אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מגילת אנטיוכוס"

פון המכלול
מגילה איבער די געשיכטע פון חנוכה
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
(10 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 7: שורה 7:
| שפת המקור = [[אראמיש]]
| שפת המקור = [[אראמיש]]
}}
}}
'''{{מנוקד|מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוּס}}''' (אויך גערופן '''מגילת בני חשמונאי''', '''מגילת מתתיהו''') איז א פאפולערע קורצע שילדערונג פון די מלחמות פון די [[חשמונאים]] און פון דעם נס [[חנוכה]].די מגילה איז איבערגעגעבן געווארן אין עטליכע [[אראמיש]]ע ווערסיעס, און איז איבערגעזעצט געווארן צו לשון קודש מערערע מאל. רב סעדיה גאון איז מייחס די מגילה צו די חשמונאים זעלבסט, אבער חוקרים נעמען אן אז עס שטאמט ווארשיינליך פון שפעטער, ארום דער תקופה פון די [[סבוראים]].
'''{{מנוקד|מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוּס}}''' (אויך גערופן '''מגילת בני חשמונאי'''){{הערה|אנדערע נעמען גענוצט געווארן דורך איינצלנע זענען "מגלה יונית" (סידורים "עבודת ישראל" און "אוצר התפילות") און "מגלת מתתיהו".}} איז א פאפולערע קורצע שילדערונג פון די מלחמות פון די [[חשמונאים]] און פון דעם נס [[חנוכה]]. די מגילה איז איבערגעגעבן געווארן אין עטליכע [[אראמיש]]ע ווערסיעס, און איז איבערגעזעצט געווארן צו לשון קודש מערערע מאל. רב סעדיה גאון איז מייחס די מגילה צו די חשמונאים זעלבסט, אבער חוקרים נעמען אן אז עס שטאמט ווארשיינליך פון שפעטער, ארום דער תקופה פון די [[סבוראים]].


דער מגילה איז דער איינציגער פארבליבענער חיבור פון חז"ל וואס איז געצילט צו שילדערן בלויז די געשעענישן פון נס חנוכה. כאטש וואס עס איז נישט א טייל פון תנ"ך, זענען געווען קהילות וואו מען פלעגט עס ליינען חנוכה, ענליך צו מגילת אסתר אום פורים.
דער מגילה איז דער איינציגער פארבליבענער חיבור פון חז"ל וואס איז געצילט צו שילדערן בלויז די געשעענישן פון נס חנוכה. כאטש וואס עס איז נישט א טייל פון תנ"ך, זענען געווען קהילות וואו מען פלעגט עס ליינען חנוכה, ענליך צו [[מגילת אסתר]] אום [[פורים]].


==מחבר פון די מגילה==
==מחבר פון די מגילה==
[[רב סעדיה גאון]] אין הקדמה צו זיין 'ספר הגלוי' שרייבט אז די פינף זון פון מתתיהו האבן געשריבן די מגילה, ער רופט עס "כתאב בני חשמונאי" (ספר בני חשמונאי), און ציטירט דערפון א פסוק וואס געפינט זיך אין דער היינטיגער ווערסיע{{הערה|רב סעדיה גאון, '''ספר הגלוי''',  פארעפנטליכט און איבערגעזעצט דורך אברהם אליהו הרכבי, אין "זיכרון לראשונים", מחברת חמישית, חוברת ראשונה: "השריד והפליט מספר האגרון וספר הגלוי", פטרבורג תרנ"ב. "וכמו שכתבו בני חשמנאי יהודה ושמעון ויוחנן ויונתן ואלעזר בני מתתיה ספר במה שעבר עליהם, הדומה לספר דניאל בלשון הכשדים."}}. פארהאן וואס לערנען אריין אין רב סעדיה גאונ'ס ווערטער אז ער איז דער וואס האט עס דער ערשטער אראפגעשריבן, באזירט אויף מסורות וואס ער האט מקבל געווען בעל פה פון די צייטן פון די חשמונאים{{הערה|[[#זייבלד|זייבלד]]}}.
[[רב סעדיה גאון]] אין הקדמה צו זיין 'ספר הגלוי' שרייבט אז די פינף זין פון [[מתתיהו הכהן|מתתיהו]] האבן געשריבן די מגילה, ער רופט עס "כתאב בני חשמונאי" (ספר בני חשמונאי), און ציטירט דערפון א פסוק וואס געפינט זיך אין דער היינטיגער ווערסיע{{הערה|רב סעדיה גאון, '''ספר הגלוי''',  פארעפנטליכט און איבערגעזעצט דורך אברהם אליהו הרכבי, אין "זיכרון לראשונים", מחברת חמישית, חוברת ראשונה: "השריד והפליט מספר האגרון וספר הגלוי", פטרבורג תרנ"ב. "וכמו שכתבו בני חשמנאי יהודה ושמעון ויוחנן ויונתן ואלעזר בני מתתיה ספר במה שעבר עליהם, הדומה לספר דניאל בלשון הכשדים."}}. פארהאן וואס לערנען אריין אין רב סעדיה גאונ'ס ווערטער אז ער איז דער וואס האט עס דער ערשטער אראפגעשריבן, באזירט אויף מסורות וואס ער האט מקבל געווען בעל פה פון די צייטן פון די חשמונאים{{הערה|[[#זייבלד|זייבלד]]}}.


אין די דרוקן פון ספר הלכות גדולות (בה"ג) שטייט אז "זקני בית שמאי ובית הלל הן כתבו מגילת בית חשמונאי, ועד עכשו לא עלה לדורות עד שיעמוד כהן לאורים ותומים", און עס באציט זיך ווארשיינליך צו דער מגילה. אבער אין די כתבי יד איז דער נוסח "מגילת תענית", און נישט מגילת חשמונאי{{הערה|זע {{אוצר החכמה|רבי שמעון קיירא|הלכות גדולות|155623|page=627|באנד=א|מקום הוצאה=בערלין|שנת הוצאה=תרמ"ח|מהדורה=רעד' ר"ע הילדעסהיימער|עמ=615|על פי כתב יד רומי|אבאנענטן=ניין}}, אין די הערות}}. אויך אינעם געדרוקטן נוסח זענען פארהאן וואס לערנען אריין אז עס באציט זיך צו מגילת תענית, וואס איז די טעמע פון יענע קאפיטל אין דעם בה"ג{{הערה|זע: ורד נעם, '''מגילת תענית''', יד בן צבי: ירושלים תשס"ד, זייט 383 הערות 8}}.
אין די דרוקן פון ספר הלכות גדולות (בה"ג) שטייט אז "זקני בית שמאי ובית הלל הן כתבו מגילת בית חשמונאי, ועד עכשו לא עלה לדורות עד שיעמוד כהן לאורים ותומים", און עס באציט זיך ווארשיינליך צו דער מגילה. אבער אין די כתבי יד איז דער נוסח "מגילת תענית", און נישט מגילת חשמונאי{{הערה|זעט {{אוצר החכמה|רבי שמעון קיירא|הלכות גדולות|155623|page=627|באנד=א|מקום הוצאה=בערלין|שנת הוצאה=תרמ"ח|מהדורה=רעד' ר"ע הילדעסהיימער|עמ=615|על פי כתב יד רומי|אבאנענטן=ניין}}, אין די הערות}}. אויך אינעם געדרוקטן נוסח זענען פארהאן וואס לערנען אריין אז עס באציט זיך צו מגילת תענית, וואס איז די טעמע פון יענע קאפיטל אין דעם בה"ג{{הערה|זעט: ורד נעם, '''מגילת תענית''', יד בן צבי: ירושלים תשס"ד, זייט 383 הערות 8}}.
 
מנחם צבי קדרי האט אנאליזירט דאס ארמיש פון דער מגילה, און איז געקומען צו דער מסקנא אז עס איז געשריבן געווארן ארום דער צווייטער יארהונדערט{{הערה|{{JSTOR|מנחם צבי קדרי|באיזו ארמית נכתבה מגילת אנטיוכס|24373592|לשוננו|באנד ג' (תשי"ט), זייט 145-129}}}}. אנדערע שלאגן אפ דעם דאטום, בעיקר באזירט אויף היסטארישע פאקטארן. אריה כשר לייגט צו דערצו אז עס איז קענטיג אין דער מגילה'ס שפראך איינפלוס פון אראביש, און דאטירט די מגילה צווישן דער 8'טער און דער 10'טער יארהונדערט{{הערה|אריה כשר, "הרקע ההיסטורי לחיבורה של 'מגילת אנטיוכוס'", '''התקופה הסלווקית בארץ־ישראל''', תל אביב תש"ם, זייטן 85—10}}. איתי קגן מערקט אן אז דער נוסח פון דער מגילה אויף וועלכן די חוקרים האבן אלץ געקוקט איז געווען דער תימנ'ער, ווידער דער אייראפעאישן נוסח, וועלכער מ'טרעפט אויך אין דער קאירא גניזה, האט קלארע סימנים פון א סיריש אראמיש, און קיין שום אראבישער איינפלוס{{הערה|איתי קגן, "מגילת אנטיוכוס הארמית: בירורים לשוניים ראשוניים", לשוננו פו (תשפ"ד), זייט 119-145.}}.


מנחם צבי קדרי האט אנאליזירט דאס ארמיש פון דער מגילה, און געקומען צו דער מסקנה אז עס איז געשריבן געווארן ארום דער צווייטער יארהונדערט{{הערה|מנחם צבי קדרי, "באיזו ארמית נכתבה מגילת אנטיוכס", '''לשוננו''' כג, באנד ג' (תשי"ט), זייט 145-129}}. אנדערע שלאגן אפ דעם דאטום, בעיקר באזירט אויף היסטארישע פאקטארן. אריה כשר לייגט צו דערצו אז עס איז קענטיג אין דער מגילה'ס שפראך איינפלוס פון אראביש, און דאטירט די מגילה צווישן דער 8'טער און דער 10'טער יארהונדערט{{הערה| אריה כשר, "הרקע ההיסטורי לחיבורה של 'מגילת אנטיוכוס'", '''התקופה הסלווקית בארץ־ישראל''', תל אביב תש"ם, זייטן 85—10}}. איתי קגן מערקט אן אז דער נוסח פון דער מגילה אויף וועלכן די חוקרים האבן אלץ געקוקט איז געווען דער תימנ'ער, ווידער דער אייראפעאישן נוסח, וועלכער מ'טרעפט אויך אין דער קאירא גניזה, האט קלארע סימנים פון א סיריש אראמיש, און קיין שום אראבישער איינפלוס{{הערה|איתי קגן, "מגילת אנטיוכוס הארמית: בירורים לשוניים ראשוניים", לשוננו פו (תשפ"ד), זייט 119-145.}}.
== אינהאלט פון די מגילה ==
== אינהאלט פון די מגילה ==
=== ערשטע שלאכט קעגן ניקנור===
=== ערשטע שלאכט קעגן ניקנור===
די מגילה שילדערט דער מאכטפולער גריכישער קעניג אנטיוכוס און זיין שני למלך בגריס, ווי זיי האבן געבויט די שטעט אנטוכיא און באגראס אויף זייער נאמען, און זייערע האס אויף די אידן. אין זיין 23'טע יאר שיקט אנטיוכוס זיין הויפטמאן ניקנור איינצונעמען ירושלים און איינצופירן דאָרט זיין אייגענע אָרדענונג. ער טוט אזוי, און שטעלט אוועק אין בית המקדש א מזבח צום גריכישן אפגאט, אויף וועלכן מ'האט געקוילעט חזירים.
די מגילה שילדערט דער מאכטפולער גריכישער קעניג אנטיוכוס און זיין שני למלך בגריס, ווי זיי האבן געבויט די שטעט אנטוכיא און באגראס אויף זייער נאמען, און זייערע האס אויף די אידן. אין זיין 23'טע יאר שיקט אנטיוכוס זיין הויפטמאן [[ניקנור]] איינצונעמען ירושלים און איינצופירן דאָרט זיין אייגענע אָרדענונג. ער טוט אזוי, און שטעלט אוועק אין בית המקדש א מזבח צום גריכישן אפגאט, אויף וועלכן מ'האט געקוילעט חזירים.


דאס ברענגט דער ערשטע ווידערשטאנד דורך יוחנן בן מתתיהו כהן גדול. יוחנן האט זיך אריינגעכאפט צו ניקנור דורך שפילן אז ער גיבט זיך איבער צו אים. ער האט דערשטאכן ניקנור'ן צום טויט מיט א קליינעם שווערד וואס ער האט געהאט באהאלטן, און דערנאך ארויס אין מלחמה מיט די יוונים,, הרג'ענדיג 72,000 פון זיי. צוריקקומענדיג האט ער געבויט א זויל, און עס גערופן "מכבי".
דאס ברענגט דער ערשטע ווידערשטאנד דורך [[יוחנן הגדי|יוחנן בן מתתיהו]] כהן גדול. יוחנן האט זיך אריינגעכאפט צו ניקנור דורך שפילן אז ער גיבט זיך איבער צו אים. ער האט דערשטאכן ניקנור'ן צום טויט מיט א קליינעם שווערד וואס ער האט געהאט באהאלטן, און דערנאך ארויס אין מלחמה מיט די יוונים, הרג'ענדיג 72,000 פון זיי. צוריקקומענדיג האט ער געבויט א זויל, און עס גערופן "מכבי".


=== צווייטע שלאכט קעגן בגריס ===
=== צווייטע שלאכט קעגן בגריס ===
בגריס ווערט געשיקט דורך אנטיוכוס אונטערצודריקן די אויפשטאנד, ער נעמט צוריק איין ירושלים, און ער פארבאט שבת, חודש, און מילה.
בגריס ווערט געשיקט דורך אנטיוכוס אונטערצודריקן די אויפשטאנד, ער נעמט צוריק איין ירושלים, און ער פארבאט [[שבת]], חודש, און [[ברית מילה|מילה]].


די מגילה שילדערט עטליכע העראאישע געשיכטעס איבער דעם מסירת נפש פון די אידן אין יענע צייט:
די מגילה שילדערט עטליכע העראאישע געשיכטעס איבער דעם מסירת נפש פון די אידן אין יענע צייט:
*מען פלעגט שטראפן מיט הענגען עלטערן וואס זענען געכאפט געווארן מל'ען זייער קינד. איין פרוי, וועלכע האט גע'מל'עט איר זון, איז ארויף אויף די מויערן פון ירושלים און אויסגערופן "לך נאמר בגרס הרשע, ברית אבותינו לא תחדל ממנו", און זי האט זיך אראפגעווארפן פונעם מויער אינאיינעם מיט איר זון צו זייער טויט.
*מען פלעגט שטראפן מיט הענגען עלטערן וואס זענען געכאפט געווארן מל'ען זייער קינד. איין פרוי, וועלכע האט גע'מל'עט איר זון, איז ארויף אויף די מויערן פון ירושלים און אויסגערופן "לך נאמר בגרס הרשע, ברית אבותינו לא תחדל ממנו", און זי האט זיך אראפגעווארפן פונעם מויער אינאיינעם מיט איר זון צו זייער טויט.
*טויזנט אידן האבן זיך באהאלטן אין א הייל צו היטן שבת, און נאך וואס זיי האבן זיך אנטזאגט פון זיך אונטערגעבן פאר בגריס'ן, האט ער באפוילן אנצוצינדן א פייער ביי דער עפענונג. טויזנטער אידישע מענער, פרויען, און קינדער אומגעקומען פון די פייער און רויך.
*טויזנט אידן האבן זיך באהאלטן אין א הייל צו היטן שבת, און נאך וואס זיי האבן זיך אנטזאגט פון זיך אונטערגעבן פאר בגריס'ן, האט ער באפוילן אנצוצינדן א פייער ביי דער עפענונג. טויזנטער אידישע מענער, פרויען, און קינדער זענען אומגעקומען פון די פייער און רויך.
*אין טייל נוסחאות ווערט געברענגט א דריטע מעשה, איבער א שוועסטער פון די חשמונאים וואס האט איבערצייכט אירע ברידער ארויסצוגיין קעגן די יוונים, ווען די יוונים האבן איר געוואלט נעמען צו בגריס דער נאכט פון איר חתונה.
*אין טייל נוסחאות ווערט געברענגט א דריטע מעשה, איבער [[חנה בת מתתיהו|א שוועסטער]] פון די חשמונאים וואס האט איבערצייכט אירע ברידער ארויסצוגיין קעגן די יוונים, ווען די יוונים האבן איר געוואלט נעמען צו בגריס דער נאכט פון איר חתונה.


די פינף זין פון מתתיהו (וואס האבן געטראגן דעם נאמען "חשמונאים", אדער "מכבים") האבן זיך דאן דערוועקט; זיי האבן צוזאמגעשטעלט גרויסע אידישע מחנות וואס האבן געקעמפט ביז זיי האבן פארטיליגט די גריכישע מיליטער.
די פינף זין פון מתתיהו (וואס האבן געטראגן דעם נאמען "חשמונאים", אדער "מכבים") האבן זיך דאן דערוועקט; זיי האבן צוזאמגעשטעלט גרויסע אידישע מחנות וואס האבן געקעמפט ביז זיי האבן פארטיליגט די גריכישע מיליטער.


=== דריטע שלאכט קעגן בגריס ===
=== דריטע שלאכט קעגן בגריס ===
בגריס מיט זיינע לייט האבן זיך געראטעוועט און אנטלאפן אויף א שיף, און אנטיוכוס האט מחליט געווען צו שיקן א ריזיגער מיליטער קעגן די אידן, אין וועלכן עס האבן טייל גענומען באפאנצערטע עלעפאנטן, און עטליכע מדינות האבן געשטאנען מיט די יוונים קעגן די אידן. זיי נעמען ווידער איין ירושלים, ברעכן אויף דרייצן פרצות אין דער סורג, האקן אפ די וואסער, און צינדן אונטער דעם שטאט.
בגריס מיט זיינע לייט האבן זיך געראטעוועט און אנטלאפן אויף א שיף, און אנטיוכוס האט מחליט געווען צו שיקן א ריזיגער מיליטער קעגן די אידן, אין וועלכן עס האבן טייל גענומען באפאנצערטע עלעפאנטן, און עטליכע מדינות זענען געשטאנען מיט די יוונים קעגן די אידן. זיי נעמען ווידער איין ירושלים, ברעכן אויף דרייצן פרצות אין דער סורג, האקן אפ די וואסער, און צינדן אונטער דעם שטאט.


די פינף זין פון מתתיהו האבן זיך צוזאמגענומען אין מצפה גלעד, געפאסט און געדאוונט, און זייער פאָטער מתתיהו האט זיי אנגעוואונטשן איידער זיי גייען ארויס. אנהייב שלאכט איז יהודה המכבי געפאלן טויט, זייער פאטער איז געקומען אנשטאט אים, און מיט די אנדערע ברידער און געקעמפט און באזיגט זייערע פיינט. אלעזר וועלכע האט פראבירט אומצוברענגען אן עלעפאנט איז גע'הרג'עט געווארן ווערנדיג דערטרונקען אין די געדערים פון א שטארבנדיגער עלעפאנט.
די פינף זין פון מתתיהו האבן זיך צוזאמגענומען אין מצפה גלעד, געפאסט און געדאוונט, און זייער פאָטער מתתיהו האט זיי אנגעוואונטשן איידער זיי גייען ארויס. אנהייב שלאכט איז [[יהודה המכבי]] געפאלן טויט, זייער פאטער איז געקומען אנשטאט אים, און מיט די אנדערע ברידער געקעמפט און באזיגט זייערע פיינט. [[אלעזר המכבי|אלעזר]] וועלכע האט פרובירט אומצוברענגען אן עלעפאנט איז גע'הרג'עט געווארן ווערנדיג דערטרונקען אין די געדערים פון א שטארבנדיגער עלעפאנט.


בגריס דער שני למלך האט מען פארברענט אין פייער, און דער קעניג אנטיוכוס איז אנטלאפן אויף א שיף. אין די תימנ'ער נוסחאות פון דער מגילה שטייט אז האב זיך גענומען דאס לעבן אונטערוועגנס.
בגריס דער שני למלך האט מען פארברענט אין פייער, און דער קעניג אנטיוכוס איז אנטלאפן אויף א שיף. אין די תימנ'ער נוסחאות פון דער מגילה שטייט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן אונטערוועגנס.


די חשמונאים האבן אויסגערייניגט דעם בית המקדש און אנגעצונדן דארט דעם מנורה. זיי האבן געפונען בלויז איין קריגל אויל, בלויז אויף איין טאג, און על פי נס האט דאס קריגעלע געקלעקט אויף גאנצע אכט טאג.
די חשמונאים האבן אויסגערייניגט דעם בית המקדש און אנגעצונדן דארט דעם [[מנורה]]. זיי האבן געפונען בלויז איין קריגל אויל, בלויז אויף איין טאג, און על פי נס האט דאס קריגעלע געקלעקט אויף גאנצע אכט טאג.


פון דעמאלט אן איז בטל געווארן די הערשאפט פון מלכות יון, און עס האט זיך אנגעהויבן די הערשאפט פון דער אידישער דינאסטיע — די חשמונאים. אנגעהאלטן האט די אידישע הערשאפט ביז'ן חורבן, וואס איז פארגעקומען 206 יארשפּעטער.
פון דעמאלט אן איז בטל געווארן די הערשאפט פון מלכות יון, און עס האט זיך אנגעהויבן די הערשאפט פון דער אידישער דינאסטיע — די חשמונאים. אנגעהאלטן האט די אידישע הערשאפט ביז'ן חורבן, וואס איז פארגעקומען 206 יאר שפּעטער.


==דאס שפּראַך פון די מגילה==
==שפּראך און אויסגאבעס פון די מגילה==
די מגילה איז אריגינעל געשריבן געווארן אין אראמיש. חוקרים זאגן אז דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער שטייגער איז געווען צו שרייבן היסטאריע ביכער אין אראמיש. נתן פריד שרייבט אן אנדערע געדאנק, אז די מגילה האט געדינט ווי א תוספתא צו דעם תרגום אויף דער הפטרה. ער ווייזט אן אויף א כתב יד פון דעם תרגום פון דער הפטורה "רני ושמחי" פון שבת חנוכה, וועלכע איז באגלייט מיט א תוספתא אין פארם פון א מגילה איבער נס חנוכה{{הערה|שם=פרידקי|[[#פריד|פריד]], זייט קי}}.
די מגילה איז אריגינעל געשריבן געווארן אין אראמיש. חוקרים זאגן אז דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער שטייגער איז געווען צו שרייבן היסטאריע ביכער אין אראמיש. נתן פריד שרייבט אן אנדערע געדאנק, אז די מגילה האט געדינט ווי א תוספתא צו דעם תרגום אויף דער הפטרה. ער ווייזט אן אויף א כתב יד פון דעם תרגום פון דער הפטורה "רני ושמחי" פון שבת חנוכה, וועלכע איז באגלייט מיט א תוספתא אין פארעם פון א מגילה איבער נס חנוכה{{הערה|שם=פרידקי|[[#פריד|פריד]], זייט קי}}.


רב סעדיה גאון האט איבערגעזעצט די מגילה אויף אראביש און געשריבן דערצו צוויי הקדמות, א לענגערע און א קירצערע, ווי זיין שטייגער אין אנדערע ספרים{{הערה|זע [[#זייבלד|זייבלד]]}}. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך פארשידענע איבערזעצונגען צו דער מגילה אויסער רב סעדיה'ס; ווי אויך אנדערע נוסחאות פון דעם אראמישן אריגינאל{{הערה|מבוא צו '''מגילת בני חשמונאי''', אין '''הליווי בגלות''' לרב סעדיה גאון, הוצאות האוצר, ירושלים, תשע"ט}}. די מגילה איז אויך איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש עטליכע מאל, און ערשיינט אין פארשידענע נוסחאות אין כתבי יד; נישטא כמעט קיין צוויי כתבי יד מיט דעם זעלבן נוסח{{הערה|[[#פריד3|פריד]], תשנ"ג}}. מיט דער צייט איז די מגילה געדרוקט געווארן, און איין באקאנטע נוסח דערפון איז פארשפרייט געווארן, מיט לייכטע שינויים פון דרוק צו דרוק{{הערה|[[#פריד|פריד]] זייט קיז}}. דער מגילה איז אנטהאלטן אין עטליכע כתבי יד פון דעם תנ"ך, און אין סידורים פון פארשידענע קהילות{{הערה|ווי: סידור "בית עובד", ליוורנו, תרכ"ב; סידור "עבודת ישראל", רעדלהיים, תרכ"ח; סידור "אוצר התפילות", ווילנא, תרפ"ח}}.
רב סעדיה גאון האט איבערגעזעצט די מגילה אויף אראביש און געשריבן דערצו צוויי הקדמות, א לענגערע און א קירצערע, ווי זיין שטייגער אין אנדערע ספרים{{הערה|זעט [[#זייבלד|זייבלד]]}}. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך פארשידענע איבערזעצונגען צו דער מגילה אויסער רב סעדיה'ס; ווי אויך אנדערע נוסחאות פון דעם אראמישן אריגינאל{{הערה|מבוא צו '''מגילת בני חשמונאי''', אין '''הליווי בגלות''' לרב סעדיה גאון, הוצאות האוצר, ירושלים, תשע"ט}}. די מגילה איז אויך איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש עטליכע מאל, און ערשיינט אין פארשידענע נוסחאות אין כתבי יד; נישטא כמעט קיין צוויי כתבי יד מיט דעם זעלבן נוסח{{הערה|[[#פריד3|פריד]], תשנ"ג}}. מיט דער צייט איז די מגילה געדרוקט געווארן, און איין באקאנטע נוסח דערפון איז פארשפרייט געווארן, מיט לייכטע שינויים פון דרוק צו דרוק{{הערה|[[#פריד|פריד]] זייט קיז}}. דער מגילה איז אנטהאלטן אין עטליכע כתבי יד פון דעם תנ"ך, און אין פארשידענע סידורים{{הערה|ווי: סידור "בית עובד", ליוורנו, תרכ"ב; סידור "עבודת ישראל", רעדלהיים, תרכ"ח; סידור "אוצר התפילות", ווילנא, תרפ"ח}}.
 
די מגילה איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין ואדי אלחיגארה, שפּאניע אין אראמיש און לשון קודש אין יאר ה'ר"מ{{הערה|{{הספרייה הדיגיטלית|2=מגלת אנטיוכוס: בארמית ובעברית. ר"ם|3=990019304970205171}}; דער העברעאישער טעקסט ווידער-רעדאגירט אין {{צ-זשורנאל|יששכר יואל|מגלת אנטיוכוס, דפוס ראשון|קרית ספר|לז|עמ=132–136|שנת הוצאה=תשכ"ב|קישור=https://bookreader.nli.org.il/NliBookViewer/?ie_pid=IE47209640#page/n0/mode/2up}}}}. די אראמישע טעקסט איז רעדאגירט געווארן דורך צבי הירש פיליפּאָווסקי פון א מאנוסקריפּט אינעם בריטישן מוזעום{{הערה|{{היברובוקס|צבי פיליפאווסקי|מגלת אנטיוכוס|33150|מקום הוצאה=לאנדאן|שנת הוצאה=תרי"א}}, געדרוקט הונטער ספר מבחר הפנינים.}}. יעללינעק האט ארויסגעגעבן א צווייטן מאנוסקריפּט{{הערה|{{היברובוקס|אהרן יעללינעק|בית המדרש|30913|page=38|באנד=ו|שנת הוצאה=תרל"ח|עמ=4–8}}}} און יעקב טאפראווער א דריטע{{הערה|{{צ-זשורנאל|יעקב טאפראווער|מגלת אנטיוכוס|כבוד הלבנון|עמ=17–28|סדרה=שנה י', נומער ד|שנת הוצאה=תרל"ד|קישור=https://www.nli.org.il/he/newspapers/hlb/1873/09/10/01/page/25}}}}. די פולקאמסטע אויסגאבע איז די פון מ. גאסטער, וואס איז באזירט אויף זעקס מאנוסקריפּטן{{הערה|[https://www.google.com/books/edition/Transactions_of_the_Ninth_International/0RTgAAAAMAAJ?hl=en&gbpv=1&pg=PA17&printsec=frontcover Transactions of the Ninth International Congress of Orientalists, 2 (1893), 17—27]|כיוון=שמאל}}; ש.א. ווערטהיימער האט ארויסגעגעבן נאך א מאנוסקריפּט אין "לקט מדרשים"{{הערה|{{היברובוקס|שלמה אהרן ווערטהיימער|לקט מדרשים|32899|page=42|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תרס"ג|עמ=יג, ב – יח, א}}}}; א פאקסימילע אויסגאבע פון ​​אן אייראפעישער ווערסיע{{הערה|​​L. Nemoy, ''The Scroll of Antiochus: Facsimile of Codex Hebrew +51 in the Yale University Library''. New Haven, 1952; {{כתיב|Yale University Library, Ms. Hebrew +51|990001897910205171|יאנאווע, איטאליע ה'שי"ט}}}}; א קריטישע אויסגאבע, באזירט אויף תימנ'ער טעקסטן צוגעשטעלט מיט ניקוד העכער די שורות{{הערה|מ.צ. קדרי, "מגילת אנטיוכוס הארמית", בר-אילן, ספר השנה, א (תשכ"ג), 81–105; בר-אילן, ספר השנה, יא (תשכ"ד), 178–214}}. די ווערסיע פון ​​[[יהודה דוד אייזענשטיין|י.ד. אייזנשטיין]]{{הערה|אין [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=2603#p=203 אוצר מדרשים (תרע"ה), 185–189] ([https://www.sefaria.org/Otzar_Midrashim%2C_Chanukah%2C_Megilat_Antiochus%2C_Called_%22The_Greek_Scroll%22?lang=he טעקסט])}} איז אן אומגעענדערטע איבערדרוק פונעם טעקסט פון סלוצקי (ווארשע תרכ"ג). די מגילה איז איבערגעזעצט געווארן אויך אויף לאטייניש, דייטש, שפּאניש, פּערסיש, אונגאריש, ענגליש און אידיש.


== ליינען שבת חנוכה ==
== ליינען שבת חנוכה ==
עס איז געווען איינגעפירט אין פילע קהילות צו ליינען די מגילה שבת חנוכה. עס איז מעגליך אז טייל פלעגן עס ליינען מיט א ברכה בשם ומלכות, וויבאלד דער רי"ד האט געדארפט ארויסשרייבן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה דערויף{{הערה|תוספות רי"ד, סוכה דף מד עמוד ב; שבלי הלקט שבולת קעד}}.
עס איז געווען איינגעפירט אין פילע קהילות צו ליינען די מגילה [[שבת חנוכה]]. עס איז מעגליך אז טייל פלעגן עס ליינען מיט א ברכה בשם ומלכות, וויבאלד דער רי"ד האט געדארפט ארויסשרייבן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה דערויף{{הערה|{{היברובוקס||תוספות רי"ד|37893|סוכה דף מד עמוד ב|page=66}}; {{היברובוקס||שבלי הלקט|8919|שבולת קעד|page=180}}}}.


אין [[תימן]] איז געווען דער מנהג עס ליינען שבת חנוכה פאר מנחה. מ'האט עס געליינט אזוי ווי א קריאה, ווען זיי פלעגן ליינען א פסוק פון דער מגילה אין אראמיש, און דערנאך דער תפסיר פון רב סעדיה גאון אויפ'ן פסוק. אין שפעטערע כתבי יד פון דעם תימנ'ער תכלאל האבן זיי אריינגעשטעלט אויך די איבערזעצונג אויף לשון הקודש, און זיי האבן געליינט א פסוק לשון קודש, אראמיש, און דערנאך דער תספיר. רבי יצחק רצאבי שרייבט אז דאס איז געקומען פון א טעות פון די וואס האבן פארשטאנען אז די מגילה איז א תרגום פאר דעם לשון קודש, און נישט פארקערט{{הערה|[[#רצאבי|רצאבי]] זייט מט}}.
אין [[תימן]] איז געווען דער מנהג עס ליינען שבת חנוכה פאר מנחה. מ'האט עס געליינט אזוי ווי א קריאה, ווען זיי פלעגן ליינען א פסוק פון דער מגילה אין אראמיש, און דערנאך דער "תפסיר" (אראבישער איבערזעצונג) פון רב סעדיה גאון אויפ'ן פסוק. אין שפעטערע כתבי יד פון דעם תימנ'ער תכלאל האבן זיי אריינגעשטעלט אויך די איבערזעצונג אויף לשון הקודש, און זיי האבן געליינט א פסוק לשון קודש, אראמיש, און דערנאך דער תפסיר. רבי יצחק רצאבי שרייבט אז דאס איז געקומען פון א טעות פון די וואס האבן פארשטאנען אז דער אראמישע נוסח איז א תרגום אויף דעם לשון קודש, און נישט פארקערט{{הערה|[[#רצאבי|רצאבי]] זייט מט}}.


מ'טרעפט דעם מנהג פון ליינען די מגילה אין די מנהגים פון [[גרדאייא]], [[אלזשיר]], און פון די קרימטשאקעס{{הערה|[[#פריד|פריד]], זייט 17-21}}. נתן פריד ווייזט אן אז עס איז מעגליך אז אויך אין אשכנז און אין פראנקרייך האט מען עס אמאל געליינט חנוכה, וויבאלד דער מגילה איז געטראפן געווארן אין אן אשכנזישער מגילה פון הפטורות{{הערה|[[#פריד|פריד]], זייט 18}}.
מ'טרעפט דעם מנהג פון ליינען די מגילה אין די מנהגים פון [[גרדאייא]], [[אלזשיר]], און פון די קרימטשאקעס{{הערה|[[#פריד|פריד]], זייט 17-21}}. נתן פריד ווייזט אן אז עס איז מעגליך אז אויך אין אשכנז און אין פראנקרייך האט מען עס אמאל געליינט חנוכה, וויבאלד דער מגילה איז געטראפן געווארן אין אן אשכנזישער מגילה פון הפטורות{{הערה|[[#פריד|פריד]], זייט 18}}.


די מגילה איז געווען היבש פארשפרייט ביי אידן, אזוי אז אין דער הקדמה צו זיין 'ספר מעשיות', פארשפּרעכט [[רב ניסים גאון]] פון קירואן צו דערציילן די גאנצע היסטאריע פון די אידן, "אויסער וואס איז אין דער מגילת אסתר און מגילת חשמונאי (ווארשיינליך די מגילת אנטיכוס) און די 24 ספרים [פון תנ"ך]"{{הערה|1={{היברובוקס|רבי נסים מקירואן|ספר מעשיות: והוא חבור יפה מהישועה|38609|page=4|מקום הוצאה=ווארשע|שנת הוצאה=תקצ"ז|עמ=דף ב, ב}};}}.
די מגילה איז געווען היבש פארשפרייט ביי אידן, אזוי אז אין דער הקדמה צו זיין 'ספר מעשיות', פארשפּרעכט [[רב ניסים גאון]] פון קירואן צו דערציילן די גאנצע היסטאריע פון די אידן, "אויסער וואס איז אין דער מגילת אסתר און מגילת חשמונאי (ווארשיינליך די מגילת אנטיכוס) און די 24 ספרים [פון תנ"ך]"{{הערה|1={{היברובוקס|רבי נסים מקירואן|ספר מעשיות: והוא חבור יפה מהישועה|38609|page=4|מקום הוצאה=ווארשע|שנת הוצאה=תקצ"ז|עמ=דף ב, ב}};}}.
== היסטאריטעט ==
== היסטאריטעט ==
די געשיכטע פון חנוכה אין די מגילה ווערט געשילדערט אנדערש ווי וואס עס ווערט באשריבן אין ספר מקבים א' און ב', אדער אין די ספרים פון יוסף בן מתתיהו און יוסיפון{{הערה|[[#פריד|פריד]], זייט קט}}. לויט די מגילה איז יהודה אומגעקומען איידער נס חנוכה{{הערה|פסוק נו}}, און בחייו פון זיין פאטער מתתיהו{{הערה|פסוק ס}}; ווידעראום לויט די אנדערע מקורות איז ער אומגעקומען דורכאויס א מלחמה וואס איז פארגעקומען יארן נאך נס חנוכה{{הערה|{{מקבים|א|ט}}.}}, און מתתיהו איז גאר נפטר געווארן איידער נס חנוכה{{הערה|{{מקבים|א|ב}}.}}. לויט די מגילה איז ניקנור גע'הרג'עט געווארן אין דער ערשטער שלאכט פון די חשמנואים, אבער לויט אנדערע מקורות איז ניקנור געפאלן איז מלחמות נאך נס חנוכה{{הערה|שם=מקבאז|{{מקבים|א|ז}}.}}. לויט די מגילה זענען די שלאכטן איידער נס חנוכה געווען קעגן בגריס, אבער לויט אנדערע מקורות איז בגריס (באקכידעס) אריין אין בילד אין די נאכפאלגנדע געשעענישן{{הערה|שם=מקבאז}}.
די געשיכטע פון חנוכה אין די מגילה ווערט געשילדערט אנדערש ווי וואס עס ווערט באשריבן אין [[ספר מקבים א']] און [[ספר מקבים ב'|ב']], אדער אין די ספרים פון [[יוסף בן מתתיהו]] און [[יוסיפון]]{{הערה|[[#פריד|פריד]], זייט קט}}. לויט די מגילה איז יהודה אומגעקומען איידער נס חנוכה{{הערה|פסוק נו}}, און בחייו פון זיין פאטער מתתיהו{{הערה|פסוק ס}}; ווידעראום לויט די אנדערע מקורות איז ער אומגעקומען דורכאויס א מלחמה וואס איז פארגעקומען יארן נאך נס חנוכה{{הערה|{{מקבים|א|ט}}.}}, און מתתיהו איז גאר נפטר געווארן איידער נס חנוכה{{הערה|{{מקבים|א|ב}}.}}. לויט די מגילה איז ניקנור גע'הרג'עט געווארן אין דער ערשטער שלאכט פון די חשמנואים, אבער לויט אנדערע מקורות איז ניקנור געפאלן אין מלחמות נאך נס חנוכה{{הערה|שם=מקבאז|{{מקבים|א|ז}}.}}. לויט די מגילה זענען די שלאכטן איידער נס חנוכה געווען קעגן בגריס, אבער לויט אנדערע מקורות איז בגריס (באקכידעס) אריין אין בילד אין די נאכפאלגנדע געשעענישן{{הערה|שם=מקבאז}}.


נתן פריד ווייזט אן אויף געוויסע פרטים וואס לויט אים איז די ווערסיע פון די מגילה ריכטיגער ווי וואס ווערט געברענגט אין אנדערע מקורות, וועלכע האבן פרובירט אויסצובעסערן די מעשה. צום ביישפיל, דאס וואס שטייט אין דער מגילה אז אלעזר האט זיך דערטרונקען אין די געדערים פון אן עלעפאנט, האט אויסגעזען צו מיאוס פאר די היסטאריקער, וועלכע האבן דערפאר געשריבן אז ער איז צעדריקט געווארן פון דעם עלעפאנט. אזוי אויך האב די היסטאריקער אויסגעלאזט דאס וואס שטייט אינעם תימנ'ער נוסח, אז אנטיוכוס איז באגאנגען זעלבסטמארד{{הערה|שם=פרידקי}}.
נתן פריד ווייזט אן אויף געוויסע פרטים וואס לויט אים איז די ווערסיע פון די מגילה ריכטיגער ווי וואס ווערט געברענגט אין אנדערע מקורות, וועלכע האבן פרובירט אויסצובעסערן די מעשה. צום ביישפיל, דאס וואס שטייט אין דער מגילה אז אלעזר האט זיך דערטרונקען אין די געדערים פון אן עלעפאנט, האט אויסגעזען צו מיאוס פאר די היסטאריקער, וועלכע האבן דערפאר געשריבן אז ער איז צעדריקט געווארן פון דעם עלעפאנט. אזוי אויך האבן די היסטאריקער אויסגעלאזט דאס וואס שטייט אינעם תימנ'ער נוסח, אז אנטיוכוס איז באגאנגען זעלבסטמארד{{הערה|שם=פרידקי}}.


מאיר למברסקי איז זיין ספר "על התשועות" נעמט אן אז דער אנטיוכוס פון דער מגילה איז אנטיוכוס אייפאטאר, א זון פון אנטיוכוס עפיפאנעס איבער וועמען די אנדערע מקורות רעדן{{הערה|{{אוצר החכמה|מאיר למברסקי|על התשועות|181698|ירושלים, תשס"ו, זייט ה|page=10}}}}. אזוי דערציילט ער אלעס וואס ווערט געברענגט אין ספרי מקבים אין די תקופה פון אנטיוכוס עפיפאנעס, און אלעס פון די מגילה ביי די תקופה פון אנטיוכוס אייפאטאר.
מאיר למברסקי איז זיין ספר "על התשועות" נעמט אן אז דער אנטיוכוס פון דער מגילה איז אנטיוכוס אייפאטאר, א זון פון אנטיוכוס עפיפאנעס איבער וועמען די אנדערע מקורות רעדן{{הערה|{{אוצר החכמה|מאיר למברסקי|על התשועות|181698|ירושלים, תשס"ו, זייט ה|page=10}}}}. אזוי דערציילט ער אלעס וואס ווערט געברענגט אין ספרי מקבים אין די תקופה פון אנטיוכוס עפיפאנעס, און אלעס פון די מגילה ביי די תקופה פון אנטיוכוס אייפאטאר.
שורה 66: שורה 70:
==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==
*{{היברובוקס|אברהם אליהו הרכבי|זכרון לראשונים וגם לאחרונים|32264|page=204|באנד=ה|שנת הוצאה=תרנ"ב|עמ=205–209}}
*{{היברובוקס|אברהם אליהו הרכבי|זכרון לראשונים וגם לאחרונים|32264|page=204|באנד=ה|שנת הוצאה=תרנ"ב|עמ=205–209}}
*{{אנקער|פריד2|{{אוצר החכמה|נתן פריד|ארשת|180381|שנת הוצאה=תשכ"ו|זייט 166–174|כותרת=עניינות מגילת אנטיוכוס|כרך=ד}}}}
*{{אנקער|פריד|{{אוצר החכמה|נתן פריד|סיני|16163|ירושלים, תשכ"ט, זייט צז-קמ|page=101|כותרת=נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס|כרך=סד}}}}
*{{אנקער|פריד|{{אוצר החכמה|נתן פריד|סיני|16163|ירושלים, תשכ"ט, זייט צז-קמ|page=101|כותרת=נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס|כרך=סד}}}}
*{{אנקער|פריד2|{{אוצר החכמה|נתן פריד|ארשת|180381|זייט 166–174|כותרת=עניינות מגילת אנטיוכוס|כרך=ד}}}}
*{{היברובוקס|נתן פריד|קובץ בית אהרן וישראל|13066|page=111|קעפל=מגלת אנטיוכוס מורחבת|באנד=לח|שנת הוצאה=תשנ"ב כסלו-טבת|עמ=קיא–קכא}}
*{{אנקער|פריד3|{{אוצר החכמה|נתן פריד|צפונות|106581|בני ברק, תשנ"ג, זייטן סה-עד|page=65|כותרת=נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס|כרך=יז}}.}}
*{{אנקער|פריד3|{{היברובוקס|נתן פריד|צפונות|26486|בני ברק, תשנ"ג, זייטן סה–עד|page=63|כותרת=נוסח עברי חדש של מגלת אנטיוכוס|כרך=יז}}.}}
*{{אנקער|זייבלד|{{אקדמיה|יהוזה זייבלד|חלקו של רס"ג בעריכת מגילת אנטיוכוס וההדרה של הקדמתו|35121818|חצי גבורים|י, ניסן תשע"ז}}}}
*{{אנקער|זייבלד|{{אקדמיה|יהוזה זייבלד|חלקו של רס"ג בעריכת מגילת אנטיוכוס וההדרה של הקדמתו|35121818|חצי גבורים|י, ניסן תשע"ז}}}}
*{{אנקער|רצאבי|{{אוצר החכמה|רבי יצחק רצאבי|שמן למאור|613296|בני ברק, תשמ"ב}}}}
*{{אנקער|רצאבי|{{אוצר החכמה|רבי יצחק רצאבי|שמן למאור|613296|בני ברק, תשמ"ב}}}}
*{{היברובוקס|מנשה כהן|לקט החנוכה|47297|page=279|שנת הוצאה=תש"ע|עמ=רנ–רנז}}


==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
*{{צ-בוך|נאמען=מגלת מתתיהו|מתרגם=יששכר דוב פרענק|מקום הוצאה=פרעשבורג|שנת הוצאה=תרכ"א|קישור=https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=nnc1.cu59002549&seq=1}}, מיט אידיש איבערזעצונג
*{{צ-בוך|נאמען=מגלת מתתיהו|מתרגם=יששכר דוב פרענק|מקום הוצאה=פרעשבורג|שנת הוצאה=תרכ"א|קישור=https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=nnc1.cu59002549&seq=1}}, מיט אידיש איבערזעצונג
* {{היברובוקס|יום טוב לוינסקי|ספר המועדים|41740|page=131|באנד=ה|שנת הוצאה=תשכ"א|עמ=116–122}} – מגילת אנטיוכוס, אראמיש און לשון קודש'ער איבערזעצונג לויט סלוצקי
*{{היברובוקס|משה וועלץ|מגלת מתתיהו|38870|מקום הוצאה=בודאפעסט|שנת הוצאה=תרצ"ו|מיט אונגארישער איבערזעצונג}}
* {{לינק|שרייבער=|קעפל=הידעת מהי מגילת בני חשמונאי? מאת ר' אביעד ב"ר שלום יצ"ו אשואל - כולל נעימת מגילת בני חשמונאי (מגילת אנטיוכס) מפי מארי סאלם כהן בן סלימאן זצ"ל|זייטל=אתר מסורת|דאטום=דעצעמבער 11, 2020|אדרעס=https://www.masoret.co/הידעת-מהי-מגילת-בני-חשמונאי-מאת-ר-אביע/}}
* {{לינק|שרייבער=|קעפל=הידעת מהי מגילת בני חשמונאי? מאת ר' אביעד ב"ר שלום יצ"ו אשואל - כולל נעימת מגילת בני חשמונאי (מגילת אנטיוכס) מפי מארי סאלם כהן בן סלימאן זצ"ל|זייטל=אתר מסורת|דאטום=דעצעמבער 11, 2020|אדרעס=https://www.masoret.co/הידעת-מהי-מגילת-בני-חשמונאי-מאת-ר-אביע/}}


שורה 80: שורה 88:


{{חנוכה}}
{{חנוכה}}
[[HE:מגילת אנטיוכוס]]


[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
שורה 87: שורה 94:
[[קאַטעגאָריע:ווערק פון אומבאקאנטע פארפאסער]]
[[קאַטעגאָריע:ווערק פון אומבאקאנטע פארפאסער]]
[[קאַטעגאָריע:מדרשי אגדה]]
[[קאַטעגאָריע:מדרשי אגדה]]
[[קאַטעגאָריע:מגילות]]
[[קאַטעגאָריע:מגילות|אנטיוכוס]]
[[HE:מגילת אנטיוכוס]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 03:30, 13 מערץ 2025

מגילת אנטיוכוס
לעצטע טייל פון דער אראמישער מגילת אנטיכוס, מיט אן אראבישע איבערזעצונג, און בבלי'שע ניקוד (העכער די שורות), פון אן אלטן תימנ'ער סידור
לעצטע טייל פון דער אראמישער מגילת אנטיכוס, מיט אן אראבישע איבערזעצונג, און בבלי'שע ניקוד (העכער די שורות), פון אן אלטן תימנ'ער סידור
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך נישט באוואוסט
שפת המקור אראמיש

מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוּס (אויך גערופן מגילת בני חשמונאי)[1] איז א פאפולערע קורצע שילדערונג פון די מלחמות פון די חשמונאים און פון דעם נס חנוכה. די מגילה איז איבערגעגעבן געווארן אין עטליכע אראמישע ווערסיעס, און איז איבערגעזעצט געווארן צו לשון קודש מערערע מאל. רב סעדיה גאון איז מייחס די מגילה צו די חשמונאים זעלבסט, אבער חוקרים נעמען אן אז עס שטאמט ווארשיינליך פון שפעטער, ארום דער תקופה פון די סבוראים.

דער מגילה איז דער איינציגער פארבליבענער חיבור פון חז"ל וואס איז געצילט צו שילדערן בלויז די געשעענישן פון נס חנוכה. כאטש וואס עס איז נישט א טייל פון תנ"ך, זענען געווען קהילות וואו מען פלעגט עס ליינען חנוכה, ענליך צו מגילת אסתר אום פורים.

מחבר פון די מגילה

רב סעדיה גאון אין הקדמה צו זיין 'ספר הגלוי' שרייבט אז די פינף זין פון מתתיהו האבן געשריבן די מגילה, ער רופט עס "כתאב בני חשמונאי" (ספר בני חשמונאי), און ציטירט דערפון א פסוק וואס געפינט זיך אין דער היינטיגער ווערסיע[2]. פארהאן וואס לערנען אריין אין רב סעדיה גאונ'ס ווערטער אז ער איז דער וואס האט עס דער ערשטער אראפגעשריבן, באזירט אויף מסורות וואס ער האט מקבל געווען בעל פה פון די צייטן פון די חשמונאים[3].

אין די דרוקן פון ספר הלכות גדולות (בה"ג) שטייט אז "זקני בית שמאי ובית הלל הן כתבו מגילת בית חשמונאי, ועד עכשו לא עלה לדורות עד שיעמוד כהן לאורים ותומים", און עס באציט זיך ווארשיינליך צו דער מגילה. אבער אין די כתבי יד איז דער נוסח "מגילת תענית", און נישט מגילת חשמונאי[4]. אויך אינעם געדרוקטן נוסח זענען פארהאן וואס לערנען אריין אז עס באציט זיך צו מגילת תענית, וואס איז די טעמע פון יענע קאפיטל אין דעם בה"ג[5].

מנחם צבי קדרי האט אנאליזירט דאס ארמיש פון דער מגילה, און איז געקומען צו דער מסקנא אז עס איז געשריבן געווארן ארום דער צווייטער יארהונדערט[6]. אנדערע שלאגן אפ דעם דאטום, בעיקר באזירט אויף היסטארישע פאקטארן. אריה כשר לייגט צו דערצו אז עס איז קענטיג אין דער מגילה'ס שפראך איינפלוס פון אראביש, און דאטירט די מגילה צווישן דער 8'טער און דער 10'טער יארהונדערט[7]. איתי קגן מערקט אן אז דער נוסח פון דער מגילה אויף וועלכן די חוקרים האבן אלץ געקוקט איז געווען דער תימנ'ער, ווידער דער אייראפעאישן נוסח, וועלכער מ'טרעפט אויך אין דער קאירא גניזה, האט קלארע סימנים פון א סיריש אראמיש, און קיין שום אראבישער איינפלוס[8].

אינהאלט פון די מגילה

ערשטע שלאכט קעגן ניקנור

די מגילה שילדערט דער מאכטפולער גריכישער קעניג אנטיוכוס און זיין שני למלך בגריס, ווי זיי האבן געבויט די שטעט אנטוכיא און באגראס אויף זייער נאמען, און זייערע האס אויף די אידן. אין זיין 23'טע יאר שיקט אנטיוכוס זיין הויפטמאן ניקנור איינצונעמען ירושלים און איינצופירן דאָרט זיין אייגענע אָרדענונג. ער טוט אזוי, און שטעלט אוועק אין בית המקדש א מזבח צום גריכישן אפגאט, אויף וועלכן מ'האט געקוילעט חזירים.

דאס ברענגט דער ערשטע ווידערשטאנד דורך יוחנן בן מתתיהו כהן גדול. יוחנן האט זיך אריינגעכאפט צו ניקנור דורך שפילן אז ער גיבט זיך איבער צו אים. ער האט דערשטאכן ניקנור'ן צום טויט מיט א קליינעם שווערד וואס ער האט געהאט באהאלטן, און דערנאך ארויס אין מלחמה מיט די יוונים, הרג'ענדיג 72,000 פון זיי. צוריקקומענדיג האט ער געבויט א זויל, און עס גערופן "מכבי".

צווייטע שלאכט קעגן בגריס

בגריס ווערט געשיקט דורך אנטיוכוס אונטערצודריקן די אויפשטאנד, ער נעמט צוריק איין ירושלים, און ער פארבאט שבת, חודש, און מילה.

די מגילה שילדערט עטליכע העראאישע געשיכטעס איבער דעם מסירת נפש פון די אידן אין יענע צייט:

  • מען פלעגט שטראפן מיט הענגען עלטערן וואס זענען געכאפט געווארן מל'ען זייער קינד. איין פרוי, וועלכע האט גע'מל'עט איר זון, איז ארויף אויף די מויערן פון ירושלים און אויסגערופן "לך נאמר בגרס הרשע, ברית אבותינו לא תחדל ממנו", און זי האט זיך אראפגעווארפן פונעם מויער אינאיינעם מיט איר זון צו זייער טויט.
  • טויזנט אידן האבן זיך באהאלטן אין א הייל צו היטן שבת, און נאך וואס זיי האבן זיך אנטזאגט פון זיך אונטערגעבן פאר בגריס'ן, האט ער באפוילן אנצוצינדן א פייער ביי דער עפענונג. טויזנטער אידישע מענער, פרויען, און קינדער זענען אומגעקומען פון די פייער און רויך.
  • אין טייל נוסחאות ווערט געברענגט א דריטע מעשה, איבער א שוועסטער פון די חשמונאים וואס האט איבערצייכט אירע ברידער ארויסצוגיין קעגן די יוונים, ווען די יוונים האבן איר געוואלט נעמען צו בגריס דער נאכט פון איר חתונה.

די פינף זין פון מתתיהו (וואס האבן געטראגן דעם נאמען "חשמונאים", אדער "מכבים") האבן זיך דאן דערוועקט; זיי האבן צוזאמגעשטעלט גרויסע אידישע מחנות וואס האבן געקעמפט ביז זיי האבן פארטיליגט די גריכישע מיליטער.

דריטע שלאכט קעגן בגריס

בגריס מיט זיינע לייט האבן זיך געראטעוועט און אנטלאפן אויף א שיף, און אנטיוכוס האט מחליט געווען צו שיקן א ריזיגער מיליטער קעגן די אידן, אין וועלכן עס האבן טייל גענומען באפאנצערטע עלעפאנטן, און עטליכע מדינות זענען געשטאנען מיט די יוונים קעגן די אידן. זיי נעמען ווידער איין ירושלים, ברעכן אויף דרייצן פרצות אין דער סורג, האקן אפ די וואסער, און צינדן אונטער דעם שטאט.

די פינף זין פון מתתיהו האבן זיך צוזאמגענומען אין מצפה גלעד, געפאסט און געדאוונט, און זייער פאָטער מתתיהו האט זיי אנגעוואונטשן איידער זיי גייען ארויס. אנהייב שלאכט איז יהודה המכבי געפאלן טויט, זייער פאטער איז געקומען אנשטאט אים, און מיט די אנדערע ברידער געקעמפט און באזיגט זייערע פיינט. אלעזר וועלכע האט פרובירט אומצוברענגען אן עלעפאנט איז גע'הרג'עט געווארן ווערנדיג דערטרונקען אין די געדערים פון א שטארבנדיגער עלעפאנט.

בגריס דער שני למלך האט מען פארברענט אין פייער, און דער קעניג אנטיוכוס איז אנטלאפן אויף א שיף. אין די תימנ'ער נוסחאות פון דער מגילה שטייט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן אונטערוועגנס.

די חשמונאים האבן אויסגערייניגט דעם בית המקדש און אנגעצונדן דארט דעם מנורה. זיי האבן געפונען בלויז איין קריגל אויל, בלויז אויף איין טאג, און על פי נס האט דאס קריגעלע געקלעקט אויף גאנצע אכט טאג.

פון דעמאלט אן איז בטל געווארן די הערשאפט פון מלכות יון, און עס האט זיך אנגעהויבן די הערשאפט פון דער אידישער דינאסטיע — די חשמונאים. אנגעהאלטן האט די אידישע הערשאפט ביז'ן חורבן, וואס איז פארגעקומען 206 יאר שפּעטער.

שפּראך און אויסגאבעס פון די מגילה

די מגילה איז אריגינעל געשריבן געווארן אין אראמיש. חוקרים זאגן אז דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער שטייגער איז געווען צו שרייבן היסטאריע ביכער אין אראמיש. נתן פריד שרייבט אן אנדערע געדאנק, אז די מגילה האט געדינט ווי א תוספתא צו דעם תרגום אויף דער הפטרה. ער ווייזט אן אויף א כתב יד פון דעם תרגום פון דער הפטורה "רני ושמחי" פון שבת חנוכה, וועלכע איז באגלייט מיט א תוספתא אין פארעם פון א מגילה איבער נס חנוכה[9].

רב סעדיה גאון האט איבערגעזעצט די מגילה אויף אראביש און געשריבן דערצו צוויי הקדמות, א לענגערע און א קירצערע, ווי זיין שטייגער אין אנדערע ספרים[10]. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך פארשידענע איבערזעצונגען צו דער מגילה אויסער רב סעדיה'ס; ווי אויך אנדערע נוסחאות פון דעם אראמישן אריגינאל[11]. די מגילה איז אויך איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש עטליכע מאל, און ערשיינט אין פארשידענע נוסחאות אין כתבי יד; נישטא כמעט קיין צוויי כתבי יד מיט דעם זעלבן נוסח[12]. מיט דער צייט איז די מגילה געדרוקט געווארן, און איין באקאנטע נוסח דערפון איז פארשפרייט געווארן, מיט לייכטע שינויים פון דרוק צו דרוק[13]. דער מגילה איז אנטהאלטן אין עטליכע כתבי יד פון דעם תנ"ך, און אין פארשידענע סידורים[14].

די מגילה איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין ואדי אלחיגארה, שפּאניע אין אראמיש און לשון קודש אין יאר ה'ר"מ[15]. די אראמישע טעקסט איז רעדאגירט געווארן דורך צבי הירש פיליפּאָווסקי פון א מאנוסקריפּט אינעם בריטישן מוזעום[16]. יעללינעק האט ארויסגעגעבן א צווייטן מאנוסקריפּט[17] און יעקב טאפראווער א דריטע[18]. די פולקאמסטע אויסגאבע איז די פון מ. גאסטער, וואס איז באזירט אויף זעקס מאנוסקריפּטן[19]; ש.א. ווערטהיימער האט ארויסגעגעבן נאך א מאנוסקריפּט אין "לקט מדרשים"[20]; א פאקסימילע אויסגאבע פון ​​אן אייראפעישער ווערסיע[21]; א קריטישע אויסגאבע, באזירט אויף תימנ'ער טעקסטן צוגעשטעלט מיט ניקוד העכער די שורות[22]. די ווערסיע פון ​​י.ד. אייזנשטיין[23] איז אן אומגעענדערטע איבערדרוק פונעם טעקסט פון סלוצקי (ווארשע תרכ"ג). די מגילה איז איבערגעזעצט געווארן אויך אויף לאטייניש, דייטש, שפּאניש, פּערסיש, אונגאריש, ענגליש און אידיש.

ליינען שבת חנוכה

עס איז געווען איינגעפירט אין פילע קהילות צו ליינען די מגילה שבת חנוכה. עס איז מעגליך אז טייל פלעגן עס ליינען מיט א ברכה בשם ומלכות, וויבאלד דער רי"ד האט געדארפט ארויסשרייבן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה דערויף[24].

אין תימן איז געווען דער מנהג עס ליינען שבת חנוכה פאר מנחה. מ'האט עס געליינט אזוי ווי א קריאה, ווען זיי פלעגן ליינען א פסוק פון דער מגילה אין אראמיש, און דערנאך דער "תפסיר" (אראבישער איבערזעצונג) פון רב סעדיה גאון אויפ'ן פסוק. אין שפעטערע כתבי יד פון דעם תימנ'ער תכלאל האבן זיי אריינגעשטעלט אויך די איבערזעצונג אויף לשון הקודש, און זיי האבן געליינט א פסוק לשון קודש, אראמיש, און דערנאך דער תפסיר. רבי יצחק רצאבי שרייבט אז דאס איז געקומען פון א טעות פון די וואס האבן פארשטאנען אז דער אראמישע נוסח איז א תרגום אויף דעם לשון קודש, און נישט פארקערט[25].

מ'טרעפט דעם מנהג פון ליינען די מגילה אין די מנהגים פון גרדאייא, אלזשיר, און פון די קרימטשאקעס[26]. נתן פריד ווייזט אן אז עס איז מעגליך אז אויך אין אשכנז און אין פראנקרייך האט מען עס אמאל געליינט חנוכה, וויבאלד דער מגילה איז געטראפן געווארן אין אן אשכנזישער מגילה פון הפטורות[27].

די מגילה איז געווען היבש פארשפרייט ביי אידן, אזוי אז אין דער הקדמה צו זיין 'ספר מעשיות', פארשפּרעכט רב ניסים גאון פון קירואן צו דערציילן די גאנצע היסטאריע פון די אידן, "אויסער וואס איז אין דער מגילת אסתר און מגילת חשמונאי (ווארשיינליך די מגילת אנטיכוס) און די 24 ספרים [פון תנ"ך]"[28].

היסטאריטעט

די געשיכטע פון חנוכה אין די מגילה ווערט געשילדערט אנדערש ווי וואס עס ווערט באשריבן אין ספר מקבים א' און ב', אדער אין די ספרים פון יוסף בן מתתיהו און יוסיפון[29]. לויט די מגילה איז יהודה אומגעקומען איידער נס חנוכה[30], און בחייו פון זיין פאטער מתתיהו[31]; ווידעראום לויט די אנדערע מקורות איז ער אומגעקומען דורכאויס א מלחמה וואס איז פארגעקומען יארן נאך נס חנוכה[32], און מתתיהו איז גאר נפטר געווארן איידער נס חנוכה[33]. לויט די מגילה איז ניקנור גע'הרג'עט געווארן אין דער ערשטער שלאכט פון די חשמנואים, אבער לויט אנדערע מקורות איז ניקנור געפאלן אין מלחמות נאך נס חנוכה[34]. לויט די מגילה זענען די שלאכטן איידער נס חנוכה געווען קעגן בגריס, אבער לויט אנדערע מקורות איז בגריס (באקכידעס) אריין אין בילד אין די נאכפאלגנדע געשעענישן[34].

נתן פריד ווייזט אן אויף געוויסע פרטים וואס לויט אים איז די ווערסיע פון די מגילה ריכטיגער ווי וואס ווערט געברענגט אין אנדערע מקורות, וועלכע האבן פרובירט אויסצובעסערן די מעשה. צום ביישפיל, דאס וואס שטייט אין דער מגילה אז אלעזר האט זיך דערטרונקען אין די געדערים פון אן עלעפאנט, האט אויסגעזען צו מיאוס פאר די היסטאריקער, וועלכע האבן דערפאר געשריבן אז ער איז צעדריקט געווארן פון דעם עלעפאנט. אזוי אויך האבן די היסטאריקער אויסגעלאזט דאס וואס שטייט אינעם תימנ'ער נוסח, אז אנטיוכוס איז באגאנגען זעלבסטמארד[9].

מאיר למברסקי איז זיין ספר "על התשועות" נעמט אן אז דער אנטיוכוס פון דער מגילה איז אנטיוכוס אייפאטאר, א זון פון אנטיוכוס עפיפאנעס איבער וועמען די אנדערע מקורות רעדן[35]. אזוי דערציילט ער אלעס וואס ווערט געברענגט אין ספרי מקבים אין די תקופה פון אנטיוכוס עפיפאנעס, און אלעס פון די מגילה ביי די תקופה פון אנטיוכוס אייפאטאר.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אנדערע נעמען גענוצט געווארן דורך איינצלנע זענען "מגלה יונית" (סידורים "עבודת ישראל" און "אוצר התפילות") און "מגלת מתתיהו".
  2. רב סעדיה גאון, ספר הגלוי, פארעפנטליכט און איבערגעזעצט דורך אברהם אליהו הרכבי, אין "זיכרון לראשונים", מחברת חמישית, חוברת ראשונה: "השריד והפליט מספר האגרון וספר הגלוי", פטרבורג תרנ"ב. "וכמו שכתבו בני חשמנאי יהודה ושמעון ויוחנן ויונתן ואלעזר בני מתתיה ספר במה שעבר עליהם, הדומה לספר דניאל בלשון הכשדים."
  3. זייבלד
  4. זעט רבי שמעון קיירא, הלכות גדולות א, רעד' ר"ע הילדעסהיימער, בערלין, תרמ"ח, עמ' 615, על פי כתב יד רומי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), אין די הערות
  5. זעט: ורד נעם, מגילת תענית, יד בן צבי: ירושלים תשס"ד, זייט 383 הערות 8
  6. מנחם צבי קדרי, באיזו ארמית נכתבה מגילת אנטיוכס, לשוננו, באנד ג' (תשי"ט), זייט 145-129, באתר JSTOR
  7. אריה כשר, "הרקע ההיסטורי לחיבורה של 'מגילת אנטיוכוס'", התקופה הסלווקית בארץ־ישראל, תל אביב תש"ם, זייטן 85—10
  8. איתי קגן, "מגילת אנטיוכוס הארמית: בירורים לשוניים ראשוניים", לשוננו פו (תשפ"ד), זייט 119-145.
  9. ארויפשפרינגען קיין: 9.0 9.1 פריד, זייט קי
  10. זעט זייבלד
  11. מבוא צו מגילת בני חשמונאי, אין הליווי בגלות לרב סעדיה גאון, הוצאות האוצר, ירושלים, תשע"ט
  12. פריד, תשנ"ג
  13. פריד זייט קיז
  14. ווי: סידור "בית עובד", ליוורנו, תרכ"ב; סידור "עבודת ישראל", רעדלהיים, תרכ"ח; סידור "אוצר התפילות", ווילנא, תרפ"ח
  15. מגלת אנטיוכוס: בארמית ובעברית. ר"ם, געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל; דער העברעאישער טעקסט ווידער-רעדאגירט אין יששכר יואל, "מגלת אנטיוכוס, דפוס ראשון", קרית ספר לז, תשכ"ב, עמ' 132–136
  16. צבי פיליפאווסקי, מגלת אנטיוכוס, לאנדאן, תרי"א, געדרוקט הונטער ספר מבחר הפנינים.
  17. אהרן יעללינעק, בית המדרש ו, תרל"ח, עמ' 4–8
  18. יעקב טאפראווער, "מגלת אנטיוכוס", כבוד הלבנון, שנה י', נומער ד, תרל"ד, עמ' 17–28
  19. Transactions of the Ninth International Congress of Orientalists, 2 (1893), 17—27
  20. שלמה אהרן ווערטהיימער, לקט מדרשים, ירושלים, תרס"ג, יג, ב – יח, א
  21. ​​L. Nemoy, The Scroll of Antiochus: Facsimile of Codex Hebrew +51 in the Yale University Library. New Haven, 1952; Yale University Library, Ms. Hebrew +51, יאנאווע, איטאליע ה'שי"ט, מאנוסקריפט אויף נבמ"י
  22. מ.צ. קדרי, "מגילת אנטיוכוס הארמית", בר-אילן, ספר השנה, א (תשכ"ג), 81–105; בר-אילן, ספר השנה, יא (תשכ"ד), 178–214
  23. אין אוצר מדרשים (תרע"ה), 185–189 (טעקסט)
  24. תוספות רי"ד, סוכה דף מד עמוד ב; שבלי הלקט, שבולת קעד
  25. רצאבי זייט מט
  26. פריד, זייט 17-21
  27. פריד, זייט 18
  28. רבי נסים מקירואן, ספר מעשיות: והוא חבור יפה מהישועה, ווארשע, תקצ"ז, דף ב, ב;
  29. פריד, זייט קט
  30. פסוק נו
  31. פסוק ס
  32. ספר מקבים א, פרק ט'.
  33. ספר מקבים א, פרק ב'.
  34. ארויפשפרינגען קיין: 34.0 34.1 ספר מקבים א, פרק ז'.
  35. מאיר למברסקי, על התשועות, ירושלים, תשס"ו, זייט ה