רוי:אמין זשומייעל
אמין זשומייעל (געבוירן 1942) איז דער פירער פון דער פאלאנגען באוועגונג, אין לבנון, און איז געווען פרעזידענט פון לבנון.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן אין 1942 אין לבנון צו פיער זשומייעל. א מאראן קריסטליכער. ער האט געלערנט געזעץ, אינעם אמעריקאנער אוניווערסיטעט אין ביירוט, אויך האט ער געלערנט ביזנעס פירערשאפט. ער האט געהייראט דזשויס זשומייעל.
ער איז געווען א געגנטליכער פירער פון די פאלאנגען, מזרח פון ביירוט. און ווען זיין יונגערע ברודער באשיר זשומייעל, איז אומגעקומען אין אן אטענטאט, האט אמין אים איבערגענומען, אלס פרעזידענט פון לבנון, אין 1982.
פון אנהייב זיין קאדענציע, איז ער געווען פרא מערב וועלט, און ער האט אפילו אונטערגעשריבן א פארשטענדעניש מיט ישראל, ישראל האט געהאט פאר א שטיק צייט, א דיפלאמאטישע אנוועזנשאפט אין ביירוט, אריק שרון האט אמאל אויסגערופן, אז ישראל האלט ביים שלום מאכן מיט נאך א לאנד אינעם מיטל מזרח.
דאס איז פארגעקומען אינמיטן די ערשטע לבנון מלחמה, און טרופן פון דער אמעריקאנער ארמיי, און פראנצויזישער ארמיי, זענען געווען אין לבנון, אלס אינטערנאציאנאלע שלום טרופן. האט דער כעזבאלא, דורכגעפירט עטליכע זעלבסטמארד אטאקעס, און די צוויי דערמאנטע ארמייען, האבן ארויסגעצויגן זייערע טרופן, און סיריע, איז געבליבן די איינציקע לאנד, וואס געווען פארמישט אינעם לבנון ברודער קריג. אמין האט דערנאך מבטל געווען די פארשטענדעניש דעקלעראציע מיט ישראל.
זייענדיק געצווינגען נאכצוקומען סיריעס פארלאנען, האט ער געמוזט צוקומען צו כאפעז על אסאד טובות. ער האט געמוזט אריינלאזן סירישע זעלנער אין ביירוט, אין 1987. נאכדעם וואס אין 1982, האבן זיך געמוזט ארויסצוען נאך דרוק פון צה"ל.
אין 1988 ווען זיין פרעזידענטליכע טערמין איז אפגעלאפן, האט ער זיך געפונען אין א דילעמא, די פארלאמענט, האט נישט ערוויילט א נאכפאלגער, און לויט די לעבאנעזע קאנסטיטוציע, ווערט די פרעמיער מיניסטער צייטווייליג פרעזידענט, און דאס האט ער נישט געוואלט, עס זאל געשען. סאלים על כוץ, א סוני איז געווען פרעמיער דעמאלט אין לבנון. האט ער אויפגענומען מישעל אוען, אלס פרעמיער, און ווען זיין טערמין האט זיך גענדיקט, איז מישעל געווארן פרעזידענט, און פרעמיער. עס איז אויסגעקומען אז אין מזרח ביירוט, איז מישעל געווען הערשער, און אין מערב ביירוט, סאלים.
אמין איז געגאנגען וואוינען אין פאריז, פראנקרייך.
ווען יצחק רבין, איז אומגעקומען, איז ער געגאנגען צום ישראל אמבאסאדאר, אפגעבן די טרייסטן פארן ישראל פרעמיער מיניסטערס טויט, וואס האט אויסגערופן א שטורעם אין לבנון.
ער האט עטליכע קינדער. זיין זון פיער אמין זשומייעל, איז אומגעקומען אין אן אטענטאט, אין 2006. זער זון איז געווען אינדוסטריע מיניסטער ביז זיין טויט. היינט איז אמין צוריק אין לבנון, וואו ער איז איינער פון די אנגעזענסטע פאליטיקער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!