אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שובבי"ם"
(פארברייטערט) צייכן: רויע רעדאגירונג |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|וואכן אנגעהויבן פון שמות, געאייגנט פאר תשובה}} | |||
'''שובבי"ם''' (אין אן [[עיבור יאר]]: '''שובבי"ם ת"ת''') איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע [[פרשת השבוע|פרשיות]] פון [[שמות|ספר שמות]]: [[פרשת שמות|'''ש'''מות]], [[פרשת וארא|'''ו'''ארא]], [[פרשת בא|'''ב'''א]], [[פרשת בשלח|'''ב'''שלח]], [[פרשת יתרו|'''י'''תרו]], [[פרשת משפטים|'''מ'''שפטים]]. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך [[חנוכה]] און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש [[אדר]]. | '''שובבי"ם''' (אין אן [[עיבור יאר]]: '''שובבי"ם ת"ת''') איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע [[פרשת השבוע|פרשיות]] פון [[שמות|ספר שמות]]: [[פרשת שמות|'''ש'''מות]], [[פרשת וארא|'''ו'''ארא]], [[פרשת בא|'''ב'''א]], [[פרשת בשלח|'''ב'''שלח]], [[פרשת יתרו|'''י'''תרו]], [[פרשת משפטים|'''מ'''שפטים]]. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך [[חנוכה]] און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש [[אדר]]. | ||
שורה 16: | שורה 14: | ||
==אין קבלה== | ==אין קבלה== | ||
[[טעקע:Shovevim Zichron Moshe.jpg|קליין|א מודעה איבער | [[טעקע:Shovevim Zichron Moshe.jpg|קליין|א מודעה איבער ספעציעלע תפילות פאר שובבי"ם ת"ת אין [[זכרון משה]], טבת תשפ"ב]] | ||
לויט | לויט [[קבלה]] זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם [[מידת היסוד]], וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן [[גלות מצרים]] וואס איז לויט קבלה געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה{{הערה|[[אר"י הקדוש]], שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א; [[רמ"ע מפאנו]], מאמר תיקוני התשובה פרק ד און פרק טז; [[חיד"א]], אין ספר חדרי בטן (ויחי ראשון) און אין ספר פני דוד (פרשת שמות, יב). זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון, עמוד ג-ה.}}. לויט די מקובלים גייט עס אן אין יעדע יאר, אבער אויך לויט זיי איז דער עיקר תיקון אין אן עיבור יאר{{הערה|{{צ-ספר|מחבר=הרב בן ציון מוצפי|שם=יסוד ציון|עמ=כא}}}}. | ||
כדי צו מתקן זיין דעם חטא | כדי צו מתקן זיין דעם חטא פון [[פגם הברית]] פאדערט זיך על פי קבלה צו פאסטן 84 תעניות, און כדי דאס צו ערפילן איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צוויי מאל דורכאויס די שובבי"ם טעג א צוויי-טאגיגער תענית אויפאמאל (אזא דאפלטער תענית ווערט גערעכנט ווי זיבן און צוואנציג באזונדערע תעניות), פאר א סך הכל פון פ"ד תעניות: 54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים, און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג (אראפרעכענענדיג די שבתים, [[א' שבט|ראש חודש]] און [[חמשה עשר בשבט]]){{הערה|צפורן שמיר, [http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_34732_20.pdf סימן ו', אות צו-ז].}}. אין פארשידענע ישיבות המקובלים און שולן אין ירושלים פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער [[רבי שלום שרעבי|רש״ש]] צוויי מאל א וואך, [[מאנטאג]] און דאנערשטאג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי [[ישיבת המקובלים שער השמים]], אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א [[תענית דיבור]], ווי דער [[גר"א]] האט איינגעפירט. | ||
=== פדיון התעניות === | === פדיון התעניות === | ||
שורה 44: | שורה 42: | ||
* {{אוצר החכמה|רבי יעקב משה הלל|תקנת השבי"ם|60659|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ס|סופיקס=יא}} | * {{אוצר החכמה|רבי יעקב משה הלל|תקנת השבי"ם|60659|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ס|סופיקס=יא}} | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
*[https://meshiv.co.il/shelot_vetshuvot/מה-זה-שובבים מה זה שובבי"ם?] אויף [https://meshiv.co.il משיב כהלכה] | * [https://meshiv.co.il/shelot_vetshuvot/מה-זה-שובבים מה זה שובבי"ם?] אויף [https://meshiv.co.il משיב כהלכה] | ||
* {{אייוועלט|3303|עניני שובבי"ם ת"ת}} | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
שורה 53: | שורה 52: | ||
[[קאַטעגאָריע:פאסט-טעג]] | [[קאַטעגאָריע:פאסט-טעג]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[he:שובבי"ם]] | [[he:שובבי"ם]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:19, 8 יולי 2024
שובבי"ם (אין אן עיבור יאר: שובבי"ם ת"ת) איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע פרשיות פון ספר שמות: שמות, וארא, בא, בשלח, יתרו, משפטים. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך חנוכה און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש אדר.
אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט דער מנהג צו פאסטן אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי, און לויט די מקובלים זענען די טעג געאייגנט צו מתקן זיין דעם פגם הברית. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו האלטן אין די טעג א תענית דיבור[1].
אין אן עיבור יאר פארלענגערט זיך די תקופה אריין אין חודש אדר א', און עס ווערט אנגערופן שובבי"ם ת"ת נאך די צוויי קומענדיגע פרשיות: תרומה, תצוה. טייל האלטן בלויז די שובבי"ם ת"ת טעג, אין אן עיבור יאר, און נישט די שובבי"ם טעג פון א געווענליך יאר.
מקור
דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון לקט יושר, וואו עס שטייט אז דער מנהג אין עסטרייך איז צו פאסטן אין אן עיבור יאר אכט תעניות יעדן דאנערשטאג, אין די פרשיות פון שובבי"ם ת"ת, און אז אויך זיין רבי, דער תרומת הדשן, האט געפאסט אין די טעג[2]. אויך אין די הגהות אויף ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק פון טירנא שטייט אז אין די עיבור יארן פירט מען זיך צו פאסטן דאנערשטאג אין יעדע וואך פון שובבי"ם, און טייל לייגן צו אויך ת"ת[3]. דער מנהג ווערט געברענגט אין מגן אברהם אויפן שולחן ערוך[4].
ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן סליחות ביי שחרית פון די תענית טעג[5].
אין די פריערדיגע מקורות ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן. אזוי ווערט עס אויך דערמאנט אין טייל שפעטערע פוסקים[6], און אזוי פירן זיך טייל קהילות ביז היינט[7]. לויט איין מקור, פאסט מען (אין אן עיבור יאר) אויך פרשיות ויקהל און פקודי[4].
אין קבלה
לויט קבלה זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם מידת היסוד, וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן גלות מצרים וואס איז לויט קבלה געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה[8]. לויט די מקובלים גייט עס אן אין יעדע יאר, אבער אויך לויט זיי איז דער עיקר תיקון אין אן עיבור יאר[9].
כדי צו מתקן זיין דעם חטא פון פגם הברית פאדערט זיך על פי קבלה צו פאסטן 84 תעניות, און כדי דאס צו ערפילן איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צוויי מאל דורכאויס די שובבי"ם טעג א צוויי-טאגיגער תענית אויפאמאל (אזא דאפלטער תענית ווערט גערעכנט ווי זיבן און צוואנציג באזונדערע תעניות), פאר א סך הכל פון פ"ד תעניות: 54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים, און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג (אראפרעכענענדיג די שבתים, ראש חודש און חמשה עשר בשבט)[10]. אין פארשידענע ישיבות המקובלים און שולן אין ירושלים פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער רש״ש צוויי מאל א וואך, מאנטאג און דאנערשטאג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי ישיבת המקובלים שער השמים, אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א תענית דיבור, ווי דער גר"א האט איינגעפירט.
פדיון התעניות
עס איז אויך אנגענומען צו אויסצולייזן די תעניות פון די שובבי"ם טעג מיט געלט (לויט דער פרייז פון עסן פאר יעדן תענית), וואס ווערט געגעבן פאר צדקה. דער פדיון ווערט אפגעראכטן ביי תפילת מנחה, און מען לייגט צו די תפילה פון עננו פון דער רש"ש. די תפילה איז פול מיט קבל'ישע יסודות, וואס מיט זיי בעט דער מענטש ריינצואוואשן זיין זעל פון אלע זינד. ביים דאווענען און פאסטן פירט מען זיך צו אנטון זעק און לייגן אש אויפן קאפ, בלאזן שופר, לערנען תורה און זיך מתוודה זיין אויף די זינד.
עס זענען געווען פוסקים און מקובלים וואס האבן געקריגט אויפן באגריף פון אויסלייזן די תעניות, אבער דער בן איש חי האט מיישב געווען דעם מנהג. טייל היינטיגע מקובלים שרייבן אז בשעת הדחק קען מען אזוי טון, אבער בתנאי אז מען זאל פאסטן איין אדער צוויי גאנצע טעג, מען זאל תשובה טון, און עוסק זיין בתורה[11].
אין חסידות
ביי חסידים האט מען גאר שטארק ארויסגעהויבן די גרויסקייט פון די טעג, זיך אויסדרוקנדיג אז מען קען אין די צייט פאררעכטן וואס מען קען נישט אום יום כיפור[12], און אז עס איז אן עת רצון אנצונעמען די תפילות ווי אין די עשרת ימי תשובה[13].
ביי חסידים לייגט מען אבער נישט אזוי שטארק דעם געוויכט אויף דער ענין פון פאסטן, וואס ברענגט צו א שוואכקייט וואס קען שטערן צו עבודת ה'[14], שטעלנדיג אנשטאט דעם דגש אויף לימוד התורה[15] און זאגן תהלים[16]. אין א מערהייט חסידות'ער איז איינגעפירט צו פארמערן מיט די שעות פון לערנען און דאווענען אן אויסרעדן. דאס גייט פון לערנען פינף שעות רצופות נאר דאנערשטאג (ווי אין ערלוי) ביז זיך מקבל תענית זיין יעדן טאג און פארשטערקערן דאס לערנען. צווישן די חסידות'ער וואו די מנהגים פון די טעג זענען פראמינענט (ביז צו אן ענליכקייט צו די טעג פון חודש אלול) איז סלאנים, וואס צו איר ערשטער רבי, רבי אברהם וויינבערג בעל "יסוד העבודה", ווערט צוגעשריבן די החלטה צו אויפטוישן די תעניתים מיט לערנען תורה פינף שעות רצופות, אן מפסיק זיין מיט עסן, טרינקען אדער רעדן. אין די סלאנימער ישיבות איז איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג צוויי מאל פינף שעות רצופות און נאך איינמאל דריי שעות ברציפות. נאך חסידות'ער האבן אנגענומען דעם מנהג נאך סלאנים.
די תעניתים זענען נאך יא טיילווייז איינגעפירט ביי געוויסע חסידות'ער. אין טשערנאביל פירט מען זיך אין די טעג צו לערנען ליל שישי א גאנצע נאכט, און צו פאסטן פרייטאג ביז נאך חצות, און געבן צדקה פאר א עני הגון פרייטאג. אין די הויפן פון נאדווארנא און קרעטשניף פירט מען זיך צו פאסטן יעדן פרייטאג פון די שובבי"ם טעג. אין דושינסקיא זאגט מען באזונדערע סליחות אין די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם, און די רבי'ס פלעגן אויך פאסטן אין די טעג. אין שומרי אמונים, תולדות אהרן, און תולדות אברהם יצחק, פירט מען זיך ווי עס האט אוועקגעשטעלט רבי אהרן ראטה, דער ראש השושלת, צו פאסטן איינע פון די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם (געווענליך אין פרשת בשלח אדער משפטים), און מען ענדיגט דעמאלט גאנץ תהלים, מען ליינט 'ויחל' און מען זאגט עננו ביי מנחה, ווען פאר מנחה געבט מען צדקה אין א באשטימטן סכום, און דער טאג ווערט אנגערופן 'תענית פדיון נפש'.
לערנען הלכות טהרה
אין די לעצטערע יארן איז געווארן איינגעפירט צו באשטימען אין די שובבי"ם טעג שיעורים איבער די הלכות פון טהרת המשפחה וואס אין יורה דעה, ווען פילע שיעורים דערוועגן ווערן געמאלדן אין אסאך פלעצער איבער דער וועלט[17].
דער ערשטער מקור דערפון איז נישט קלאר[18], אבער עס איז באקאנט איבער גדולים וועלכע האבן עס איינגעפירט אין זייערע קהילות אדער געגנטער, ווי רבי ישראל משה דושינסקיא[19] און רבי מאיר בראנדסדארפער[20].
צו ליינען מער
- רבי בן ציון מוצאפי, יסוד ציון, ירושלים, ה'תשע"ח, אויף אוצר החכמה
- רבי גמליאל ראבינאוויטש, טיב השובבי"ם
- רבי יעקב משה הלל, תקנת השבי"ם, ירושלים, תש"ס, אויף אוצר החכמה
דרויסנדיגע לינקס
- מה זה שובבי"ם? אויף משיב כהלכה
- "עניני שובבי"ם ת"ת", אשכול אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ צום שובבים ותענית דיבור, דבר, פעברואר 17, 1961
- ↑ לקט יושר עמוד 116
- ↑ הגהות מנהגים, פורים אות י'
- ↑ 4.0 4.1 מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרפ"ה, סעיף קטן א'
- ↑ מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, עמ' 324 און ווייטער.
- ↑ ווי לבוש, אורח חיים, סימן תרפ"ה, סעיף קטן א'
- ↑ ווי אין גאלדערס גרין בית המדרש און עדת יראים וויען.
- ↑ אר"י הקדוש, שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א; רמ"ע מפאנו, מאמר תיקוני התשובה פרק ד און פרק טז; חיד"א, אין ספר חדרי בטן (ויחי ראשון) און אין ספר פני דוד (פרשת שמות, יב). זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון, עמוד ג-ה.
- ↑ הרב בן ציון מוצפי, יסוד ציון, עמ' כא
- ↑ צפורן שמיר, סימן ו', אות צו-ז.
- ↑ רבי בן-ציון מוצאפי, יסוד ציון פ"א סעי' יא, עמ' מח.
- ↑ שארית ישראל (ווילעדניק), שער השובבי"ם אנהייב דרוש א'
- ↑ תולדות אהרן (זיטאמיר), פרשת שמות
- ↑ אוהב ישראל, פרשת ויחי, ד"ה ויקרא יעקב
- ↑ זרע קודש, פרשת בא, ד"ה בא אל פרעה
- ↑ דברי יחזקאל, פרשת שמות; אוהב שלום (קאזניץ), פרשת שמות.
- ↑ צום ביישפיל: שיעורים אין ארץ ישראל (תשפ"ב); שיעורים אין חוץ לארץ (תשע"ה).
- ↑ רבי יצחק רצאבי, "מאמר שובו בנים שובבים", דברי חפץ יא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ התאחדות תלמידי בית יוסף צבי, ספר היובל, ירושלים, תשס"ד
- ↑ דברי זכרון והספד, אשכבתיה דרבי מאיר (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
אידישע צייטן און ימים טובים | ||
---|---|---|
ימים טובים מן התורה | ראש השנה • יום כיפור • סוכות • שמיני עצרת • ערב פסח • פסח • שביעי של פסח • פסח שני • שבועות • חול המועד | |
פייערטעג מדרבנן אדער מנהג | אסרו חג • הושענא רבא • שמחת תורה • חנוכה • חמשה עשר בשבט • פורים • ל"ג בעומר • חמשה עשר באב | |
ספעציעלע טעג | שבת • ראש חודש • חודש אלול • עשרת ימי תשובה • פורים קטן • ספירת העומר • בין המצרים • ראש השנה למלכים ולרגלים | |
תעניות חובה | צום גדליה • עשרה בטבת • תענית אסתר • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב | |
תעניות רשות | יום כיפור קטן • תענית בכורים • כ' סיון • שובבי"ם • תענית בה"ב • תעניות גשמים • ז' אדר | |
ספעציעלע שבתים | שבת מברכים • שבת שובה • שבת שירה • שבת שקלים • שבת זכור • שבת פרה • שבת החודש • שבת הגדול • שבת חזון • שבת נחמו | |
פייערטעג פון קהילות | יום שמחת כהן • סיגד • י"ט כסלו • פורים שני • בסיסה • מימונה • סהרנה | |