אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וויליאמסבורג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
ק (החלפת טקסט – "אלבומען" ב־"אלבומס")
שורה 127: שורה 127:
==== געוועזענע ====
==== געוועזענע ====
* [[זכריה דערשאוויץ]] (1859-1921), גרינדער פון איינע פון די ערשטע אידישע קהילות אין אמעריקע און די ערשטע חסידישע שוהל אין וויליאמסבורג
* [[זכריה דערשאוויץ]] (1859-1921), גרינדער פון איינע פון די ערשטע אידישע קהילות אין אמעריקע און די ערשטע חסידישע שוהל אין וויליאמסבורג
* ר' [[יום-טוב עהרליך]] (1914–1990), באַרימטער חסידישער מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר, ליריסיסט, רעקאָרדינג קינסטלער, און פּאָפּולער פאַרוויילער, באַקאַנט פאַר זיינע פּאָפּולערע ייִדישע מוזיק אלבומען. איינע פון זיינע מערסט באקאנטע פאָלקס לידער איז "וויליאמסבורג", א ליד וועגן חסידיש וויליאמסבורג אין די 1950ער.
* ר' [[יום-טוב עהרליך]] (1914–1990), באַרימטער חסידישער מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר, ליריסיסט, רעקאָרדינג קינסטלער, און פּאָפּולער פאַרוויילער, באַקאַנט פאַר זיינע פּאָפּולערע ייִדישע מוזיק אלבומס. איינע פון זיינע מערסט באקאנטע פאָלקס לידער איז "וויליאמסבורג", א ליד וועגן חסידיש וויליאמסבורג אין די 1950ער.
* [[באגסי סיגעל|בנימין "באגסי" סיגעל]] - מערקווירדיגער באַנדיט, וואָס האט געשאפן די [[לאַס וועגאַס]] פּאַס (געבוירן אין וויליאמסבורג)
* [[באגסי סיגעל|בנימין "באגסי" סיגעל]] - מערקווירדיגער באַנדיט, וואָס האט געשאפן די [[לאַס וועגאַס]] פּאַס (געבוירן אין וויליאמסבורג)
* [[אליעזר קעסטנבוים]], [[גרונטייגנס]] דעוועלאָפּער, גרינדער און טשערמאַן פון 'פאָרטיס פראפערטי גרופע' אין ניו יארק סיטי
* [[אליעזר קעסטנבוים]], [[גרונטייגנס]] דעוועלאָפּער, גרינדער און טשערמאַן פון 'פאָרטיס פראפערטי גרופע' אין ניו יארק סיטי

רעוויזיע פון 23:31, 10 פעברואר 2024


וויליאַמסבורג (געגנט)
Willidushinski.jpg
די דושינסקי הייזער אין וויליאמסבורג
מדינה / טעריטאָריע ניו יארק
קאָאָרדינאַטן 40°43′N 73°58′W / 40.71°N 73.96°W / 40.71; -73.96 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

 ‑ אין געגנט

113,000‏  (שטייענדיג 2010)
www.williamsburg.nyc

וויליאַמסבורג (ענגליש: Williamsburg) איז אַ געגנט אין צפון ברוקלין, ניו-יאָרק, צופוסנס פונעם וויליאַמסבורג בריק וואָס פירט קיין מאַנהעטן. עס האָט אַ גרויסע געמיינדע פון חסידישע אידן.

דער וויליאַמסבורג בריק
אידן שפּאַצירן אויפן בריק
א טיפישע ניי-וויליאמסבורגער געביידע
דער וויליאמסבורגער אומגעגנט פון דער הייך
דער נעיווי יארד אינדוסטריעלער געגנט וואס גרעניצט זיך מיט וויליאמסבורג
א טאוול אין גאס וואס רופט צו צניעותדיגער קליידונג
רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר ביי א באגלייטן אויף די וויליאמסבורגער גאסן
דער באקאנטער וויליאמסבורגער געשעפטסמאן זעלדא פארטראכטערהייט

היסטאָריע

גרינדונג

אין 1638, האָט די 'האָלענדישע מערב אינדיע פירמע' געקויפט דעם שטח פון די 'לענאַפּי נאַטיווע אַמעריקאַנער' וואָס האָבן פאַרנומען דעם שטח. אין 1661, האָט די פירמע געטשאַרטערד די שטאָט פון Boswijck, אַריינגערעכנט לאַנד וואָס וועט שפּעטער ווערן וויליאַמסבורג. נאָכדעם וואָס די ענגלישע האָבן איבערגענומען ניו נעטהערלאַנד אין 1664, איז דער נאָמען פון דער שטאָט אַנגליזירט געוואָרן צו בושוויק. אין קאָלאָניאַלע צייטן, פלעגן דאָרפסלייט רופן די געגנט "בושוויק שאָר (ברעג)". דער נאָמען האָט אָנגעהאַלטן אומגעפער 140 יאָר. בושוויק שאָר איז אָפּגעהאַקט געוואָרן פון די אַנדערע דערפער אין בושוויק דורך 'בושוויק קריק' צום צפון און דורך 'קריפּפּלבוש', אַ געגנט פון דיק, באָגגי קשאַק לאַנד וואָס האָט זיך געצויגן פון 'וואָלאַבאָוט קריק' ביז צו 'נעווטאָוון קריק', צום דרום און מזרח. רעזידענטן פון בושוויק פלעגן רופן בושוויק שאָר "די סטראַנד (שנירל)".

פאַרמערס און גערטנערס פון די אַנדערע בושוויק דערפער פלעגן שיקן זייערע סחורה צו 'בושוויק ברעג' אריבערגעפירט צו ווערן די מזרח טייך (איסט ריווער) צו ניו יאָרק סיטי פאַר פאַרקויף דורך אַ מאַרק אין די היינטיגע 'גראַנד סטריט'. די גינסטיגע אָרט פון בושוויק שאָר נאָענט צו ניו יארק סיטי האָט געפירט צו דער שאַפונג פון עטליכע פאַרמינג דיוועלאַפּמענטן. אין יאָר תקנ"ב (1802), האָט גרונטייגנס ספּעקולאַנט ריטשאַרד מ. וואוּדהאל אָפּגעקויפט דרייצן אקער (53,000 מ²) אריבער די איסט ריווער. ער האט געלאזט קאלאנעל יונתן וויליאמס, אן אמעריקאנער אינזשעניר, איבערקוקן די אייגנטום, און עס אַ נאָמען געגעבן וויליאמסבורג נאָך אים.

נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה

אין וויליאמסבורג פלעגט קורסירן א טראלי "פון בערי ביז גערי", וואס האט זיך אנגעהויבן אין די ס' יארן דורך אברהם יהודה לעבאוויטש, א קאשוי סאטמארער חסיד און תלמיד, און פון דעם איז געבוירן געווארן די דבר יום ביומו.

באפעלקערונג

די מערהייט איינוואוינער היינט צו טאג זענען חסידישע אידן מערסטנס אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן זיך אהערגעצויגען אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. אויך וואוינען דארטן א באדייטנדע צאל אפשטאמיגע פון פארטא ריקא, שווארצע און ארטיסטן.

די אידישע באפעלקערונג אין וויליאמסבורג זענען צוטיילט צו א באדייטענדע צאל געמיינדעס. די גרעסטע געמיינדע איז סאטמאר, וואס איז היינט צוטאגס צוטיילט צווישן די צוויי גרויסע פראקציעס, די ארונים און די זאלוינים. ווי אויך זענען דא דארטן די גרעסערע קהילות ווי פאפא, וויזשניץ, קראלי, ספינקא, קלויזענבורג, וויען, נייטרא, קראסנא, צעהלים, שאפראן, דינוב, סקווירא, בעלזא, בעלז-מאכניווקע און נאך. טייל פון די האבן אייגענע שולן, תלמוד תורה'ס פאר יונגלעך, שולעס פאר מיידלעך און קעמפס אין די קעטסקילס פארן זומער. א טייל האבן אויך אייגענע מקוה'ס, זאלן, מצה בעקערייען, און פארשידענע ערליי אינסטיטוציעס וואס פעלט זיך אויס צום אידישן לעבן.

וויליאמסבורג אין נומערן

  • אין וויליאמסבורג וואוינען אין 2018 ארום 18,000 משפחות.
  • די צענזוס פון יאר 2010 האט געפונען ארום 80,000 נפשות אין וויליאמסבורג.
  • קרוב צו 36,000 קינדער לערנען אין די חדרים, ישיבות און מיידל שולעס אין שטאט.

גרעניצן פון דער אידישער געגנט

פון מערב זייט לויפט קענט עוועניו, פון מזרח און צפון לויפט שיף די בראדוועי גאס. און פון דרום ווערט היינט צוטאגס פארעכענט לאפאיעט עוועניו די גרעניץ.

די פאַרשידענע געגנטער פון וויליאַמסבורג

גרויס־וויליאַמסבורג איז איינגעטיילט אין פאַרשידענע קוואַרטאַלן, אָנהייבנדיק פון דעם סאַוט-סייד געגנט וואָס באַשטייט בעיקר פון די סאוט 8 און סאוט 9 גאסן באוואוינט בעיקר דורך מיטל-יעריגע אידן, דערנאך די געגנט פון קליימער סטריט - וואס רעכנט אריין פילע שטאטישע פראדזשעקטס - ביז די הייוועי, דערנאך אריבער די הייוועי - ווי עס געפונט זיך די גרעסטע טייל פון וויליאמסבורג - וואס איז אויסגעבויט מיט אנגעפולטע גאסן פון בראונ-סטאון הייזער, דערנאך קומט די נייע געגנט וואס האט ערשט אנגעהויבן באוואוינט ווערן בערך תש"ס נאך וואס די קאמערציאלע פאבריקן האבן זיך אוועקגעצויגן פון דארט און אויף זייער ארט איז אויפגעקומען פילע גרויסע וואוינונג געביידעס (א גרויס טייל דערפון געבויט דורך דער ראבסקי גרופע), דער דאזיגער געגנט הייבט זיך אן בערך פון וואלאבאוט סטריט וואו עס געפונען זיך גאר אסאך געשעפטן, און ציעט זיך פאר פילע לאנגע גאסן אראפ ביז לאפאיעט עוועניו וואס דאס ווערט גערופן "ניי וויליאמסבורג". דערנאך איז דא א נייע געגנט וואס האט לעצטנס אנגעהויבן ווערן מער באוואוינט, די טרופ געגנט, וואס ציעט זיך היינט-צוטאגס אראפ מארסי עוועניו און טאמפקינס ביז פולאסקי סטריט נעבן דעם האום דיפאו געשעפט.

באַוואוסטע פּערזענליכקייטן

רבנים

געוועזענע

היינטיגע

עמך אידן

געוועזענע

  • זכריה דערשאוויץ (1859-1921), גרינדער פון איינע פון די ערשטע אידישע קהילות אין אמעריקע און די ערשטע חסידישע שוהל אין וויליאמסבורג
  • ר' יום-טוב עהרליך (1914–1990), באַרימטער חסידישער מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר, ליריסיסט, רעקאָרדינג קינסטלער, און פּאָפּולער פאַרוויילער, באַקאַנט פאַר זיינע פּאָפּולערע ייִדישע מוזיק אלבומס. איינע פון זיינע מערסט באקאנטע פאָלקס לידער איז "וויליאמסבורג", א ליד וועגן חסידיש וויליאמסבורג אין די 1950ער.
  • בנימין "באגסי" סיגעל - מערקווירדיגער באַנדיט, וואָס האט געשאפן די לאַס וועגאַס פּאַס (געבוירן אין וויליאמסבורג)
  • אליעזר קעסטנבוים, גרונטייגנס דעוועלאָפּער, גרינדער און טשערמאַן פון 'פאָרטיס פראפערטי גרופע' אין ניו יארק סיטי
  • ר' איצא גליק פון התאחדות הרבנים

היינטיגע

באקאנטע סטרוקטורן

אין פאָלקס קולטור

  • ר' יום טוב עהרליך אין א ניגון אויף זיין יידיש נחת קאסעטע באזינגט די אידישע שטאט וויליאמסבורג אין זיינע צייטן, און לייגט עס אראפ מיט הערליכע פארבן, ווי עס ווירבלט אידישקייט אין אלע ווינקלען, תלמודי תורה און ישיבות, אפילו דאקטוירים, לויערס, אלעס איז עהרליך און פרום, די פרויען צניעות'דיג. ער פארציילט פון אלע אידישע קהילות וואס עקזיסטירן דארט, יעדער לויט זיין מנהג און שורש, און פארגעסט נישט צו פארציילן פון זיין סטאלינער ביהמ"ד:

... ביים קלויזענבורגען הייסע טרערן,
טיפע קרעכצן ביי דעם סקווירא'ן,
און די סטאלינע מיט געשרייען,
און סאטמאר האט מען נאכנישט אנגעפאנגען,
ערשט איז מען אין מקוה געגאנגען,
און ביי די וויזניצ'ע טרינקט מען שוין לחיים...

דרויסנדע לינקס

בילדער פון וויליאמסבורג

פילמס און ביכער וועגן וויליאמסבורג

נאך

עירוב

רעפערענצן


געגנטן פון ברוקלין                  

בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך...

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!