אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פורים פראנקפורט"

5,820 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
←‏פעטמילך אויפשטאנד: פורים ענציקלאפעדיע
אין תקציר עריכה
(←‏פעטמילך אויפשטאנד: פורים ענציקלאפעדיע)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 15: שורה 15:

דערווייל האט זיך דעם איין־און־צוואנציגסטן אויגוסט, 1614, דערטראגן א קלאנג צו די פראנקפורטער אידן, וועלכע האבן געלעבט אפּגעשלאסן אין געטא, אז מ'וועט פּלינדערן די "יודען־גאַסע". האבן א טייל אידן זיך אויסבאהאלטן ביי פריינטליכע קריסטן. אזוי האט, למשל, איין קריסט אליין באהאלטן ביי זיך אומגעפער זעכציג אידישע נפשות. דער גרויסער עולם אבער איז געבליבן אין דער היים און מיט טויט־שרעק געווארט אויפ'ן אומגליק. דעם גרעסטן טייל קינדער און פרויען האבן זיי אוועקגעפירט אויפ'ן בית עולם, און די מענער האבן זיך א נעם געטון פארריגלען די טויערן. זיי האבן אויך אויפגעשטעלט באריקאדן פון פענסטער און פון אלץ וואס ס'האט זיך נאר געלאזט, און זיי האבן זיך אויך באַוואפנט מיט וואס ס'האט זיך געלאזט.

ארום פינף אזייגער נאכמיטאג האבן די דייטשע פאלקס־מאסן, געפירט פון האנד־ווערקער געזעלן, זיך געלאזט צום געטאָ־טויער. ביז צען אזייגער אין אווענט האבן די כוליגאנעס ביטער געקעמפט, כדי דורכצוברעכן דעם טויער, אבער צוליב די העלדישע פארטיידיגונג פון די פראנקפורטער אידן איז זיי דאס נישט געלונגען.
פעטמילך האט שוין מער קיין געדולד געהאט און ער האט שוין געוואלט ברענגען געווער צו צעשמעטערן די טויערן, איז אבער דערווייל געלונגען עטליכע כוליגאנעס דורכצוברעכן א וואנט פון א קליינער הייזקע, וואס איז געשטאנען זייער נאענט ביים טויער, און זיי זענען אריינגעדרונגען אין רער "יודען גאַסע".
נאטירליך, האבן זיך די אידן געוואלט א נעם טון צו זיי, אבער זיי האבן די אידן פארזיכערט, אז אדרבה, זיי זענען גאר זייערע פריינד, און זיי האבן געראטן די אידן אוועקצולייגן דאס געווער. די אידן האבן זיך געלאזט איבעררעדן, זיי האבן זיי געגלויבט און געפאלגט זייער עצה.
אבער אין א קורצע וויילע ארום, האבן די אידן איינגעזען זייער טעות. די פאררעטער האבן זיך א נעם געטון אפּרוימען די באַריקאַדן, און דורך סיגנאלן האבן זיי זיך פארשטענדיגט מיט די באנדיטן פון יענער זייט טויער. דאן האבן זיי ברייט געעפנט דעם טויער און דער רויב־דורשטיגער המון האט זיך אריינגעריסן אין דער "יודען־גאַסע".
אבער נישט אזוי גיך האבן די אידן זיך אונטערגעגעבן. זיי האבן העלדיש געקעמפט, פארוואונדעט עטליכע כוליגאנעס און איינעם אפילו דער'הרג'עט. אויך פון די אידן זענען געפאלן צוויי העלדן. ערשט דאן, ווען די אידן האבן איינגעזען, אז ס'האט נישט קיין זין צו קעמפן קעגן אזא גרויסער מאיאריטעט, האבן זיי זיך צוריקגעצויגן, און דער גרעסטער טייל איז אוועק אויפ'ן בית עולם צו די פרויען און קינדער.
די צעווילדעוועטע כוליגאנעס זענען זיי נישט נאכגעלאפן, נאר זיי האבן זיך א לאז געטאן ראבעווען די אידישע הייזער. פעטמילך אליין איז אויך געווען צווישן די רויבער. ער האט אפילו אנגעוויזן וואס מ'זאל אוועקפירן צו אים אהיים. דערווייל האט זיך פארשפּרייט איבער פראנקפורט א קלאנג, אז די "יודען־גאַסע" איז איבערגעגעבן פריי צו די קריסטן; האט מען זיך א לאז געטון מיט וועגענער און וועגעלאך, און יעדער איינער האָט געראבעוועט וויפיל נאר זיין הארץ האט געגלוסט, און דאס וואס מ'האט נישט געקענט אוועקנעמען, האט מען גלאט חרוב געמאכט. די טירן און פענסטער האט מען צעבראכן, די ווענט אפּגעריסן און די הייליגע שריפטן האט מען פארברענט. גאנצע דרייצן שעה האט געדויערט די פּלינדערונג און דער שאדן האט באטראפן א גרויס פארמעגן.
אזוי צעווילדעוועט איז געווען דער המון, אז ס'האבן זיך געהערט קולות אז מ'זאל ראבעווען אויך ביי די רייכע קריסטן. דא האט זיך שוין דער יונגער בירגערמייסטער (סיטי מעיאָר) קעלער אנגענומען מיט מוט און מיט דער הילף פון עטליכע באוואפענטע מענטשן איז אים געלונגען פאנאנדערצוטרייבן די באנדיטן. ער האט אויך איבערגעלאזט א וואַך ביים טויער אז די פּלינדעריי זאל זיך נישט איבער'חזר'ן.
דער באנדע־פירער פעטמילך און זיינע געהילפן זענען געווען אין שטאט און געטריבן די אומגליקליכע "ווי דאס ליבע פיה" צום הייליגן ארט (בית עולם), וואס איז געווען ארומגערינגלט מיט וואַכן, כדי ער זאל קענען האבן די גאנצע געמיינדע אויף איין פּלאץ.
אין דער באגלייטונג פון זיינע געטרייע דינער און מיט א גרויסער צאל פון דעם ווילדן המון האט פעטמילך אליין זיך אוועקגעשטעלט ביים אריינגאַנג. מיט פארכאפּענדן אטעם זענען די אומגליקליבע אידן געשטאנען אין טויט־שרעק און מיט א בעטנדן בליק געקוקט אויף זיינע ליפּן און געווארט אויף זיין אורטייל. אבער זייער בעטן און וויינען האט ער מיט שפּאט איגנארירט. נאך גרעסער איז געווארן זייער שרעק, ווען צווישן המון האבן זיך דערהערט קולות "שלאגט זיי נידער!" די אומגליקליכע האבן דאס באטראכט פאר זייער לעצטע שטונדע. זיי זענען געווען גרייט אויפ'ן ערגסטן. מאנכע פון זיי האבן געזאגט וידוי און געווארט אויפ'ן טויט.
דערווייל האט פעטמילך זיי געלאזט וויסן אינ'ם נאמען פון זיין פּארטיי, אז זיי ווילן זיי נישט האבן אלס בירגער. האבן די אידן אנגעהויבן בעטן, אז ער זאל זיי ערלויבן פארלאזן די שטאט; און נאך לאנגע וויינען און בעטן, האט ער נאכגעגעבן, אבער זיי זאלן באלד פארלאזן די שטאט פראנקפורט.

(אינעם ספר "כח יהודה"{{מקור}} פון [[רבי יהודה יוסף בינגא]] דרוקט ער אויס וואונדער איבער דעם געוואלדיגן נס, אז אנשטאט חלילה פארטיליגן און אומברענגען דעם גאנצן קהילה וואס וואלט געווען גאר טראגיש, האבן זיי באשלאסן ענדערש צו פארטרייבן דאס גאנצע קהילה און בויקאטירן די פארמעגנס).

מיט א שטארקן אימפעט זענען מאסן צעהיצטע כוליגאנעס זיך א לאז געטון מיט אייפער צום אידישן קווארטל, באפאלן און צעשלאגן די ארטיגע אידן, זיי ארויס געטראסקעט פון זייערע הייזער, און באראבעוועט אידישע געשעפטן. די רשעים האבן אפיר געזוכט די באהאלטענע פארמעגנס, און דאס באראבעוועט. זיי האבן אויך פארברענט הויפנס כתבי קודש, די [[ספר תורה|ספרי תורה]] וואס זענען אריינגעפאלן אין זייערע הענט האבן זיי געשענדט, און וואנדאליזירט די ארטיגע אידישע [[בית הקברות]].

אין דעם טאג [[כ"ז אלול]] שנת [[ה'שע"ד]] זענען די אידן פארטריבן געווארן פון זייער היימען, און פארשיקט געווארן אריבער די גרעניצן. דעם טאג איז פארבליבן אלס א יום [[תענית]] אין קהילת פראנקפורט, ווען מען האט זיך פארזאמלט אין שול און געקלאגט. דאס איז אנגעהאלטן געווארן אין די קומענדיגע דורות, אלס זכר צו די ביטערע צרה וואס האט זיי דאן באטראפן.