אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חשון"
(פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 11: | שורה 11: | ||
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השמיני"{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ו|לח}}|שם=מא}}. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח בול"{{הערה|שם=מא}}, א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין [[כנענ'יש]]ע אויפשריפטן{{הערה|{{ספר בארכיון האינטרנט|[[יצחק אבישור]]|כתובות פיניקיות והמקרא|ketovotfiniiyote0001avis|א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142|-|עמוד=142}}}}. עס באדייט "וועלקן", ווייל די בלעטער פאלן אראפ און די גראז אין פעלד ווערן פארוועלקט, אדער "שטיקער", ווייל די ערד ווערט צעברעקלט אויף שטיקער, אדער "געמיש", ווייל מען מישט אויס גראזן פאר די בהמות צו עסן פונדערהיים נאך וואס עס ענדיגן זיך די גראזן אויפן פעלד{{הערה|שם=ירושלמי|{{ירושלמי|ראש השנה|א|ב}}}}. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף דער [[מבול]], וואס האט זיך אנגעהויבן אין דעם חודש און א זכר דערפון איז נאך געבליבן ביז ווען דער בית המקדש איז אויפגעשטעלט געווארן{{הערה|{{תנחומא|נח|יא}}; {{ילקוט שמעוני|מלכים א|קפד}}}}. פון די ראשונים איז פארהאן ווער עס טייטשט אז עס קומט פון זעלבן שורש ווי דאס ווארט מבול, אנדייטנדיג אויף די [[רעגן|רעגנס]] וועלכע הייבן זיך אן אין דעם חודש{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ו|לח|מפרש=רד"ק}}}}. | אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השמיני"{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ו|לח}}|שם=מא}}. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח בול"{{הערה|שם=מא}}, א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין [[כנענ'יש]]ע אויפשריפטן{{הערה|{{ספר בארכיון האינטרנט|[[יצחק אבישור]]|כתובות פיניקיות והמקרא|ketovotfiniiyote0001avis|א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142|-|עמוד=142}}}}. עס באדייט "וועלקן", ווייל די בלעטער פאלן אראפ און די גראז אין פעלד ווערן פארוועלקט, אדער "שטיקער", ווייל די ערד ווערט צעברעקלט אויף שטיקער, אדער "געמיש", ווייל מען מישט אויס גראזן פאר די בהמות צו עסן פונדערהיים נאך וואס עס ענדיגן זיך די גראזן אויפן פעלד{{הערה|שם=ירושלמי|{{ירושלמי|ראש השנה|א|ב}}}}. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף דער [[מבול]], וואס האט זיך אנגעהויבן אין דעם חודש און א זכר דערפון איז נאך געבליבן ביז ווען דער בית המקדש איז אויפגעשטעלט געווארן{{הערה|{{תנחומא|נח|יא}}; {{ילקוט שמעוני|מלכים א|קפד}}}}. פון די ראשונים איז פארהאן ווער עס טייטשט אז עס קומט פון זעלבן שורש ווי דאס ווארט מבול, אנדייטנדיג אויף די [[רעגן|רעגנס]] וועלכע הייבן זיך אן אין דעם חודש{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ו|לח|מפרש=רד"ק}}}}. | ||
דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אראח-שׂאמנא" (אדער "וַרחֶשׁמָן") אין [[בבל]] און אין [[מעסאפאטאמיע]] בכלל, וואס טייטשט דער אכטער חודש; די [[קאנסאנאנט]]ן ו' און מ' זענען אפט געווארן אויפגעטוישט אין שפעטער-בבל'יש, ברענגענדיג צו "מרחשון"{{הערה|Muss-Arnolt, W., [https://www.jstor.org/stable/3268813 The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents], Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176|כיוון=שמאל}}. טייל פארשער צווייפלען אין די ריכטיגקייט פון דעם הסבר, ווייל די אנדערע מאנאטן זענען נישט גערופן געווארן לויט זייער צאל. צווישן אנדערע פארגעשלאגענע [[עטימאלאגיע]]ס זענען "רעגן-מאנאט", | דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אראח-שׂאמנא" (אדער "וַרחֶשׁמָן") אין [[בבל]] און אין [[מעסאפאטאמיע]] בכלל, וואס טייטשט דער אכטער חודש; די [[קאנסאנאנט]]ן ו' און מ' זענען אפט געווארן אויפגעטוישט אין שפעטער-בבל'יש, ברענגענדיג צו "מרחשון"{{הערה|Muss-Arnolt, W., [https://www.jstor.org/stable/3268813 The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents], Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176|כיוון=שמאל}}. טייל פארשער צווייפלען אין די ריכטיגקייט פון דעם הסבר, ווייל די אנדערע מאנאטן זענען נישט גערופן געווארן לויט זייער צאל. צווישן אנדערע פארגעשלאגענע [[עטימאלאגיע]]ס זענען "רעגן-מאנאט", אדער אז עס נעמט זיך פון דער [[פערסיש]]ער נאמען פאר דעם מאנאט, "מַרְכַּשַן", מיט אן אומקלארן באדייט. | ||
אין די תקופה פון [[גלות בבל]] און [[שיבת ציון]] איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים{{הערה|שם=ירושלמי}}. די [[תימן|תימנים]] זאגן עס ארויס '''מְרַח־שְׁוָן''', וואס שטימט מיטן בבל'ישן מקור | אין די תקופה פון [[גלות בבל]] און [[שיבת ציון]] איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים{{הערה|שם=ירושלמי}}. די [[תימן|תימנים]] זאגן עס ארויס '''מְרַח־שְׁוָן''', וואס שטימט מיטן בבל'ישן מקור, אין און עטליכע [[אשכנזים|אשכנז'ישע]] כתבי יד פון [[ראשונים|תקופת הראשונים]] טרעפט מען "שוון" אלס קיצור דערפון{{הערה|צום ביישפיל [https://www.nli.org.il/he/manuscripts/NNL_ALEPH990025281370205171/NLI?volumeItem=2#$FL135970692 סידור מנהג אשכנז המערבי] פון די פריע ה' אלפים יארן}}. אין רוב פלעצער זאגט מען עס אבער ארויס '''מַר־חֶשְוָן''', וואס האט ווארשיינליך צוגעברענגט אז "מר" זאל ווערן באטראכט ווי א פרעפיקס און אוועקפאלן{{הערה|ארי זיבוטפסקי, [https://www1.biu.ac.il/File/Parasha/zibotevski.pdf חשוון, מר-חשוון או מרח-שוון?], דף שבועי אוניברסיטת בר-אילן 1288, בראשית תשע"ט}}. דעם קיצור חשון טרעפט מען אין כתבי יד פון בעפאר [[אחרונים|תקופת האחרונים]]{{הערה|[https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/71daf959-48ba-43e8-8608-aad9dfa4a9cb/surfaces/a476018e-2777-4ae1-8641-a9135790ccf1/ קאלאפאן] פון יאר [[ה'ר"ט]]; [https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/0b9a5ad6-47dd-4b80-aa95-414b58388744/surfaces/289bb551-39e7-4c29-82d9-e1166ab25014 קאלאפאן] פון יאר [[ה'רי"א]]}}. דער פרעפיקס "מר" איז געווארן געטייטשט "טראפ", ווי "הֵן גּוֹיִם כְּמַר מִדְּלִי"{{הערה|{{תנ"ך|ישעיה|מ|טו}}}}, צוליב די רעגנס וועלכע הייבן אן טראפן{{הערה|פרי חדש, אבן העזר סימן קכ"ו ס"ק כ"ב}}, אדער טייטשט עס "ביטער", ווייל עס איז א חודש אן קיין [[יום טוב]]{{הערה|מועד לכל חי פרק כ"ו אות ד'; קמח סלת, עמ' קנ"ד; שדי חמד, אסיפת דינים מערכת חתן וכלה אות כ"ג.}}. אנדערע האבן אבער אפגעווארפן, אז דער נאמען איז ארויפגעקומען פון בבל און ווערט נישט געטייטשט אין [[לשון קודש]]{{הערה|בצל החכמה, חלק ב' סי' ס'}}. | ||
דער חודש דארף ווערן געשריבן "מרחשון" אין א [[גט]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אבן העזר|קכו|מפרש=רמ"א}}, סעיף ז'}}, ווי אויך אין א [[כתובה]] און אנדערע [[שטר]]ות{{הערה| נחלת שבעה, שטרות סי' ד'}}. אויב האט מען עס געשריבן "מרחשוון", מיט צוויי ו', איז עס אויך כשר{{הערה|ראש פינה, אבן העזר סי' קכ"ו; {{ערוך השולחן|אבן העזר|קכו|יז}}.}}. אויב האט מען געשריבן "מר חשון", אפגעטיילט אין צוויי ווערטער, איז עס ספק אויב עס איז כשר{{הערה|זעט: {{ערוך השולחן|אבן העזר|קכו|יז}}, אז במקום עיגון קען מען מיקל זיין}}. אויב האט מען עס געשריבן "חשון" איז עס כשר, ווייל אזוי רופט מען עס ביי מענטשן{{הערה|גט פשוט, אבן העזר סי' קכו, ס"ק ז}}. | |||
די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשואן'. | די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשואן'. | ||
שורה 34: | שורה 36: | ||
== מועדים וזמנים == | == מועדים וזמנים == | ||
* '''[[תענית בה"ב]]''' – א [[תענית]] אין דעם מאנטאג וואס איז נאך ראש חודש, און דאנערשטאג און מאנטאג דערנאך | * '''[[תענית בה"ב]]''' – א [[תענית]] אין דעם מאנטאג וואס איז נאך ראש חודש, און דאנערשטאג און מאנטאג דערנאך | ||
* '''[[סיגד]]''' – א יום טוב פון רייניגונג און זיך הייליגן ביי די [[פאלאשן]], אין [[כ"ט חשון]], פופציג טעג נאך [[יום כיפור]] | |||
==דרויסנדע לינקס== | ==דרויסנדע לינקס== |
רעוויזיע פון 15:02, 26 אקטאבער 2023
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
חשון (אין פולן נאמען מרחשון) איז דער צווייטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער אכטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש חשון פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן אקטאבער-נאוועמבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אינמיטן דער סעזאן פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש אייר אין צפון האלבקיילעך).
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז חשון רוב מאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[א], און צומאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[ב][1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א חודש מלא; ראש חודש חשון באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' תשרי און א' חשון[1]. חודש חשון קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת[2].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השמיני"[3]. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח בול"[3], א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[4]. עס באדייט "וועלקן", ווייל די בלעטער פאלן אראפ און די גראז אין פעלד ווערן פארוועלקט, אדער "שטיקער", ווייל די ערד ווערט צעברעקלט אויף שטיקער, אדער "געמיש", ווייל מען מישט אויס גראזן פאר די בהמות צו עסן פונדערהיים נאך וואס עס ענדיגן זיך די גראזן אויפן פעלד[5]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף דער מבול, וואס האט זיך אנגעהויבן אין דעם חודש און א זכר דערפון איז נאך געבליבן ביז ווען דער בית המקדש איז אויפגעשטעלט געווארן[6]. פון די ראשונים איז פארהאן ווער עס טייטשט אז עס קומט פון זעלבן שורש ווי דאס ווארט מבול, אנדייטנדיג אויף די רעגנס וועלכע הייבן זיך אן אין דעם חודש[7].
דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אראח-שׂאמנא" (אדער "וַרחֶשׁמָן") אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, וואס טייטשט דער אכטער חודש; די קאנסאנאנטן ו' און מ' זענען אפט געווארן אויפגעטוישט אין שפעטער-בבל'יש, ברענגענדיג צו "מרחשון"[8]. טייל פארשער צווייפלען אין די ריכטיגקייט פון דעם הסבר, ווייל די אנדערע מאנאטן זענען נישט גערופן געווארן לויט זייער צאל. צווישן אנדערע פארגעשלאגענע עטימאלאגיעס זענען "רעגן-מאנאט", אדער אז עס נעמט זיך פון דער פערסישער נאמען פאר דעם מאנאט, "מַרְכַּשַן", מיט אן אומקלארן באדייט.
אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[5]. די תימנים זאגן עס ארויס מְרַח־שְׁוָן, וואס שטימט מיטן בבל'ישן מקור, אין און עטליכע אשכנז'ישע כתבי יד פון תקופת הראשונים טרעפט מען "שוון" אלס קיצור דערפון[9]. אין רוב פלעצער זאגט מען עס אבער ארויס מַר־חֶשְוָן, וואס האט ווארשיינליך צוגעברענגט אז "מר" זאל ווערן באטראכט ווי א פרעפיקס און אוועקפאלן[10]. דעם קיצור חשון טרעפט מען אין כתבי יד פון בעפאר תקופת האחרונים[11]. דער פרעפיקס "מר" איז געווארן געטייטשט "טראפ", ווי "הֵן גּוֹיִם כְּמַר מִדְּלִי"[12], צוליב די רעגנס וועלכע הייבן אן טראפן[13], אדער טייטשט עס "ביטער", ווייל עס איז א חודש אן קיין יום טוב[14]. אנדערע האבן אבער אפגעווארפן, אז דער נאמען איז ארויפגעקומען פון בבל און ווערט נישט געטייטשט אין לשון קודש[15].
דער חודש דארף ווערן געשריבן "מרחשון" אין א גט[16], ווי אויך אין א כתובה און אנדערע שטרות[17]. אויב האט מען עס געשריבן "מרחשוון", מיט צוויי ו', איז עס אויך כשר[18]. אויב האט מען געשריבן "מר חשון", אפגעטיילט אין צוויי ווערטער, איז עס ספק אויב עס איז כשר[19]. אויב האט מען עס געשריבן "חשון" איז עס כשר, ווייל אזוי רופט מען עס ביי מענטשן[20].
די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשואן'.
סימבאלן און אייגנשאפטן
דער מזל פון דעם חודש איז מזל עקרב[21], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ג]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל קשת דער מזל פון חודש חשון.
לויט דער זוהר, איז חודש חשון קעגן שבט בנימין[23]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט מנשה[24], אדער קעגן שבט נפתלי[25], אדער קעגן שבט אשר[26], אדער קעגן שבט שמעון[27].
חודש חשון איז קעגן דעם אות נ[21].
דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז והה"י[28], וואס גייט ארויס פון פסוק ”וּדְבָשׁ הַיּוֹם הַזֶּה י'”[29].
חודש חשון איז דער עיקר צייט פון "זרע" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק[30] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[31].
דינים און מנהגים
אין דעם חודש הייבן אן די ישיבות א פרישן זמן, נאך די טעג פון בין הזמנים. לויט א מקור אין ספרי חסידות, איז עס אזוי איינגעפירט געווארן ווייל חשון און אייר זענען מסוגל צו באגרייפן דעת תורה, מער ווי אנדערע חדשים[32]. אין פראנקפורט האט מען זיך געפירט צו בענטשן דעם חודש מיט א גמרא ניגון[33].
מועדים וזמנים
- תענית בה"ב – א תענית אין דעם מאנטאג וואס איז נאך ראש חודש, און דאנערשטאג און מאנטאג דערנאך
- סיגד – א יום טוב פון רייניגונג און זיך הייליגן ביי די פאלאשן, אין כ"ט חשון, פופציג טעג נאך יום כיפור
דרויסנדע לינקס
- שמואל חגי, מר-חשוון במסורת ישראל
- אליהו כי טוב חודש מרחשוון אין ספר התודעה
נאטיצן
- ↑ אין א "שנה חסרה" און אין א "שנה כסדרה", וועלכע באטרעפן צוזאמען ארום 55.1% פון אלע יארן.
- ↑ אין א "שנה שלמה", ארום 44.9% פון אלע יארן.
- ↑ די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[22].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ו'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ 3.0 3.1 מלכים א' ו, לח
- ↑ יצחק אבישור, כתובות פיניקיות והמקרא, א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142
- ↑ 5.0 5.1 תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ מדרש תנחומא פרשת נח פיסקא י"א; ילקוט שמעוני, מלכים א, רמז קפ"ד
- ↑ רד"ק, מלכים א' ו, לח
- ↑ Muss-Arnolt, W., The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents, Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176
- ↑ צום ביישפיל סידור מנהג אשכנז המערבי פון די פריע ה' אלפים יארן
- ↑ ארי זיבוטפסקי, חשוון, מר-חשוון או מרח-שוון?, דף שבועי אוניברסיטת בר-אילן 1288, בראשית תשע"ט
- ↑ קאלאפאן פון יאר ה'ר"ט; קאלאפאן פון יאר ה'רי"א
- ↑ ישעיה מ, טו
- ↑ פרי חדש, אבן העזר סימן קכ"ו ס"ק כ"ב
- ↑ מועד לכל חי פרק כ"ו אות ד'; קמח סלת, עמ' קנ"ד; שדי חמד, אסיפת דינים מערכת חתן וכלה אות כ"ג.
- ↑ בצל החכמה, חלק ב' סי' ס'
- ↑ רמ"א, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף ז'
- ↑ נחלת שבעה, שטרות סי' ד'
- ↑ ראש פינה, אבן העזר סי' קכ"ו; רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף י"ז.
- ↑ זעט: רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף י"ז, אז במקום עיגון קען מען מיקל זיין
- ↑ גט פשוט, אבן העזר סי' קכו, ס"ק ז
- ↑ 21.0 21.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ד
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; רסיסי לילה אות ל"ט; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר. - ↑ קידוש ירחים לחודש מרחשון פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער המים.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289 - ↑ יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
- ↑ אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
- ↑ דברים כו, טו–טזִ
- ↑ בראשית ח, כב
- ↑ בבא מציעא קו, ב
- ↑ מאור ושמש, סוף פרשת שמיני
- ↑ מנהגי פרנקפורט - מועדים, עמוד ק'
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|