אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שובבי"ם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:תעניות; צוגעלייגט קאַטעגאָריע:פאסט-טעג דורך HotCat)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(24 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|טעג וואס זענען מסוגל אויף תיקון המעשים}}
{{דעסקריפציע|וואכן אנגעהויבן פון שמות, געאייגנט פאר תשובה}}
'''שובבי"ם''' (אין אן [[עיבור יאר]]: '''שובבי"ם ת"ת''') איז די צייט פון די זעקס וואכן וואס מען ליינט די ערשטע [[פרשת השבוע|פרשות]] פון [[שמות|ספר שמות]]: [[פרשת שמות|'''ש'''מות]], [[פרשת וארא|'''ו'''ארא]], [[פרשת בא|'''ב'''א]], [[פרשת בשלח|'''ב'''שלח]], [[פרשת יתרו|'''י'''תרו]], [[פרשת משפטים|'''מ'''שפטים]]. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך [[חנוכה]] און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש [[אדר]]. אין אן [[עיבור יאר]] פארלענגערט זיך די תקופה אריינצו אין חודש [[אדר א']] און עס ווערט אנגערופן '''שובבי"ם ת"ת''' נאך די צוויי קומענדיגע פרשות: [[פרשת תרומה|'''ת'''רומה]], [[פרשת תצוה|'''ת'''צוה]]. די טעג זענען זייער מסוגל צו מתקן זיין דעם [[פגם היסוד]].
'''שובבי"ם''' (אין אן [[עיבור יאר]]: '''שובבי"ם ת"ת''') איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע [[פרשת השבוע|פרשיות]] פון [[שמות|ספר שמות]]: [[פרשת שמות|'''ש'''מות]], [[פרשת וארא|'''ו'''ארא]], [[פרשת בא|'''ב'''א]], [[פרשת בשלח|'''ב'''שלח]], [[פרשת יתרו|'''י'''תרו]], [[פרשת משפטים|'''מ'''שפטים]]. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך [[חנוכה]] און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש [[אדר]].


אין פארגאנגענהייט איז געווען צושפרייט דער מנהג צו פאסטן אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו פאסטן אין די טעג א [[תענית דיבור]].{{הערה|{{דבר||צום שובבים ותענית דיבור|1961/02/17|00317}}}}
אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט דער מנהג צו [[תענית|פאסטן]] אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי, און לויט די [[קבלה|מקובלים]] זענען די טעג געאייגנט צו מתקן זיין דעם [[פגם הברית]]. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו האלטן אין די טעג א [[תענית דיבור]]{{הערה|{{דבר||צום שובבים ותענית דיבור|1961/02/17|00317}}}}.
 
אין אן עיבור יאר פארלענגערט זיך די תקופה אריין אין חודש [[אדר א']], און עס ווערט אנגערופן '''שובבי"ם ת"ת''' נאך די צוויי קומענדיגע פרשיות: [[פרשת תרומה|'''ת'''רומה]], [[פרשת תצוה|'''ת'''צוה]]. טייל האלטן בלויז די שובבי"ם ת"ת טעג, אין אן עיבור יאר, און נישט די שובבי"ם טעג פון א געווענליך יאר.


==מקור==
==מקור==
דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון [[הרב יוסף אוסטרייכר]] וואס האט מעיד געווען אז די מנהג אין [[עסטרייך]] איז צו פאסטן אין אן [[עיבור יאר]] אכט תעניות יעדן [[דאנערשטאג]], אין די פרשיות. הרב אוסטרייכר האט מעיד געווען אז זיין רבי, בעל [[תרומת הדשן]], האט געפאסט אין די טעג.{{הערה|[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=8859&st=&pgnum=116 לקט יושר עמוד 116]}} אויך אין ספר המנהגים פון [[רבי יצחק אייזיק מטירנא]] שטייט אז מען פירט זיך צו פאסטן דאנערשטאג יעדע וואך פון די שובבי"ם טעג אין די עיבור יארן.{{הערה|הגהות מנהגים פורים אות י'}} די מנהג ווערט געברענגט אין ספר [[מגן אברהם]] אויפן שולחן ערוך.{{הערה|סימן תרפה אין די הקדמה}} ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן סליחות ביי שחרית פון די תענית טעג.{{הערה|מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20298&st=&pgnum=323 עמ' 324] ואילך.}} אין פריערדיגע מקורות, ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן (וואס נאר ביי זיי לייגט מען צו די ווערטער ביי תפילת [[מוסף]] פון [[ראש חודש]] "ולכפרת פשע"), און אזוי האבן געשריבן די מקובלים אז דער עיקר תיקון איז ביי אן עיבור יאר<ref>{{צ-ספר|מחבר=הרב בן ציון מוצפי|שם=יסוד ציון|עמ=כא}}</ref>.
דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון [[לקט יושר]], וואו עס שטייט אז דער מנהג אין [[עסטרייך]] איז צו פאסטן אין אן [[עיבור יאר]] אכט תעניות יעדן [[דאנערשטאג]], אין די פרשיות פון שובבי"ם ת"ת, און אז אויך זיין רבי, [[רבי ישראל איסרלין|דער תרומת הדשן]], האט געפאסט אין די טעג{{הערה|[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=8859&st=&pgnum=116 לקט יושר עמוד 116]}}. אויך אין די הגהות אויף ספר המנהגים פון [[רבי יצחק אייזיק פון טירנא]] שטייט אז אין די עיבור יארן פירט מען זיך צו פאסטן דאנערשטאג אין יעדע וואך פון שובבי"ם, און טייל לייגן צו אויך ת"ת{{הערה|הגהות מנהגים, פורים אות י'}}. דער מנהג ווערט געברענגט אין [[מגן אברהם]] אויפן שולחן ערוך{{הערה|שם=מגא|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרפה|מפרש=מגן אברהם|סק=א}}}}.


==שובבי"ם אין קבלה==
ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן [[סליחות]] ביי שחרית פון די תענית טעג{{הערה|מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20298&st=&pgnum=323 עמ' 324] און ווייטער.}}.
לויט די [[קבלה]]{{הערה|[[אר"י הקדוש]] (שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א), [[רמ"ע מפאנו]] (מאמר תיקוני התשובה פרק ד ופרק טז), [[חיד"א]] ספר חדרי בטן (ויחי ראשון), ספר פני דוד (פרשת שמות, יב), זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון עמוד ג-ה.}}, זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם [[מידת היסוד]], וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן די שיעבוד מצרים וואס לויט קבלה איז עס געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה.


כדי צו מתקן זיין דעם חטא פאדערט זיך על פי סוד צו פאסטן א געוויסן צאל פון תעניתים (צום ביישפיל: אויף [[פגם היסוד]] דארף מען פאסטן פ"ד תעניות, אויף [[רציחה]] דארף מען פאסטן תתש"י תעניות און אזוי ווייטער). כדי צו אנפילן די פ"ד תעניות איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צומאל צו פאסטן אין די שובבי"ם טעג צוויי טעג נאכנאנד (אזא דאפלטע תענית איז ווערד ווי זיבן און צוואנציג תעניות) - סה"כ פ"ד תעניות (54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג).{{הערה|[http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_34732_20.pdf צפורן שמיר]}} אין די ישיבות המקובלים אין ירושלים אין שפיץ פון 'שער השמים' 'השלום' און 'נהר שלום', און אין די שולן פון [[הרב ציון בוארון]] פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער [[רבי שלום שרעבי|רש״ש]], צוויי מאל א וואך - [[מאנטאג]] און דאנערשטאג אין די שובבי"ם טעג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי [[ישיבת המקובלים שער השמים]], אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א [[תענית דיבור]], ווי דער [[גר"א]] האט איינגעפירט.
אין די פריערדיגע מקורות ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן. אזוי ווערט עס אויך דערמאנט אין טייל שפעטערע פוסקים{{הערה|ווי {{שלחן ערוך|אורח חיים|תרפה|מפרש=לבוש|סק=א}}}}, און אזוי פירן זיך טייל קהילות ביז היינט{{הערה|ווי אין [[גאלדערס גרין בית המדרש]] און [[עדת יראים וויען]].}}. לויט איין מקור, פאסט מען (אין אן עיבור יאר) אויך פרשיות [[פרשת ויקהל|ויקהל]] און [[פרשת פקודי|פקודי]]{{הערה|שם=מגא}}.
 
==אין קבלה==
[[טעקע:Shovevim Zichron Moshe.jpg|קליין|א מודעה איבער ספעציעלע תפילות פאר שובבי"ם ת"ת אין [[זכרון משה]], טבת תשפ"ב]]
לויט [[קבלה]] זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם [[מידת היסוד]], וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן [[גלות מצרים]] וואס איז לויט קבלה געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה{{הערה|[[אר"י הקדוש]], שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א; [[רמ"ע מפאנו]], מאמר תיקוני התשובה פרק ד און פרק טז; [[חיד"א]], אין ספר חדרי בטן (ויחי ראשון) און אין ספר פני דוד (פרשת שמות, יב). זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון, עמוד ג-ה.}}. לויט די מקובלים גייט עס אן אין יעדע יאר, אבער אויך לויט זיי איז דער עיקר תיקון אין אן עיבור יאר{{הערה|{{צ-ספר|מחבר=הרב בן ציון מוצפי|שם=יסוד ציון|עמ=כא}}}}.
 
כדי צו מתקן זיין דעם חטא פון [[פגם הברית]] פאדערט זיך על פי קבלה צו פאסטן 84 תעניות, און כדי דאס צו ערפילן איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צוויי מאל דורכאויס די שובבי"ם טעג א צוויי-טאגיגער תענית אויפאמאל (אזא דאפלטער תענית ווערט גערעכנט ווי זיבן און צוואנציג באזונדערע תעניות), פאר א סך הכל פון פ"ד תעניות: 54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים, און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג (אראפרעכענענדיג די שבתים, [[א' שבט|ראש חודש]] און [[חמשה עשר בשבט]]){{הערה|צפורן שמיר, [http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_34732_20.pdf סימן ו', אות צו-ז].}}. אין פארשידענע ישיבות המקובלים און שולן אין ירושלים פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער [[רבי שלום שרעבי|רש״ש]] צוויי מאל א וואך, [[מאנטאג]] און דאנערשטאג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי [[ישיבת המקובלים שער השמים]], אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א [[תענית דיבור]], ווי דער [[גר"א]] האט איינגעפירט.


=== פדיון התעניות ===
=== פדיון התעניות ===
די שובבי"ם טעג זענען אויך מסוגל אויסצולייזן די תעניות אויך מיט געלט (מיט דער סכום פון עסן פאר א [[תענית]]) וואס ווערט געגעבן פאר [[צדקה]]. דער פדיון רעכט מען אפ ביי [[תפילת מנחה]] פונעם וואך און מען לייגט צו די תפילה פון [[עננו]] פון דער [[רבי שלום שרעבי (רוי)|רש"ש]]. די תפילה איז פול מיט קבלישע יסודות וואס אין זיי בעט דער מענטש ריינצווואשן זיין זעל פון אלע זינד. בשעתן דאווענען אין פאסטן פירט מען זיך צו אנטון זעק און לייגן אש אויפן קאפ, בלאזן שופר, לערנען תורה און זיך מתוודה זיין אויף די זינד. עס זענען געווען פוסקים און מקובלים וואס האבן חולק געווען אויפן פודה זיין די תעניות, אבער דער [[חיד"א]] האט מיישב געווען דעם מנהג. [[הרב בן ציון מוצפי]] האט געשריבן{{הערה|יסוד ציון פ"א סעי' יא, עמ' מח.}} אז בשעת הדחק קען מען אזוי טון אבער אין באדינג אז מען זאל פאסטן איין טאג אדער צוויי, מען זאל [[תשובה]] טון, און עוסק זיין בתורה.
עס איז אויך אנגענומען צו אויסצולייזן די תעניות פון די שובבי"ם טעג מיט געלט (לויט דער פרייז פון עסן פאר יעדן תענית), וואס ווערט געגעבן פאר [[צדקה]]. דער פדיון ווערט אפגעראכטן ביי [[תפילת מנחה]], און מען לייגט צו די תפילה פון [[תפילת עננו|עננו]] פון דער [[רבי שלום שרעבי|רש"ש]]. די תפילה איז פול מיט קבל'ישע יסודות, וואס מיט זיי בעט דער מענטש ריינצואוואשן זיין זעל פון אלע זינד. ביים דאווענען און פאסטן פירט מען זיך צו אנטון זעק און לייגן אש אויפן קאפ, בלאזן שופר, לערנען תורה און זיך מתוודה זיין אויף די זינד.
 


==שובבי"ם טעג אין חסידות==
עס זענען געווען פוסקים און מקובלים וואס האבן געקריגט אויפן באגריף פון אויסלייזן די תעניות, אבער [[רבי יוסף חיים פון באגדאד|דער בן איש חי]] האט מיישב געווען דעם מנהג. טייל היינטיגע מקובלים שרייבן אז בשעת הדחק קען מען אזוי טון, אבער בתנאי אז מען זאל פאסטן איין אדער צוויי גאנצע טעג, מען זאל [[תשובה]] טון, און עוסק זיין בתורה{{הערה|רבי בן-ציון מוצאפי, יסוד ציון פ"א סעי' יא, עמ' מח.}}.
 
==אין חסידות==
{{ערך מורחב|חמש שעות רצופות}}
{{ערך מורחב|חמש שעות רצופות}}
ביי [[חסידים]] האט מען גאר שטארק ארויסגעהויבן די גרויסקייט פון די טעג, זיך אויסדרוקנדיג אז מען קען אין די צייט פאררעכטן וואס מען קען נישט אום [[יום כיפור]]{{הערה|שארית ישראל (ווילעדניק), שער השובבי"ם אנהייב דרוש א'}}, און אז עס איז אן עת רצון אנצונעמען די תפילות ווי אין די [[עשרת ימי תשובה]]{{הערה|תולדות אהרן (זיטאמיר), פרשת שמות}}.


ביי [[חסידים]] לייגט מען נישט אזוי שטארק דעם געוויכט אויף די חלק פון פאסטן, וויבאלד פאסטן ברענגט צו צו ביטול תורה אלס די שוואכקייט וואס נעמט ארום דעם פאסטער. אין א מערהייט חסידות'ן איז איינגעפירט צו פארמערן מיט די שעות פון לערנען און [[דאווענען]] אן אויסרעדן. דאס קען זיין א זאך פון לערנען פינף שעות רצופות נאר דאנערשטאג (ווי אין [[ערלוי]]) אדער זיך מקבל תענית זיין יעדן טאג און פארשטערקערן דאס לערנען. צווישן די פראמינענטע חסידות'ן אין די מנהגים פון די טעג (עד כדי אן ענליכקייט צו די טעג פון [[חודש אלול]]) איז [[סלאנים (חסידות)|סלאנים]], וואס איר ערשטער [[אדמו"ר|רבי]], [[רבי אברהם וויינבערג (ערשטער)|רבי אברהם וויינבערג]], בעל ה"יסוד העבודה" האט געביטן די תעניתים מיט לערנען תורה חמש שעות רצופות, אן מפסיק זיין מיט עסן, טרינקען אדער רעדן. אין די סלאנימער ישיבות איז איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג צוויי מאל 5 שעות רצופות און נאך איינמאל 3 שעות ברציפות. נאך סלאנים האבן נאך חסידות'ן אנגענומען דעם מנהג.
ביי חסידים לייגט מען אבער נישט אזוי שטארק דעם געוויכט אויף דער ענין פון פאסטן, וואס ברענגט צו א שוואכקייט וואס קען שטערן צו [[עבודת ה']]{{הערה|אוהב ישראל, פרשת ויחי, ד"ה ויקרא יעקב}}, שטעלנדיג אנשטאט דעם דגש אויף [[לימוד התורה]]{{הערה|זרע קודש, פרשת בא, ד"ה בא אל פרעה}} און זאגן [[תהלים]]{{הערה|דברי יחזקאל, פרשת שמות; אוהב שלום (קאזניץ), פרשת שמות.}}. אין א מערהייט חסידות'ער איז איינגעפירט צו פארמערן מיט די שעות פון לערנען און [[דאווענען]] אן אויסרעדן. דאס גייט פון לערנען פינף שעות רצופות נאר דאנערשטאג (ווי אין [[ערלוי]]) ביז זיך מקבל תענית זיין יעדן טאג און פארשטערקערן דאס לערנען. צווישן די חסידות'ער וואו די מנהגים פון די טעג זענען פראמינענט (ביז צו אן ענליכקייט צו די טעג פון [[אלול|חודש אלול]]) איז [[סלאנים (חסידות)|סלאנים]], וואס צו איר ערשטער [[אדמו"ר|רבי]], [[רבי אברהם וויינבערג (ערשטער)|רבי אברהם וויינבערג]] בעל "יסוד העבודה", ווערט צוגעשריבן די החלטה צו אויפטוישן די תעניתים מיט לערנען תורה פינף שעות רצופות, אן מפסיק זיין מיט עסן, טרינקען אדער רעדן. אין די סלאנימער ישיבות איז איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג צוויי מאל פינף שעות רצופות און נאך איינמאל דריי שעות ברציפות. נאך חסידות'ער האבן אנגענומען דעם מנהג נאך סלאנים.


אין [[טשערנאביל (חסידות)|טשערנאביל]] פירט מען זיך אין די טעג צו לערנען [[ליל שישי]] א גאנצע נאכט, און צו פאסטן [[פרייטאג]] ביז נאך [[חצות]], און געבן [[צדקה]] פאר א [[עני]] הגון פרייטאג.
די תעניתים זענען נאך יא טיילווייז איינגעפירט ביי געוויסע חסידות'ער. אין [[טשערנאביל (חסידות)|טשערנאביל]] פירט מען זיך אין די טעג צו לערנען [[ליל שישי]] א גאנצע נאכט, און צו פאסטן [[פרייטאג]] ביז נאך [[חצות]], און געבן [[צדקה]] פאר א [[ארימקייט|עני הגון]] פרייטאג. אין די הויפן פון [[נאדווארנא (חסידות)|נאדווארנא]] און [[קרעטשניף (חסידות)|קרעטשניף]] פירט מען זיך צו פאסטן יעדן פרייטאג פון די שובבי"ם טעג. אין [[דושינסקיא (חסידות)|דושינסקיא]] זאגט מען באזונדערע סליחות אין די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם, און די רבי'ס פלעגן אויך פאסטן אין די טעג. אין [[שומרי אמונים]], [[תולדות אהרן]], און [[תולדות אברהם יצחק]], פירט מען זיך ווי עס האט אוועקגעשטעלט [[רבי אהרן ראטה]], דער ראש השושלת, צו פאסטן איינע פון די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם (געווענליך אין פרשת בשלח אדער משפטים), און מען ענדיגט דעמאלט גאנץ [[תהלים]], מען ליינט 'ויחל' און מען זאגט עננו ביי מנחה, ווען פאר מנחה געבט מען צדקה אין א באשטימטן סכום, און דער טאג ווערט אנגערופן 'תענית פדיון נפש'.


אין די הויפן פון [[נאדווארנא (חסידות)|נאדווארנא]] און [[קרעטשניף]] פירט מען זיך צו פאסטן יעדן פרייטאג פון די שובבי"ם טעג, אין [[דושינסקיא]] זאגט מען עקסטערע סליחות אין די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם און די רבי'ס פלעגן אויך פאסטן אין די טעג, און אין [[שומרי אמונים]], [[תולדות אהרן]], און [[תולדות אברהם יצחק]], פירט מען זיך ווי עס האט אוועקגעשטעלט [[רבי אהרן ראטה]], דער ראש השושלת, צו פאסטן איינע פון די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם (געווענליך אין פרשת בשלח אדער משפטים), און מען ענדיגט דעמאלטס גאנץ [[תהילים|תהלים]] מען ליינט 'ויחל' און מען זאגט עננו ביי מנחה, פאר מנחה געבט מען צדקה אין א באשטימטן סכום, און דער טאג ווערט אנגערופן 'תענית פדיון נפש'.
==לערנען הלכות טהרה==
אין די לעצטערע יארן איז געווארן איינגעפירט צו באשטימען אין די שובבי"ם טעג שיעורים איבער די הלכות פון [[טהרת המשפחה]] וואס אין יורה דעה, ווען פילע שיעורים דערוועגן ווערן געמאלדן אין אסאך פלעצער איבער דער וועלט{{הערה|צום ביישפיל: [https://www.yadmeir.co.il/_Uploads/dbsAttachedFiles/7546.pdf שיעורים אין ארץ ישראל (תשפ"ב)]; [https://hugepdf.com/download/5ac95d82ac45c_pdf שיעורים אין חוץ לארץ (תשע"ה)].}}.


===לערנען הלכות טהרה===
דער ערשטער מקור דערפון איז נישט קלאר{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יצחק רצאבי|דברי חפץ|619588|page=226|קעפל=מאמר שובו בנים שובבים|באנד=יא}}}}, אבער עס איז באקאנט איבער גדולים וועלכע האבן עס איינגעפירט אין זייערע קהילות אדער געגנטער, ווי [[רבי ישראל משה דושינסקיא]]{{הערה|{{צ-ספר|מחבר=התאחדות תלמידי בית יוסף צבי|שם=ספר היובל|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ד}}}} און [[רבי מאיר בראנדסדארפער]]{{הערה|{{אוצר החכמה|דברי זכרון והספד|אשכבתיה דרבי מאיר|170387|page=440}}}}.
[[רבי ישראל משה דושינסקי]] האט מתקן געווען ביי זיין [[דושינסקיא|חסידות]] אז מען זאל לערנען אין די שובבי"ם טעג די הלכות פון טהרת המשפחה וואס אין יורה דעה{{הערה|{{צ-ספר|מחבר=התאחדות תלמידי בית יוסף צבי|שם=ספר היובל|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ד}}}}.


==צו ליינען מער==
==צו ליינען מער==
*'''יסוד ציון''' [[הרב בן ציון מוצפי]], ירושלים [[ה'תשע"ח]].
* {{אוצר החכמה|רבי בן ציון מוצאפי|יסוד ציון|616134|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=ה'תשע"ח|סופיקס=יא}}
*'''טיב השובבי"ם''' הרב גמליאל רבינוביץ'.
* רבי גמליאל ראבינאוויטש, '''טיב השובבי"ם'''
*'''תקנת השבי"ם''' [[הרב יעקב משה הלל]].
* {{אוצר החכמה|רבי יעקב משה הלל|תקנת השבי"ם|60659|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ס|סופיקס=יא}}
==דרויסנדע לינקס==


*[https://www.youtube.com/watch?v=bKzgaKQpK0Y&spfreload=10 הרב אשר זעליג מרגליות על שובבי"ם] סרטון ביוטיוב
==דרויסנדיגע לינקס==
*{{DOC}}  [https://tikun.jimdo.com/app/download/5585906582/4f187159/db53809494cc00262d86341846bfeb871a6e0bf1/תיקון+היסוד+שובבים.docx?t=1326895674 תיקון היסוד של הבן איש חי להורדה]
* [https://meshiv.co.il/shelot_vetshuvot/מה-זה-שובבים מה זה שובבי"ם?] אויף [https://meshiv.co.il משיב כהלכה]
*[https://web.archive.org/web/20110702004058/http://video.google.com/videoplay?docid=-6312151404078988064 סרט על תיקון שובבי"ם] ב[[גבעת שמואל]] בהשתתפות הרב דוד בצרי, מאתר [https://rosh-hagiva-tv.blogspot.com/ ערוץ ראש הגבעה]
* {{אייוועלט|3303|עניני שובבי"ם ת"ת}}
*[http://www.shtaygen.co.il/?CategoryID=1289 מדור ימי השובבי"ם באתר שטייגן]
*[http://www.meirtv.co.il/site/tag.asp?tag_name=%E9%EE%E9+%E4%F9%E5%E1%E1%22%E9%ED&popular_tags=1 מדור ימי השובבי"ם באתר ערוץ מאיר]
*[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20298&st=&pgnum=323 סליחות לשובבי"ם ת"ת] מתוך מתוך חלק ג של {{היברובוקס||מחזור כל בו|20298||ללא}}, דפוס וילנא.
*[https://meshiv.co.il/shelot_vetshuvot/מה-זה-שובבים מה זה שובבי"ם?] - מאמר נרחב במהות ימי השובבי"ם, באתר [https://meshiv.co.il משיב כהלכה].


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
שורה 46: שורה 50:


{{חגי ישראל ומועדיו}}
{{חגי ישראל ומועדיו}}
{{הבהרה הלכתית}}


[[קאַטעגאָריע:פאסט-טעג]]
[[קאַטעגאָריע:פאסט-טעג]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:שובבי"ם]]
[[he:שובבי"ם]]
{{מיון ויקיפדיה|דף=שובבי"ם|גרסה=30297688}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:19, 8 יולי 2024

שובבי"ם (אין אן עיבור יאר: שובבי"ם ת"ת) איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע פרשיות פון ספר שמות: שמות, וארא, בא, בשלח, יתרו, משפטים. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך חנוכה און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש אדר.

אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט דער מנהג צו פאסטן אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי, און לויט די מקובלים זענען די טעג געאייגנט צו מתקן זיין דעם פגם הברית. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו האלטן אין די טעג א תענית דיבור[1].

אין אן עיבור יאר פארלענגערט זיך די תקופה אריין אין חודש אדר א', און עס ווערט אנגערופן שובבי"ם ת"ת נאך די צוויי קומענדיגע פרשיות: תרומה, תצוה. טייל האלטן בלויז די שובבי"ם ת"ת טעג, אין אן עיבור יאר, און נישט די שובבי"ם טעג פון א געווענליך יאר.

מקור

דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון לקט יושר, וואו עס שטייט אז דער מנהג אין עסטרייך איז צו פאסטן אין אן עיבור יאר אכט תעניות יעדן דאנערשטאג, אין די פרשיות פון שובבי"ם ת"ת, און אז אויך זיין רבי, דער תרומת הדשן, האט געפאסט אין די טעג[2]. אויך אין די הגהות אויף ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק פון טירנא שטייט אז אין די עיבור יארן פירט מען זיך צו פאסטן דאנערשטאג אין יעדע וואך פון שובבי"ם, און טייל לייגן צו אויך ת"ת[3]. דער מנהג ווערט געברענגט אין מגן אברהם אויפן שולחן ערוך[4].

ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן סליחות ביי שחרית פון די תענית טעג[5].

אין די פריערדיגע מקורות ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן. אזוי ווערט עס אויך דערמאנט אין טייל שפעטערע פוסקים[6], און אזוי פירן זיך טייל קהילות ביז היינט[7]. לויט איין מקור, פאסט מען (אין אן עיבור יאר) אויך פרשיות ויקהל און פקודי[4].

אין קבלה

א מודעה איבער ספעציעלע תפילות פאר שובבי"ם ת"ת אין זכרון משה, טבת תשפ"ב

לויט קבלה זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם מידת היסוד, וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן גלות מצרים וואס איז לויט קבלה געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה[8]. לויט די מקובלים גייט עס אן אין יעדע יאר, אבער אויך לויט זיי איז דער עיקר תיקון אין אן עיבור יאר[9].

כדי צו מתקן זיין דעם חטא פון פגם הברית פאדערט זיך על פי קבלה צו פאסטן 84 תעניות, און כדי דאס צו ערפילן איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צוויי מאל דורכאויס די שובבי"ם טעג א צוויי-טאגיגער תענית אויפאמאל (אזא דאפלטער תענית ווערט גערעכנט ווי זיבן און צוואנציג באזונדערע תעניות), פאר א סך הכל פון פ"ד תעניות: 54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים, און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג (אראפרעכענענדיג די שבתים, ראש חודש און חמשה עשר בשבט)[10]. אין פארשידענע ישיבות המקובלים און שולן אין ירושלים פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער רש״ש צוויי מאל א וואך, מאנטאג און דאנערשטאג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי ישיבת המקובלים שער השמים, אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א תענית דיבור, ווי דער גר"א האט איינגעפירט.

פדיון התעניות

עס איז אויך אנגענומען צו אויסצולייזן די תעניות פון די שובבי"ם טעג מיט געלט (לויט דער פרייז פון עסן פאר יעדן תענית), וואס ווערט געגעבן פאר צדקה. דער פדיון ווערט אפגעראכטן ביי תפילת מנחה, און מען לייגט צו די תפילה פון עננו פון דער רש"ש. די תפילה איז פול מיט קבל'ישע יסודות, וואס מיט זיי בעט דער מענטש ריינצואוואשן זיין זעל פון אלע זינד. ביים דאווענען און פאסטן פירט מען זיך צו אנטון זעק און לייגן אש אויפן קאפ, בלאזן שופר, לערנען תורה און זיך מתוודה זיין אויף די זינד.

עס זענען געווען פוסקים און מקובלים וואס האבן געקריגט אויפן באגריף פון אויסלייזן די תעניות, אבער דער בן איש חי האט מיישב געווען דעם מנהג. טייל היינטיגע מקובלים שרייבן אז בשעת הדחק קען מען אזוי טון, אבער בתנאי אז מען זאל פאסטן איין אדער צוויי גאנצע טעג, מען זאל תשובה טון, און עוסק זיין בתורה[11].

אין חסידות

ביי חסידים האט מען גאר שטארק ארויסגעהויבן די גרויסקייט פון די טעג, זיך אויסדרוקנדיג אז מען קען אין די צייט פאררעכטן וואס מען קען נישט אום יום כיפור[12], און אז עס איז אן עת רצון אנצונעמען די תפילות ווי אין די עשרת ימי תשובה[13].

ביי חסידים לייגט מען אבער נישט אזוי שטארק דעם געוויכט אויף דער ענין פון פאסטן, וואס ברענגט צו א שוואכקייט וואס קען שטערן צו עבודת ה'[14], שטעלנדיג אנשטאט דעם דגש אויף לימוד התורה[15] און זאגן תהלים[16]. אין א מערהייט חסידות'ער איז איינגעפירט צו פארמערן מיט די שעות פון לערנען און דאווענען אן אויסרעדן. דאס גייט פון לערנען פינף שעות רצופות נאר דאנערשטאג (ווי אין ערלוי) ביז זיך מקבל תענית זיין יעדן טאג און פארשטערקערן דאס לערנען. צווישן די חסידות'ער וואו די מנהגים פון די טעג זענען פראמינענט (ביז צו אן ענליכקייט צו די טעג פון חודש אלול) איז סלאנים, וואס צו איר ערשטער רבי, רבי אברהם וויינבערג בעל "יסוד העבודה", ווערט צוגעשריבן די החלטה צו אויפטוישן די תעניתים מיט לערנען תורה פינף שעות רצופות, אן מפסיק זיין מיט עסן, טרינקען אדער רעדן. אין די סלאנימער ישיבות איז איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג צוויי מאל פינף שעות רצופות און נאך איינמאל דריי שעות ברציפות. נאך חסידות'ער האבן אנגענומען דעם מנהג נאך סלאנים.

די תעניתים זענען נאך יא טיילווייז איינגעפירט ביי געוויסע חסידות'ער. אין טשערנאביל פירט מען זיך אין די טעג צו לערנען ליל שישי א גאנצע נאכט, און צו פאסטן פרייטאג ביז נאך חצות, און געבן צדקה פאר א עני הגון פרייטאג. אין די הויפן פון נאדווארנא און קרעטשניף פירט מען זיך צו פאסטן יעדן פרייטאג פון די שובבי"ם טעג. אין דושינסקיא זאגט מען באזונדערע סליחות אין די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם, און די רבי'ס פלעגן אויך פאסטן אין די טעג. אין שומרי אמונים, תולדות אהרן, און תולדות אברהם יצחק, פירט מען זיך ווי עס האט אוועקגעשטעלט רבי אהרן ראטה, דער ראש השושלת, צו פאסטן איינע פון די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם (געווענליך אין פרשת בשלח אדער משפטים), און מען ענדיגט דעמאלט גאנץ תהלים, מען ליינט 'ויחל' און מען זאגט עננו ביי מנחה, ווען פאר מנחה געבט מען צדקה אין א באשטימטן סכום, און דער טאג ווערט אנגערופן 'תענית פדיון נפש'.

לערנען הלכות טהרה

אין די לעצטערע יארן איז געווארן איינגעפירט צו באשטימען אין די שובבי"ם טעג שיעורים איבער די הלכות פון טהרת המשפחה וואס אין יורה דעה, ווען פילע שיעורים דערוועגן ווערן געמאלדן אין אסאך פלעצער איבער דער וועלט[17].

דער ערשטער מקור דערפון איז נישט קלאר[18], אבער עס איז באקאנט איבער גדולים וועלכע האבן עס איינגעפירט אין זייערע קהילות אדער געגנטער, ווי רבי ישראל משה דושינסקיא[19] און רבי מאיר בראנדסדארפער[20].

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. צום שובבים ותענית דיבור, דבר, פעברואר 17, 1961
  2. לקט יושר עמוד 116
  3. הגהות מנהגים, פורים אות י'
  4. 4.0 4.1 מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרפ"ה, סעיף קטן א'
  5. מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, עמ' 324 און ווייטער.
  6. ווי לבוש, אורח חיים, סימן תרפ"ה, סעיף קטן א'
  7. ווי אין גאלדערס גרין בית המדרש און עדת יראים וויען.
  8. אר"י הקדוש, שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א; רמ"ע מפאנו, מאמר תיקוני התשובה פרק ד און פרק טז; חיד"א, אין ספר חדרי בטן (ויחי ראשון) און אין ספר פני דוד (פרשת שמות, יב). זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון, עמוד ג-ה.
  9. הרב בן ציון מוצפי, יסוד ציון, עמ' כא
  10. צפורן שמיר, סימן ו', אות צו-ז.
  11. רבי בן-ציון מוצאפי, יסוד ציון פ"א סעי' יא, עמ' מח.
  12. שארית ישראל (ווילעדניק), שער השובבי"ם אנהייב דרוש א'
  13. תולדות אהרן (זיטאמיר), פרשת שמות
  14. אוהב ישראל, פרשת ויחי, ד"ה ויקרא יעקב
  15. זרע קודש, פרשת בא, ד"ה בא אל פרעה
  16. דברי יחזקאל, פרשת שמות; אוהב שלום (קאזניץ), פרשת שמות.
  17. צום ביישפיל: שיעורים אין ארץ ישראל (תשפ"ב); שיעורים אין חוץ לארץ (תשע"ה).
  18. רבי יצחק רצאבי, "מאמר שובו בנים שובבים", דברי חפץ יא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  19. התאחדות תלמידי בית יוסף צבי, ספר היובל, ירושלים, תשס"ד
  20. דברי זכרון והספד, אשכבתיה דרבי מאיר (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)