רוי:ספעציעלע פורימ'ס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אין פארשידענע אידישע ספרים ווערן געבראכט וועגן פּורימס, וואס מען האט איינגעפירט אין פארשידענע קהלות און אויך אין פּריוואטע פאמיליעס צום אָנדענק פון געשעענישן, אין וועלכע די באטרעפנדע קהלה אדער פאמיליע אדער פאמיליע־פאָטער זענען געראטעוועט געווארן פון א גרויסער געפאר. אזא פּורים איז למשל דער פּורים־פראנקפורט אין 20טן טאג אין אדר צום אָנדענק פון דער ישועה, וואָס איז געקומען אויף די פראנקפורטער אידן אין יאָר 1616, ווען זיי זענען ניצול געווערן פון דעם אידן־פיינט ווינץ פעטמילך. א פּורים איז אויך דער "פּורים פון תוספות יום־טוב", אין ערשטן טאג פון אדר צום אנדענק פון דער רעטונג פון רבי יום־טוב ליפּמאן־העלער, מחבר פון תוספות יום־טוב אין מיטן פון 17טן יאָרהונדערט.

שילדערונג

כמעט יעדער איד ווייסט, אז אונטער דער הערשאפט פון דעם נארישן קעניג אחשורוש, האט זיין הויפּט־מיניסטער המן הרשע געוואָלט אומברענגען אַלע אידן און ס'איז אים אויך געלונגען ארויסצובאקומען פונ'ם קעניג אזא באפעל. דורך א נס, אבער, זענען די אידן געראטעוועט געווארן פון א זיכערן טויט, און המן זעלבסט מיט זיינע קינדער זענען אויפגעהאנגען געווארן. אלס אנדענק פון אט דעם נס, פייערן די אידן איבער דער גאנצער וועלט דעם יום טוב פּורים, וועלכער איז געווארן א נאציאנאלער יום טוב, ווייל די גזרה האט אנגערירט דאס גאנצע אידישע פאלק, אדער, ווייניגסטענס, א גרויסן טייל פונ'ם אידישן פאלק. אט אזוי איז ענטשטאנען דער אידישער נאציאנאלער פּורים איבער גאר דער וועלט, מיט 2379 יאר צוריק.

זייט דאן, איז די אידישע געשיכטע בארייכערט געווארן מיט עטליכע צענדליג פּורימ'ס. א טייל פון דיזע פּורימ'ס ווערן געפייערט פון גאנצע געמיינדעס, ווייל די פּאסירונג האט אנגערירט די גאנצע באטרעפענדיגע געמיינדע; אנדערע, ווידער, ווערן געפייערט בלויז פון געוויסע משפּחות, ווייל די פּאסירונג האט אנגערירט בלויז די באטרעפענדיגע משפּחות.

אבער מיום שבאו הצוררים וביבלו את העולם איז דער מנהג כמעט אינגאנצען בטל געווארען און עס איז כמעט נישט דא א פורים וואס ווערט געהאלטען דורך א קהילה בימינו.

אין די פוסקים

דער מג"א אין סימן תרפ"ו סק"ה ברענגט פון דער מהר"ם אלשקר (סימן מ"ט) "יכולים בני העיר לתקן בהסכמה ובחרם עליהם ועל הבאים אחריהם לעשות פורים ביום שנעשה בו נס", ע"כ. ועיין במהר"ם אלשקר וואס שרייבט בסוף דבריו "הלכך אף על פי שלא היה נכתב תנאי זה בהסכמה שגם העוקר דירתו חייב לקיים הסכמה זו היא להם לקיימו במכ"ש ואפי' בלא חרם ואפי' מנהג בעלמא בלא הסכמה וכו'".

אבער דער פרי חדש, אין סימן תצ"ו דיני מנהגי איסור אות י"ד, שרייבט אויף דער מהר"ם אלשקר, "אמנם אחר העיון נראה דהני יו"ט והני סעודות כולהו דרשות נינהו וכו', וגדולה מזו אני אומר שאף אם נהג בה כמה שנים יכול לחזור בו בלא התרה ואף הבנים אינם חייבים לנהוג מנהג זה אף אם קבלו עליהם משום דה"ל מנהג בטעות וכו', שאם לא היה עשוי' בחרם כבר כתבתי שאינו מנהג ואפי' התרה לא הוה בעי וכו'" עיי"ש.

ועיין בשו"ת חת"ס סימן קצ"א שהאריך בזה און אויף וואס דער פר"ח פרעגט פון דער סוגיא פון בטלה מגילת תענית אז עס איז מבואר דארט אז מען טאר נישט מוסיף זיין ימים טובים נאכ'ן חורבן הבית ענפערט ער אז דאס איז דווקא לויט'ן הו"א פון דער גמרא אבער למסקנא איז נאר בטל געווארען דער ימים טובים וואס האבען א שייכות צו דער בית המקדש, אבער אויב מען וויל קובע זיין א יו"ט לזכר א נס וכדומה קען מען, און אזוי שרייבט ער אויך בסו"ס קס"ג און ער פירט אויס "וכן נהגו בכמה מדינות וקהלות לעשות להם פורים ביום שנעשה להם הצלה בימים ההם בגולה ול"ג בעומר יוכיח שנתחדש על ידי תלמידי ר"ע והי' אחר החורבן אע"כ מפני שנעשה בח"ל דלא כפר"ח במנהגים איסור שלו בהלכות יו"ט אות י"ד שקרא תגר על המנהג ההוא ולע"ד מנהג ותיקין הוא דלמסקנא לא קיי"ל כהך דאחרניתא אינם מוסיפין אלא כיון שאינו אבל להם יוסיפו ויוסיפו וכו' דינים היוצאים מדברים אלו, א. דשפיר מצי ציבור או יחיד לקבוע יום מועד לעצמם ביום שנעשה להם נס ומצוה נמי עבדי ועיין במג"א ודלא כהפר"ח וכו'", און אין סימן קצ"א פירט ער אויס "והנה מבואר בספר יוסף אומץ מהנס שנעשה בק"ק פ"פ דמיין ביום כ' אדר הראשון וקבעו בו יום שמחה לדורותם וכן ראיתי ממ"ו הגאון מו"ה נתן אדליר זצ"ל מילדי ק"ק ההיא וכן אנו נוהגים אחריו הגם שאנו ברחוק מקום ומיהו ביום שלפניו לא נהג להתענות כשלא היה דעתו לחזור וטעמא בעי מ"ש וגם נפל על אפיו ביומו ונ"ל משום שלא ישנה מפני המחלוקת ומ"מ אני נוהג להחמיר לסיים ספר באותו היום כדי שיהי' הסעודה בהיתר בלי פקפוק ויאכלו ענוים וישבעו" עכ"ל.

ליסטע

26 אַזעלכע פּורימס זענען פאַרצייכנט אין "אוצר ישראל" זוכווארט "פּורים". מיר וועלן דאָ באַשרייבן יעדן פּורים און ווי אַזוי דער פּורים איז ענטשטאַנען.

פּורים שיראַז

אין שיראַז, פּערסיע, איז ענטשטאַנען אַ פּורים פון דער פאָלגענדער פּאַסירונג: די אידן האָבן באַשטראָפט אַ דאָרטיגן שוחט און קצב, אבו אַלחאַזאַן, פאַר פאַרקויפן טריפה פלייש ערב ראש השנה. אויס נקמה האָט ער אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן און גע'מסר'ט די אידן. אַלס רעזולטאַט האָבן די מאַכמעדאַנער גוזר געווען אויף די אידן טויט אָדער שמד, און כמעט אַלע אידן האָבן זיך גע'שמד'ט. פאַר'ן טויט האָט אַלחאַזאַן מודה געווען אין זאָגן ליגן, און מ'האָט ערלויבט די אידן אָנצונעהמען צוריק זייער גלויבן. אַלס אַנדענק פון דיזן נס, פייערן זיי דעם צווייטן טאָג מרחשון "פּורים שיראַז".

פּורים נאַרבאָן

אין נאַרבאָן, פראַנקרייך, פייערן די אידן יעדן צוואנציגסטען אדר אַ "פּורים־נאַרבאָן". ענטשטאַנען איז דער פּורים פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: אין דעם יאָר 1236 האָט אַ איד אין נאַרבאָן דער'הרג'עט אַ קריסטליכן פישער און פאַר דעם האָט מען געוואָלט אומבריינגען אַלע דאָרטיגע אידן; אָבער דער גובערנאַטאָר האָט זיי געראַטעוועט. אַלס אנדענק פון אָט דעם נס פייערן די דאָרטיגע אדן דעם "פּורים".

פּורים סאַראַגאָסאַ

אין סאַראַגאָסאַ, שפּאַניע, פייערן די אידן אַ "פּורים סאַראַגאָסאַ", דעם זיבעצענטן און אַכצענטן שבט, ווייל אַ געוויסער משומד מאַרקוס האָט זיי גע'מסר'ט צום קיסר, און זיי זענען ניצול געוואָרן דורך אַ נס.

פּורים דע לאַ סעניאָראַ

די אידן פון כיאָס, קליין אַזיע, פייערן יעדן יאָר אַ "פּורים דע לאַ סעניאָראַ" (פּורים פון דער גוטער פרוי), וועלכער איז ענטשטאַנען פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: לויט אַ געוויסער טראַדיציאָן, זענען אַ פינף הונדערט סאָלדאַטן פון פערדינאַנד דעם ערשטן, הערצאג פון טוסקאַן, איטאַליע, געלאַנדעט אויפ'ן אינזעל כיאָס און געוואָלט אים פאַרנעמען, און דאָס האָט געזאָלט געשעהן אינ'ם יאָר 1820, ווען כיאָס האָט רעוואָלטירט אַנטקעגן די טערקן אין דער צייט פון דער גריכישער מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט. אַ אידישע פרוי וואָס האָט געוואוינט נעבען דער פעסטונג האָט, דורך אַ צופאַל, אָנגערירט אַ האַרמאַט מיט אַנ'אָנגעגליטע לאפּעטע, וועלכע זי האָט באַנוצט ביים באַקן ברויט. די קאַנאָנע האָט אויסגעשאָסן, און רער שונא וואָס האָט דאַמאָלט באַלאַגערט רעם אינול, איז פון די טערקן פאַרניכטעט געוואָרן. די פרוי איז פון די טערקן גוט באַלוינט געוואָרן און צו אידן זענען געגעבן געוואָרן פילע פּריווילעגיעס.

פאָרהאַנג פּורים

אונטער דער הערשאַפט פון דעם פירשט קאַרל פאָן ליכטענשטיין, וועלכען דער קעניג פערדינאַנד האָט באַשטימט אַלס שטעלפאַרטרעטער איבער באָהעמיע, איז מיט די אידן פון פּראַג געשעהן אַ פּאַסירונג וואָס האָט פאַראורזאַכט דעם "פאָרהאַנג פּורים". ר' חנוך אַלטשוהל האָט באַשריבן די גאַנצע פּאַסירונג אין אַ מגילה וואָס ער האָט אַ נאָמען געגעבן "מגילת פּורים הקלעים", און ער האָט אָנגעזאָגט, אַז זיינע קינדער און קינדס־קינדער זאָלן פייערן דעם צוויי־און־צוואנציגסטן טבת "פאָרהאַנג פּורים" אַלס אנדענק, וואָס ער אַלטשוהל און יוסף טהעין זענען געראַטעוועט געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. און אָט וואָס די דאָרטיגע "מגילת פּורים הקלעים" דערצעהלט:

אין 1623, זענען טייערע פאָרהאַנגען גע'גנב'עט געוואָרן פון פירשט קאַרל פאן ליכטענשטיינ'ס פּאַלאַץ אין פּראַג. מ'האָט אַנאנסירט אין אַלע שוהלן פון פּראַג, אַז דער יעניגער וואָס וועט די פאָרהאַנגען געפינען, זאָל זיי אומקערן צום שמש חנוך אלטשוהל. פאָלגליך האָט איינער יוסף טהעין די פאָרהאַנגען געבראַכט צום שמש אלטשוהל ערקלערענדיג אַז ער האָט זיי געקויפט פון צוויי זעלנער. דער וויצע־גובערנאַטאָר רודאלף וואַלדשטיין, דער אויפזעהער פונ'ם פירשט'ס הויף און הערשער פון דער שטאָט פּראַג, ווען מ'האָט אים די פאָרהאַנגען געבראַכט, האָט שטרענג געפאָדערט אַז מ'זאָל גלייך ברענגען צו אים דעם יעניגן וואָס האָט די פאָרהאַנגען געקויפט, אום ער זאָל אים געהעריג באַשטראָפן. אָבער אַזוי ווי די קהלה רעגולאַציעס האָבן פאַרבאָטן אַרויסצוגעבן דעם נאָמען פון יעניגן וואָס האָט געקויפט גע'גנב'טע זאַכן, אויב יענער האָט זיי פרייוויליג אומגעקערט, האָט זיך דער שמש אלטשוהל ענטזאַגט אַרויסצוגעבן דעם נאָמען פון יוסף טהעין, און צוליב דעם איז דער שמש אַלטשוהל אַרעסטירט געוואָרן און איז גלייך פאַר'משפּט געוואָרן געהאַנגען צו ווערן דעם נעקסטן טאָג. זעהענדיג אַז דעם שמש'ס לאַגע איז געפעהרליך, האָט די קהלה ענדליך ערלויבט דעם שמש אלטשוהל אַרויסצוגעבן דעם קויפער'ס נאָמען. ווען דער שמש האָט יוסף טהעינ'ס נאָמען אַרויסגעגעבן, האָט מען טהעינ'ען באַלד פאַר'משפּט צו דער תליה אַנשטאט אַלטשוהל. דורך די פילע באַמיהונגען פון אַ פּראָמינענטן קריסט איז יוסף טהעין ענדליך באַפרייט געוואָרן מיט'ן באַדינג אַז די קהלה זאָל באַצאָהלן צעהן טויזענד פלאָרינס אין זילבער. אָבער, פונדעסטוועגן, אום צו ערנידעריגן די אידן, האָט וואַלדשטיין באַפוילן אַז די פאַרלאַנגטע סומע זאָל צעטיילט ווערן אין צעהן גלייכע טיילן און זאָל געטראָגן ווערן אין לייווענטענע זעקלאך פון צען פּראָמינענטע אידן באַגלייט פון זעלנער דורך די גאַסן פון פּראַג צום שטאָט מאַגיסטראַט (סיטי האָל).

ווען די צען אידישע פאָרשטעהער זענען אָנגעקומען צו רודאלף וואַלדשטיין מיט די צען זעקלאך געלט, האָט זיך זיין גרימצאָרן אין אים צעפלאַקערט, און ער האָט זיך צעשריען: "פאַרשאָלטענע אידן, פאַר וואָס פאַרדעקט איר דאָס געלט, פּונקט ווי דאָס וואָלט זיין כאַבאַר וואָס איר גיט מיר!" און ער האָט באַפוילן אַז צען זעלנער זאָלן פיהרן די צען אידן פון אים, דורך דער בריק, דורך דעם אַלטן פּלאַץ אין געריכט אַריין, דאָס געלט זאָלן זיי טראָגן אָפען, און טאָמער וועט ווער פון זיי וועלן צודעקן דאָס געלט, זאָל מען אים אַכזרות'דיג שלאָגן. יעדן איינעם פון די עלטסטע איבער דער תפיסה האָט מען געגעבן וואָס ס'איז אים געקומען, און ערשט דאַן, שפּעט פרייטאג אָווענט, האָט מען ר' יוסף טהין'ען באַפרייט פון תפיסה און ער איז בשלום געקומען אַהיים.

פּורים קאַאיראָ

אין יאָר 1524, האָט אַכמעד שאַאיטאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון עגיפּטען, אַריינגעזעצט אין תפיסה צוועלף אידישע פאָרשטעהער פון קאַאירא מיט'ן צוועק אַרויסצופּרעסן פון זיי געלט. ווען דאָס האָט ניט געווירקט, האָט ער געדראָהעט אויסצוקוילען אַלע אידן פון קאַאירא, ווי גיך ער וועט זיך נאָר אָפּבאָדן. איינער פון זיינע באַדינער האָט אים אָבער דערשטאָכן אין דער באד, און די אידן זענען אַזוי אַרום ניצול געוואָרן פון אַ זיכערן טויט. אין אנדענקען פון אָט דעם נס פייערן די אידן פון קאַאירא יערן יאָר דעם אַכט־און־צוואנציגסטן אדר דעם "קאַאירא פּורים".

פּורים אדום

אין יאָר 1541 האָט שפּאַניען געמאַכט אַ פאַרזוך צו פאַרכאַפּן אַלזשיר (צפון אַפריקא), אָבער איר פלאָטע וואָס איז געשוואומען פאַר דעם צוועק איז אומגעקומען פון אַ ים־שטורם, ווי די לעגענדע וויל האָבן, צוליב די תפילות פון ר' שלמה דוראַן. און אַזוי ווי די אידן פון אַלזשיר זענען אַזוי אַרום געראַטעוועט געוואָרן פונ'ם שפּאַנישן רעליגיעזן פאַנאַטיזם פייערן זיי יעדן יאָר "פּורים אדום" רעם פיערטן טאָג אין מרחשוון.

פּורים לאַפאַנטאָ

צוליב דעם וואָס די אורעלטערן פון די אידן פון לאַפאַנטאָ (גריכענלאַנד) זענען ניצול געוואָרן פון אַ געפאַהר, פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר דעם עלפטן טבת דעם "פּורים לאַפאַנטא".

פּורים אַנקונאַ

די אידן פון אַנקונאַ (איטאַליע) פאַסטן דעם צוואנציגסטן טבת און דעם איין־און־צוואנציגסטן פייערן זיי "פּורים אַנקונא", ווייל זיי זענען ניצול געוואָרן, אין יאָר 1690, פון אַ געפעהרליכער ערדציטערניש.

פּורים שעריף

די אירן אין טריפּאָלי, אַפריקא, פייערן יעדן יאָר, דעם פיער־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים שעריף", אָדער ווי זיי רופן דאָס אויך "פּורים קידעבוני" (פאַלשער פּורים), אום אונטערצושיידן אים פון "פּורים אסתר", צוליעב די פאָלגענרע געשעהעניש: אין יאָר 1705 האָט דער גובערנאַטאָר פון טוניס באַלאַגערט טריפּאלי און געדראָהעט אויסצו'הרג'ענען די גאַנצע באַפעלקערונג. אָבער אַנ'עפּידעמיע האָט אויסגעבראָכן צווישען זיינע סאָלדאַטן, און די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן.

פּורים טבריה

אין יאָר 1743 האָט סולאַימאַן פּאַשאַ, דער גובערנאַטאָר פון דמשק, באַלאַגערט טבריה און אין פאַרלויף פון די דריי־און־אַכציג טעג פון דער באַלאַגערונג האָבן די אידן שרעקליך געליטן. די באַלאַגערונג איז צוריקגערופן געוואָרן דער פיערטן טאָג אין אלול, ביי דעם גובערנאַטאָר פון דמשק, סולאַימאַן פּאַשאַ, דעם זיעבענטן טאָג אין אלול. צוליעב דעם פייערן רי אידן פון טבריה יעדן יאָר לאָקאַלע פּורימ'ס דעם פיערטן טאָג און דעם זיעבענטן טאָג אין אלול.

פּורים אַלזשיר

די אידן אין אַלזשיר (צפון אַפריקא) פייערן יעדן יאָר דעם עלפטען תמוז "פּורים אַלזשיר" צוליעב דעם וואָס זיי זענען ניצול געוואָרן פון די שפּאַניער. אין יאָר 1774 האָט דער רעגיערער פון אַלזשיר, מאַחאַמעד איבן אומאַן, העראָאיש פאַרטיידיגט די שטאָט געגען דעם שפּאַנישן גענעראַל אָ'רעיללי. לויט די אידישע לעגענדע, זענען פלאַמען פייער אַרויס פון די קברים פון די רבנים יצחק בן ששת און שלמה בן שמעון דוראַן און האָבן פאַרברענט די שפּאַנישע אָנגרייפער.

פּורים גומעלדזשינאַ

אין יאָר 1786 האָבן אַרום פינף טויזענט באַרג־רויבער געפּלינדערט די שטאָט גומעלדזשינאַ, נעבען אַדריאַנאפּאל (טערקיי), זיי זענען באַפאַלן דעם באַפעסטיגטן געגענד וואָס איז געווען באַוואוינט פון אידן, און האָבן זיי טעראָריזירט. דער גובערנאַטאָר האָט זיי אָפּגעטריבן, אָבער גלייכצייטיג זענען די אידן באַשולדיגט געוואָרן אין האָבן קאָנספּירירט מיט'ן שונא. ענדליך, האָבן די אידן באַוויזן זייער אומשולד און זענען געראַטעוועט געוואָרן פון דער קאַטאַסטראָפע. אַלס אנדענק פון דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים גומעלדזשינא", אויך באַוואוסט אַלס "פּורים דע לאָס לאַדראָנעס" — פּורים פון באַנדיטן (רויבער פּורים). דער טאָג פון דיזען פּורים איז דער צוויי־און־צוואנציגסטער אלול.

פּורים פלאָרענציען

די אידן פון פלאָרענץ (איטאַליע) פייערן יעדן יאָר דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון דעם "פּורים פלאָרענציען", ווייל אינ'ם יאָר 1790 זענען זיי געראַטעוועט געוואָרן פון אַ בלוט באָד דורך דעם בישאָפּ'ס באַמיהונגען. דעם זעקס־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון פאַסטן זיי און דעם זיבן־און־צוואנציגסטען טאָג אין סיון איז דער פּורים.

פּורים באָרגהעל

אינ'ם יאָר 1793, האָט אַ געוויסער באָרגהעל פאַרנומען די שטאָט טריפּאָלי, אַפריקא, האָבן אַרויסגעטריבן דעם גובערנאַטאָר, און שרעקליך געפּייניגט די אידן. צוויי יאָר שפּעטער האָט דער גובערנאַטאָר צוריק אָפּגענומען די שטאָט און די אידן האָבן באַשטימט צו פייערן יעדן יאָר דעם ניין־און־צוואנציגסטן טאָג אין טבת דעם "פּורים באָרגהעל".

פּורים פּאַדואַ

די אידן פון פּאַדואַ (בריטיש אינדיע) פייערן, יעדן יאָר, דעם עלפטן טאָג אין סיוון דעם "פּורים פּאַדואַ" אין אנדענקען פון דעם גרויסן פייער אינ'ם יאָר 1795, פון וועלכען זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן.

פּורים ווידין

אינ'ם יאָר 1807 איז לאָרד פּאַסוואַנאָגלו — דער גרויסער גוטבאַזיצער פונ'ם געגענד ווידין, ביים דונאי, קראַנק געוואָרן נאכדעם ווי ער האָט באַרירט אַ פאַרפּעסטעטע שווערד, און די קראַנקהייט האָט געדראָהעט מיט'ן טויט. די דאָרטיגע מאַכמעדאַנער האָבן באַשולדיגט דעם לאָרד'ס אידישן דאָקטאר קאָהען אין פאַראורזאַכן דעם קריזיס פון דער קראַנקהייט, און האָבן געדראָהעט אַלע דאָרטיגע אידן מיט אַ בלוט־באָד. גליקלעכער־ווייזע האָט דער שטאַרבענדער לאָרד־גובערנאַטאָר פאַרטיידיגט דעם דאָקטאר און די אידן זענען געראַטעוועט געוואָרן. צוליב דיזען נס פייערן די דאָרטיגע אידן יעדן יאָר "פּורים ווידין" צוויי טעג — דעם ניינטן און דעם צענטן מרחשוון.

פּורים רהאָדעס

אום נקמה צו נעמען פון די דאָרטיגע אידן, ווייל זיי האָבן קאָנקורירט אין שוואַם (ספּאָנדזש) ביזנעס, האָבן די גריכן פון אינזעל רהאָדעס אין קליין אַזיען, אינ'ם יאָר 1840, פאַראורזאַכט דאָס פאַרשווינדן פון אַ קינד, וועלכעס איז שפּעטער געפונען געוואָרן לעבעדיג אויפ'ן אינזעל אין סיראַ. אָבער בעפאָר דאָס קינד איז געפונען געוואָרן לעבעדיג, זענען די אידן פון רהאָדעס אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן און געפּייניגט. דער סולטאַן אַדר אַל־באַאיר האָט דעם גובערנאַטאָר אַראָפּגעזעצט פון זיין אַמט און האָט די באַשולדיגונג געגען די אידן מבטל געמאַכט. דאָס האָט פּאַסירט פּונקט אם פּורים־אסתר. זייט דאַן פייערן די דאָרטיגע אידן אַ דאָפּעלטן פּורים: פּורים־אסתר און "פּורים רהאָדעס".

"מיין פּורים"

רער רב ר' יהונתן בן יעקב, פון פולדאַ, פּרייסען, האָט געפייערט אַ פּורים דעם זיבענצענטן טאָג אין תמוז צוליעב דעם וואָס אַ גרויסער אומגליק איז פאַרמידן געוואָרן פון זיין קהלה, און ער האָט דעם פּורים גערופן "מיין פּורים".

פּורים ליפּמאַן

ווען דער רב יום טוב ליפּמאַן העללער, וועלכער איז באַפרייט געוואָרן פון פּריזאָן, וואוהין מ'האָט אים אַריינגעזעצט צוליעב אַ פאַלשע באַשולדיגונג, איז ערוועהלט געוואָרן צום קראַקויער ראַבינאַט, האָט ער עטאַבלירט אַ פאַמיליע־פּורים, וועלכער זאָל געפייערט ווערן יעדן יאָר, דעם ערשטן טאָג אין אדר.

"פּורים פּאָווידלע"

אין יאָר 1731 האָט אַ קריסטליכע מיידל געקויפט פּאָווידלע (פלוימען־איינגעמאַכץ) אין דער גראָסערי סטאָר פון דוד בראנדייס, אין דער שטאָט יונג־בונזלאו, באָהעמיא. אין עטליכע טעג שפּעטער, איז דער מיירל'ס פאָטער געשטאָרבן. דוד בראַנדייס איז באַשולדיגט געוואָרן אין פאַרקויפן שלעכטע פּאָווידלע, וועלכע האָט פאַראורזאַכט דעם טויט פונ'ם קריסט, און צוליעב דעם איז ער מיט זיין פרוי און זוהן אַריינגעזעצט געוואָרן אין פּריזאן. אָבער ענדליך האָט די אויספאָרשונג באַוויזן, אַז דער קריסט איז געשטאָרבן פון שווינדזיכט (קאנסאמפּשאן) און בראַנדייס מיט זיין פאַמיליע זענען באַפרייט געוואָרן. צוליעב אָט דער געשעהעניש האָט בראַנדייס עטאַבלירט דעם "פּורים־פּאָווידלע", וועלכען זיין פאַמיליע זאָל פייערן יעדן יאָר דעם צענטן טאָג אין אדר.

"פּאַודער פּורים"

אין יאָר 1804 איז אין ווילנע פאָרגעקומען אַנ'אויפרייס אין אַ פּאַודער מאַגאַזין אין וועלכען איין־און־דרייסיג מענטשן זענען אומגעקומען. פיעלע היימען זענען פון דעם אויפרייס צעשטערט געוואָרן. אויך איז צעשטערט געוואָרן די היים פון ר' אברהם דאַנציג (מחבר פון די ספרים "חי אדם", "חכמת אדם" און "נשמת אדם"). ר' אברהם דאַנציג און זיין פאַמיליע זענען אַלע געפעהרליך פאַרוואונדעט געוואָרן, אָבער זענען ניצול געוואָרן פון טויט. צוליעב אָט דעם נס האָט ר' אברהם דאַנציג עטאַבלירט אַ "פּאַודער פּורים", וועלכער זאָל געפייערט ווערן יערן יאָר דעם פופצענטן טאָג אין כיסלו.

פּורים פון… פייערונגס טאָג אויפגעשטעלט אין סיבה פאַרן אָבסערווירן
אַלדזשיר (גערופן פּורים אדום) ד' חשון 1540 געראַטעוועט פון חורבן אין די שפּאַניש-אַלדזשירישע מלחמות פון 1516–1517 און 1542.
אַלדזשיר (גערופן פּורים תמוז) י"א תמוז 1774 געראַטעוועט פון סכנה.
אַלעסאַנדריאַ דע לאַ פּאַליאַ (איטאַליע) כ"ה אב 1779 געראַטעוועט פון שחיטה.
אַלעסאַנדריאַ דע לאַ פּאַליאַ (איטאַליע) ב' חשוון 1797 געראַטעוועט פון ראיאטן אין דער רעוואלוציאנער מלחמה.
אַנקאָנאַ כ"א טבת 1690 געראַטעוועט פון אַן ערדציטערניש.
אַנקאָנאַ ט"ו תשרי 1741 די שיל איז געראַטעוועט געוואָרן פון שׂרֵפה.
אַנקאָנאַ כ"ד אדר 1775 די ייִדישע שטאָטילע איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַן אָפּברענט.
אַנקאָנאַ י"ב שבט 1797 געראַטעוועט פון רייאות אין דער רעוואלוציאנער מלחמה.
אַנגוֹראַ/אַנקאַראַ (גערופן פּורים אַנגוֹראַ אָדער פּורים סאַרי-קיז) כ"א אלול ? געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
אַנגוֹראַ (גערופן פּורים אַבאַזאַ) י"א אייר ? ?
אַנגוֹראַ (גערופן פּורים דע לאַ טורקיטאָ) י"ד תמוז 1775 געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
אַוויגנאָן כ"ד תמוז ? ?
אַוויגנאָן כ"ח שבט 1757 געראַטעוועט פון רייאות.
באַגדאַד י"א אב 1733 דערלייזט פון פּערסישער דריק.
בעלגראַד י"ט סיון 1822 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טירקיש-סערבישער מלחמה.
ברעשע (שאַמפּאַניע, פראַנקרייך) י"ד אדר 1191 דער הויפּט ייִד-פייַנט איז אויסגעפירט געוואָרן.
קאַיראָ י"ח שבט ? ?
קאַיראָ (גערופן פּורים מצרים) כ"ח אדר 1524 געראַטעוועט פון אומקום.
קאַנדיאַ (קרעטאַ) י"ח תמוז 1583 געראַטעוועט פון אַ קאָלעקטיווער שטראָף פאַר פאַררעטעריי בעת דער טירקו-ווענעטיאַנער קאָנפליקט.
קאַרפּענטראַס ט"ז כסלו 1512 געראַטעוועט פון רייאות.
קאַרפּענטראַס ט' ניסן 1692 געראַטעוועט פון חורבן.
קאַרפּענטראַס (גערופן יום ויושע) כ"א ניסן 1651 געראַטעוועט פון אַ שחיטה-סכנה.
קאַסאַבלאַנקאַ (גערופן פּורים היטלער) ב' כסלו 1943 אַנטלאפן פון ראיאטן און נאַצי-אקופּאַציע.
קאַסטיליע (שפּאַניע) (גערופן פּורים מאַרטינעז) א' אדר 1339 געראַטעוועט פון חורבן נאָך באַשולדיקונגען דורך ייִד-פייַנט גאָנסאַלעז מאַרטינעז, דער קעניגס באַראַטער.
קאַוואַיאָן (פּראָווענץ) כ"ה אייר 1631 דער מגיפה האָט אויפגעהערט.
קאַוואַיאָן כ"ט סיון 1677 געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
סענטאָ (איטאַליע) י"ב אב 1820 אַנטקומען פון אַ שׂרֵפה.
כיערי (איטאַליע) א' אב 1797 געראַטעוועט פון מלחמה-סכנה.
כיאָס (גריכנלאנד) (גערופן פּורים דע לאַ סעניאָראַ – "פּורים פון דער גוטער פרוי") ח' אייר 1595 (אָדער 1820)? געראַטעוועט פון טויט בעת דער פראַנצויזיש-טירקישער מלחמה.
קוּנעאָ (איטאַליע) ה' כסלו 1799 די שיל איז געראַטעוועט געוואָרן פון שׂרֵפה דורך אַ קויל.
עטינגען (דייטשלאַנד) י"ח אייר 1690 געראַטעוועט פון חורבן דורך פיינט.
עטינגען כ"ט סיון 1713 ?
פערראַראַ כ"ד כסלו ? געראַטעוועט פון שׂרֵפה.
פערראַראַ י"ח אייר 1799 אַנטקומען פון קריגס-רייאות.
פעס כ"ב כסלו 1840 געראַטעוועט פון חורבן.
פלאָרענץ כ"ז סיון 1791 אַנטקומען פון פּלינדערונג און רייאות.
פאָסאַנאָ (איטאַליע) י"ח ניסן 1796 געראַטעוועט פון אַ באָמבע-יקספּלאָזיע בעת מלחמה.
פראַנקפורט אם מיין (גערופן פּורים ווינץ אָדער פּורים פעטמילך) כ' אדר 1616 די פאַרטריבענע אידן זענען צוריק אויפגענומען געוואָרן אין שטאָט, און דער הויפּט ייִד-פייַנט, פעטמילך, איז אויסגעפירט געוואָרן.
פולדאַ ט"ו אלול ? ?
גומעלטדזשינאַ (טראַקיי) (גערופן פּורים דע לאָס לאַדראָנעס – "פּורים פון די גנבים") כ"ב אלול 1786 געראַטעוועט פון אַ קאָלעקטיווער שטראָף פאַר אַרויסרופן רויבער צו באַרויבן שטאָט.
חברון א' אב ? געראַטעוועט פון קאָלעקטיווער שטראָף און אויסהרעדונג דורך אִיבּרהִים פּאַשאַ.
חברון (גערופן פּורים תקקא – "פענצטער פּורים") י"ד טבת 1741 געראַטעוועט פון חורבן דורך אַ נסדיקע געלט-ראַטעוועכץ אויף אַ שיל-פענצטער.
איוורעאַ (איטאַליע) א' שבט 1797 אַנטקומען פון פּלינדערונג בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
קומאָטיני (גריכנלאנד) כ"ב אלול 1768 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טירקישער אונטערדריקונג פון דער גריכישער אויפשטאַנד.
קאָוונאָ ז' אדר (ב') 1783 באַקומען פרייהייט-פּריווילעגיעס דורך קעניג סטאַניסלאַוס ב'.
ליוואָרנאָ (ליווערנע) י"ב שבט 1742 געראַטעוועט פון חורבן בעת אַן ערדציטערניש.
ליוואָרנאָ כ"ה טבת 1810 מגיפה אַפגעהערט.
ליוואָרנאָ ט"ז אדר 1813 ?
לעפּאַנטאָ (גריכנלאנד) י"א טבת 1699 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טירקישער מלחמה.
מעדזשיבוזש (פּוילן) י"א טבת 1648 אָדער 1649 געראַטעוועט פון חורבן דורך כמלניצקי׳ס גרופּעס.
מאַראָקא י"ג ניסן 1771 געראַטעוועט פון חורבן.
מסטיסלאַוול (רוסלאנד) ד' שבט 1744 געראַטעוועט פון שחיטה דורך קאָזאַקן.
מסטיסלאַוול ג' כסלו 1844 געראַטעוועט פון קאָלעקטיווער שטראָף פאַר אַן אַנטי-רעגירונג אָפּשטאַנד.
נאַרבאָן (פראַנקרייך) כ' אדר 1236 געראַטעוועט פון רייאות.
אָראַן ו' אב 1830 געראַטעוועט פון שחיטה, איידער די פראַנצויזישע טרופּן זענען אָנגעקומען.
אָסטראה כ"ג ניסן 1734 אָדער 1768 געראַטעוועט פון אַ פּאָגראָם.
אָסטראה ז' תמוז 1792 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רוסיש-פּוילישער מלחמה.
פּאַדוע (גערופן פּורים די פועָקא – "פייער פּורים") י"א סיון 1795 געראַטעוועט פון אַ שׂרֵפה.
פּאַדוע (גערופן פּורים די בודאַ) י' אלול 1684 געראַטעוועט פון שחיטה בעת דער אויסטרו-טירקישער מלחמה (אין בודאפּעשט).
פּאַדוע (גערופן פּורים דעי סאַסי ?) שבת בא 1748 ?
פּסאַראָ (זע אויך: אורבינאָ און סעניגאַליאַ) ? 1799 אַנטקומען פון קריגס-שעדיגונגען.
פּיטיגליאַנאָ (איטאַליע) ט"ו תמוז 1757 אַ שול-דאַך איז צונויפגעפאַלן, אָבער קיינער איז נישט געשעדיקט געוואָרן.
פּיטיגליאַנאָ ט"ו סיון 1799 געראַטעוועט פון קריגס-סכנה בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
פּאָזען א' חשוון 1704 געראַטעוועט פון טויט בעת דער פּויליש-שוועדישער מלחמה.
פּראַג י"ד חשוון 1620 געראַטעוועט פון פּלינדערונג און רייאות דורך שוץ פון קייזער פערדינאַנד.
פּראַג (גערופן פאַרהאַנג פּורים – "קורטינע פּורים") כ"ב טבת 1622 אַ שיל-שמש איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַ טויט-פאַרהאַנג פאַר באַהאַלטן געשטאָהלענע קורטינען.
פּורים ביזאַנץ (אובזערווירט דורך אידן פון טראַקיי) י"ד אדר 1574 געראַטעוועט פון חורבן.
ראַגוסאַ ? 1631 געראַטעוועט פון אַן עלילת דם.
ראָדאָס י"ד אדר 1840 געראַטעוועט פון חורבן.
ריטאָוואַ (ליטע) (גערופן פּורים ירובעם בּן נבט) י"ד אדר 1863 דער ייִד-פייַנט גראף אגינסקי איז געשטאָרבן.
רוים א' שבט 1793 דער געטאָ איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַן אָנגריף און שׂרֵפה.
שאַנאַ י"ח אדר ? געראַטעוועט פון חורבן.
סאַראַיעוואָ ד' חשוון 1819 10 ייִדישע פירערס זענען באפרייט געוואָרן פון טורמע און געראַטעוועט פון אויסהרעדונג.
סעניגאַליאַ (איטאַליע) (זע אויך: אורבינאָ און פּסאַראָ) ט"ו סיון 1799 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער מלחמה דורך אַנטלויפן קיין אַנקאָנאַ.
סערמידע (איטאַליע) כ"ה תמוז 1809 געראַטעוועט פון אַן ערדציטערניש.
שיראז (גערופן פּורים מועד קטן) ב' חשוון 1200 אָדער 1400 ערלויבט געוואָרן ווידער צו פּראַקטיצירן אידישקייט נאָך געצווּנגענע גיור.
סיענאַ ט"ו סיון 1799 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
שפּאָלעטאָ כ"א סיון 1797 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רעוואלוציאנער מלחמה.
שפּאָלעטאָ ז' אדר ? ?
סיראַקוזע (סיציליע) (גערופן פּורים סאַראַגאָסאַ) י"ז שבט 1425 געראַטעוועט פון חורבן נאָך באַשולדיקונגען אין פאַררעטעריי.
טעטואַן און טאַנדזשיר (גערופן פּורים דע לאַס באָמבאַס אָדער פּורים דע לאָס קריסטשיאַנאָס) ב' אלול 1578 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער מאַראָקאַנער-פּאָרטוגעזישער מלחמה.
טבריה ז' אלול 1743 געראַטעוועט פון קריגס-סכנה.
טבריה ד' כסלו ? ?
טריעסט י"ד אדר 1833 דער הויפּט ייִד-פייַנט איז געשטאָרבן.
טריפּאָלי און טוניס כ"ה שבט ? ?
טריפּאָלי און טוניס (גערופן פּורים שריף אָדער פּורים קדבאני – "פאלשער פּורים") כ"ד טבת 1705 געראַטעוועט פון חורבן דורך דעם פיינטלעכן הערשער ח'אַליל פּאַשאַ.
טריפּאָלי און טוניס (גערופן פּורים בורג'על) כ"ט טבת 1793 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער טערקישער אָקופּאַציע דורך בורג'על פאַסאַ.
טוניס (גערופן פּורים שלג – "שניי-פּורים") כ"ד טבת 1891 די ייִדישע שטאָטילע איז געראַטעוועט געוואָרן פון אַ נאַטור-קאַטאַסטראָפע.
טוניס ט"ו ? ?
טורין א' אב 1797 געראַטעוועט פון מלחמה און פּלינדערונג.
אורבינאָ י"א סיון 1799 געראַטעוועט פון מלחמה און רייאות.
וועראָנאַ כ' תמוז 1607 באַקומען דערלויבעניש צו פאַרשליסן די געטאָ-טויערן פון אינעווייניק אַנשטאָט פון אינדרויסן.
ווידין (בולגאַריע) (גערופן פּורים דע לאָס באָרראַטשאָנע – "פּורים פון די באַרעבעטע") ד'–ה' חשוון (אָדער ט'–י' חשוון) 1806 געראַטעוועט פון חורבן נאָך אַ באַשולדיקונג, אַז דער הערשער איז פאַרסאַמט געוואָרן דורך זיין ייִדישן דאָקטער.
ווידין ב' אדר 1878 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רוסיש-טערקישער (באַלקאַנער) מלחמה.
ווילנע ט"ו אב 1794 געראַטעוועט פון חורבן בעת דער רוסיש-פּוילישער מלחמה.
זבאָראָוו (גאַליציע) י"ב טבת ? געראַטעוועט פון חורבן צוליב אַן עלילת דם.
פאמיליע פורימ'ס
אַלטשול פאמיליע (פּראַג) כ"ב טבת 1623 משפחה-קאָפּ, חנוך משה, געראַטעוועט פון טויט.
בראַנדייס (יונגבונצלא, בעהמען) (גערופן "פּאָווידל פּורים" – "פּורים פון די פּפֿלאַמען-מאַרמעלאַד") י' אדר 1731 דוד בראַנדייס און זײַן משפּחה געראַטעוועט פון אַן עלילת דם, אַז זיי האָבן פאַרסאַמט קריסטן דורך פּפֿלאַמען-מאַרמעלאַד.
דאַנציג (ווילנע) (גערופן "פּולווער פּורים" – "פּורים פון פּולווער") ט"ו כסלו 1804 משפחת אברהם דאַנציג, מחבר פון חיי אדם, געראַטעוועט פון אַ מאַגנעזיום-יקספּלאָזיע.
עליאַשאַר (ירושלים) ב' ניסן ? געראַטעוועט פון טויט.
העללער (פּראַג) א' אדר 1629 רבי יום-טוב ליפּמאַן העללער, רב פון פּראַג, געראַטעוועט פון טויט-פּסק.
יונתן בן יעקב (פֿולדאַ, דייטשלאַנד) י"ז תמוז ? ?
מיימאָן (ליטע) ? 1750 זיידע פון שלמה מיימאָן געראַטעוועט פון טויט צוליב אַן עלילת דם.
מייַוחאַס (ירושלים) ט"ז אדר 1724 ראש-המשפחה, רפאל מייַוחאַס, אַנטקומען פון רויבער.
שמואל הנגיד (שפּאַניע) א' אלול 1039 געראַטעוועט פון אַ טאָטע-פּלאַנונג דורך קאָנספּיראַטאָרן.
סג"ל (קראָקע, פּוילן) א' אייר 1657 משפחה געראַטעוועט פון דערטרונקען ווערן אין אַ טייך בעת אַן אנטלויף פון אַ פּאָגראָם.
טרעוועס (?) שבת פרשת ויצא 1758 אַנטקומען פון אַ שׂרֵפה.

דרויסנדיגע לינקס