אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ה' שבט"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{יום בחודש אריינפיר}} | |||
{{יום בחודש אריינפיר | |||
{| class="wikitable" style="float:left;clear:left;" | {| class="wikitable" style="float:left;clear:left;" |
רעוויזיע פון 13:56, 18 אקטאבער 2023
ה' שבט איז דער פינפטער טאג פונעם פינפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פינפטער טאג פונעם עלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז | זונטאג | בשלח |
זחא זחג |
מאנטאג | בא |
השא השג |
מאנטאג | בשלח |
בחג בחה זשג זשה |
מיטוואך | בא |
בשה בשז גכה גכז |
פרייטאג | בא |
החא | שבת | בא |
חגים וזמנים
- א 'תענית צדיקים', ווייל אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די זקנים אין די טעג פון יהושע[1]
- לויט איין מקור, איז א סכנה אין דעם טאג צו מקיז זיין בלוט אדער ארויסלאזן א קינד אליינס אויף דער גאס[2]
- דער עומר און די שתי הלחם האט מען געברענגט פון תבואה וואס מען האט איינגעפלאנצט אין ה' שבט, זיבעציג טעג בעפאר פסח, כדי עס זאל ארויסגעבן אסאך זעמל-מעל[3]
געשעענישן
- ה'תרנ"ב – די וואלאזשינער ישיבה איז פארשפארט געווארן, נאך פאדערונגען פון די רוסישע רעגירונג אז מען זאל לערנען די רוסישע שפראך אין ישיבה
- ה'תש"ה - די רויטע ארמיי באפרייט דעם לאדזשער געטא
געבוירן
יארצייטן
- ה'תרכ"ט – רבי חיים דוד חזן, דער רב אין איזמיר און דער ראשון לציון אין ירושלים (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרס"ה – רבי יהודה אריה לייב אלטער פון גער, בעל "שפת אמת" (געבוירן ה'תר"ז)
- ה'תר"ע – רבי חיים ישעיה הכהן האלבערסבערג, בעל מסגרת השולחן (געבוירן ה'תר"ח)
- ה'תר"צ - רבי אברהם אהרן יודעלאוויטש, א רב אין מאנטשעסטער און אין באסטאן, רב הכולל פון אגודת הקהילות אין ניו יארק, מחבר פון 'דרש אב' און שו"ת 'בית אב' (געבוירן ה'תר"י)
- ה'תש"מ – רבי שלמה זלמן פרידמאן, רב פון ראחוב און לוגאנא
רעפערענצן
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ב'. לויט א צווייטע גירסא, געברענגט דארט אין משנה ברורה, איז עס געווען אין ח' שבט.
- ↑ קב הישר פרק לב
- ↑ מנחות פה, א; זע תוספות, בבא מציעא קו, ב, ד"ה וקיימה.