רוי:מישעל אאון
מישעל אַאון (געב' 17טן פעברואר 1935) איז א לעבאנעזער פאלטיקער, אן אלטער גענעראל, פרעמיער מיניסטער, און א קאנטראווערסיאלע פיגור, אין די לבנונישע האריזאנט.
זיין יוגנט
געבוירן 17טן פעברואר 1935, צו א מאראן קריסטליכער פאמיליע, זיין משפחה איז געווען אן ארעמע, זיי האבן געוואוינט אין א געמישטע ארעמע געגנט, אין דרום ביירוט, מיט שיאטן, און סוניס. ער האט געלערנט אין א פראנצויזישע שולע, און שפעטער איז ער געגאנגען לערנען, אין א מיליטערישע אקעדעמיע, ווי ער איז געווארן אן אפיציר, אין ארטילעריע טייל פון מיליטער. שפעטער האט ער געלערנט אין פראנקרייך, און אין די פאראייניגטע שטאטן.
ביים ברודער קריג
אין 1984, אינמיטן די לבנון ברודער קריג, איז ער געווארן קאמאנדיר פון די ארמיי, אויך האט ער אינמיטן די מלחמה, געגרינדעט די אכטע מעכאניזירטע פיסגייער רעגימענט.
דעם 22סטן סעפטעמבער 1988, האט אמין זשומייעל צושפרייט די פארלאמענט, מיט די פרעמיער מיניסטער סאלם על כוץ, אין א פרעזידענטליכע באפעל, און ער האט געשטעלט אוען, אלס צייטווייליקע פרעמיער. על כוץ האט דערקלערט דער שריט פון זשומייעל אלס אומלעגאל, וויבאלד לויט די נאציאנאלע איינשטימונג, איז א מאראן דער פרעזידענט, א סוני פרעמיער, און א שיאט פארלאמענט פארזיצער. זשומייעל איז געגאנגען וואוינען אין פאריז, פראנקרייך. און אין לבנון, זענען געווען צוויי רעגירונגען אין די זעלבע צייט. על כוץ, אין מערב ביירוט, אוען אין מזרח ביירוט.
אוען האט געבעטן די מיליטער זאל מלחמה האלטן, קעגן די אומלעגאלע פארטן פון די מיליציעס, וויבאלד די מיליציעס האבן נישט געוואלט צאלן שטייערן. די 14טן מערץ 1989, האט אוען דערקלערט א זעלבסטשטענדיגקייט קריג קעגן סיריע, ווילנדיג מאכן וואלן פאר פרעזידענט, און אין די רייע שלאכטן וואס האבן נאכגעפאלגט, זענען ארום טויזנט זעלנער אומגעקומען אין ביידע זייטן.
אין אקטאבער 1989, איז געווען א נאציאנאלע אסעמבלי, פון אלע קריגערישע פארטייען, און זיי זענען געקומען צום טייף אפמאך, וואס האט געברענגט אן ענדע צום ברודער קריג. אוען האט נישט אנערקענט אינעם אפמאך, וויבאלד סיריע האט נישט געהאלטן ביים ארויסציען איר ארמיי. די נאצאנאלע אסעמבלי האט אויפגענומען ריניא מאוועד, ער איז אבער אומגקומען 17 טעג נאכן ווערן פרעזידענט. עליאס האראווי, האט איבערגענומען די פרעזידענטשאפט, עליאס האט באשטימט אמיל לאכוד אלס הויפט גענעראל, און ער האט באפוילן אוען צו פארלאזן די פרעזידענטליכע פאלאץ אין באאבדע, מישעל האט געהאט פראבלעמען מיט די פאלאנגען, און מיט די לבנון קרעפטן, וואס האבן זיך מער נישט געוואלט שלאגן.
אין פראנקרייך
ווען עס האט אויסגעבראכן די גאלף קריזיס, ווען איראק האט אינוואדירט קאווייט. האט סיריע באקומען א גרינע ליכט, צו קענען טון וואס זיי ווילן אין לבנון, דאס איז וויבאלד כאפעז על אסאד, האט זיך אנגעשלאסן אין די אמעריקאנע קאאליציע, וואס האט באפרייט קווייט. סיריע האט באמבאדירט די פרעזידענטליכע פאלאץ, און אוען איז אנטלאפן צום פראנצויזישן אמבאסאדאר. און שפעטער באקומען אזיל רעכט אין פראנקרייך, ווי ער איז געגאנגען וואוינען.
ער איז געווארן פון די גרויסע אפאזיציע פירער, צו סירישע אומאפציעלע הערשן איבער לבנון. און אויך קעגן כעזבאלא. ער האט באיקאטירט אלע וואלן פון 1992 ביז 2000. ווען ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון די זיכערהייט זאנע, איז די קעגנערשאפט צו סיריע געווארן שטערקער, דעמאלט האט זיך אנגעשלאסן מיט אנדערע אפאזיציע פארטייען, און זיי זענען געלאפן צום פארלאמענט.
זיין אומקערן צו לבנון
אויפן 7טן מאי 2005, האט אוען זיך צוריקגעקערט קיין לבנון, ווי ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פאמפע, עטליכע טעג נאכן ארויסציען זיך, פון די לעצטע סירישע טרופן. אוען האט זיך איבערגעבעטן מיט די לבנון קרעפטן, וואס זענען געווען ביי אים קאלאבארירער מיט סיריע, אויך איז ער געגאנגען באזוכן סאמיר דזשאדזשא, דער ערשטער פאליטיקער אין לבנון עס צו טון.
אויף די וואלן 2005, האט אוען זיך אנגעשלאסן צו פרא סירישע פארטייען, צום ווונדער פון אלעמען. ער האט געטענהט אז סיריע איז שוין נישטא, און דערפאר איז דאס מער נישט קיין פראבלעם. ער האלט זיך פאר איינער וואס שלאגט זיך פאר מינאריטעטן, אין 6טן פעברואר 2006, האט ער אונטערגעשריבן, א פארשטענדעניש אפמאך מיט כעזבאלא, וואס אין דער פארשטענדעניש, ווערן צד"ל זעלנער פארשוינט, און מעגן צוריק קומען קיין לבנון.
נאך דער צווייטער לבנון מלחמה, איז ער געווען פון די גרעסטע קעגנער פון דער רעגירונג, און פרעמיער פואד סעניורע, פארן מסכים זיין צום אפמאך פון די פאראייניגטע פעלקער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!