אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פרשת השבוע"
ק (החלפת טקסט – "ריע:לוח]]" ב־"ריע:לוח|װ]]") |
ק (החלפת טקסט – "ריע:פרשת השבוע" ב־"ריע:פרשיות השבוע") |
||
שורה 41: | שורה 41: | ||
{{פרשת השבוע}} | {{פרשת השבוע}} | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:פרשיות השבוע|*]] | ||
[[קאַטעגאָריע:לוח|װ]] | [[קאַטעגאָריע:לוח|װ]] | ||
[[he:פרשת השבוע]] | [[he:פרשת השבוע]] |
רעוויזיע פון 05:26, 3 סעפטעמבער 2023
די חמשה חומשי תורה זענען צעטיילט אויף 54 סדרות. יעדן שבת ליינט מען איין (אדער אמאל צוויי) סדרה (סדרות) אין שול פון א כשר'ער ספר תורה פאר מוסף. מען ליינט די ערשטע סדרה, בראשית דעם שבת נאך שמחת תורה, און יעדן שבת ליינט מען די נעקסטע סדרה לויטן סדר. די סדרה פון דער וואך וועט גערופן פרשת השבוע.
די סדרות
היינטיגע צייטן צעטיילט מען די סדרות לויטן מנהג פון די אידן אין בבל, אזוי ענדיגט מען די תורה במשך א יאר. די לעצטע סדרה וזאת הברכה ליינט מען שמחת תורה.
אין די צייטן פון די תנאים און אמוראים פלעג זיין אין ארץ ישראל אן אנדער מנהג. די סדרות זענען געווען א סאך קורצער און עס האט געדויערט בערך דריי יאר ביז מען האט מסיים געווען די גאנצע תורה. אין די צייטן פון די גאונים האבן אלע יידישע קהלות מקבל געווען דעם מנהג פון בבל.
די נעמען פון די סדרות וואס זענען אנגענומען היינט זענען על פי רוב דאס ערשטע ווארט אדער איינע פון די ערשטע ווערטער פון דער סדרה.
צופאסן די סדרות
אין א שנה פשוטה וואס האט 353-355 טעג, איז דא אינגאנצן פופציג שבתים, קומט אויס אז ס'זענען דא צופיל סדרות צו ליינען איין סדרה א וואך. נאך דערצו, ווען יו"ט אדער חול המועד געפאלט שבת ליינט מען נישט איינע פון די סדרות נאר אן אנדער קריאה. אין דעם פאל דארף אמאל ליינען צוויי סדרות צוזאמען אין איין שבת. אן עיבור יאר האט 383-385 טעג, דאס הייסט 54 אדער 55 שבתים. אזוי ווי מ'ליינט נישט קיין סדרה דעם שבת פון פסח און אויך נישט דעם שבת פון סוכות, דארף מען לכל היותר 53 סדרות, גענוי וויפיל סדרות איז דא אחוץ "וזאת הברכה" וואס מ'ליינט אלעמאל יו"ט.
די סדרות וואס מ'איז נוהג צו באהעפטן ווען דאס יאר האט ווינציגער ווי 53 שבתים זענען:
- ויקהל-פקודי - גייען צוזאמען רוב פשוטע יארן, אחוץ ווען דאס יאר איז השא, געפאלט ראש השנה שבת און פסח זונטאג, קומט אויס אז ס'איז דא אן איבריגער שבת פאר פסח.
- בהר-בחקותי - אלעמאל צוזאמען אין א פשוטן יאר אין חוץ לארץ. אין ארץ ישראל אין א הכז יאר געפאלט פסח שבת; אין חוץ לארץ איז אחרון של פסח שבת, אבער אין ארץ ישראל דער טאג איז אסרו חג און מען דארף ליינען א סדרה, דעריבער זענען בהר און בחקתי באזונדער.
- מטות-מסעי - צוזאמען אין רוב יארן בכדי מ'זאל ליינען דברים דעם שבת פאר תשעה באב (גמרא מגילה). אין אן עיבור יאר וואס הייבט אן (ראש השנה) דאנערשטאג זענען די צוויי סדרות באזונדער. אין ארץ ישראל זענען זיי באזונדער אויך אין אן עיבור יאר וואס איז בשז אדער גכז, ווייל אחרון של פסח געפאלט שבת.
- נצבים-וילך - צוזאמען אז ראש השנה אדער יום כיפור געפאלט שבת, פעלט דעמאלסט א שבת. מען גיבט א סימן דערויף "בג המלך פת וילך" דאס מיינט - אויב דער "המלך" = ראש השנה געפאלט מאנטאג (יום ב') אדער דינסטאג (יום ג') ליינט מען פרשת וילך באזונדער.
דער תוכן פון דער סדרה
בדרך כלל, איז נישט דא קיין קשר צווישן דער סדרה און דעם זמן ווען מען ליינט זי. טראץ דעם ס'מאכט זיך די פאלגנדע:
- שבת פאר תשעה באב ליינט מען פרשת דברים וואו ס'געפינט דער פסוק "איכה אשא לבדי טרחכם משאכם וריבכם" וואס איז א סימן אויף מגילת איכה.
- די קללות אין פרשת בחקותי און פרשת כי תבוא ליינט מען אין אנפאנג פון זומער, פאר שבועות און אין דעם סוף פון זומער, פאר ראש השנה. שטענדיג איז דא נאך א סדרה צווישן די קללות פון בחקתי און שבועות כדי נישט צוטשעפן די קללות צו יו"ט, און צווישן די קללות פון כי תבוא און ראש השנה, וועגן "תכלה שנה וקללותיה".
- פרשת פקודי וואס רעדט וועגן אויפשטעלן דעם משכן ראש חודש ניסן ליינט מען אפט אום שבת החודש וואס איז ראש חודש ניסן אדער דער שבת פריער.
תימני מנהגים
לויטן מנהג פון די באלאדי תימנים באהעפט מען חקת-בלק אנשטאט מטות-מסעי.
דרויסנדע לינקס
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!