אלע שאדן וואס די כוליגאנעס האבן שאדן געמאכט פאר'ן קהילה.


גאנצע צוויי יאר האט פעטמילך טעראריזירט דעם שטאט־ראַט; אבער ענדליך איז עס דערגאנגען צום קייזער. ווי נאר דער קייזער איז געוואויר געווארן פון דער פּאליטישער איבערקערעניש, און אז אלע אידן זענען ארויסגעטריבן געווארן, האט ער באלד באפוילן צו ארעסטירן פעטמילך'ן און זיין באנדע.

ס'האט זיך דאן אנגעהויבן אַן אונטערזוכונג קעגן די פירער פון דער דאזיגער שענדליכער טאַט. די אונטערזוכונג איז שוין גארנישט געווען אזוי לייכט, ווייל ס'זענען אין דער זאך געווען פארמישט פילע רעדל־פירער. דער ארעסט פון א נייעם אנטייל־נעמער האט באלד געפירט צום ארעסט פון נאך עטליכע און אזוי ארום איז עס געווארן אלץ מער קאמפּליצירט און פארדרייט.

און אט די "העלדישע" אידן־פרעסער האבן ביי דעם פּראצעס זיך שוין גארנישט ארויסגעוויזן אלס העלדן. יעדער איינער פון אט די טרויעריגע העלדן האט געזוכט זיך צו ראטעווען דורך דעם וואס ער האט ארויפגעווארפן די שולד אויפ'ן צווייטן. יעדער איינער האט גע'טענה'ט אז מ'האט אים נעבאך פארפירט, און שולדיג איז דער פארפירער. און זיי, די אַמאליגע העלדן קעגן א הילפלאז הייפעלע אידן, זענען איצט געשטאנען און ציטערנדיג געבעטן אז מ'זאָל זיי באגנאדיגן.

ווען די לאנגע, ענדלאזע אויספארשונגען האבן זיך געענדיגט, האבן די קאָמיסאַרן דעם 21־טן פעברואר 1616 געלאזט וויסן, אז זיי זענען פארטיג מיט דער אויספארשונג. די מערדערישע אנפירער זענען פאראורטיילט געווארן צום טויט. דער 28־טער פעברואר איז באשטימט געווארן אלס דער טאג פאר אויספירן די טויט־שטראף, און אין דעם זעלבן טאג זאל אויך פארקומען דאס פייערליכע צוריקברענגען פון די ארויסגעטריבענע אידן צוריק קיין פראנקפורט.


די שמחה איז געווען גרויס, אבער די פחד איז געווען פילפאכיג מער, נישט אלע זענען געווען אזוי גרייט זיך צוריק צו קערן קיין פראנקפורט, ספעציעל די וועלכע האבן געדענקט די שוידערליכע פאגראם ווען מען האט זיי פארטריבן, נעמענדיג אין באטראכט אז די ארטיגע גוים וועלן זיכער קוקן מיט א קרומע נאז אויף די צוריקקער פון די אידישע איינוואוינער און וועלן זוכן נקמה צו נעמען פאר די שטראף וואס דער קייזער האט געאורטיילט פאר די שולדיגע. דער מיניסטאר קרויסמיא האט דאס אויך געוואוסט, און דעריבער האט ער איינגעשטעלט די גאנצע צוויי טעג איידער די אידישע איינוואוינער זענען צוריק געקומען א גרויסע מיליטערישע פאראדע מיט טרומפייטער און מוזיקאלישע אינסטרומענטן, וואס האבן געזונגען אין די גאסן לכבוד די צוריקקער פונעם אידישן קהילה. צו פארמינערן די שאנס פון פרישע פאגראמען האט דער קייזער פארבאטן זיך צו דרייען אין די גאסן יענע צייט, און ארויס געגעבן א פארבאט צו טרינקען וויין און משקה.


אום צו קענען האלטן פאלקאמע אָרדנונג, האָט מען שוין דעם 26טן געשלאסן אלע וויין־שענקען. די שטאָט איז געווען מיליטעריש באוואכט. אין מיטן פערד־מארק האט מען אויפגעשטעלט דעם עשאַפאט (תליה), און שוין ביים זונען־אויפגאנג איז דארט געווען פארזאמלט א זייער גרויסער עולם. זיבן אזייגער אין דער פרי האט מען געבראכט די פאראורטיילטע צום עקזעקוציע פּלאץ אונטער א גרויסער מיליטערישער וואַך.

ווינצענז פעטמילך איז געווען דער ערשטער באשטראפט צו ווערן, ווייל ער איז געווען דער הויפּט אנפירער פון דער באנדע. מ'האט אים פארגעליינט דעם טויט־אורטייל און באלד נאכדעם האט מען אים איבערגעגעבן צום תליון.

צום אלעם ערשט האט דער תליון אים אפּגעהאקט צוויי פינגער פון דער רעכטער האנד. דאן האט ער אים מיט דער שווערד געטויטעט, צעשניטן דעם קערפּער אויף פיר טיילן, דעם קאפּ ארויפגעזעצט אויף אַן אייזערנעם שטאנג און אים אויפגעהאנגען אויף דעם טורעם פון דער בריק. זיין הויז האט מען באלד פארניכטעט און עס גלייך געמאכט מיט'ן באָדן און זיין גאנץ פארמעגן האט מען קאנפיסקירט. פילע פון די איבעריגע רעדל־פירער האבן אויך געקראגן טויט־שטראף.

נאך דער עקזעקוציע האט מען פארגעליינט דעם קייזערליכן באפעל אז "די אידן מיט זייערע ווייבער און קינדער זאלן ווידער אין אירע גאסן אויפגענומען ווערן, אלע אירע הייזער רעפּארירט, און אין פארלויף פון דריי מאנאטן מוז מען זיי צוריקגעבן זייער זילבער, גאלד, צירונג און אלעס וואס מ'האט ביי זיי אוועקגערויבט; און אז פון איצט אָן און ווייטער ווער ס'וועט זיי באלעסטיגן, וועט שטרענג באשטראפט ווערן."

מיט גרויס פּאָמפּ און פּראכט, מיט מיליטערישע אפּטיילונגען און א גרויסע צאל פאָנען האָט מען צוריקגעבראכט די אידן קיין פראנקפורט. די קאמיסארן קורמאינצעס און דראמשטאדט האבן זיי געפירט, און געווען איז דאס דעם צוואנציגסטן טאג אין אדר שע"ו (1616). אין גוט ארגאניזירטע רייען האט דער צוג זיך לאנגזאם געצויגן דורך דער שטאט. פאר דעם עולם זענען געפארן צוויי וועגען. אינ'ם ערשטן וואָגן איז געזעסן א גרייז־גרויער מאן מיט א שניי־ווייסער בארד און א קינד, אין דעם צווייטן וואגן זענען געזעסן דריי קעניגליכע אַדלער, וואס האבן געטראגן די אויפשריפט: "רוימישער קעניגליכער מאַיעסטעט אונד דעם הייליגען רייכס־שוץ."

דאַן האָט דער פירער פון דעם צוג צוגעקלאפּט די דריי אדלער צו די דריי טויערן פון דער "יודען גאַסע", און ער האט צוגערופן צו זיך א פאָרשטייער פון די אידן און האט אים ערקלערט, אז דער ביז איצטיגער מאנדאט איז נישט מער גילטיג, און האט אים פארגעלייגט די נייעס.

נאכדעם האט מען געעפנט די טויערן. איינער איז ארומגעפארן איבער דער גאס מיט א טרומפּייט און אונטער די טרומפּייט קלאנגען האבן זיך אומגעקערט די ארויסגעטריבענע אידן אין זייער געבורטס־שטאט. ס'האט זיך פאר זיי אנגעהויבן א בעסער לעבן, ווייל אויסער דעם וואס פילע וויכטיגערע פּונקטן אינעם נייעם מאנדאט זענען געווען פיל גינסטיגערע, זענען זיי דאן געווען אונטער דער שוץ פונעם קייזער, און נישט ווי פריער אונטער דער שוץ פונ'ם ראַט.


ביים טויער פון שטאט האט דער קייזער מיט אויסגע'שורה'טע מיליטערישע סאלדאטן אנטפאנגען די קהילה, באגלייטנדיג די אידן מיט געזאנג צום אידישן קווארטל מיט א פאראדע אין א ספעציעלן מוזיקאלישע כאר וועלכע האבן פארפאסט א ספעציעלן ניגון לכבוד די צוריק קער פון די אידן. (דער ניגון איז שפעטער אזוי באליבט געווארן ביי די קהילה אז די חזנים און בעלי תפילה האבן דאס געזונגען ביי תפילות ימים טובים, אלס א דאנק צום רבש"ע, צום גרויסן נס). אין די ערשטע וואגן איז געזעסן דער קייזער, אינעם צווייטן וואגן זענען געזעסן דער רב און דער פרנס און די ראשי הקהילה, נאכפאלגנדיג אלע געוועזענע אידישע תושבי פראנקפורט באגלייט מיט תכסיסי מלחמה זיי צו היטן.

אין די זעלבן צייט וואס מען האט באגלייט די אידישע איינוואוינער צום אידישן קווארטל, האט מען דורך געפירט פארנט פון די אידן די שולדיגע פארברעכער אין קייטן, אין שפיץ פון דער רשע ווינץ האנץ, אויפ'ן וועג צום מארק פלאץ וואו מען וועט זיי הענגען, און די אידן האבן אלע געזען א נקמה אין זייער שונאים.

אין א צערעמאניע אזוי ווי א קעניג וואס געבט איבער דעם טראן צו זיין זון האט דער קייזער איבערגעגעבן צו די ראשי קהילה די שליסלען פון די בית הכנסת און בית הקברות, און געשאנקען א מתנה א פאר שליסלען פונעם הויפט טויער פון שטאט ארויס צו ווייזן פרייהייט, געבנדיג די פריווילעגיע פאר די אידישע תושבים זיך צו באוועגן פריי וואו אימער אונטער זיין קעניגרייך.

אין א פראמינענטן שריט האט דער קייזער באפוילן דאס גאנצע שטאט זיך צו פארזאמלען אינעם צענטער פונעם ארטיגן מארק וואו עס פלעגט פארקומען די יריד. אין צענטער איז געשטאנען א ריזיגן תליה, וואו מען האט אריבער געפירט די פארברעכער, און געהאנגען איינס ביי איינס, באזונדער איז געווען די מינוט ווען מען האט געהאנגען דעם רשע ווינס האנץ. כדי צו פארשפרייטן די געשיכטע האט דער קייזער באפוילן אראפ צו האקן דעם קאפ פונעם 'צווייטן המן', און דאס אריין האקן אויף דעם שפיץ פונעם גרויסן טורעם וואס איז געשטאנען אינדערמיט פונעם שטאט, אז אלע זאלן דאס זען און וויסן וואספארא שטראף מען באקומט פאר דעם.

אויף דער שטאָט האָט מען אַרויפגעלייגט אַ שטראָף פון 175.919 פלאָרין פאַר די שאָדנס, וואָס אידן האָבן געהאט פון די פּאָגראָמען.

דער יום טוב

דעם קומענדיגן טאג, כ' אדר ה'שע"ז, האט מען דאן אין בית הכנסת נישט געזאגט קיין תחנון און געזאגט הלל[מקור פארלאנגט], דאנקענדיג דעם באשעפער אויף דעם גרויסן נס. אלס זכר צו געדענקען דעם נס, האט די קהילה קובע געווען דעם טאג כ' אדר אלס א יום־טוב אונטערן נאָמען פּורים־וויצענץ און דער טאָג פון י"ט אדר איז באַשטימט געוואָרן פאַר אַ תענית ווי אַן אָנדענק פון די צרות, וואָס די פראַנקפורטער אידן האָבן איבערגעלעבט, איידער עס איז פאַר זיי געקומען די ישועה.

אויך דעם טאג כ"ז אלול איז פארבליבן אלס א יום תענית אין קהילת פראנקפורט, ווען מען האט זיך פארזאמלט אין שול און געקלאגט. דאס איז אנגעהאלטן געווארן אין די קומענדיגע דורות, אלס זכר צו די ביטערע צרה וואס האט זיי דאן באטראפן.

פון די כתבים פון יענע תקופה, זעען מיר אז די דאזיגע מנהג איז שטארק פארבליבן און איינגעהאלטן געווארן דורך די בני הקהילה פאר דורי דורות. אין א בריוו וואס דער חתם סופר (אליין א יליד פראנקפורט) האט געשריבן[1], איז ער מפלפל צו עס איז מותר צו קובע זיין א יום משתה ושמחה לכבוד א נס וואס האט פאסירט צו א רבים. ער בלייבט אז דאס איז מותר, און דאס איז גאר א חוב פאר די בני הקהילה, אבער ער פערזענליך איז מחמיר מספק און פירט זיך צו מסיים זיין א מסכתא יעדעס יאר אין דעם טאג. צווישן די שורות שרייבט דער חתם סופר ווי פאלגנד:

"והנה מבואר בספר יוסף אומץ מהנס שנעשה בק"ק פראנקפורט דמיין, ביום כ' אדר הראשון, וקבעו בו יום שמחה לדורתם, וכן ראיתי ממ"ו הגאון מו"ה נתן אדליר זצ"ל מילדי ק"ק ההיא, וכן אנו נוהגים כן אחריו, הגם שאנו ברחוק מקום.. ומכל מקום אני נוהג להחמיר לסיים ספר באותו היום כדי שיהי' הסעודה בהיתר בלי פקפוק, ויאכלו ענוים וישבעו."

אין די הסכמה וואס רבי שמעון סופר, קראקער רב האט געשריבן אויפ'ן קונטרס "מגילה עפה" (וואס איז ר"ת ע'יר פ'רנקפורט ה'מעטירה), וואו דער מחבר רבי אלחנן העלן שילדערט באריכות די רדיפות און צרות וואס די אידן אין די פראנקפורטער קהילה האבן מיטגעמאכט און דעם נאכפאלגנדן ישועה, שרייבט ער: "כאשר שמעתי גם אנכי מפה קדוש אדוני אבי זצ"ל, מחבר 'חתם סופר', יליד קרתא חשיבא עיר פראנקפורט יע"א, אשר גם הוא היה נוהג בכל שנה לעשות את יום כ' אדר למשתה ושמחה ויום טוב". אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין".


פאַר א זֵכֶר צו דער פאַרטרייבונג און צו דער אויסלייזונג זענען אין פראַנקפורט באַשטימט געוואָרן, כּנָהוג, געדענקטעג. כ״ז אלול איז פאַרבליבן א תָּענית, דער "תָּענית גירוש", א צווייטער תָּענית איז באַשטימט געוואָרן אויף י״ט אדר, דעם טאָג ערב דעם צוריק־פירן, מחמת מען האָט דאַן מורא געהאַט פאַר אומרוען; דאָס איז דער "תָּענית־ווינץ". אויפן צווייטן טאָג, ד״ה כ׳ אדר, איז באַשטימט געוואָרן דער פרייליכער "פּורים ווינץ". אין דעם גליקליכן טאָג פלעגן אידן לייענען מיט זייערע קינדער די "מגילת־ווינץ", ווייזן זיי דעם אָרט אויפן מאַין־בריק, וואו מען האָט אויפגעהאַנגען פעטמילכס אָפּגעהאַקטן קאָפּ; און צו שחרית פלעגט דער חזן זינגען דעם "אדון עולם" ביז "ולא אירא" גאָר מיט אַן אַנדער ניגון ווי אַלעמאָל, האָפערדיג און פרייליך[2].

די דאָזיגע געדענק־טעג האָבן זיך אויפגעהאַלטן ביז דער צווייטער העלפט פון 19־טן יאָרהונדערט.

מגילת ווינץ

א דיכטער, אלחנן בר אברהם העלן, וועלכער האט געשטאַמט פון א חשוב׳ער פראַנקפורטער פאַמיליע העלן, וואָס האָט נאָך געהאַט דעם ביינאָמען ווערטהיימער[3], און איז געווען א תלמיד־חכם; ער האָט אָנגעשריבן א פּאעמע, "מגילת־ווינץ", אויף העברעאיש און אידיש. א סברא, אַז דאָס איז נישט זיין איינציג ווערק; לויט ווי שטיינשניידער איז משַׁער, איז ער דאָס יענער "אלחנן פראַנקפורט", פון וועמען ס׳איז אַרויס אין לובלין (1624) די פּאָעמע "שיר וזמר נאה על אורך הגלות", אויך אויף העברעאיש און יידיש. אין וועלכן יאָר ר׳ אלחנן איז געבוירן געוואָרן, ווייסן מיר נישט; געשטאָרבן איז ער, לויט געוויסע סימנים, ניט שפּעטער ווי אין 1624־טן יאָר[4].

די "מגילת־ווינץ" איז אַרויסגעגעבן געוואָרן א סך מאָל סיי אויף העברעאיש, סיי אויף אידיש. דער ערשטער דרוק איז אַרויס (אין ביידע שפּראַכן גלייכצייטיג), אָן א יאָר און אָן א שטאָט; שטיינשניידער איז משער, אַז דאָס איז פאַרעפנטליכט באַלד נאָך דער ליקווידאַציע פון גירוש, אין 1616טן יאָר[5]. דאָס צווייטע מאָל איז עס געדרוקט געוואָרן 1648 אין אַמסטערדאַם; אַרויסגעבער איז געווען, ווי דאָס איז צו זעהן פונם העברעאישן טייל פון שער־בלאַט, דעם מחבר׳ס אייניקל אלחנן בן נפתלי. לויט ווי ער דערציילט, איז די "מגילה" געוואָרן אַזוי זעלטן, אַז מען נעמט שוין פאַרגעסן די פאַקטן; דעריבער דרוקט ער דאָס, כּדי עס זאָל זיין אַן אָנדענק פאַר די קומענדיגע דורות. די אַמסטערדאַמער אויסגאַבע ברענגט אויך אי דעם העברעאישן, אי דעם יידישן טעקסט. בלויז אויף העברעאיש איז די מגילה איבערגעדרוקט אין "צמח דוד" פון דוד גאַנז[6]; נאָר אויף יידיש — איז זי אַרויס אין א באַזונדער אויסגאַבע פראַנקפורט־מאַין 1696 און אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער יידישער איבערזעצונג פון "צמח דוד", פראַנקפורט־מאַין 1698.

די אויסגאַבע פון 1648 איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין יידיש־טייטשע כרעסטאָמאַטיעס, וואָס קריסטן האָבן אַרויסגעגעבן: איינמאָל ביי וואַגענזייל׳ן Belehrung der jüdisch-teutschen Red- u. Schreibart, 1699) א צווייטן מאָל ביי שודט׳ן (Jüdische Merkwürdigkeiten, 1715).

שטיינשניידער פאַרצייכנט נאָך א יידישע יונגע אויסגאַבע, קראָקע 1879: "מגלה עפה", אַרויסגעגעבן פון אהרן ראָזענליכט, 51 זייטן אין 80[7].

דער מגילה איז אויף דער ניגון פון די 'שלאכט פון פּאוויע' (אין צפון־איטאַליע), פון 1525, וואו די דייטשן האָבן מנצח געווען דעם פראַנצויזישן חיל, א פּאָפּולערער ניגון יענע צייט[8].

דער דענקמאל

דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג.

די קומענדיגע צענדליגער יארן איז דער דענקמאל נאך אלץ געשטאנען אויפן חרוב'ן ארט, אבער דאס איז שטענדיג געשטאנען ווי א דארן אין אויג פאר די פאמיליעס פון די שולדיגע וועלכע האבן נאך געדענקט די בזיונות וואס זיי האבן דאן געליטן, צוליב זייערע קרובים וואס זענען אזוי מיאוס אפגעקומען, און עס זענען געווען מאנכע וואס האבן דעם דענקמאל געוואלט אראפ זען פאר יעדן פרייז אין די וועלט. די רעגירונג האט אבער זיכער געמאכט אז דאס ווערט נישט וואנדאליזירט.

א געלעגנהייט איז אונטערגעקומען ווען עס האט אויסגעבראכן א העלישן פייער אויפ'ן גאס נעבן דעם דענקמאל, און די גוים האבן געהאט א אויסרייד אראפ צו נעמען דעם שטיין צו פארלעשן דעם פייער.. אבער דער רעגירונג האט דאס צוריק געלייגט. א צווייטע פרואוו אראפ צו נעמען דעם דענקמאל איז געווען ווען זיי האבן פלאנירט און פאקטיש ארויף געשטעלט א ברונעם אויף דעם ארט, אבער די רעגירונג האט פארשטאפט דעם ברונעם.

אפאר יאר שפעטער האט פאסירט א מאכטפולע ערדציטערניש וואס האט געטרייסלט דאס ארט, און דער שטיין איז אראפ געפאלן צו דער ערד, און איז געליגן דארט א לאנגע צייט. אוועק נעמען האבן זיי נישט געוואלט וויבאלד דער רעגירונג וועט שטעלן א נייע, און דאס איז אזוי געליגן דרייסיג יאר ביז דער רעגירונג האט דאס אוועק געפירט אינעם קעניגליכן ביבליאטעק.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. שו"ת חתם סופר חלק אורח חיים סימן קצ"א
  2. די נאָטן זענען געברענגט אין וויינרייך, שטאפּלען, ז' 162
  3. שודט דערציילט וועגן דעם אין זיינע "Jüdische Merckwürdigkeiten"
  4. Steinschneider, Catal. libr. Hebraeorum in Biblioth. Bodleiana באַנד 1, זייט 921.
  5. זעה שטיינשניידער Catalogus Librorum Hebr. in Bibliotheca Bodleiana, ב. I., ז. 921.
  6. אָנהייבנדיג פון דער אויסגאַבע פון 1692, פראַנקפורט־מאַין.
  7. שטיינשניידער, (Geschichtslit d. Juden, Abt. I (1905, נומ. 140
  8. די נאָטן זענען געברענגט אין וויינרייך, שטאפּלען, ז' 163; פון בעהמעס צווייטער זאַמלונג: Erk und Böhme, Deutscher Liederhort II (1893), ז. 70.
פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל