אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "50 (נומער)"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(בילד) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 9: | שורה 9: | ||
|העקס=32 | |העקס=32 | ||
}} | }} | ||
[[טעקע:Nu uc lc.svg|קליין|די נו [[גריכישער אלפאבעט|בוכשטאב]] רעפּרעזענטירט די נומער 50 אין [[גריכישע נומעראַציע]]]] | [[טעקע:Nu uc lc.svg|קליין|די נו [[גריכישער אלפאבעט|בוכשטאב]] רעפּרעזענטירט די נומער 50 אין [[גריכישער אלפאבעט|גריכישע נומעראַציע]]]] | ||
'''50''' (אין ווערטער: '''פופציג''') איז די [[נאטירליכע צאל]] וואס קומט נאך [[49 (נומער)|49]] און בעפאר [[51 (נומער)|51]]. | '''50''' (אין ווערטער: '''פופציג''') איז די [[נאטירליכע צאל]] וואס קומט נאך [[49 (נומער)|49]] און בעפאר [[51 (נומער)|51]]. | ||
רעוויזיע פון 15:18, 19 מערץ 2023
דעצימאל | 50 |
---|---|
אין ווערטער | פופציג |
סדר'דיגע צאל | פופציגסט/ע/ר |
גימטריא | נ |
פאַקטאָריזאַציע | |
רוימישע צאל | |
בינארישע צאל | 110010 |
העקס | 32 |
50 (אין ווערטער: פופציג) איז די נאטירליכע צאל וואס קומט נאך 49 און בעפאר 51.
אין מאטעמאטיק
- 50 איז די קלענסטע צאל וואס מען קען שרייבן ווי די סומע פון צוויי קוואדראטצאלן אין צוויי באזונדערע וועגן: 50 = 12 + 72 = 52 + 52.[1]
- 50 איז א הארשאד נומער, וואס צעטיילט זיך מיט'ן סך-הכל פון זיינע ציפערן: .[2]
- 50 פראצענט באטרעפן האלב פון איין גאנצע.
אין וויסנשאפט
- 50 איז דער אטאם נומער פון צין.
- 50 איז דער פינפטער צויבער נומער (עב') אין נוקלעארע פיזיק.
אין אידישקייט
- דער פופציגסטער טאג פון אנהייבן ציילן ספירת העומר איז דער יום טוב שבועות.
- 50 איז די צאל פון יארן אין א יובל.[3]
- עס זענען פארהאן 50 שערי בינה; משה רבינו האט זוכה געווען צו 49 פון זיי.[4]
- חז"ל באשטימען אז ביי די פופציג יאר קען א מענטש ריכטיג ראטן, ”בֶּן חֲמִשִּׁים לָעֵצָה”.[5]
- שטארבן ביי די פופציג יאר איז א מיתה פון כרת.[6]
- אין מדרש רבה ווערט געברענגט עטליכע דעות ווען הבל איז אומגעברענגט געווארן, וואס אלע זענען מודה אז ער האט געלעבט נישט מער ווי פופציג טעג.[7]
- די תיבה איז געווען 50 אמה ברייט.[8]
- יציאת מצרים ווערט דערמאנט פופציג מאל אין די תורה.[9]
- אין מדבר זענען געשטעלט געווארן צוועלף טויזנט "שרי חמשים", וואס יעדער פון זיי האט פארוואלטעט איבער פופציג אידן.[10]
- די הויף פון משכן איז געווען פופציג אמה ברייט.[11]
- די יריעות פון משכן זענען געווארן באהאפטן מיט פופציג העקעלעך וועלכע זענען אריין אין פופציג שלייפן.[12]
- די נעמען פון די שבטים אנטהאלטן פופציג אותיות; 25 פון זיי זענען געקריצט געווארן אין איינע פון די אבני שוהם און 25 אין די אנדערע.[13]
- רחב איז אלט געווען 50 יאר ווען זי האט זיך מגייר געווען.[14]
- דוד המלך האט געצאלט 50 שקלים פאר ארונה'ס שייער, וואו עס איז שפעטער אויפגעבויט געווארן דער בית המקדש.[15]
- 50 שקלים איז אויך דער ערך פון אן ערוואקסענער זכר, די העכסטע פון אלע ערכים.[16]
- א שדה אחוזה ווערט אויסגעלייזט מיט 50 שקלים פאר א פעלד וואו מען קען איינזייען א כור פון גערשטן.[17]
- דער אונס דארף באצאלן 50 שקלים פאר'ן פאטער פון די מיידל.[18]
- לויט רבי יוסי הגלילי אין הגדה של פסח, זענען די מצריים געשטראפט געווארן מיט פופציג מכות ביים קריעת ים סוף.
- די לויים ענדיגן זייער עבודה אין משכן זייענדיג פופציג יאר.[19]
- אבשלום און אדוניהו האבן זיך געשטעלט פופציג מענטשן וועלכע זאלן לויפן פאראויס וואו זיי גייען.[20]
- המן'ס תליה איז געווען 50 איילן הויך.[21]
- נחמיה האט בייגעשטייערט פופציג מזרקות צום בית המקדש.[22]
- דער געווענליכער שיעור פאר תרומה איז איינס פון פופציג פון די תבואה.[23]
- מען שטעלט נישט קיין מתורגמן פאר איינער וואס איז אונטער פופציג יאר אלט.[24]
פארשידנס
- עס זענען פארהאן 50 שטאטן אין די פאראייניגטע שטאטן. האוואי איז צוגעקומען אלס פופציגסטע שטאט אין אויגוסט 21, 1959.
רעפערענצן
- ↑ 50 איז אויך די סומע פון דריי קוואדראטצאלן: 50=32 + 42 + 52; און פון פיר קוואדראטצאלן: 50 = 62 + 32 + 22 + 12
- ↑ "Sloane's A005349 : Niven (or Harshad) numbers". The On-Line Encyclopedia of Integer Sequences. OEIS Foundation. Retrieved 2016-05-30.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ויקרא כה, י - ↑ ראש השנה כא, ב. לויט ליקוטי תורה פון אר"י, אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".דברים ג, כו, האט ער יא זוכה געווען דערצו בשעת זיין פטירה - ↑ משנה, אבות ה, כא
- ↑ מועד קטן כח, א
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד'
- ↑ בראשית ו, טו
- ↑ ספר הזוהר, פרשת יתרו
- ↑ רש"י, שמות יח, כא. רבי אברהם אבן עזרא און רבי יצחק אברבנאל ברענגען אנדערע ערקלערונגען
- ↑ שמות כז, יב
- ↑ שמות כו, ה–יא
- ↑ סוטה לו, א
- ↑ זבחים קטז, ב
- ↑ שמואל ב' כד, כד. לויט איין דעה אין זבחים קטז, ב איז עס געווען 50 שקלים פון יעדן שבט, פאר א סך הכל פון 600
- ↑ ויקרא כז, ג; ערכין ז, ב
- ↑ ויקרא כז, טז
- ↑ דברים כב, כט
- ↑ במדבר ח, כה
- ↑ שמואל ב' טו, א; מלכים א' א, ה
- ↑ אסתר ה, יד
- ↑ נחמיה ז, סט
- ↑ משנה, תרומות ד, ג
- ↑ חגיגה יד, א
נאטירליכע נומערן | ||||||||||||||||||||||||
0 | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | |||||||||||||||
10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | |||||||||||||||
20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | |||||||||||||||
30 | 31 | 32 | 33 | 34 | 35 | 36 | 37 | 38 | 39 | |||||||||||||||
40 | 41 | 42 | 43 | 44 | 45 | 46 | 47 | 48 | 49 | |||||||||||||||
50 | 51 | 52 | 53 | 54 | ||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||
אנדערע | ||||||||||||||||||||||||
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | קאפרעקאר'ס צאל | גוגאָל | גוגאלפלעקס | גראהאם'ס נומער |