אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נפתלי צבי הורוויץ"
ק (החלפת טקסט – "[[ישראל האפשטיין" ב־"[[רבי ישראל האפשטיין") |
ק (החלפת טקסט – "[[יעקב יצחק פון לובלין" ב־"[[רבי יעקב יצחק פון לובלין") |
||
שורה 12: | שורה 12: | ||
'''רבי נפתלי''' האט געלערנט{{הערה|''א.ל.ג. שרייבט אז ער האט געלערנט ביי זיין זיידן רבי איציקל, אבער דאס שטימט נישט, רבי איציקל איז אוועק ה'תקכ"ז ווען '''רבי נפתלי''' איז קוים געווען זיבן יאר''}} ביי זיין פעטער [[רבי משולם איגרא]] אין [[בראד]], צוזאמען מיט [[רבי מרדכי בנעט]] רב אין [[ניקאלשבורג]], און הרב [[יעקב לארבערבוים]], רב אין [[ליסא]], דער "חוות דעת". רבי משולם האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "יענקעלע {{קליין|(דער חוות דעת)}} פארשטייט מיך און איך פארשטיי אים, '''נפתָלטשי''', פארשטיי איך אים נישט, אבער דאכט זיך אז ער פארשטייט מיך יא". | '''רבי נפתלי''' האט געלערנט{{הערה|''א.ל.ג. שרייבט אז ער האט געלערנט ביי זיין זיידן רבי איציקל, אבער דאס שטימט נישט, רבי איציקל איז אוועק ה'תקכ"ז ווען '''רבי נפתלי''' איז קוים געווען זיבן יאר''}} ביי זיין פעטער [[רבי משולם איגרא]] אין [[בראד]], צוזאמען מיט [[רבי מרדכי בנעט]] רב אין [[ניקאלשבורג]], און הרב [[יעקב לארבערבוים]], רב אין [[ליסא]], דער "חוות דעת". רבי משולם האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "יענקעלע {{קליין|(דער חוות דעת)}} פארשטייט מיך און איך פארשטיי אים, '''נפתָלטשי''', פארשטיי איך אים נישט, אבער דאכט זיך אז ער פארשטייט מיך יא". | ||
צו דער בר מצוה האט '''רבי נפתלי'ס''' פאטער אים געפירט צו [[רבי אלימלך פון ליזשענסק]] באקאנט אלס "דער נועם אלימלך". (אנדערע זאגעאז דאס איז געווען ביים [[יחיאל מיכל פון זלאטשאוו|זלאטשאווער מגיד]]). פון די פופצן יאר האט ער זיך געווייקט ביים רבי ר' אלימלך, איין גאנץ יאר איז ער געווען ביי הרב [[מרדכי פון נעשכיז]], אזוי אויך איז ער געווען ביים אפטער רב הרב [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)|אברהם יהושע העשיל]] און ביים הייליגן [[רבי ישראל פון רוזשין|רוזינער]]. אין אלעם איז ער געווען ביי צוויי הונדערט רבי'ס ווי דער צאל פון "עשה לך רב". געלערנט האט ער ביים [[רבי ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]] און ביי [[רבי מנחם מענדיל פון רימאנאוו]], אבער זיין הויפט רבי איז געווען [[יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]]. | צו דער בר מצוה האט '''רבי נפתלי'ס''' פאטער אים געפירט צו [[רבי אלימלך פון ליזשענסק]] באקאנט אלס "דער נועם אלימלך". (אנדערע זאגעאז דאס איז געווען ביים [[יחיאל מיכל פון זלאטשאוו|זלאטשאווער מגיד]]). פון די פופצן יאר האט ער זיך געווייקט ביים רבי ר' אלימלך, איין גאנץ יאר איז ער געווען ביי הרב [[מרדכי פון נעשכיז]], אזוי אויך איז ער געווען ביים אפטער רב הרב [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)|אברהם יהושע העשיל]] און ביים הייליגן [[רבי ישראל פון רוזשין|רוזינער]]. אין אלעם איז ער געווען ביי צוויי הונדערט רבי'ס ווי דער צאל פון "עשה לך רב". געלערנט האט ער ביים [[רבי ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]] און ביי [[רבי מנחם מענדיל פון רימאנאוו]], אבער זיין הויפט רבי איז געווען [[רבי יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]]. | ||
==רבנות== | ==רבנות== |
רעוויזיע פון 19:52, 14 דעצעמבער 2023
נפתלי הורוויץ פירט אהער. פאר אנדערע רבנים מיטן נאמען נפתלי הורוויץ זעט נפתלי הורוויץ (באדייטן)
רבי נפתלי צבי הורוויץ זצ"ל (ו' סיון ה'תק"כ - י"א אייר ה'תקפ"ז) איז געווען דער רב אין ראפשיץ, וועסט גאליציע.
אפשטאם
רבי נפתלי איז געבוירן אין בראד[1] יום טוב שבועות, ו' סיון ה'תק"כ, דעם טאג וואס דער בעל שם טוב איז אוועק, בגדר "ובא השמש וזרח השמש",[2] צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל ראַבין,[3] רב אין לינסק, באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, רב אין אה"ו, באקאנט אלס "רבי איציקל האמבורגער". (דער נאמען הורוויץ נעמט זיך פון זיין מוטער'ס שטוב, רבי נפתלי האט אמאל געזאגט פאר זיינע קינדער, הארעוועטס וועט עץ האבן).
זיינע רבי'ס
רבי נפתלי האט געלערנט[4] ביי זיין פעטער רבי משולם איגרא אין בראד, צוזאמען מיט רבי מרדכי בנעט רב אין ניקאלשבורג, און הרב יעקב לארבערבוים, רב אין ליסא, דער "חוות דעת". רבי משולם האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "יענקעלע (דער חוות דעת) פארשטייט מיך און איך פארשטיי אים, נפתָלטשי, פארשטיי איך אים נישט, אבער דאכט זיך אז ער פארשטייט מיך יא".
צו דער בר מצוה האט רבי נפתלי'ס פאטער אים געפירט צו רבי אלימלך פון ליזשענסק באקאנט אלס "דער נועם אלימלך". (אנדערע זאגעאז דאס איז געווען ביים זלאטשאווער מגיד). פון די פופצן יאר האט ער זיך געווייקט ביים רבי ר' אלימלך, איין גאנץ יאר איז ער געווען ביי הרב מרדכי פון נעשכיז, אזוי אויך איז ער געווען ביים אפטער רב הרב אברהם יהושע העשיל און ביים הייליגן רוזינער. אין אלעם איז ער געווען ביי צוויי הונדערט רבי'ס ווי דער צאל פון "עשה לך רב". געלערנט האט ער ביים קאזשניצער מגיד און ביי רבי מנחם מענדיל פון רימאנאוו, אבער זיין הויפט רבי איז געווען חוזה פון לובלין.
רבנות
אויף דער המלצה פון רבי נפתלי'ס רבי'ן מענדעלע רימאנאווער האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין ראפשיץ, שפעטער איז ער אויך געווארן רב איינמאל א וואך אין לינסק, סטריזשעוו און קרייז סאניק
הסתלקות
רבי נפתלי איז נפטר געווארן אויף דעם וועג קיין לאנצהוט, י"א אייר ה'תקפ"ז, אין ליגט אין לאנצהוט
פאמיליע
בזיווג ראשון האט רבי נפתלי געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון הרב וועלוועל סטאקער פון די בראדער עשירים, אבער איר געפירעכץ איז אים נישט געפאלן; אויף דער באראטונג פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו האט ער זי גע'גט. נאכהער איז רבי נפתלי געזעצען אין זלאטשאוו, זיין רבי דער זלאטשאווער מגיד האט אים אנגעטראגן א שידוך מרת רבקה די טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער א וויין הענדלער פון דוקלא, נאך וואס ער האט איר געהייראט בזיווג שני איז ער געפארן קיין דוקלא, דארט האט ער זיך באשעפטיגט מיט בדחנות און שדכנות. זייערע קינדער:
(איבער דעם ארדער פון די קינדער איז פאראן פארשידענע מיינונגען, זעט ספר זרעא קדישא עמוד צג הערה א')
- מרת רייצא די ווייב פון הרב רבי אשר ישעיה רובין (ה'תקל"ה - ערב פסח ה'תר"ה), ממלא מקום פון שווער, רב אין ראפשיץ.
- הרב אברהם חיים הורוויץ (ה'תקמ"ט - כ"ה מנחם אב ה'תקצ"א), ממלא מקום פון פאטער, רב אין לינסק.
- הרב רבי אליעזר הורוויץ (ה'תק"נ (אומגעפעהר) - ג' חשוון ה'תרכ"א), רב אין דזשיקאוו.
זיינע ספרים
- זרע קודש
- אילה שלוחה
- אמרי שפר
- אהל נפתלי
זיינע תלמידים
- רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו, דער "בני יששכר".
- רבי צבי הירש פון רימאנאוו
- רבי יעקב צבי יאלעס פון דינאוו, מחבר פון "קהלת יעקב" און "מלא הרועים".
- רבי חנוך העניך בן שמואל מאיר מייער, מחבר פון "לב שמח" און "סידור לב שמח".
רעפערענצן
- זרעא קדישא
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!