אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אחז"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
שורה 10: שורה 10:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:אחז]]
[[he:אחז]]
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין תנ"ך דערמאנט אין דרויסנדע קוועלער]]

רעוויזיע פון 08:30, 27 יוני 2024

אחז מלך יהודה

אָחָז איז געווען מלך פון מלכות יהודה אין דער צייט פון ערשטן בית המקדש. אחז האָט געקעניקט אומגעפער אין די יאָרן ג'קפ"ד - ג'ר'. וועגן די מעשים פון אחז ווערט דערציילט אין ספר מלכים ב' קאַפיטל ט"ז (ווי אויך אין דברי הימים און ספר ישעיה). דאָרט ווערט אָנגעגעבן, אַז ער האָט איינגעפירט אין לאַנד יהודה און ירושלים די געצן–דינעריי און האָט געטון "דאָס שלעכטע אין די אויגן פון גאָט". אין זיין צייט האָבן די מלכים פון מלכות ישראל (אפרים) און פון לאַנד ארם אַנגעהויבן אַ מלחמה קעגן לאַנד יהודה און זענען צוגעקומען מיטן מיליטער ביז ירושלים. אחז האָט זיך געווענדעט נאָך הילף צו תגלת פלאסר דעם מלך פון אשור. פון דעמאָלט אָן איז יהודה געוואָרן אָפהענגיק פון אשור: דער נאָמען פון אחז ווערט אויך דערמאָנט אין די פלעקלשריפטן פון אשור. ער הייסט דאָרט "יאַ–חאַ–זו", דאָס הייסט "יהואחז". און עס איז פארהאן אַ מיינונג, אַז דעריבער האָט מען אין תנ"ך אים גערופן נאָר אחז כּדי נישט צו דערמאָנען אויף דעם געצן–דינער דעם נאָמען פון גאָט. אין זיין צייט פאַלט אויס אַ טייל פון נביאות–זאָגן פון ישעיה הנביא.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!