אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי חיים לייב כ"ץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:רבי חיים לייב כ"ץ צו רבי חיים לייב כ"ץ אן לאזן א ווייטערפירונג)

רעוויזיע פון 03:54, 27 יוני 2024


רבי חיים לייב כ"ץ
ביי מצות באקן
ביי מצות באקן
געבורט כ"א אדר ה'ת"ש
מאקאווא
וואוין אָרט בארא פארק
תחומי עיסוק רב, מנהיג עדה, פוסק הלכה, מוהל
ספרים נחלי בינה
וזרעם לפניך יכון
טאטע רבי יהושע כ"ץ

רבי חיים יהודה לייב הכהן כ"ץ (גערופן "רבי חיים לייב"; געבוירן כ"א אדר[אויסקלארונג פארלאנגט] ה'ת"ש) איז דער סערדאהעלער רב, פון די אנגעזעענע רבנים און פוסקי הלכה אין בארא פארק, א מחבר פון עטליכע ספרי הלכה.

ביאגראפיע

רבי חיים לייב איז געבוירן אין שטאט מאקאווא צו זיין פאטער רבי יהושע, וואס האט דעמאלט געדינט אלס א דיין אין שטאט, און איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס רב פון סאמבאטהעלי.

א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אלס ראש כולל פאר סאטמארע יונגעלייט. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס הויפט דיין אין מורה הוראה אינעם בעלזער בית מדרש אין בארא פארק.

ער איז געווען שטארק דבוק אין צדיקים פונעם לעצטן דור די סאטמערער, קלויזנבורגער, בעלזער און ליובאוויטשער רבי'ס.

אין די שפעטערע יארן האט ער מייסד געווען זיין בית מדרש און קהילה "סערדאהעלי", אויף די 44'סטע גאס אין בארא פארק. היינט פארמאגט די קהילה אויך מוסדות החינוך, צווישן זיי א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה, און א זומער קעמפ אין מאנטיסעלא[1].

השפעה

דער רב איז באוואוסט אלס א גאון בתורה און א בקי אין הוראה, און איז אויך א מוהל. ער האט אין תשע"ו פארפאסט א באוואוסטער ספר "וזרעם לפניך יכון", א שיעור בירור הלכה אין מצות פריה ורביה צו אויסקלארן די הארבע איסורים און גרויסע מכשולות אין די נייע מעטאדן וואס דאקטוירים האבן אויסגעפונען צו געבן געבורט". דער רב איז א שארפער מתנגד פון "פערטיליטי באהאנדלונגען", און האט אויך ארויסגעטרעטן קעגן ארגאנעזאציעס וואס טוען אין דעם נושא, ווי בוני עולם.

זינט תש"ס דינט רבי חיים לייב אלס בעל מכשיר פונעם עירוב אין שטאט בארא פארק געגרינדעט דורך אפרים הלוי בלומענבערג, מיט'ן שטיצע פון רבי יחזקאל ראטה, רבי פישל הערשקאוויטש, רבי מנשה קליין, מונקאטשער רבי, רבי חיים ישעי' קעניג, רבני חסידות בעלזא ובראשם רבי שלמה גראס, רבי שרגא פייוויש האגער האדמו"ר מקאסוב ודיין חסידות ויז'ניץ, רבי שלום קרויז, און נאך. טראץ דעם מיינונג פון אסאך פוסקים וואס זענען חושש אז די גרויסע גאסן אין ניו יארק ווערן פאררעכנט אלס רשות הרבים דאורייתא אויף וואס עס העלפט נישט דאס מאכן אן עירוב, זענען זיך פילע סומך אויף זיין היתר, צווישן זיי די חסידים פון בעלזא און קלויזנבורג.

צוזאמען מיט זיין ברודער רבי שלמה זלמן כ"ץ, רב פון תולדות אהרן אין וויליאמסבורג, האט ער ארויסגעגעבן א סעריע ספרים 'נחלי בינה', געקליבענע שטיקלעך פון חסיד'ישע ספרים אויף די ימים טובים[2].

אויך האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר 'ויגד משה' אויף סדר נאכט פון זיין פעטער רבי משה יודא כ"ץ, צולייגנדיג דערצו פון זיך.

פאמיליע

  • זיין איידעם רבי שמואל יהודה זילבער, רב פון אמונת ישראל אין בארא פארק, זון פון רבי מאטל זילבער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן