אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לבנון ברודער קריג"
ק (החלפת טקסט – "וווי" ב־"וואוי") |
ק (החלפת טקסט – "געענדיקט" ב־"געענדיגט") |
||
שורה 137: | שורה 137: | ||
=== דער אינערליכע קריג === | === דער אינערליכע קריג === | ||
ווען די שיאטן האבן | ווען די שיאטן האבן געענדיגט זייער קריג מיט די פאלעסטינער, האבן זיי זיך גענומען שלאגן איבערן פירערשאפט, פון דער שיאטישער געמיינדע. אמאל איז געווען א גרופע, וואס איז געווען סעקולאר אין איר וועזן, בעת כעזבאללא איז א ראדיקאלע רעליגיעזע גרופע, וואס זעט אינעם רעליגיע איר הויפט אגענדע, אין 1988 האט אויסגעבראכן די ברודער קריג צווישן די שיאטן. אין 1990 האט זיך עס געענדיגט מיט דער אויבערהאנט פון כעזבאללא, אבער מיט א פייער אפשטעל פון סיריע. | ||
דער קריג וואס איז פארגעגאנגען אין מערב ביירוט, האט זיך | דער קריג וואס איז פארגעגאנגען אין מערב ביירוט, האט זיך געענדיגט מיטן סירישן צוריקקום, די סוניס האבן געבעטן סיריע צו שיקן אירע זעלנער באשיצן די שטאט, און נאכדעם וואס עס האט שיעור אויסגעבראכן א קריג צווישן סיריע און כעזבאללא, איז שטיל געווארן אין ביירוט. | ||
סיריע איז געווארן דער לאנד, וואס האט געהאט א שליסל, צום אינערליכן פאליטיק און קריג, אין לבנון. | סיריע איז געווארן דער לאנד, וואס האט געהאט א שליסל, צום אינערליכן פאליטיק און קריג, אין לבנון. | ||
=== די פרעזידענט וואלן 1988 === | === די פרעזידענט וואלן 1988 === | ||
סיריע האט געוואלט אז פראנזשיע זאל ווערן פרעזידענט, ער איז געווען איינמאל צווישן 1982-1976, אדער איינער פון זיינע מענטשן, די פראבלעם וואס סיריע האט געהאט, רוב פארלאמענט מאנדאטן וואס האבן נאך געלעבט, האבן געוואוינט אין מזרח ביירוט, און זיי האבן נישט געהאט קיין צוטריט צו די געגנט, און דערפאר ווען אמין זשומייעל האט | סיריע האט געוואלט אז פראנזשיע זאל ווערן פרעזידענט, ער איז געווען איינמאל צווישן 1982-1976, אדער איינער פון זיינע מענטשן, די פראבלעם וואס סיריע האט געהאט, רוב פארלאמענט מאנדאטן וואס האבן נאך געלעבט, האבן געוואוינט אין מזרח ביירוט, און זיי האבן נישט געהאט קיין צוטריט צו די געגנט, און דערפאר ווען אמין זשומייעל האט געענדיגט זיין פרעזידענטשאפט, איז זיין כח אריבער צו [[מישעל אוען]], א מארונישע גענעראל. | ||
אמין האט פארלאזט לבנון, און געוואנדערט קיין [[פאריז]]. ער האט איבערגעלאזט צוויי רעגירונגען, די ציווילע רעגירונג אין מערב ביירוט, אונטערן פירערשאפט פון [[סאלים על כוץ]], א מיליטערישע רעגירונג אין מזרח ביירוט, אונטער מישעל אוען. כוץ דער פרעמיער מיניסטער האט נישט אנערקענט אינעם פירערשאפט פון אוען. אין זיין קורצע פירערשאפט איז אוען געווען זייער פאפולער, דער פאקט אז ער איז אויפגעוואקסן מיט שיאטן, האט אים געהאלפן שלום מאכן מיט זיי, רוב קריסטן האבן אים געשטיצט, אויסער די לבנון קרעפטן, מיט דער הויפט [[סאמיר דזשאדזשא]]. | אמין האט פארלאזט לבנון, און געוואנדערט קיין [[פאריז]]. ער האט איבערגעלאזט צוויי רעגירונגען, די ציווילע רעגירונג אין מערב ביירוט, אונטערן פירערשאפט פון [[סאלים על כוץ]], א מיליטערישע רעגירונג אין מזרח ביירוט, אונטער מישעל אוען. כוץ דער פרעמיער מיניסטער האט נישט אנערקענט אינעם פירערשאפט פון אוען. אין זיין קורצע פירערשאפט איז אוען געווען זייער פאפולער, דער פאקט אז ער איז אויפגעוואקסן מיט שיאטן, האט אים געהאלפן שלום מאכן מיט זיי, רוב קריסטן האבן אים געשטיצט, אויסער די לבנון קרעפטן, מיט דער הויפט [[סאמיר דזשאדזשא]]. | ||
שורה 155: | שורה 155: | ||
צוויי טעג שפעטער איז [[עליאס על היראווי]] ערוועלט געווארן פאר פרעזידענט, ער איז געשטאנען צוזאמען מיט על כוץ, דער סונישער פרעמיער. | צוויי טעג שפעטער איז [[עליאס על היראווי]] ערוועלט געווארן פאר פרעזידענט, ער איז געשטאנען צוזאמען מיט על כוץ, דער סונישער פרעמיער. | ||
אוען פון זיין זייט האט געוועלטיגט איבער זיין אטאנאמיע, נישט אנערקענענדיג אין סיריע, אדער אינעם נייעם רעגירונג. סיריע האט זיך צוריק געהאלטן פון טון עפעס, ביז 1990, ווען די גאלף קריזיס האט אויסגעבראכן. אום 9טן אקטאבער האט די לעבאנעזער רעגירונג געבעטן סיריע, איינצונעמען די אטאנאמיע פון אוען. אויפן 13טע אקטאבער האט סיריע אטאקירט, און איינגענומען דעם פרעזידענטליכן פאלאץ אין [[באאבדע]], מזרח ביירוט און די טייל פונעם לבנון בארג, אונטער אוענס הערשאפט. און מיט דעם האט זיך | אוען פון זיין זייט האט געוועלטיגט איבער זיין אטאנאמיע, נישט אנערקענענדיג אין סיריע, אדער אינעם נייעם רעגירונג. סיריע האט זיך צוריק געהאלטן פון טון עפעס, ביז 1990, ווען די גאלף קריזיס האט אויסגעבראכן. אום 9טן אקטאבער האט די לעבאנעזער רעגירונג געבעטן סיריע, איינצונעמען די אטאנאמיע פון אוען. אויפן 13טע אקטאבער האט סיריע אטאקירט, און איינגענומען דעם פרעזידענטליכן פאלאץ אין [[באאבדע]], מזרח ביירוט און די טייל פונעם לבנון בארג, אונטער אוענס הערשאפט. און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער פופצען יעריקע ברודער קריג. | ||
== די טייף רעפובליק == | == די טייף רעפובליק == | ||
די טייף רעגירונג האט זיך אנגעהויבן דעם 22טע אקטאבער 1989, אבער דער קריג האט זיך | די טייף רעגירונג האט זיך אנגעהויבן דעם 22טע אקטאבער 1989, אבער דער קריג האט זיך געענדיגט, ערשט מיט א יאר שפעטער, דעם 13טע אקטאבער 1990. און דער צווייטער רעפובליק האט זיך אנגעפאנגען אויפבויען, זענען געווען מענטשן, וואס האבן נישט געקענט גלייבן, אז עס וועט נאך אמאל געשען. | ||
[[קאַטעגאָריע:לבנון]] | [[קאַטעגאָריע:לבנון]] |
רעוויזיע פון 02:29, 8 יאנואר 2023
דער לבנון ברודער קריג האט זיך אנגעהויבן אין 1975, צווישן קריסטליכע מאראנען, און דער פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע. ער האט אנגעהאלטן פאר פופצן יאר, און עטליכע הונדערט טויזנט מענטשן זענען אומגעקומען, און אלע עטנישע גרופעס וואס געפונען זיך אין לבנון האבן טייל גענומען. סיריע און ישראל, האבן געהאט זייערע אינטערעסן אינעם קריג, ווי זיי האבן טייל גענומען אינעם קריג, פינאנציעל, און פיזיש מיט זעלנער.
איידער דער מלחמה
דער פאליטיק אין לבנון, איז איינעגעטיילט צווישן די פילע מינאריטעטן: דער פרעזידענט פון לבנון, איז שטענדיג א קריסט, דער פרעמיער מיניסטער, וועט אייביג זיין א סוני מוסולמאן, און זייט דער שלום איז צוריק געקומען צום ראיאן, איז א שיאט דער פארזיצער אינעם פארלאמענט.
ביז 1989 איז אינעם פארלאמענט געווען 99 זיצן, איינגעטיילט סעקטאריאליש, צווישן קריסטן און מוסולמענער, די קריסטן האבן שטענדיג געהאט לויטן זעלבסטשטענדיגקייט פארשטענדעניש, אן אויבערהאנט פון 55 פראצענט, אינעם פארלאמענט, פון דער גרינדונג פון לבנון אין 1943. דאס האט געברענגט צו א אומצופרידנהייט צווישן די מוסולמענער באפעלקערונג אין לאנד, איבערהויפט ווען אלע פרעזידענטן, האבן פרובירט צו אונטערהאקן די פליגל פונעם פרעמיער, פרובירנדיג צו זיין מער מאכטפול.
די מוסולמענער זענען איינגעטיילט געווארן, צווישן סוניס 22 פראצענט, שיאטן 18 פראצענט, דרוזן 15 פראצענט, אלאוויס. און וויבאלד די סוניס זענען געווען די מערסט מאכטפול, אין אלע שטאנדפונקטן, זענען זיי געווען די אלטימאטיווע רעגירער, פון דער אראבישער באפעלקערונג אינעם לעוואנט, וואס דאס האט געברענגט צו א פארביטערונג, אין די קלענערע מינאריטעט גרופעס קעגן די סוניס.
די קריסטן זענען איינגעטיילט, א מאיאריטעט מאראנען, 10 פראצענט גריכישע ארטאדאקסן, 6 פראצענט גריכישע קאטאליקן, און ארמענער.
דער לעבאנעזער פאליטישער וועזן
אין לבנון אנדערש ווי אין רוב דעמאקראטישע לענדער אין די וועלט, איז דער פאליטיק בעיקר צווישן פאמיליעס, דאס מיינט אז די מאכטפולע פאמיליעס הערשן איבער די שוואכערע, מיט אן אייזערנעם פויסט, און יעדע משפחה האט א פארטיי נאמען, צום ביישפיל ביי די דרוזן איז עס א געוויסער זשאמבלאט פאמיליע, וואס ביזן אנהייב פונעם ברודער קריג, איז כאמיל געווען דער אנפירער פועם פאמיליע, ער איז אומגעברענגט געווארן אין אן אטענטאט, און זיין זון וואליד, האט אים איבערגענומען, דער נאמען פון זייער פארטיי איז דער סאציאליסטישער פראגרעסיווער פארטיי, הגם דער פארטיי פארטרעט בלויז דרוזן, און עס האט גארנישט מיט סאציאליזם, אזוי ארבעט פאליטיק אין לבנון, אויפן דרוזישן זייט געפונט זיך נאך א פאמיליע, וואס זיי זענען אויף מעסער שטעך מיט זשאמבלאט, דאס איז דער ארסלאן פאמיליע, זייער קריגעריי גייט שוין אן פוןנעם 16טן יאר הונדערט.
צווישן די קריסטן, זענען די גרויסע פאמיליעס בעיקר געווען זשומייעל, שאמון, פראנזשיע, וואס טייל פון זיי האבן געפירט לבנון ביזן קריג, און דורכאויס דעם קריג.
צווישן די סוניס ווערן גערעכנט, דער צאלך פאמיליע, סאלאם, ביהום, יאפי, פון ביירוט, און קראמע, זשיסער, אכדאב, און מוקדעם, פאמיליעס אין טריפאלי (לבנון).
צווישן די שיאטן, איז עס איינגעטיילט כמאדע, און כיידער פאמיליעס אינעם לבנון טאל, אסאד, אסיראן, און זיין מאכטפולע פאמיליעס אינעם דרום טייל.
די פאמיליעס פירן דעם פאליטיק און יעדע פאמיליע שלאגט זיך מיטן אנדערע פאמיליע פונעם זעלבן געמיינדע, אויפן פירערשאפט פונעם לאנד.
פאליטישע פארטייען
די פאמיליעס אין לבנון האבן יעדער פאר זיך אויפגעשטעלט פארטייען, די פאלאנגען פארטיי, אויפגעשטעלט דורך פיער זשומייעל, אין 1936 . דער נאציאנאלע ליבעראלן באוועגונג, געגרינדעט דורך קאמיל שאמון, אין די 1960גע יארן. ביי די סוניס, די ליגע פארן נאציאנאלע וועזן, דורכן צאלך פאמיליע.
פארטייען וואס זענען געווען בלויז אויפן אידעאלאגישן שיטה, איז זייער כח שטענדיג געווען א מינימאלע, ווי קאמוניסטן, באאט, אדער סירישע.
שטרייטן אינעם לאנד
דער לעצטער נאציאנאלע ציילונג, איז פארגעקומען אין 1932, זייט דעמאלט האט מען נישט געציילט אין לבנון, צוליבן קעגנערשאפט פון די קריסטן, ביים ציילונג זענען 54 פראצענט געווען קריסטן, די מוסולמענער טענהן ביז היינט, אז דער נידעריגער געבורט ראטע צווישן קריסטן, און דער הויכער געבורט ראטע ביי מוסולמענער, האט געברענגט די קריסטן צו ווערן א מינאריטעט.
לויט דער לעבאנעזער קאנסטיטוציע, קען א פרעזידענט בלויז דינען 6 יאר, איין קאדענציע, די ערשטע צוויי פרעזידענטן האבן פרובירט טוישן דעם געזעץ, קעגן דער ווילן פון זייערע אייגענע שטיצער, דאס אלעס כדי צו שטערן דעם פרעמיער, און נעמען ווי מער כח צו זייער זייט.
אין 1958, איז פארגעקומען א קליינע ברודער קריג, אבער עס האט זיך גאר שנעל געענדיגט ווען דווייט דעיוויד אייזנהאוער, דער פרעזידענט פון אמעריקע, האט אריינגעשיקט מארינען,
די שיאטן האבן זיך שטענדיג געפילט אויסגעשפילט פונעם לעבאנעזער געזעלשאפט זייענדיג ארעם נישט געבילדעט, און פארנעמענדיג זיך מערסטנס מיט אגריקולטור, ווען לבנון איז געווארן א פארגעשריטן, זענען זיי געבליבן אין די זייט,
די מיינונגס פארשידנהייטן
די קריסטן האבן זיך גערעכנט פארן סטאטוס קווא, ווילנדיג אז דער וועג ווי אזוי לבנון האט זיך געפירט ביז 1975, זאל ווייטער אנגיין, די מוסולמענער פון זייער זייט, האבן געוואלט אז וויבאלד די קריסטן זענען מער נישט קיין מערהייט, זאל זיך די שיטה טוישן.
דער ישראל זעלבסטשטענדיגקייט קריג
אין 1948 איז ישראל געווארן זעלבסטשטענדיג, וואס ווילנדיג אדער אומווילנדיג, זענען הונדערטער טויזנטער פאלעסטינער, אנטלאפן פון זייערע היימען, אסאך פון די אראבער פון חיפה, און די גליל, זענען אנגעקומען קיין לבנון, ווי זיי זענען אריבער צו פליטים לאגערן, אנדערש ווי ירדן אדער סיריע, ווי די פאלעסטינער האבן באקומען בירגערשאפט, און גלייכבארעכטיגונג, זענען די פאלעסטינער אין לבנון געבליבן אן גארנישט, זיי האבן נישט באקומען בירגערשאפט, די לאנד האט באגרעניצט זייער ארבעט צו בלויז 70 סארט ארבעט, וואס איז בעיקר געווען געשטעלט צו באגרעניצן זייער כח, נישט קענענדיג לערנען אין אוניווערסיטעטן, זענען זיי געבליבן אויסגעשפילט פון אלע זייטן.
אין 1969 ווען ירדן האט ארויסגעווארפן די פי על או פון איר טעריטאריע מיט יאסיר אראפאט אין שפיץ, זענען זיי געקומען קיין לבנון. לבנון האט איינגעשטימט, אז זיי קענען קומען, אבער מיט דער באדינג אז זיי בלייבן אין די לאגערן, זייענדיג שטערקער פונעם מיליטער, האבן זיי זיך נישט צוטון געמאכט, און האבן געטון וואס זיי האבן געוואלט. און דער זיכערהייט אין די לאגערן, און אינעם דרום טייל פונעם לבנון, איז אריבער צו זיי, פירנדיג זייער קאמף קעגן ישראל.
דער אורזאך צום אויסבראך פונעם קריג
צוויי זאכן האבן פאסירט, וואס דאס ווערט פארעכנט אלס דער אויל וואס האט אנגעצינדן דעם פייער, אין צידון האט אויסגעבראכן א פראטעסט פון פישערס, קעגן דעם רעגירונג, אויפן 27טן פעברואר 1975, פארן געבן א 99 יאר ליעס פאר קאמיל שאמון, צו קאנטראלירן די פיש מארקעט אינעם שטאט, די פראטעסטן זענען צושפרייט געווארן דורכן זיכערהייט אגענטור, און מארוף סאאד, א סוני פערזענליכקייט און בירגערמייסטער איו צידון, איז געשעדיקט געווארן אין זיין קאפ, ער איז שפעטער געשטארבן אין שפיטאל פון זיינע ווונדן, דאס האט אויפגעברויזט די סוניס קעגן די רעגירונג.
די צווייטע פאסירונג, איז דער אטענטאט פארזוך אויף פייר זשומייעל, ביי א צערעמאניע אין ביירוט אויפן 13טן אפריל 1975. א פארבייפארענדע אויטא, האט געשאסן אין זיין ריכטונג, און די קריסטן האבן באשולדיגט די פאלעסטינער אין זיין פארמישט אין דעם. און אלס נקמה, האבן קריסטליכע באוואפנטע קרעפטן אטאקירט אן אויטאבאס פון פאלעסטינער, וואס איז געפארן צו א דערנעבנדיקע פליטים לאגער, די קריסטן האבן געטענהט, אז די פאלסטינער זענען געווען באוואפנט, די פאלעסטינער האבן געטענהט אז די מענטשן זענען געווען ציווילע, מיט פרויען און קינדער, בערך 20 זענען אומגעקומען אינעם אטאקע אויפן אויטאבאס.
דער קריג
די קאמפליצירטע נאטור פון דער עטנישקייט אינעם לאנד, מאכט זייער שווער די דעפיניציע פונעם קריג, אין אלגעמיין ווערט דער קריג איינגעטיילט אין פיר פאזעס: דער אנהייב; דער אריינקום פון דער סירישער ארמיי; די ישראל אטאקע פרידן פארן גליל; און דער קריג פון יעדן קעגן אנדערן.
דער אנהייב
דער אנהייב פונעם געשלעג, וואס האט זיך געצויגן פון 1975, ביז אינמיטן יאר 1976. דאס איז געווען א פארלאג צו וואס איז געשען אין די קומענדיגע יארן, די שלאכטן זענען געווען מינימאל, בעיקר אין ביירוט א שטאט וואס אירע איינוואוינער איז געמישט, אדער אין ערטער וואס איז בעיקר מינאריטעט גרופעס וואס דער מערהייט פונעם געגנט זענען פונעם קריגערישע פארטיי, אויפן דרום טייל פונעם לבנון בארג, ווי די מאיאריטעט זענען דרוזן, אבער מערערע קריסטן האבן דארט געוואוינט, אד"ג.
די קריסטן וואס זענען געווען פרא סטאטוס קווא, זענען באצייכענט געווארן אינעם וועלט אלס די רעכטע. די פי על א, און די דרוזן אלס די לינקע. די שלאכטן זענען בעיקר געפירט געווארן אין קלענערע געגנטער, און די באפעלקערונג האט עס נאכנישט געשפירט. די צוויי זייטן האבן אנהייב פרובירט נאר צו פארבעסערן זייערע פאזיציעס, מיטן מיינונג אז אט אט זעצט מען זיך צום טיש, און מען וועט אויסארבעטן א שלום.
פאר די קריסטליכע פלאנגן גרופעס אדער לבנון קרעפטן, איז די פליטים לאגערן שטענדיג געווען א דארן אין אויג, און אלע לאגערן וואס האבן זיך געפונען אין קריסטליכע געגנטער, זענען אטאקירט געווארן, און איינגענומען געווארן, טויזנטער פאלעסטינע פליטים זענען אומגעקומען, 6 יאר איידער סאברא און שאטילא מארד איז געשען.
פונעם אנדערן זייט איז די פי על או, און די דרוזן, נישט געווען אונטערשטעליג, ווען זיי האבן איינגענומען דאמור, א שטעטל אינעם לבנון טאל, האבן זיי אומגעברענגט אלע איינוואוינער אינעם שטעטל, די לינקע האבן באוויזן אויך איינצונעמען די ביירוט פארט, מיט די האטעלן וואס געפונען זיך אויפן פלאזשע.
די ארמיי פונקציאנירט נישט
דער ארמיי אין לבנון איז לכתחילה געווען אויפגעשטעלט, ווי דער פאליציי קראפט פונעם לאנד, היטנדיג דעם געזעץ, פארשפרייטן ראיאטן אד"ג. ווען די לינקע, האבן אטאקירט דעם אויבן דערמאנטן שטעטל דאמור, האט דער פרעזידענט פון לבנון פראנזשיע, אריינגעשיקט דאס מיליטער צו באשיצן די קריסטן, האט א געוויסער אפיציר, א סוני מיטן נאמען אכמאד על כאטיב, אויפגעשטעלט דעם "לעבאנעזער אראבישער ארמיי".
דאס איז געווען דער אנהייב פונעם ענדע פונעם ארמיי, אלע זעלנער האבן זיך אנגעקערט צו זייערע רעליגיעס און גרופעס, געקעמפט אונטער זיי, דאס האט געוויזן דער אונטערגאנג פונעם לבנונישן רעפובליק.
דער סירישער אריינקום
די רעכטע אין לבנון, האבן געהאט דורכפעלער איינער נאכן צווייטן, האבן זיי זיך געוואנדן צו כאפעז על אסאד, דער סירישער פרעזידענט, און געבעטן זיין הילף, די וועלט איז געווען ערשטוינט, אז ער איז געקומען צו זייער הילף, איינס אלס אן אראבער, צווייטנס אלס זיין באאט סאציאליסטישע פארטיי. אויפן 1טן יוני 1976, זענען די ערשטע סירישע זעלנער אריבער דעם גרעניץ קיין לבנון, זיי האבן פארגעזעצט זייער אטאקע ביזן 9טן יוני ווען זיי זענען געקומען צו א פלוצלינגדיגע פייער אפשטעל. אויפן 27טן אקטאבער האבן זיי פארגעזעצט, אין צוויי ריכטונגען ביירוט און צידון.
די אראבישע וועלט האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף, און כדי צוריק צו האלטן סיריע פון די פארשריט, זענען זיך די לענדער צוזאמגעקומען אין ריאד, אין אקטאבער 1976. עס איז באשלאסן געווארן אז עגיפטן, ליביע, סאודי אראביע, סודאן, און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, וועלן שיקן טרופן צו מאכן א פייער אפשטעל, און צו האלטן דעם שלום, די לענדער האבן גאר שנעל ארויסגעצויגן זייערע שלום טרופן, און געלאזט סיריע אליין, זינקען אינעם לעבאנעזע בלאטע.
ישראלס לאנגע האנט
ישראל האט געשטיצט די רעכטע אין איר קריג, פון אנהייב מיט לייכטע געווער, און אמוניציע. שפעטער מיט געפאנצערטע מאשינען, אפיצירן לוגיסטיק אא"וו. די פלאנגן האבן פון שטענדיג אן, געוואלט אנקניפן פארבינדונגען מיט ישראל פאר זייערע אינטערעסן, אין 1977 איז עס געלונגען. אין מערץ יענע יאר, האבן טעראריסטן דורכגעפירט א שוידערליכע טעראר אטאקע, אויפן כביש החוף, דער פל"א איז געווען פאראנטווארטליך, און מנחם בעגין איז ארויס מיטן ליטאני אקציע, נאכן אטאקע ווען ישראל האט זיך צוריק געצויגן, און אויפגעשטעלט דעם זיכערהייט צעשיידונג, זענען די קריסטליכע מיליציעס געקומען באוואכן דעם גרעניץ, איבערנעמענדיג דעם דרום פונעם אזוי גערופענעם פאטאכלאנד.
ביזן בעגין אויפשטייג איז דער פאליסי געווען, ישראל העלפט די קריסטן, אז זיי זאלן זיך העלפן. איינמאל בעגין איז געווארן פרעמיער, איז דער הילף געקומען אינגרויסן. באשיר זשומייעל, איז דעמאלט גרויס געווארן, א דאנק זיין פאטערס יוגענט באוועגונג, די פלאנגן. אין סעפטעמבער 1976. האט ער אויפגעשטעלט די לבנון קרעפטן, וואס האט פארבינדעט אלע מיליציעס אונטער איין דאך, די טענענבוים היטער, דער טאנזים פון די קריסטן, די טיגערס, די מערדא. זשומייעל איז געווארן הויפט פון די קרעפטן, און אלע אנדערע ווילנדיג צו נישט, האבן זיך אונטערגעבויגן צו אים, זיינע קעגנערס האט ער אומגעברענגט.
כדי צו אנקומען צום שטאפל פון געוועלטיגן איבער אלע אנדערע, האט ער באקומען דאס הילף פון ישראל. סיריע, וואס איז געקומען העלפן די קריסטן, האבן באהערשט לבנון. און בעגין האט געהערט דאס וויי געשריי פון זשומייעל, אז קריסטן ווערן אומגעברענגט סיסטעמאטיש, און בעגין האט געענטפערט, אז ווי א איד וואס האט איבערגעלעבט דעם חורבן אייראפע, קען ער נישט צולאזן אזא זאך אינעם געגנט פון ישראל.
ישראל האט מערערע מאל באמבאדירט פאזיציעס פון די לינקע אין לבנון. אין אפריל 1981, האט אויסגעבראכן א געפעכט צווישן די פלאנגן, און די סירישע ארמיי, זשומייעל האט געוואלט הערשן איבערן זאכלא געגנט וואס געפונט זיך מזרח פון ביירוט, אויפן ביירוט-דמשק שאסיי. די סירישע האבן באלאגערט די קריסטן, זשומייעל האט זיך געוואנדען צו בעגין, כדי ער זאל קומען צו זייער הילף. דער קאבינעט אין ישראל האט באשלאסן, צו קומען צו הילף די קריסטן. ישראל האט אראפגעשאסן צוויי סירישע העליקאפטערן, סיריע האט אריינגעברענגט אינעם לבנון טאל ראקעטן קעגן עראפלאנען, עס האט שיעור נישט אויסגעבראכן א קריג צווישן די צוויי לענדער, מיט אמעריקאנער אונטערווענץ איז שטיל געווארן.
אין יולי 1981, איז אונטער געשריבן געווארן א פייער אפשטעל, נאכדעם וואס די פל"א פלעגט באמבאדירן אין צפון ישראל, וואס האט אנגעהאלטן ביזן פרידן פארן גליל קריג.
דער ישראל אפענסיווע
אריק שרון, איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער, יולי 1981. ער האט אויסגעארבעט א פלאן צו אינוואדירן לבנון, אויף א ברייטע מאסשטאב, דער פלאן האט געצילט אויף פיר פונקטן, ערשטנס פאלעסטינער טעראר גרופעס זאלן אויפהערן צו עקזיסטירן. צווייטנס צווינגען סיריע ארויסצוציען זיך פונעם לבנון טאל, און פונעם געגנט צווישן ביירוט און זאכלא. דריטנס אויפשטעלן א ליבעראלע רעגירונג אין לבנון, וואס וועט אונטער שרייבן א שלום אפמאך מיט ישראל, אדער אמווייניגסטנס לעבן בשלום. פערטנס אפשטעלן די באמבאדירן אויף ישראל שטעט אינעם צפון.
ישראל האט בלויז געדארפט א סיבה, ארויסצוגיין אין א פולע אטאקע קעגן לבנון, אויפן 3טע יוני 1982, איז עס געקומען, שלמה ארגוב, דער ישראל אמבאסאדאר אין ענגלאנד, איז ערנסט פארווונדעט געווארן, אין א בריוו באמבע, וואס האט אים איבערגעלאזט פארלאזירט פאר א גאנץ לעבן. דער "אראבישער פרייהייט פראנט", האט עס געשיקט, די טעראר גרופע האט געארבעט אונטער סאדאם כוסיין, און גארנישט געהאט מיט יאסיר אראפאטס טעראר גרופע, ישראל האט אבער באשולדיגט די פי על או. און צו מארגנס די 4טע יוני, האבן ישראל קאמפס עראפלאנען אטאקירט פי על או צילן אין ביירוט, די פאלעסטינער טעראר גרופעס האבן געענטפערט, מיט א מאסיווע באמבאדירונג, אויף די צפון שטעט פון ישראל, דערפאר האט דער ישראל רעגירונג באפוילן צה"ל צו אטאקירן לבנון,און מיט דעם האט אויסגעבראכן די פרידן פארן גליל מלחמה.
פרידן פארן גליל אפעראציע
דער מיליטער האט באקומען פארארדענונגען, נישט צו אטאקירן סירישע זעלנער, נאר אויב זיי אטאקירן. און די רעגירונג האט צוגעלייגט, ישראל גלייבט אין א גאנצע לבנון, און איר ציל איז אונטערשרייבן א שלום אפמאך. ישראלס ערשטע פלאן, פון אנקומען 40 קילאמעטער פונעם גרעניץ, דאס איז די ווייטסטע ראקעטע וואס איז געווען אינעם באזיס פון די טעראריסטן. אבער ישראל קרעפטן האבן אטאקירט סירישע פאזיציעס אויפן לבנון בארג. דער ארמיי האט געמאכט פארשריט, אויפן לבנון בארג, און געהאלטן ביים איינעמען דעם ביירוט-דמשק שאסיי, די אלע זאכן האבן געברענגט די צוויי קריגערישע לענדער, צו א קריג אויפן לעבאנעזער באדן, ישראל האט שפעטער יענע יאר, פארניכטעט די איינריכטונגען פון ראקעטעס קעגן עראפלאנען, אינעם לבנון טאל.
אויפן 11טן יוני יענע יאר, איז דערקלערט געווארן א פייער אפשטעל, צווישן ישראל, סיריע, און די פי על או, דער פייער אפשטעל האט געכאפט די ישראלער, ווייט פוונעם ביירוט-דמשק שאסיי, וואס איז געווען אן אסטראטעגישע ציל. דער ישראל מיליטער האט דערפאר באשלאסן, צו איגנארירן דעם פייער אפשטעל, און פארגעזעצט זייער אטאקע, זיי האבן דערגרייכט דעם שאסיי אויפן 20סטן יוני. אויפן בארטן שאסיי, האבן ישראלדיקע קרעפטן, זיך אנגעשלאסן צו די קריסטליכע מיליציע גרופעס אין ביירוט, און באלאגערט די סירישע, און פאלעסטינע פאזיציעס אינעם שטאט. די פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, האט זיך אפגעטראגן פון לבנון, אקטאבער 1982, נאך גרויס דרוק פון די סוני באפעלקערונג.
באשיר זשומייעל, איז ערוועלט געווארן אום 23סטן אויגוסט, אלס פרעזידענט אין לבנון, אינעם פארלאמענט, האבן 57 געוועלט פאר אים, און 3 קעגן אים, דאס רוב זענען אהינגעברענגט געווארן דורך ישראל זעלנער.
זשומייעל אומגעקומען
עטליכע טעג נאכן ערוועלט ווערן, איז זשומייעל געהרגט געווארן ביי א באמבע אויפרייס, אינעם הויפטקווארטיר פון די פלאנגן, די באמבע איז אונטערגעלייגט געווארן, דורך א גריכיש ארטאדאקסער קריסט, וואס האט געהערט צום סירישע פארטיי, דעם 14טן סעפטעמבער 1982. באשיר זשומייעלס ברודער האט אים איבערגענומען, אמין זשומייעל איז עטליכע טעג שפעטער געווארן פרעזידענט. אבער אמין איז נישט געווען אזוי פרא-ישראל ווי זיין ברודער.
נאכן אומקום, האבן ישראל קרעפטן איבערגענומען קאנטראל, אין מערב ביירוט, די פליטים לאגער וואס האבן זיך געפונעם ביים עק שטאט, האט די ארמיי איבערגעגעבן צו די פלאנגן, און אויף די 16טע און 17טע סעפטעמבער האבן זיי דורכגעפירט די סאברא און שאטילא מארד. ישראל האט דערפאר געמוזט זיך צוריקציען, פון אלע דערגרייכונגען וואס זיי האבן געהאט. אמין זשומייעל האט אונטערגעשריבן א שלום אפמאך מיט ישראל, עס איז אבער נישט ווערט געווען דאס פאפיר, אויף וואס עס איז געשריבן געווארן, און אין 1984, האט די רעגירונג פון אמין עס מבטל געווען.
דער ריקצוג
ישראל קרעפטן, האבן זיך צוריק געצויגן פונעם דרום טייל פונעם לבנון בארג, ווי רוב איינוואוינער זענען דרוזן, און א מינאריטעט קריסטן, און א קריג האט אויסגעבראכן צווישן די באפעלקערונג, אום סעפטעמבער 1983.
יולי 1984, האט צה"ל זיך ארויסגעצויגן פון רוב לבנון, און א יאר דערויף 1985, האט שמעון פערעס, אינעם פאראייניגטן רעגירונג, באשלאסן א גענצליכן ריקצוג, אויסער דער זיכערהייט זאנע, וואס איז א שטח פון 10 קילאמעטער, אויפן לעבאנעזער זייט פונעם גרעניץ. ישראל האט אויפגעשטעלט צד"ל, צו העלפן באשיצן די גרעניץ פון טעראר אטאקעס.
דער אמעריקאנער דורכפאל
נאכן סאברא און שאטילא מאסן מארד, האט ראנאלד רעיגען, פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, באשלאסן צו שיקן אן אינטערנאציאנאלע כח, וואס וועט העלפן צוריק ברענגן שלום צום ראיאן. רעיגען האט דערפאר געשיקט מארינען פונעם אמעריקאנער ארמיי. פראנקרייך האט נאכגעפאלגט, און אויך געשיקט זעלנער, צו לבנון.
כעזבאלא, אן אומבאוויסטע ראדיקאלע שיאט טעראר גרופע, האבן אויפגעריסן דעם אמעריקאנער אמבאסאדארס געביידע אין ביירוט, דורך א זעלבסטמערדער, דעם 18טן אפריל 1983, 61 מענטשן זענען אומגעקומען, און איבער הונדערט זענען פארווונדעט געווארן.
אויפן 23טן אקטאבער יענע יאר, האבן זעלבסטמערדער זיך אויפגעריסן ביים מארינס קאמאנד צענטער, אומברענגענדיג 241 מארינען, 58 פראנצויזישע סאלדאטן זענען אומגעקומען, ווען אינעם זעלבן טאג, האט א זעלבסטמערדער זיך אויפגעריסן, ביי זייער קאמאנד צענטער.
צוויי אמעריקאנער קאמפס פליגערס, וואס האבן טייל גענומען אין די שלאכטן, אויפן לבנון בארג, זענען אראפ געווארפן געווארן דורך סיריע, די פילאטן זענען גענומען געווארן אין געפענגשאפט. עטליכע וואכן שפעטער, זענען זיי באפרייט געווארן, ווען זשעקי זשעקסאן, אן אפרא-אמעריקאנער פירער, איז געקומען קיין דמשק.
אמעריקע, און די אנדערע לענדער וואס האבן געשיקט זעלנער, האבן אנגעפאנגען ארויסצוציען זייערע קרעפטן, אין פעברואר 1984 האט רעיגען באשלאסן אהיים צו ברענגן די אמעריקאנע קרעפטן. און סיריע איז געבליבן די איינציקע לאנד, וואס איז געווען פארמישט אינעם לעבאנעזע קריג.
דער גענף קאנפערענץ
מיט אמעריקאנער און סאאודישער אינטערווענץ, איז פארגעקומען א קאנפרענץ אין גענף שווייץ, דעם 31טן אקטאבער 1983. אלע קריגערישע פארטייען זענען דארט געווען, אריינגערעכנט אמין זשומייעל. דער סירישער אויסערן מיניסטער, האט זיך באטייליגט אין די קאנפרענץ. סאאודי אראביע, האט אהינגעשיקט א רעפרעזענטאט, מיטן נאמען ראפיק על כארירי, דעמאלט נאך אומבאוויסט, שפעטער איינער פון די מערסט פאפולערער, און קאנטראווערסיעלע פרעמיער מיניסטארן, פון לבנון. פונעם קאנפרענץ איז גארנישט געווארן. פון א צווייטע קאנפרענץ אין לאזען שווייץ, דעם 12טן מערץ 1984 איז אויך גארנישט געווארן, און די קריג האט זיך אנגעהויבן פונדאסניי, דאס איז געווען דעם ערגסטן שטאפל פונעם קריג.
דער פערטער שטאפל פונעם קריג
דער קריג פון יעדן קעגן אלעמען, וועגן דער קריג אויפן לבנון בארג האבן מיר שוין געשריבן, ווען אלע פרעמדע כוחות זענען ארויס, האט יעדע גרופע פרובירט צו כאפן טעריטאריע, וואס פאר זיי איז עס געווען נויט באדערפטיג. אין ביירוט האבן די לינקע באמבאדירט מזרח ביירוט, וואס איז א קריסטליכע געגנט. די שיאטן האבן ארויסגעטרעטן פונעם ארמיי, און זיי האבן זיך אנגעשלאסן צו די דרוזן. און אין פעברואר 1984, האבן שיאטן פון אמאל, מיט די דרוזן, איינגענומען מערב ביירוט, עטליכע מאנאטן שפעטער האבן זיי געמוזט צוריק ציען, און די איבערגעבליבענע פי על או קרעפטן, האבן זיך ארומגעשלאגן מיט סוני מיליציעס, אויפן קאנטראל איבערן שטאט.
די שיאטישע אמאל און כעזבאלא, האבן נאכן אינטערנאציאנאלן ריקצוג זיך ארומגעשלאגן אסאך מיט דער פאלעסטינע באפרייאונג ארגאניזאציע. די פי על א, האט פארלוירן איר אלטע כח וואס זי האט געהאט אין לבנון, און יעצט האבן די איבערגעבליבענע וואס זענען נישט אנטלאפן, האבן געוואלט צוריק ברענגן, וואס זיי האבן פארלוירן, די שיאטן האבן שטארק געזיגט, און די פאלעסטינער טעראר גרופעס זענען באגרעניצט געווארן, בעיקר און זייערע פליטים לאגערן.
אינעם צידון געגנט האבן געוואוינט א גרויסע קריסטליכע באפעלקערונג, און זיי זענען אטאקירט געווארן דורך זשאמבלאטס קעמפער, און זיי זענען אנטלאפן צו קריסטליכע געגנטער.
דער אינערליכע קריג
ווען די שיאטן האבן געענדיגט זייער קריג מיט די פאלעסטינער, האבן זיי זיך גענומען שלאגן איבערן פירערשאפט, פון דער שיאטישער געמיינדע. אמאל איז געווען א גרופע, וואס איז געווען סעקולאר אין איר וועזן, בעת כעזבאללא איז א ראדיקאלע רעליגיעזע גרופע, וואס זעט אינעם רעליגיע איר הויפט אגענדע, אין 1988 האט אויסגעבראכן די ברודער קריג צווישן די שיאטן. אין 1990 האט זיך עס געענדיגט מיט דער אויבערהאנט פון כעזבאללא, אבער מיט א פייער אפשטעל פון סיריע.
דער קריג וואס איז פארגעגאנגען אין מערב ביירוט, האט זיך געענדיגט מיטן סירישן צוריקקום, די סוניס האבן געבעטן סיריע צו שיקן אירע זעלנער באשיצן די שטאט, און נאכדעם וואס עס האט שיעור אויסגעבראכן א קריג צווישן סיריע און כעזבאללא, איז שטיל געווארן אין ביירוט.
סיריע איז געווארן דער לאנד, וואס האט געהאט א שליסל, צום אינערליכן פאליטיק און קריג, אין לבנון.
די פרעזידענט וואלן 1988
סיריע האט געוואלט אז פראנזשיע זאל ווערן פרעזידענט, ער איז געווען איינמאל צווישן 1982-1976, אדער איינער פון זיינע מענטשן, די פראבלעם וואס סיריע האט געהאט, רוב פארלאמענט מאנדאטן וואס האבן נאך געלעבט, האבן געוואוינט אין מזרח ביירוט, און זיי האבן נישט געהאט קיין צוטריט צו די געגנט, און דערפאר ווען אמין זשומייעל האט געענדיגט זיין פרעזידענטשאפט, איז זיין כח אריבער צו מישעל אוען, א מארונישע גענעראל.
אמין האט פארלאזט לבנון, און געוואנדערט קיין פאריז. ער האט איבערגעלאזט צוויי רעגירונגען, די ציווילע רעגירונג אין מערב ביירוט, אונטערן פירערשאפט פון סאלים על כוץ, א מיליטערישע רעגירונג אין מזרח ביירוט, אונטער מישעל אוען. כוץ דער פרעמיער מיניסטער האט נישט אנערקענט אינעם פירערשאפט פון אוען. אין זיין קורצע פירערשאפט איז אוען געווען זייער פאפולער, דער פאקט אז ער איז אויפגעוואקסן מיט שיאטן, האט אים געהאלפן שלום מאכן מיט זיי, רוב קריסטן האבן אים געשטיצט, אויסער די לבנון קרעפטן, מיט דער הויפט סאמיר דזשאדזשא.
אוען האט אונטערגענומען די באפרייאונגס קריג קעגן יעדן איינעם כמעט, קריסטן וואס זענען קעגן אים דרוזן שיאטן, ער האט דערקלערט קריג קעגן אומלעגאלע פארטן צום ים, און זיי באלאגערט באמבאדירט, דאס האט געברענגט צו נאך א גאנג פון געשלעגן, ער האט זיך געשלאגן קעגן סיריע.
די סירישע פארענדיגן דעם קריגס צושטאנד
סיריע איז געבליבן די איינציגע לאנד, וואס האט געהאט די מעגליכקייט צו ברענגן שלום. און ווען די אראבישע לענדער האבן פרובירט נאכאמאל מאכן שלום, איז סיריע געווען א הויפט אינעם דיפלאמאטישן שפיל, ווען סיריע האט איינגעשטימט איז מען געקומען צום טייף אפמאך, שפעטער איז רענא מאוואד געווארן פרעזידענט, עטליכע וואכן שפעטער איז ער אומגעקומען אין אן אויטא באמבע, עס אומבאוויסט ווער האט אים אומגעברענגט און פארוואס. אסאך האבן באשולדיגט כעזבאללא, ווייל זיי האבן נישט אנערקענט אינעם טייף אפמאך.
צוויי טעג שפעטער איז עליאס על היראווי ערוועלט געווארן פאר פרעזידענט, ער איז געשטאנען צוזאמען מיט על כוץ, דער סונישער פרעמיער.
אוען פון זיין זייט האט געוועלטיגט איבער זיין אטאנאמיע, נישט אנערקענענדיג אין סיריע, אדער אינעם נייעם רעגירונג. סיריע האט זיך צוריק געהאלטן פון טון עפעס, ביז 1990, ווען די גאלף קריזיס האט אויסגעבראכן. אום 9טן אקטאבער האט די לעבאנעזער רעגירונג געבעטן סיריע, איינצונעמען די אטאנאמיע פון אוען. אויפן 13טע אקטאבער האט סיריע אטאקירט, און איינגענומען דעם פרעזידענטליכן פאלאץ אין באאבדע, מזרח ביירוט און די טייל פונעם לבנון בארג, אונטער אוענס הערשאפט. און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער פופצען יעריקע ברודער קריג.
די טייף רעפובליק
די טייף רעגירונג האט זיך אנגעהויבן דעם 22טע אקטאבער 1989, אבער דער קריג האט זיך געענדיגט, ערשט מיט א יאר שפעטער, דעם 13טע אקטאבער 1990. און דער צווייטער רעפובליק האט זיך אנגעפאנגען אויפבויען, זענען געווען מענטשן, וואס האבן נישט געקענט גלייבן, אז עס וועט נאך אמאל געשען.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!