אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבקה"
ק (←רבקה און אליעזר עבד אברהם: הגהה) |
אין תקציר עריכה |
||
(60 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{ | {{דעסקריפציע|צווייטע פון די פיר אמהות, ווייב פון יצחק (ב'פ"ה–ב'ר"ז)}}{{תנ"ך פערזענליכקייט | ||
{{ | | שם = רבקה | ||
'''רבקה אמנו''' ({{לינק צו אידיש יאר|2085}} | | תמונה = אולם יצחק.JPG | ||
| כיתוב = די קברים פון יצחק און רבקה אין "אולם יצחק", מערת המכפלה | |||
| תאריך לידה עברי = {{לינק צו אידיש יאר|2085}} | |||
| תאריך פטירה עברי = {{לינק צו אידיש יאר|2207}} | |||
| געבורט ארט = [[חרן]] | |||
| פטירה ארט = [[ארץ ישראל]] | |||
| מקום קבורה = [[מערת המכפלה]] | |||
| טאטע = [[בתואל]] | |||
| בן זוג = [[יצחק אבינו]] | |||
| קינדער = [[יעקב אבינו]], [[עשו]] | |||
| צאל קינדער = 2 | |||
| תקופה = [[תקופת האבות]] | |||
}} | |||
'''רבקה אמנו''' ({{לינק צו אידיש יאר|2085}} – {{לינק צו אידיש יאר|2207}}), איז די צווייטע פון די [[פיר אמהות]] פון [[כלל ישראל]]; די ווייב און שוועסטערקינד פון [[יצחק]], מאמע פון [[יעקב]] און [[עשו]], טאכטער פון [[בתואל]], און שוועסטער פון [[לבן הארמי]]. זי איז באערדיגט געווארן אין [[מערת המכפלה]]. | |||
זי איז געווען די איינציגסטע פרוי פון [[יצחק]], און האט געבוירן [[יעקב]] און [[עשו]]. זי ווערט באצייכנט אין די תורה ווי א פרוי שיין אין איר אויסזען און אין אירע מעשים, זיך אויסצייכענעדיג אין חסד{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|טז}}; יח–יט; כה}}. | |||
== | == עטימאלאגיע == | ||
איר נאמען נעמט זיך פון "{{טערמין|עגל מרבק|געשטאפּטע קאלב (שמואל א' כח, כד)}}"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כב|כג|מפרש=מדרש שכל טוב}}}}, וואס פארשער ערקלערן אז עס איז געווען אן אויסדרוק פאר שיינקייט אין יענעם קולטור{{הערה|ליאורה רביד, '''התנ"ך היה באמת''', תל אביב, ידיעות אחרונות, 2009, עמ' 149.}}. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון א [[סעמיטישע שפראכן|סעמיטישע]] טערמין פאר ווייכקייט און בויגזאמקייט{{הערה|שמואל אפרים ליונשטם, "רבקה", האנציקלופדיה המקראית (באנד 7, עמ' 323), מוסד ביאליק, ירושלים; {{מטח|גשר מפעלים חינוכיים|רבקה|12676}}}}. | |||
רבקה | == פריע לעבן == | ||
איבער רבקה ווערט דערציילט בעיקר אין [[ספר בראשית]], און אין מדרשי [[חז"ל]] דערויף. כאטש איר נאמען ווערט דערמאנט ווייניגער ווי אנדערע אמהות, איז איר לעבנס געשיכטע דאס מערסטע דעטאלירט פון זיי און די מערסטע פסוקים באציען זיך דירעקט צו איר, זייענדיג אויך די איינציגסטע וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה{{הערה|אבינועם ספיר, '''מה מסתיר התנ"ך''', הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98}}. | |||
רבקה איז געבוירן געווארן אין [[חרן]]{{הערה|לויט רוב מקורות (ווי {{פרקי דרבי אליעזר|טז}}; {{ספר הישר|חיי שרה}}). לויט איין דעה איז איר היימשטאט געווען [[אור כשדים]] ({{תנ"ך|בראשית|כד|י|מפרש=רד"ק}}).}} אין יאר {{לינק צו אידיש יאר|2085}} אדער {{לינק צו אידיש יאר|2074}}{{הערה|זעט [[#כראנאלאגיע|כראנאלאגיע]]}} צו [[בתואל]], נאך איר ברודער [[לבן]]{{הערה|פענח רזא, בכור שור, און חזקוני אויף {{תנ"ך|בראשית|כה|כ}}}}. דער מדרש דערציילט אז ביים זיך צוריקקערן פון הר המוריה נאכ'ן [[עקידת יצחק]] האט אברהם געטראכט "וואלט מיין זון שוין געווען גע'שחט'ן וואלט ער געגאנגען אנע קינדער. איך וואלט אים געדארפט פארהייראטן א טאכטער פון ענר, אשכול אדער ממרא." באלד אים השי"ת געמאלדן אז איר בת זוג, רבקה, איז שוין געבוירן געווארן{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נז|ג}}}}. דער פסוק קומט אויך באטאנען אז "וזרח השמש ובא השמש" – נאך איידער דער זון איז אונטערגעגאנגען מיט די פטירה פון שרה, האט עס שוין אויפגעשיינט מיטן געבורט פון רבקה{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נח|ב}}}}. | |||
די תורה איז מאריך אין איר יחוס{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כב|כג|מפרש=רש"י}}}} און עס קומט אויס אז יצחק איז געווען א דאפלטע שוועסטערקינד צו רבקה, וויבאלד בתואל'ס פאטער [[נחור אחי אברהם|נחור]] איז געווען א ברודער פון [[אברהם אבינו|אברהם]], און זיין מוטער מילכה - א שוועסטער פון [[שרה]]. | |||
אליעזר האט | == הייראט צו יצחק == | ||
=== שידוך === | |||
[[טעקע:Eliezer and Rebekah.png|שמאל|ממוזער|250px|אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטאוו דורעי]] | |||
אין [[פרשת חיי שרה]]{{הערה|שם=פכד|{{תנ"ך|בראשית|כד|אן=ספר|לאנג=יא}}}} ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט, וואס לויט חז"ל איז דאס געווען [[אליעזר עבד אברהם|אליעזר]]{{הערה|{{בבלי|יומא|כח|ב}}}}, צו זיין פאמיליע אין [[חרן]], צו טרעפן א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין [[כנען|כנענית]]. | |||
אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין [[ארם נהריים]] צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט אין די צייט וואס די מיידלעך גייען דאן שעפן וואסער. ער האט געדאוונט צו השי"ת אז ער זאל אים ווייזן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, מאכנדיג א סימן אז די מויד וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען וועט זי רעאגירן אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען, דאס איז די גאט־אויסדערוועלטע פרוי פאר יצחק. | |||
נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה אנגעקומען, און כאטש זייענדיג פון א רייכע פאמיליע פלעגט זי קיינמאל אליין גיין שעפן, האט מען איר פון הימל געשטיפט דאס מאל יא צו גיין אליין{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|טז}}}}, און זי האט זיך ניטאמאל געלאזט באדינען מיט אירע דינסטן נאר אליין געשלעפט דאס קריגל אויף איר אקסל{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|טו|מפרש=מלבי"ם}}}}. אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר", ערשט נאך ער האט געענדיגט טרינקען האט זי זיך אנגעטראגן צו שעפן אויך פאר זיינע קעמלען, דערמיט צייגנדיג אז זי וויל אים נישט צוזאמשטעלן מיט זיי{{הערה|{{היברובוקס|רבי יצחק אדרבי|דברי שלום|51662|page=38|מקום הוצאה=ווארשא|שנת הוצאה=תרנ"ג|עמ=34}}}}. זי איז געלאפן מיט'ן קריגל, מאכנדיג אז זיינע שיריים זאלן זיך אויסגיסן, כדי נישט צו געבן דערפון פאר די קעמלען צוליב זיין כבוד{{הערה|של"ה דרך חיים}} די מפרשים ערקלערן נאך ביישפילן וויאזוי זי האט מיט אירע מעשים געצייגט נישט נאר א גוט הארץ, נאר אויך קלוגשאפט און דרך ארץ{{הערה|צום ביישפיל, זעט: בית הלוי, [https://shitufta.org.il/Beit_HaLevi_on_Torah/,_Chayei_Sara?selectedunittext=1 פרשת חיי שרה]}}. | |||
ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך האט ער געווארט ביז די קעמלען האבן געענדיגט טרינקען, און זעענדיג אז זי בעט אים גארנישט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|כב|מפרש=ספורנו}}}} האט אליעזר איר אהינגעגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט. און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון [[נחור אחי אברהם|נחור]], אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג. | |||
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז־געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. אליעזר האט פארציילט פאר רבקה'ס פאמיליע איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון. ער האט זיי דערציילט איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען. | |||
חז"ל דערציילן אז בתואל האט נישט איינגעשטימט צו געבן רבקה, און ער האט איר שיער מטמא געווען, איז געקומען א מלאך און אים ערמארדעט{{הערה|{{ילקוט שמעוני|חיי שרה|קט}}; {{מסכת קטנה|סופרים|כא|ט}}. זעט [https://www.hidush.co.il/hidush.asp?id=21662 מדוע בתואל ניסה לעכב את נישואי רבקה], אויף "חידוש".}}. דאן האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער נאכדעם וואס אליעזר האט זיך גע'עקשנ'ט צו גיין תיכף האבן זיי באשלאסן צו רופן דאס מיידל און איר פרעגן. רבקה האט צוגעשטימט צו גיין. געצוואונגערהייט האבן זיי באגלייט אליעזר, רבקה, און [[דבורה מינקת רבקה|איר זייגערין]] און איר געוואונטשן אויסערליך: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|יג}}}}. רבקה מיט אירע באדינערינס האבן זיך ארויסגעלאזט נאך אליעזר'ן רייטנדיג אויף קעמלען. | |||
===אנקום פון רבקה קיין כנען=== | ===אנקום פון רבקה קיין כנען=== | ||
ווען | ווען זיי זענען אנגעקומען צום [[נגב]] אין [[כנען]], און זעענדיג יצחק שפאצירן אין פעלד מיט א שיינענדע צורה און אויסגעשפרייטע הענט אין תפילה, איז רבקה פון פחד און שעמעדיגקייט אראפגעפאלן אדער אראפגעגאנגען פונעם קעמל{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|טו}}}}. זי האט געפרעגט אליעזר ווער איז דער מענטש און הערנדיג אז דאס איז יצחק האט זי פארדעקט איר קאפ אלס צניעות. אין די מפרשים ווערט ערקלערט אז עס דאן אריין אין איר א פחד פון יצחק, וואס האט צוגעברענגט אז זי האט שפעטער נישט פארגעלייגט אירע מיינונגס-פארשידענהייטן פאר איר מאן, אנדערש ווי די אנדערע אמהות{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|סה|מפרש=העמק דבר}}. זעט אויך ספורנו, דארט.}}. | ||
יצחק, ביים זען אז זי פירט זיך בטהרה ווי זיין מאמע שרה{{הערה|שם=רבהסטז}} האט איר אריינגעברענגט צום געצעלט פון זיין מאמע [[שרה]], און דארט האט ער איר געהייראט און איר ליב באקומען{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|סז}}}} – זייענדיג די ערשטע פרוי וואס ליבשאפט צו איר ווערט דערמאנט אין די תורה{{הערה|זעט {{תנ"ך|בראשית|כד|סז|אן=ספר|מפרש=רד"ק}} אז דאס איז געווען מער ווי א געווענליכע אהבה, צוליב די מעלות וואס ער האט געזען אין איר.}}. דער מדרש טייטשט דעם פסוק {{ציטוטון|גְּמָלַתְהוּ טוֹב וְלֹא רָע|{{תנ"ך|משלי|לא|ג}}}} אויף רבקה אמנו, וועלכער האט געברענגט גוטס פאר יצחק אין זיין טרויער נאך שרה{{הערה|מדרש משלי (באבער), [https://shitufta.org.il/Midrash_Mishlei/31?selectedunittext=4 פרשה לא]}}. | |||
==אין שטוב פון יצחק== | |||
===קינדער=== | |||
פונקט ווי [[שרה]] און [[רחל]], איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן [[עקרה]]. דער מדרש זאגט אז זי האט אינגאנצן נישט געהאט קיין רֶחֶם{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סג|ה}}|שם=רבהסגה}}. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך אויסגעשטרעקט איינער קעגן אנדערן איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, ביידע בעטנדיג צו האבן קינדער בלויז דורך דעם אנדערן{{הערה|שם=רבהסגה}}. יצחק האט גענומען רבקה צום הר המוריה, די פלאץ פון זיין עקידה, צו בעטן אויף קינדער{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|לב}}}}. | |||
גאט האט אויסגעהערט זיין געבעט – ענדערש ווי אירע, וויבאלד זי איז געווען די טאכטער פון א רשע{{הערה|{{בבלי|יבמות|סד|א}}; זעט אויך {{תנ"ך|בראשית|כה|כ|מפרש=אור החיים|ד"ה=בת בתואל}}}} – און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן אין איר, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן. לויט ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש, האט איין קינד פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און דער אנדערער האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול. רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט דאס נישט געקענט פארשטיין, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן אין בית המדרש פון שם ועבר{{הערה|שם=רבהסגו|{{מדרש רבה|בראשית|סג|ו}}}}. גאט האט איר דאן געזאגט אז זי גייט געבוירן א [[צווילינג]] וואס גייען זיך צעטיילן פאר צוויי פעלקער וואס וועלן זיך נישט פארטראגן, אבער דער עלטערער וועט דינען דעם יונגערן. לויט א מקור, איז רבקה די צדיקת געווען די איינציגסטע פרוי צו וועם דער אויבערשטער האט גערעדט, כאטש דורך א שליח{{הערה|{{שוחר טוב|ט}}. זעט אבער {{ירושלמי|סוטה|ז|א}} און {{מדרש רבה|בראשית|סג|ז}} און רש"י דארט, אז עס גייט אויף [[שרה]].}}. רבקה האט נישט איבערדערציילט די נבואה פאר איר מאן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|ד|מפרש=רמב"ן}}}}. | |||
ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר האט זי טאקע געבוירן דאס צווילינג, יעקב און עשו. דער מדרש זאגט אז רבקה איז געווען ראוי צו געבוירן [[שבטי ישראל|צוועלף שבטים]]{{הערה|שם=רבהסגו}}, נאר עשו הרשע האט ביים געבוירן געשעדיגט איר רחם{{הערה|שם=תנחומאתצא}}. אנדערש ווי יצחק, האט רבקה דווקא ליב געהאט יעקב'ן וועלכער איז אויפגעוואקסן אן "איש תם" און געזעסן אין געצעלט און געלערנט, און איר ליבשאפט צו אים איז געשטיגן ווי מער זי האט געהערט זיין קול{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סג|י}}}}{{הערה|זעט {{תנ"ך|בראשית|כז|יג|אן=ספר|מפרש=אור החיים}} טעמים צו איר ליבשאפט.}}. | |||
===מיט אבימלך מלך גרר=== | |||
[[טעקע:Wenceslas Hollar - Isaac and Abimelech (State 2).jpg|ממוזער|אבימלך און יצחק, אין א קריצונג פון 17'טן יארהונדערט]] | |||
אין ארץ כנען האט אויסגעבראכן א הונגער, און יצחק האט געוואלט אראפגיין קיין [[מצרים]], אבער גאט האט זיך אנטפלעקט צו יצחק און געהייסן ער זאל נישט פארלאזן דאס לאנד, נאר גיין וואוינען אין [[גרר]]. ענליך צו וואס זיין פאטער האט געטון, האט אויך יצחק געזאגט פאר די ארטיגע מענטשן וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי רבקה אז זי איז זיין שוועסטער, אויס מורא אז מען וועט אים ערמארדן צו נעמען רבקה. דאסמאל האט שוין [[אבימלך מלך גרר]] אכטונג געגעבן און זיך נישט געאיילט איר צו נעמען{{הערה|שם=כוא|{{תנ"ך|בראשית|כו|א|מפרש=רמב"ן}}.}}, ווען מיט די צייט איז יצחק געווארן ווייניגער וואכזאם נישט צו צייגן אז זיי זענען פארהייראט, און אבימלך האט געזען פון פענסטער ווי יצחק און רבקה פירן זיך ווי מאן און ווייב - "וְהִנֵּה יִצְחָק מְצַחֵק אֵת רִבְקָה אִשְׁתּוֹ". ער האט גערופן יצחק, און אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז רבקה איז זיין שוועסטער, וואס האט כמעט צוגעברענגט אז ער און זיינע מענטשן זאל זינדיגן מיט רבקה. יצחק האט זיך בארעכטיגט אז ער האט ליגנט געזאגט אלס מורא אז מען וועט אים טויטן. אבימלך האט באפוילן אז יצחק און רבקה זאלן האבן קעניגליכע שוץ, און ווער עס וועט זיי טשעפען וועט באקומען טויט שטראף{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כו|א|יב}}}}. | |||
===דאס צונעמען | ===דאס צונעמען די ברכות=== | ||
{{ | {{הויפט ארטיקל|ברכות יצחק}} | ||
יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה, זייענדיג א נביאה{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סז|ט}}}} און הערנדיג שטענדיג אלעס וואס יצחק רעדט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|ה|ו|מפרש=אור החיים}}}}, האט איבערדערציילט יצחק'ס ווערטער פאר יעקב, און אים באפוילן צו ברענגען צוויי ציגן וואס יצחק האט איר אריינגעשריבן אין די כתובה אלס טעגליכע מתנה{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סה|יד}}}}. זי האט זיי צוגעגרייט אזויווי יצחק האט ליב. נאך וואס יעקב האט אויסגעדרוקט זארג אז יצחק וועט אויפכאפן אז ער איז נישט עשו דורכ'ן טאפן זיינע הענט און ער קען נאך באקומען א קללה אנשטאט א ברכה, האט אים רבקה געזאגט אז זי נעמט אויף זיך די קללה, פונקט ווי גא־ט האט געשאלטן די ערד, אדם'ס מוטער, פאר אדם'ס זינד{{הערה|{{מדרש אגדה|בראשית|כז|יג}}}}. זי האט אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב. | |||
ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער [[לבן]] אין [[חרן]] פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|לאנג=יא|ללא=ספר}}}}. מיט קלוגשאפט האט זי געזאגט פאר יצחק אז זי וויל אוועקשיקן יעקב'ן כדי ער זאל טרעפן א כלה נישט פון די לאקאלע חת מוידן, וויבאלד זי קען זיי נישט דערליידן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|מו|מפרש=רשב"ם}}}}. | |||
רבקה האט געטון דעם שפיל נישט נאר וויבאלד זי האט ליב געהאט יעקב מער ווי עשו, נאר אויך כדי צו אפהאלטן איר מאן פון מצדיק זיין א רשע{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סה|ו}}}}, און כאטש וואס זי האט אנערקענט אז עשו איז דער גרויסער זון און יעקב דער קליינער{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|טו|מפרש=רמב"ן}}}}. עשו האט שפעטער גענומען חת'ישע ווייבער, וועלכע זענען נישט געפאָלן פאר יצחק און דערנאך אויך פאר רבקה, ווייל אין אנהייב איז זי נאך געווען צוגעוואוינט צו טינופת עבודה זרה פון איר טאטן'ס הויז{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סה|ד}}}}. | |||
==פטירה== | |||
די תורה פארציילט נישט איבער רבקה'ס פטירה. חז"ל זאגן אז רבקה איז נפטר געווארן באלד נאך איר מינקת, דבורה{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|פא|ה}}}}, און די תורה דערמאנט נישט איר פטירה צוליב וואס איר לויה איז פארגעקומען אינמיטן נאכט אָן משפחה: אברהם איז שוין געווען טויט, יצחק איז געזיצן אינדערהיים, יעקב איז זיך געגאנגען צו פדן ארם, און עשו איז געווען א רשע און מ'האט נישט געוואלט ער זאל באגלייטן{{הערה|שם=תנחומאתצא|{{תנחומא|כי תצא|ד}}}}. זי איז באערדיגט געווארן אין [[מערת המכפלה]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מט|לא}}}}, וואו עס זענען באערדיגט געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. לויט חז"ל, איז רבקה אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט. אין ספרי שטייט אז אירע יארן זענען געווען גלייך צו [[קהת]]'ס{{הערה|שם=ספרי}}. | |||
==כראנאלאגיע== | ==כראנאלאגיע== | ||
וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה | וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה זענען פארהאן עטליכע דעות און לויט דעם ווערט אויך צעטיילט די מיינונגען איבער איר עלטער אין אירע לעבנס־געשעענישן{{הערה|שם=יבמותסא|{{בבלי|יבמות|סא|ב|מפרש=ראשונים}}}}: | ||
# אין [[סדר עולם רבה]] | |||
# אין [[ | # אין [[סדר עולם רבה]]{{הערה|[[שית:Seder_Olam_Rabbah/1|פרק א]]}}, געברענגט אין רש"י{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כה|כ|מפרש=רש"י}} (אויך געברענגט אין {{מדרש אגדה|בראשית|כה|כ|פרשה=חיי שרה}}).}}, שטייט אז זי איז אלט געווען דריי יאר. כאטש דער פסוק רופט איר אן "נערה" - וְהַנַּעֲרָ טֹבַת מַרְאֶה מְאֹד{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|טז|אן=ספר}}}}, איז דאס וויבאלד זי איז געווען ערוואקסן און געבויט ווי א נערה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כה|כ|מפרש=גור אריה}}}}. | ||
# פון גמרא ווייזט אויס אז זי איז שוין געווען א פאקטישע נערה{{הערה|שם=יבמותסא}}. תוספות, באזירט אויפן [[ספרי]]{{הערה|שם=ספרי|{{ספרי|דברים|לד|ז|שנז}}.}}, זאגן אז זי איז דאן געווען אין עלטער פון פערצן יאר. | |||
# אין [[ספר הישר (אגדה)|ספר הישר]] שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט{{הערה|{{ספר הישר|חיי שרה|ג}}}} און 133 יאר ביי איר פטירה{{הערה|{{ספר הישר|וישלח|טז}}}}, מיטן חשבון אז די מעשה מיט די ברכות איז פארגעקומען פיר יאר שפעטער. | |||
{| class="wikitable" border="1" | {| class="wikitable" border="1" | ||
! געשעעניש !! די צייט און ארט !! [[סדר עולם]] !! [[ | ! געשעעניש !! די צייט און ארט !! [[סדר עולם]] !! [[ספרי]]{{הערה|זעט {{תנ"ך|בראשית|כה|כ|מפרש=דעת זקנים}}}} | ||
|- | |- | ||
| רבקה'ס געבורט || "ובתואל ילד את רבקה" ({{תנ"ך|בראשית|כב|כ}}); "כשבא אברהם מהר המוריה <small>( | | רבקה'ס געבורט || "ובתואל ילד את רבקה" ({{תנ"ך|בראשית|כב|כ}}); "כשבא אברהם מהר המוריה <small>(נאך [[עקידת יצחק]])</small> נתבשר שנולדה רבקה" ({{תנ"ך|בראשית|כה|כ|מפרש=רש"י|אן=ספר}})||{{לינק צו אידיש יאר|2085}}||{{לינק צו אידיש יאר|2074}} | ||
|- style="background-color: #EFEFEF;" | |- style="background-color: #EFEFEF;" | ||
| רבקה'ס חתונה|| "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" ( | | רבקה'ס חתונה|| "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" ({{תנ"ך|בראשית|כה|כ|אן=ספר}})||3 יאר | ||
|14 יאר | |14 יאר | ||
|- | |- | ||
| געבורט פון יעקב און עשו || | | געבורט פון יעקב און עשו ||אין ניסן אדער תשרי ({{בבלי|ראש השנה|יא|א}})||23 יאר | ||
|34 יאר | |34 יאר | ||
|-style="background-color: #EFEFEF;" | |-style="background-color: #EFEFEF;" | ||
| [[מכירת הבכורה]] || | | [[מכירת הבכורה]] || אין טאג פון אברהם'ס פטירה ||38 יאר | ||
|49 יאר | |49 יאר | ||
|- | |- | ||
|די ברכות פון יצחק ||"אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י | |די ברכות פון יצחק ||"אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" ({{תנ"ך|בראשית|כז|ב|מפרש=רש"י|אן=ספר}}) ||86 יאר | ||
|97 יאר | |97 יאר | ||
|-style="background-color: #EFEFEF;" | |-style="background-color: #EFEFEF;" | ||
|רבקה'ס פטירה|| דער פסוק | |רבקה'ס פטירה|| דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז [[דבורה מינקת רבקה|דבורה]] (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|ח}}}}) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה ||122 יאר | ||
|133 יאר | |133 יאר | ||
|} | |} | ||
== | ==איר לויב אין חז"ל== | ||
* [[ | אין מדרש שטייט אז אויף רבקה איז געזאגט געווארן {{ציטוטון|{{טערמין|כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים|ווי א רויז צווישן די דערנער}}|{{תנ"ך|שיר השירים|ב|ב}}}}, זייענדיג א טאכטער פון א פאפּער, א שוועסטער פון לבן הארמי, פון א פלאץ פון פאפּערס, "והצדקת הזאת, יצאה מבינותם"{{הערה|{{מדרש רבה|שיר השירים|ב|ב}}, געברענגט אין {{תנ"ך|בראשית|כה|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=בת בתואל|אן=ספר}}.}}. זי ווערט אויסגערעכנט צווישן די 22 "נשים כשרות" וועלכע זענען געווען אויף דער וועלט{{הערה|{{ספריא|2=בראשית רבתי|3=Bereshit_Rabbati%2C_Parashat_Chayei_Sarah.17|4=פרשת חיי שרה|5=ללא}}}} | ||
דער מדרש ברענגט דריי נסים וועלכע זענען אנגעגאנגען ביי שרה וועלכע האבן זיך אויפגעהערט נאך איר פטירה, און ווען רבקה איז אנגעקומען זענען זיי צוריקגעקומען: די ליכט פון ערב שבת האבן געברענט א גאנצע וואך, עס איז געווען א ברכה אין די טייג, און א וואלקן האט געהויערט איבער'ן געצעלט{{הערה|שם=רבהסטז|{{מדרש רבה|בראשית|ס|טז}}}}. לויט'ן זוהר איז עס געווען די שכינה וואס האט גערוט דארט{{הערה|שם=זוהר}} | |||
אין זוהר שטייט אז רבקה האט געהאט די געשטאלט פון שרה{{הערה|שם=זוהר|{{זוהר|חיי שרה|קלג|א}}}}. לויט אן אנדער מקור האט זי געהאט די שיינקייט פון [[חוה]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|טז|מפרש=מדרש שכל טוב}}}}. אויך ביי [[אבישג השונמית]] שטייט אז זי איז געווען גאר שיין, אבער רבקה איז געווען נאך שענער{{הערה|מדרש הגדול אויף {{תנ"ך|בראשית|כד|טז}}}}. | |||
== צו ליינען מער == | |||
* {{על התורה||אספקלריא ר רבקה|Aspaklaria_Resh_רבקה}} | |||
* [[שני לוחות הברית]], [[שית:Shenei_Luchot_HaBerit/,_Torah_Shebikhtav,_Chayei_Sara,_Torah_Ohr|תורה שבכתב, חיי שרה]] | |||
* {{אוצר החכמה|עזרא חילו|קונטרס סדרי עזרא|603473|page=31|קעפל=בענין זמן עקידת יצחק ולידת רבקה אמנו ושנותיה בשעת נשואיה|שנת הוצאה=תשע"ז|עמ=כח|סופיקס=יא}} | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
שורה 73: | שורה 115: | ||
{{אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית}} | {{אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית}} | ||
{{ספר בראשית}} | |||
[[קאַטעגאָריע:אבות און אמהות]] | [[קאַטעגאָריע:אבות און אמהות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין דער תורה]] | [[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר בראשית]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פרויען אין דער תורה]] | |||
[[he:רבקה]] | [[קאַטעגאָריע:יצחק אבינו]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יעקב אבינו]] | |||
[[קאַטעגאָריע:חברון]] | |||
[[קאַטעגאָריע:פרשת חיי שרה]] | |||
[[קאַטעגאָריע:פרשת תולדות]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
{{אבן הפינה ארטיקל}} | |||
[[he:רבקה אמנו]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 14:00, 17 נאוועמבער 2023
די קברים פון יצחק און רבקה אין "אולם יצחק", מערת המכפלה | |
געבורט |
ב'פ"ה חרן |
---|---|
פטירה |
ב'ר"ז (אלט: 122 בערך) ארץ ישראל |
מקום קבורה | מערת המכפלה |
טאטע | בתואל |
בן זוג | יצחק אבינו |
קינדער | יעקב אבינו, עשו |
צאל קינדער | 2 |
תקופה | תקופת האבות |
רבקה אמנו (ב'פ"ה – ב'ר"ז), איז די צווייטע פון די פיר אמהות פון כלל ישראל; די ווייב און שוועסטערקינד פון יצחק, מאמע פון יעקב און עשו, טאכטער פון בתואל, און שוועסטער פון לבן הארמי. זי איז באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה.
זי איז געווען די איינציגסטע פרוי פון יצחק, און האט געבוירן יעקב און עשו. זי ווערט באצייכנט אין די תורה ווי א פרוי שיין אין איר אויסזען און אין אירע מעשים, זיך אויסצייכענעדיג אין חסד[1].
עטימאלאגיע
איר נאמען נעמט זיך פון "עגל מרבק"[2], וואס פארשער ערקלערן אז עס איז געווען אן אויסדרוק פאר שיינקייט אין יענעם קולטור[3]. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון א סעמיטישע טערמין פאר ווייכקייט און בויגזאמקייט[4].
פריע לעבן
איבער רבקה ווערט דערציילט בעיקר אין ספר בראשית, און אין מדרשי חז"ל דערויף. כאטש איר נאמען ווערט דערמאנט ווייניגער ווי אנדערע אמהות, איז איר לעבנס געשיכטע דאס מערסטע דעטאלירט פון זיי און די מערסטע פסוקים באציען זיך דירעקט צו איר, זייענדיג אויך די איינציגסטע וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה[5].
רבקה איז געבוירן געווארן אין חרן[6] אין יאר ב'פ"ה אדער ב'ע"ד[7] צו בתואל, נאך איר ברודער לבן[8]. דער מדרש דערציילט אז ביים זיך צוריקקערן פון הר המוריה נאכ'ן עקידת יצחק האט אברהם געטראכט "וואלט מיין זון שוין געווען גע'שחט'ן וואלט ער געגאנגען אנע קינדער. איך וואלט אים געדארפט פארהייראטן א טאכטער פון ענר, אשכול אדער ממרא." באלד אים השי"ת געמאלדן אז איר בת זוג, רבקה, איז שוין געבוירן געווארן[9]. דער פסוק קומט אויך באטאנען אז "וזרח השמש ובא השמש" – נאך איידער דער זון איז אונטערגעגאנגען מיט די פטירה פון שרה, האט עס שוין אויפגעשיינט מיטן געבורט פון רבקה[10].
די תורה איז מאריך אין איר יחוס[11] און עס קומט אויס אז יצחק איז געווען א דאפלטע שוועסטערקינד צו רבקה, וויבאלד בתואל'ס פאטער נחור איז געווען א ברודער פון אברהם, און זיין מוטער מילכה - א שוועסטער פון שרה.
הייראט צו יצחק
שידוך
אין פרשת חיי שרה[12] ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט, וואס לויט חז"ל איז דאס געווען אליעזר[13], צו זיין פאמיליע אין חרן, צו טרעפן א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין כנענית.
אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין ארם נהריים צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט אין די צייט וואס די מיידלעך גייען דאן שעפן וואסער. ער האט געדאוונט צו השי"ת אז ער זאל אים ווייזן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, מאכנדיג א סימן אז די מויד וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען וועט זי רעאגירן אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען, דאס איז די גאט־אויסדערוועלטע פרוי פאר יצחק.
נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה אנגעקומען, און כאטש זייענדיג פון א רייכע פאמיליע פלעגט זי קיינמאל אליין גיין שעפן, האט מען איר פון הימל געשטיפט דאס מאל יא צו גיין אליין[14], און זי האט זיך ניטאמאל געלאזט באדינען מיט אירע דינסטן נאר אליין געשלעפט דאס קריגל אויף איר אקסל[15]. אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר", ערשט נאך ער האט געענדיגט טרינקען האט זי זיך אנגעטראגן צו שעפן אויך פאר זיינע קעמלען, דערמיט צייגנדיג אז זי וויל אים נישט צוזאמשטעלן מיט זיי[16]. זי איז געלאפן מיט'ן קריגל, מאכנדיג אז זיינע שיריים זאלן זיך אויסגיסן, כדי נישט צו געבן דערפון פאר די קעמלען צוליב זיין כבוד[17] די מפרשים ערקלערן נאך ביישפילן וויאזוי זי האט מיט אירע מעשים געצייגט נישט נאר א גוט הארץ, נאר אויך קלוגשאפט און דרך ארץ[18].
ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך האט ער געווארט ביז די קעמלען האבן געענדיגט טרינקען, און זעענדיג אז זי בעט אים גארנישט[19] האט אליעזר איר אהינגעגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט. און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון נחור, אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז־געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. אליעזר האט פארציילט פאר רבקה'ס פאמיליע איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון. ער האט זיי דערציילט איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען.
חז"ל דערציילן אז בתואל האט נישט איינגעשטימט צו געבן רבקה, און ער האט איר שיער מטמא געווען, איז געקומען א מלאך און אים ערמארדעט[20]. דאן האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער נאכדעם וואס אליעזר האט זיך גע'עקשנ'ט צו גיין תיכף האבן זיי באשלאסן צו רופן דאס מיידל און איר פרעגן. רבקה האט צוגעשטימט צו גיין. געצוואונגערהייט האבן זיי באגלייט אליעזר, רבקה, און איר זייגערין און איר געוואונטשן אויסערליך: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"[21]. רבקה מיט אירע באדינערינס האבן זיך ארויסגעלאזט נאך אליעזר'ן רייטנדיג אויף קעמלען.
אנקום פון רבקה קיין כנען
ווען זיי זענען אנגעקומען צום נגב אין כנען, און זעענדיג יצחק שפאצירן אין פעלד מיט א שיינענדע צורה און אויסגעשפרייטע הענט אין תפילה, איז רבקה פון פחד און שעמעדיגקייט אראפגעפאלן אדער אראפגעגאנגען פונעם קעמל[22]. זי האט געפרעגט אליעזר ווער איז דער מענטש און הערנדיג אז דאס איז יצחק האט זי פארדעקט איר קאפ אלס צניעות. אין די מפרשים ווערט ערקלערט אז עס דאן אריין אין איר א פחד פון יצחק, וואס האט צוגעברענגט אז זי האט שפעטער נישט פארגעלייגט אירע מיינונגס-פארשידענהייטן פאר איר מאן, אנדערש ווי די אנדערע אמהות[23].
יצחק, ביים זען אז זי פירט זיך בטהרה ווי זיין מאמע שרה[24] האט איר אריינגעברענגט צום געצעלט פון זיין מאמע שרה, און דארט האט ער איר געהייראט און איר ליב באקומען[25] – זייענדיג די ערשטע פרוי וואס ליבשאפט צו איר ווערט דערמאנט אין די תורה[26]. דער מדרש טייטשט דעם פסוק ”גְּמָלַתְהוּ טוֹב וְלֹא רָע” (משלי לא, ג) אויף רבקה אמנו, וועלכער האט געברענגט גוטס פאר יצחק אין זיין טרויער נאך שרה[27].
אין שטוב פון יצחק
קינדער
פונקט ווי שרה און רחל, איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן עקרה. דער מדרש זאגט אז זי האט אינגאנצן נישט געהאט קיין רֶחֶם[28]. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך אויסגעשטרעקט איינער קעגן אנדערן איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, ביידע בעטנדיג צו האבן קינדער בלויז דורך דעם אנדערן[28]. יצחק האט גענומען רבקה צום הר המוריה, די פלאץ פון זיין עקידה, צו בעטן אויף קינדער[29].
גאט האט אויסגעהערט זיין געבעט – ענדערש ווי אירע, וויבאלד זי איז געווען די טאכטער פון א רשע[30] – און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן אין איר, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן. לויט ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש, האט איין קינד פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און דער אנדערער האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול. רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט דאס נישט געקענט פארשטיין, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן אין בית המדרש פון שם ועבר[31]. גאט האט איר דאן געזאגט אז זי גייט געבוירן א צווילינג וואס גייען זיך צעטיילן פאר צוויי פעלקער וואס וועלן זיך נישט פארטראגן, אבער דער עלטערער וועט דינען דעם יונגערן. לויט א מקור, איז רבקה די צדיקת געווען די איינציגסטע פרוי צו וועם דער אויבערשטער האט גערעדט, כאטש דורך א שליח[32]. רבקה האט נישט איבערדערציילט די נבואה פאר איר מאן[33].
ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר האט זי טאקע געבוירן דאס צווילינג, יעקב און עשו. דער מדרש זאגט אז רבקה איז געווען ראוי צו געבוירן צוועלף שבטים[31], נאר עשו הרשע האט ביים געבוירן געשעדיגט איר רחם[34]. אנדערש ווי יצחק, האט רבקה דווקא ליב געהאט יעקב'ן וועלכער איז אויפגעוואקסן אן "איש תם" און געזעסן אין געצעלט און געלערנט, און איר ליבשאפט צו אים איז געשטיגן ווי מער זי האט געהערט זיין קול[35][36].
מיט אבימלך מלך גרר
אין ארץ כנען האט אויסגעבראכן א הונגער, און יצחק האט געוואלט אראפגיין קיין מצרים, אבער גאט האט זיך אנטפלעקט צו יצחק און געהייסן ער זאל נישט פארלאזן דאס לאנד, נאר גיין וואוינען אין גרר. ענליך צו וואס זיין פאטער האט געטון, האט אויך יצחק געזאגט פאר די ארטיגע מענטשן וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי רבקה אז זי איז זיין שוועסטער, אויס מורא אז מען וועט אים ערמארדן צו נעמען רבקה. דאסמאל האט שוין אבימלך מלך גרר אכטונג געגעבן און זיך נישט געאיילט איר צו נעמען[37], ווען מיט די צייט איז יצחק געווארן ווייניגער וואכזאם נישט צו צייגן אז זיי זענען פארהייראט, און אבימלך האט געזען פון פענסטער ווי יצחק און רבקה פירן זיך ווי מאן און ווייב - "וְהִנֵּה יִצְחָק מְצַחֵק אֵת רִבְקָה אִשְׁתּוֹ". ער האט גערופן יצחק, און אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז רבקה איז זיין שוועסטער, וואס האט כמעט צוגעברענגט אז ער און זיינע מענטשן זאל זינדיגן מיט רבקה. יצחק האט זיך בארעכטיגט אז ער האט ליגנט געזאגט אלס מורא אז מען וועט אים טויטן. אבימלך האט באפוילן אז יצחק און רבקה זאלן האבן קעניגליכע שוץ, און ווער עס וועט זיי טשעפען וועט באקומען טויט שטראף[38].
דאס צונעמען די ברכות
יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה, זייענדיג א נביאה[39] און הערנדיג שטענדיג אלעס וואס יצחק רעדט[40], האט איבערדערציילט יצחק'ס ווערטער פאר יעקב, און אים באפוילן צו ברענגען צוויי ציגן וואס יצחק האט איר אריינגעשריבן אין די כתובה אלס טעגליכע מתנה[41]. זי האט זיי צוגעגרייט אזויווי יצחק האט ליב. נאך וואס יעקב האט אויסגעדרוקט זארג אז יצחק וועט אויפכאפן אז ער איז נישט עשו דורכ'ן טאפן זיינע הענט און ער קען נאך באקומען א קללה אנשטאט א ברכה, האט אים רבקה געזאגט אז זי נעמט אויף זיך די קללה, פונקט ווי גא־ט האט געשאלטן די ערד, אדם'ס מוטער, פאר אדם'ס זינד[42]. זי האט אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב.
ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער לבן אין חרן פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון[43]. מיט קלוגשאפט האט זי געזאגט פאר יצחק אז זי וויל אוועקשיקן יעקב'ן כדי ער זאל טרעפן א כלה נישט פון די לאקאלע חת מוידן, וויבאלד זי קען זיי נישט דערליידן[44].
רבקה האט געטון דעם שפיל נישט נאר וויבאלד זי האט ליב געהאט יעקב מער ווי עשו, נאר אויך כדי צו אפהאלטן איר מאן פון מצדיק זיין א רשע[45], און כאטש וואס זי האט אנערקענט אז עשו איז דער גרויסער זון און יעקב דער קליינער[46]. עשו האט שפעטער גענומען חת'ישע ווייבער, וועלכע זענען נישט געפאָלן פאר יצחק און דערנאך אויך פאר רבקה, ווייל אין אנהייב איז זי נאך געווען צוגעוואוינט צו טינופת עבודה זרה פון איר טאטן'ס הויז[47].
פטירה
די תורה פארציילט נישט איבער רבקה'ס פטירה. חז"ל זאגן אז רבקה איז נפטר געווארן באלד נאך איר מינקת, דבורה[48], און די תורה דערמאנט נישט איר פטירה צוליב וואס איר לויה איז פארגעקומען אינמיטן נאכט אָן משפחה: אברהם איז שוין געווען טויט, יצחק איז געזיצן אינדערהיים, יעקב איז זיך געגאנגען צו פדן ארם, און עשו איז געווען א רשע און מ'האט נישט געוואלט ער זאל באגלייטן[34]. זי איז באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה[49], וואו עס זענען באערדיגט געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. לויט חז"ל, איז רבקה אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט. אין ספרי שטייט אז אירע יארן זענען געווען גלייך צו קהת'ס[50].
כראנאלאגיע
וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה זענען פארהאן עטליכע דעות און לויט דעם ווערט אויך צעטיילט די מיינונגען איבער איר עלטער אין אירע לעבנס־געשעענישן[51]:
- אין סדר עולם רבה[52], געברענגט אין רש"י[53], שטייט אז זי איז אלט געווען דריי יאר. כאטש דער פסוק רופט איר אן "נערה" - וְהַנַּעֲרָ טֹבַת מַרְאֶה מְאֹד[54], איז דאס וויבאלד זי איז געווען ערוואקסן און געבויט ווי א נערה[55].
- פון גמרא ווייזט אויס אז זי איז שוין געווען א פאקטישע נערה[51]. תוספות, באזירט אויפן ספרי[50], זאגן אז זי איז דאן געווען אין עלטער פון פערצן יאר.
- אין ספר הישר שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט[56] און 133 יאר ביי איר פטירה[57], מיטן חשבון אז די מעשה מיט די ברכות איז פארגעקומען פיר יאר שפעטער.
געשעעניש | די צייט און ארט | סדר עולם | ספרי[58] |
---|---|---|---|
רבקה'ס געבורט | "ובתואל ילד את רבקה" (בראשית כב, כ); "כשבא אברהם מהר המוריה (נאך עקידת יצחק) נתבשר שנולדה רבקה" (רש"י, כה, כ) | ב'פ"ה | ב'ע"ד |
רבקה'ס חתונה | "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" (כה, כ) | 3 יאר | 14 יאר |
געבורט פון יעקב און עשו | אין ניסן אדער תשרי (ראש השנה יא, א) | 23 יאר | 34 יאר |
מכירת הבכורה | אין טאג פון אברהם'ס פטירה | 38 יאר | 49 יאר |
די ברכות פון יצחק | "אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י, כז, ב) | 86 יאר | 97 יאר |
רבקה'ס פטירה | דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז דבורה (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט[59]) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה | 122 יאר | 133 יאר |
איר לויב אין חז"ל
אין מדרש שטייט אז אויף רבקה איז געזאגט געווארן ”כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים” (שיר השירים ב, ב), זייענדיג א טאכטער פון א פאפּער, א שוועסטער פון לבן הארמי, פון א פלאץ פון פאפּערס, "והצדקת הזאת, יצאה מבינותם"[60]. זי ווערט אויסגערעכנט צווישן די 22 "נשים כשרות" וועלכע זענען געווען אויף דער וועלט[61]
דער מדרש ברענגט דריי נסים וועלכע זענען אנגעגאנגען ביי שרה וועלכע האבן זיך אויפגעהערט נאך איר פטירה, און ווען רבקה איז אנגעקומען זענען זיי צוריקגעקומען: די ליכט פון ערב שבת האבן געברענט א גאנצע וואך, עס איז געווען א ברכה אין די טייג, און א וואלקן האט געהויערט איבער'ן געצעלט[24]. לויט'ן זוהר איז עס געווען די שכינה וואס האט גערוט דארט[62]
אין זוהר שטייט אז רבקה האט געהאט די געשטאלט פון שרה[62]. לויט אן אנדער מקור האט זי געהאט די שיינקייט פון חוה[63]. אויך ביי אבישג השונמית שטייט אז זי איז געווען גאר שיין, אבער רבקה איז געווען נאך שענער[64].
צו ליינען מער
- אספקלריא ר רבקה
- שני לוחות הברית, תורה שבכתב, חיי שרה
- עזרא חילו, "בענין זמן עקידת יצחק ולידת רבקה אמנו ושנותיה בשעת נשואיה", קונטרס סדרי עזרא, תשע"ז, עמ' כח, אויף אוצר החכמה
רעפערענצן
- ↑ בראשית כד, טז; יח–יט; כה
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כב, כג
- ↑ ליאורה רביד, התנ"ך היה באמת, תל אביב, ידיעות אחרונות, 2009, עמ' 149.
- ↑ שמואל אפרים ליונשטם, "רבקה", האנציקלופדיה המקראית (באנד 7, עמ' 323), מוסד ביאליק, ירושלים; גשר מפעלים חינוכיים, רבקה, אויף מטח זייטל
- ↑ אבינועם ספיר, מה מסתיר התנ"ך, הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98
- ↑ לויט רוב מקורות (ווי פרקי דרבי אליעזר, פרק ט"ז; ספר הישר, חיי שרה ). לויט איין דעה איז איר היימשטאט געווען אור כשדים (רד"ק, בראשית כד, י).
- ↑ זעט כראנאלאגיע
- ↑ פענח רזא, בכור שור, און חזקוני אויף בראשית כה, כ
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ז, פסקה ג'
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ח, פסקה ב'
- ↑ רש"י, בראשית כב, כג
- ↑ קאַפּיטל כ"ד
- ↑ יומא כח, ב
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק ט"ז
- ↑ מלבי"ם, בראשית כד, טו
- ↑ רבי יצחק אדרבי, דברי שלום, ווארשא, תרנ"ג, עמ' 34
- ↑ של"ה דרך חיים
- ↑ צום ביישפיל, זעט: בית הלוי, פרשת חיי שרה
- ↑ ספורנו, בראשית כד, כב
- ↑ ילקוט שמעוני, חיי שרה, רמז ק"ט; מסכת סופרים, פרק כ"א, הלכה ט'. זעט מדוע בתואל ניסה לעכב את נישואי רבקה, אויף "חידוש".
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה י"ג
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ו
- ↑ העמק דבר, בראשית כד, סה. זעט אויך ספורנו, דארט.
- ↑ 24.0 24.1 בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ז
- ↑ בראשית כד, סז
- ↑ זעט רד"ק, כד, סז אז דאס איז געווען מער ווי א געווענליכע אהבה, צוליב די מעלות וואס ער האט געזען אין איר.
- ↑ מדרש משלי (באבער), פרשה לא
- ↑ 28.0 28.1 בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ה'
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ב
- ↑ יבמות סד, א; זעט אויך אור החיים, בראשית כה, כ, ד"ה בת בתואל
- ↑ 31.0 31.1 בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ו'
- ↑ מדרש תהלים, מזמור ט. זעט אבער תלמוד ירושלמי, מסכת סוטה, פרק ז', הלכה א' און בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ז' און רש"י דארט, אז עס גייט אויף שרה.
- ↑ רמב"ן, בראשית כז, ד
- ↑ 34.0 34.1 מדרש תנחומא פרשת כי תצא פיסקא ד'
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י'
- ↑ זעט אור החיים, כז, יג טעמים צו איר ליבשאפט.
- ↑ רמב"ן, בראשית כו, א.
- ↑ בראשית כו, א–יב
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ז, פסקה ט'
- ↑ אור החיים, בראשית כז, ה–ו
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה י"ד
- ↑ מדרש אגדה (באבער) בראשית כז, יג
- ↑ קאַפּיטל כ"ז
- ↑ רשב"ם, בראשית כז, מו
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה ו'
- ↑ רמב"ן, בראשית כז, טו
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה ד'
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"א, פסקה ה'
- ↑ בראשית מט, לא
- ↑ 50.0 50.1 ספרי אויף דברים לד, ז (פיסקא שנז).
- ↑ 51.0 51.1 ראשונים, יבמות סא, ב
- ↑ פרק א
- ↑ רש"י, בראשית כה, כ (אויך געברענגט אין מדרש אגדה (באבער) פרשת חיי שרה כה, כ).
- ↑ כד, טז
- ↑ גור אריה, בראשית כה, כ
- ↑ ספר הישר, חיי שרה ג
- ↑ ספר הישר, וישלח טז
- ↑ זעט דעת זקנים, בראשית כה, כ
- ↑ בראשית לה, ח
- ↑ שיר השירים רבה, פרשה ב', פסקה ב', געברענגט אין רש"י, כה, ב, ד"ה בת בתואל.
- ↑ בראשית רבתי, פרשת חיי שרה
- ↑ 62.0 62.1 ספר הזוהר, פרשת חיי שרה, דף קל"ג, עמוד א'
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כד, טז
- ↑ מדרש הגדול אויף בראשית כד, טז
ספר בראשית | ||
---|---|---|
פרשת בראשית | בריאת העולם • חטא עץ הדעת • רקיע • מים העליונים • בריאת אדם וחוה • אדם און חוה • נחש הקדמוני • קללת האדם והאשה • קין און הבל • שירת למך • בני האלהים | |
פרשת נח | תיבת נח • מבול • שכרות נח • ברית הקשת • תולדות בני נח • מגדל בבל | |
פרשת לך לך | אברהם'ס רייזע צו כנען • אברהם'ס אראפגאנג קיין מצרים • מריבת רועי אברהם ורועי לוט • מלחמת המלכים • מלכי צדק • בריחת הגר ולידת ישמעאל • ברית בין הבתרים • ברית המילה | |
פרשת וירא | בשורת הבן לשרה • מהפכת סדום ועמורה • בנות לוט • ירידת אברהם לגרר • גירוש הגר וישמעאל • ברית אברהם ואבימלך • עקידת יצחק • עשרה נסיונות | |
פרשת חיי שרה | רכישת מערת המכפלה • מציאת אישה ליצחק • אברהם און קטורה • תולדות ישמעאל | |
פרשת תולדות | לידת יעקב ועשו • מכירת הבכורה • ירידת יצחק לגרר • הריב על הבארות • ברית יצחק ואבימלך • ברכות יצחק • בריחת יעקב מעשו | |
פרשת ויצא | יעקב'ס חלום • נישואי יעקב עם רחל ולאה • מסירת הסימנים על ידי רחל • לידת בני יעקב • געשיכטע פון די דודאים • בריחת יעקב מלבן • ברית יעקב ולבן | |
פרשת וישלח | פגישת יעקב ועשו • מאבק יעקב והמלאך • געשיכטע פון שכם און דינה • געשיכטע פון שמעון און לוי • קיום הנדר בבית אל • פטירה און קבורה פון רחל • געשיכטע פון ראובן און בלהה • תולדות עשו • שמונת מלכי אדום | |
פרשת וישב | מכירת יוסף • געשיכטע פון יהודה און תמר • געבורט פון פרץ און זרח • יוסף און אשת פוטיפר • חלומות פון שר המשקים און שר האופים | |
פרשת מקץ | פרעה'ס חלומות • מינוי יוסף למושל מצרים • זיבן זאטע יארן • שבע שנות הרעב במצרים • אראפגאנג פון יוסף'ס ברידער קיין מצרים | |
פרשת ויגש | יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער • יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים • יורדי מצרים • מכירת ארץ מצרים לפרעה | |
פרשת ויחי | שבועת יוסף ליעקב • ברכת אפרים ומנשה • המלאך הגואל • ברכת יעקב • מות יעקב וקבורתו | |
צענטראלע פערזאנען | אדם און חוה • קין און הבל • נח • אברהם און שרה • לוט • הגר און ישמעאל • יצחק אבינו און רבקה • עשו • יעקב, רחל און לאה • ראובן • שמעון • לוי • יהודה • תמר • יוסף • אפרים און מנשה |