אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת סוכה"
ק (←פרקים און אינהאלט: טעות סופר) |
ק (←נאמען און ארט אין סדר מועד: הגהה) |
||
(16 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|זעקסטע מסכתא פון סדר מועד}} | |||
{{מסכתא | |||
| בילד = Sukkah in Tel Aviv.jpg | |||
| קאפציע = א סוכה אין תל אביב | |||
| סדר = [[סדר מועד|מועד]] | |||
| משניות = 53 | |||
| פרקים = 5 | |||
| בבליבלעטער = 55 | |||
| ירושלמיבלעטער = 26 | |||
| תוספתא = 4 | |||
| פריער = [[מסכת יומא|יומא]] | |||
| קומענדיגער = [[מסכת ביצה|ביצה]] | |||
}} | |||
[[טעקע:First page of Sukkah Tractate.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=סוכה ב,א|דער ערשטער עמוד אין מסכת סוכה]] | [[טעקע:First page of Sukkah Tractate.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=סוכה ב,א|דער ערשטער עמוד אין מסכת סוכה]] | ||
'''מסכת סֻכָּה''' איז די זעקסטע [[מסכתא]]{{הערה|לויטן סדר אין משניות, זעט ווייטער}} אין [[סדר מועד]], דער צווייטער סדר אין [[משניות]]. די מסכתא באהאנדלט די הלכות פון [[יום טוב]] [[סוכות]], ווי די מצוה פון [[סוכה]] און די [[ארבעה מינים]]. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פינף פרקים, וואס אין זיי 53 משניות. | '''מסכת סֻכָּה''' איז די זעקסטע [[מסכתא]]{{הערה|לויטן סדר אין משניות, זעט ווייטער}} אין [[סדר מועד]], דער צווייטער סדר אין [[משניות]]. די מסכתא באהאנדלט די הלכות פון [[יום טוב]] [[סוכות]], ווי די מצוה פון [[סוכה]] און די [[ארבעה מינים]]. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פינף פרקים, וואס אין זיי 53 משניות. | ||
שורה 5: | שורה 18: | ||
==נאמען און ארט אין סדר מועד== | ==נאמען און ארט אין סדר מועד== | ||
דער נאמען פון | דער נאמען פון דער מסכתא ווערט געשריבן מלא, מיט א ו' נאכן ס'. כאטש אין די תורה שטייט עס אלעמאל חסר, "סכה", טרעפט מען אבער אויף איין פלאץ{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|עו|ג}}}} {{ציטוטון|וַיְהִי בְשָׁלֵם סֻכּוֹ}}, וואס אין טייל ספרים קומט עס מלא{{הערה|{{בבלי|סוכה|ב|א|מפרש=חשק שלמה}} (געדרוקט אין ש"ס [[עוז והדר]] מהדו' פריעדמאן, ירושלים תשס"ו, אינעם מדור "ילקוט מפרשים החדש")}}. דער [[ווילנער גאון]] האט געזאגט אז אין דער מסכתא (אריינגערעכנט די [[תוספתא]] און [[תלמוד בבלי]] און [[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]]) ווערן דערמאנט 85 סוכות וועלכע זענען פסול, ווי דער [[גימטריא]] פון סכה, און 91 וועלכע זענען כשר, ווי דער צאל פון סוכה{{הערה|פאת השולחן, הקדמה}}. | ||
דער [[רמב"ם]] ערקלערט{{הערה|[[פירוש המשניות פונעם רמב"ם|פירוש המשניות]], הקדמה}}, אז נאך די הלכות פון שבת, פסח, שקלים און יום כיפור, וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז געקומען די רייע צו ענדיגן אויסשמועסן די הלכות פון [[שלש רגלים]]. | דער [[רמב"ם]] ערקלערט{{הערה|[[פירוש המשניות פונעם רמב"ם|פירוש המשניות]], הקדמה}}, אז נאך די הלכות פון שבת, פסח, שקלים און יום כיפור, וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז געקומען די רייע צו ענדיגן אויסשמועסן די הלכות פון [[שלש רגלים]]. לויט'ן סדר ווי זיי ווערן דערמאנט אין דער תורה וואלט [[שבועות]] (וואס האט נאר די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב, באהאנדלט אין [[מסכת ביצה]]) געקומען פריער, אבער צוליב די פילע מצוות פון יום טוב סוכות האט מען געפעדערט מסכת סוכה. אין [[אגרת רב שרירא גאון]] שטייט אן אנדער טעם, אז מען האט געשטעלט מסכת סוכה נאך [[מסכת יומא]] וויבאלד סוכות קומט זאפארט נאך יום כיפור. | ||
אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז געטוישט דער סדר, און מסכת סוכה איז געשטעלט אלס די זיבעטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן [[מסכת יומא]] און [[מסכת ביצה]]. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער{{הערה|[http://daf-yomi.com/Data/UploadedFiles/DY_Item/24513-sFile.pdf הקדמה למסכת יומא], פון [[מאורות הדף היומי]].}}. | אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז געטוישט דער סדר, און מסכת סוכה איז געשטעלט אלס די זיבעטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן [[מסכת יומא]] און [[מסכת ביצה]]. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער{{הערה|[http://daf-yomi.com/Data/UploadedFiles/DY_Item/24513-sFile.pdf הקדמה למסכת יומא], פון [[מאורות הדף היומי]].}}. | ||
שורה 14: | שורה 27: | ||
==פרקים און אינהאלט== | ==פרקים און אינהאלט== | ||
מסכת סוכה פארמאגט פינף פרקים: | מסכת סוכה פארמאגט פינף פרקים: | ||
<ol style="list-style-type: hebrew;"> | <ol style="list-style-type: hebrew;"> | ||
שורה 30: | שורה 42: | ||
עס איז כדאי צו לערנען די מסכתא דורכאויס די טעג פון סוכות{{הערה|של"ה, מסכת שבועות סוף פרק נר מצוה; אור מלא, הקדמה להוצאה שניה עמוד י'.}}, אדער אנגעהויבן באלד נאך יום כיפור{{הערה|{{ערוך השולחן|אורח חיים|תרכד|ז}}; עליות אליהו, הערה מ"ח.}}. די מסכתא איז געאייגנט צוצוברענגען א מענטש צו די געהויבענע [[תשובה]] וואס פאדערט זיך אין די טעג{{הערה|שם משמואל, מוצאי יום הכיפורים תרפ"א עמוד קל"ב}}. | עס איז כדאי צו לערנען די מסכתא דורכאויס די טעג פון סוכות{{הערה|של"ה, מסכת שבועות סוף פרק נר מצוה; אור מלא, הקדמה להוצאה שניה עמוד י'.}}, אדער אנגעהויבן באלד נאך יום כיפור{{הערה|{{ערוך השולחן|אורח חיים|תרכד|ז}}; עליות אליהו, הערה מ"ח.}}. די מסכתא איז געאייגנט צוצוברענגען א מענטש צו די געהויבענע [[תשובה]] וואס פאדערט זיך אין די טעג{{הערה|שם משמואל, מוצאי יום הכיפורים תרפ"א עמוד קל"ב}}. | ||
===פראמינענטע סוגיות=== | ===פראמינענטע סוגיות=== | ||
* [[תעשה ולא מן העשוי]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|יא|א|אן=מסכת}}}} | {{טורים|* [[תעשה ולא מן העשוי]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|יא|א|אן=מסכת}}}} | ||
* [[פרוץ כעומד]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|טו|א|אן=מסכת}}}} | * [[פרוץ כעומד]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|טו|א|אן=מסכת}}}} | ||
* [[לבוד]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|טז|ב|אן=מסכת}}}} | * [[לבוד]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|טז|ב|אן=מסכת}}}} | ||
שורה 49: | שורה 61: | ||
* [[שירת הלויים]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|נ|א|אן=מסכת}}}} | * [[שירת הלויים]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|נ|א|אן=מסכת}}}} | ||
* [[תדיר ושאינו תדיר]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|נו|א|אן=מסכת}}}} | * [[תדיר ושאינו תדיר]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|נו|א|אן=מסכת}}}} | ||
}} | |||
===מפרשים=== | ===מפרשים=== | ||
שורה 58: | שורה 71: | ||
* [[ריטב"א]] | * [[ריטב"א]] | ||
* מאירי - [[בית הבחירה למאירי|בית הבחירה]] | * מאירי - [[בית הבחירה למאירי|בית הבחירה]] | ||
* [[רבי ישעיה די טראני|תוספות רי"ד]] | |||
* [[רא"ש|תוספות הרא"ש]] | * [[רא"ש|תוספות הרא"ש]] | ||
* כפות תמרים, פון [[רבי משה בן חביב]] | * כפות תמרים, א ספר באזונדער אויף די מסכתא פון [[רבי משה בן חביב]] | ||
* [[פני יהושע]], פון [[רבי יעקב יהושע פאלק]] | * [[פני יהושע]], פון [[רבי יעקב יהושע פאלק]] | ||
* ציון לנפש חיה (צל"ח), פון [[רבי יחזקאל לאנדא]] | * ציון לנפש חיה (צל"ח), פון [[רבי יחזקאל לאנדא]] | ||
* שמן רוקח, פון [[רבי אלעזר לעוו]] | * שמן רוקח, פון [[רבי אלעזר לעוו]] | ||
* חידושי [[רבי משה סופר|חת"ם סופר]] | |||
* [[ערוך לנר]], פון [[רבי יעקב עטלינגער]] | * [[ערוך לנר]], פון [[רבי יעקב עטלינגער]] | ||
* עמק סוכות, א ספר באזונדער אויף די מסכתא פון [[רבי משה בצלאל לוריא]] | |||
מסכת סוכה איז געווען פון די ערשטע מסכתות אויף וועלכע עס איז ארויסגעגעבן געווארן דער "אוצר מפרשי התלמוד", א פראיעקט פון [[מכון ירושלים]] צו זאמלען די פארשידענע פירושים און חידושים און זיי אפשרייבן אין קורצן אויפן סדר. | |||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
* א' וולפיש, '''הסוכה ומשל העבד: החידה שבפשר''', מחקרי ירושלים בספרות עברית כרך כג (תש"ע) עמ' 77–98. | * א' וולפיש, '''הסוכה ומשל העבד: החידה שבפשר''', מחקרי ירושלים בספרות עברית כרך כג (תש"ע) עמ' 77–98. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
{{מסכתא לינקס}} | {{מסכתא לינקס}} | ||
* | * [https://tablet.otzar.org/#/b/176550/p/5/t/1699465195930/fs/0/start/0/end/0/c "מפרשי האוצר" אויף מסכת סוכה], אויף [[אוצר החכמה]] | ||
* {{ | * {{המילון ההיסטורי|תלמוד בבלי, מסכת סוכה|80017}} | ||
* {{ | * {{אייוועלט|26826|קושיות והערות על שיעור היום - מסכת סוכה}} | ||
* [https://daf-yomi.com/dafyomi.aspx?d=9&m=7&y=2021 {{בלאטנאמען}}] אויף פורטל הדף היומי | * [https://daf-yomi.com/dafyomi.aspx?d=9&m=7&y=2021 {{בלאטנאמען}}] אויף פורטל הדף היומי | ||
* [https://tora-forum.co.il/forums/סוכה.87/ סוכה] אויף "פורום לתורה" | * [https://tora-forum.co.il/forums/סוכה.87/ סוכה] אויף "פורום לתורה" | ||
* {{מרחב}} | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:16, 4 אויגוסט 2024
מסכתא פון משניות און גמרא | |
א סוכה אין תל אביב | |
סדר: | מועד |
---|---|
צאל פון משניות: | 53 |
פרקים: | 5 |
תלמוד בבלי בלעטער: | 55 |
תלמוד ירושלמי בלעטער: | 26 |
תוספתא פרקים: | 4 |
מסכת סֻכָּה איז די זעקסטע מסכתא[1] אין סדר מועד, דער צווייטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט די הלכות פון יום טוב סוכות, ווי די מצוה פון סוכה און די ארבעה מינים. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פינף פרקים, וואס אין זיי 53 משניות.
די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 55 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.
נאמען און ארט אין סדר מועד
דער נאמען פון דער מסכתא ווערט געשריבן מלא, מיט א ו' נאכן ס'. כאטש אין די תורה שטייט עס אלעמאל חסר, "סכה", טרעפט מען אבער אויף איין פלאץ[2] ”וַיְהִי בְשָׁלֵם סֻכּוֹ”, וואס אין טייל ספרים קומט עס מלא[3]. דער ווילנער גאון האט געזאגט אז אין דער מסכתא (אריינגערעכנט די תוספתא און תלמוד בבלי און ירושלמי) ווערן דערמאנט 85 סוכות וועלכע זענען פסול, ווי דער גימטריא פון סכה, און 91 וועלכע זענען כשר, ווי דער צאל פון סוכה[4].
דער רמב"ם ערקלערט[5], אז נאך די הלכות פון שבת, פסח, שקלים און יום כיפור, וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז געקומען די רייע צו ענדיגן אויסשמועסן די הלכות פון שלש רגלים. לויט'ן סדר ווי זיי ווערן דערמאנט אין דער תורה וואלט שבועות (וואס האט נאר די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב, באהאנדלט אין מסכת ביצה) געקומען פריער, אבער צוליב די פילע מצוות פון יום טוב סוכות האט מען געפעדערט מסכת סוכה. אין אגרת רב שרירא גאון שטייט אן אנדער טעם, אז מען האט געשטעלט מסכת סוכה נאך מסכת יומא וויבאלד סוכות קומט זאפארט נאך יום כיפור.
אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז געטוישט דער סדר, און מסכת סוכה איז געשטעלט אלס די זיבעטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן מסכת יומא און מסכת ביצה. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער[6].
רבי מנחם המאירי דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים זענען אויסגעשטעלט לויט זייער צייט אין יאר אנגעהויבן פון ראש השנה, און מסכת סוכה איז אלזא צווישן מסכת יומא און מסכת פסחים[7].
פרקים און אינהאלט
מסכת סוכה פארמאגט פינף פרקים:
- סוכה – דער פרק באהאנדלט דאס געבוי פון די סוכה, אריינגערעכנט די הלכות פון סכך. עס ווערט דערביי באטאנט אז אויך ווען די סוכה איז ריכטיג אויפגעשטעלט קען עס זיין פסול, אויב האט מען עס נישט געמאכט מיט די נויטיגע כוונה. דער פרק פארמאגט עלף משניות[8].
- הישן תחת המטה – דער פרק באהאנדלט די מצוה פון ישיבת סוכה, עסן און שלאפן אין סוכה. עס ווערט דערביי אויסגעשמועסט ווער עס איז פטור, און פעלער אין וועלכע מען איז נישט יוצא די מצוה אויך וויילנדיג אין א כשר'ע סוכה. דרך אגב ווערן נאך צוגעענדיגט עטליכע הלכות איבער דאס געבוי פון די סוכה: וועלכע סארט ווענט זענען כשר, וויאזוי די סכך קען זיין ארויפגעשטעלט, און אויף וועלכן ארט די סוכה קען ווערן פלאצירט. דער פרק פארמאגט 9 משניות.
- לולב הגזול – דער פרק געבט זיך אפ מיט די הלכות פון די ארבעה מינים - לולב, הדס, ערבה און אתרוג: ווען זיי זענען פסול, וויפיל צו נעמען פון יעדן מין, און וויאזוי זיי צו בינדן. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די הלכות פון די נענועים ביי הלל, וואס צו טון ווען מען האט נישט געהאט די מינים ביי הלל, און דרך אגב עטליכע דינים פון הלל אין אלגעמיין. דערנאך ווערט דערמאנט וויאזוי צו קויפן די מינים אין שמיטה, וועלכע טעג די מצוה גייט אן, און וואס איז ווען עס געפאלט אין שבת. עס פירט אויס מיט דער שיעור פון ווען א קטן דארף אויספירן די מצוה. דער פרק פארמאגט פופצן משניות.
- לולב וערבה – דער פרק שליסט די טעמע פון נטילת לולב אין שבת. דערנאך ווערן אויסגעשמועסט די באזונדערע מצוות פון דעם יום טוב וועלכע זענען אנגעגאנגען אין בית המקדש: הקפת מזבח און ניסוך המים. דרך אגב ווערט דערמאנט אין וועלכע טעג עס זענען פארהאן די חיובים פון הלל און שלמי שמחה. דער פרק פארמאגט צען משניות.
- החליל – דער פרק שילדערט דעם שמחת בית השואבה. דרך אגב ווערט דערמאנט וויפיל מאל מען האט געבלאזן אין בית המקדש אין פארשידענע טעג דורכאויס דעם יאר. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיטן צאל פון די קרבנות פון יום טוב און וויאזוי זיי זענען געווארן אויסגעטיילט צווישן די משמרות, שליסנדיג מיט פארשידענע הלכות פון די משמרות אין אלגעמיין. דער פרק פארמאגט אכט משניות.
תלמוד בבלי
לויט פארשידענע מקורות, איז לערנען די מסכתא מסוגל צו באשיצן פון מחלוקת און פיינט[9], און פון די חיצונים[10]. אסאך צדיקים האבן געהאלטן מסכת סוכה אלס זייער "עולם הבא מסכתא" און עס געלערנט יעדן טאג[11].
עס איז כדאי צו לערנען די מסכתא דורכאויס די טעג פון סוכות[12], אדער אנגעהויבן באלד נאך יום כיפור[13]. די מסכתא איז געאייגנט צוצוברענגען א מענטש צו די געהויבענע תשובה וואס פאדערט זיך אין די טעג[14].
פראמינענטע סוגיות
- תעשה ולא מן העשוי[15]
- פרוץ כעומד[16]
- לבוד[17]
- עוסק במצוה[18]
- פסול נעבד[19]
- מצוה הבאה בעבירה[20]
- קרקע אינה נגזלת[21]
- כתותי מיכתת שיעוריה[22]
- דיחוי[23]
- בל תוסיף[24]
- שומע כעונה[25]
- עובר לעשייתן[26]
- איסור סחורה מיט פירות שביעית[27]
- מצוות צריכות כוונה[28]
- חינוך[28]
- שהחיינו[29]
- הוקצה למצותו[30]
- שירת הלויים[31]
- תדיר ושאינו תדיר[32]
מפרשים
רש"י און אנדערע מפרשים האבן מאריך געווען אין מסכת סוכה און עירובין מער ווי אין אנדערע מסכתות, וויבאלד זיי רעדן זיך פון אזעלכע דינים ווי גוד אסיק, לבוד, דופן עקומה, לחי און קורה, וואס זייערע אויסשטעלן און סברות זענען ווייט פון מענטשליכע פארשטאנד[33].
וויכטיגע מפרשים אויף מסכת סוכה נעמען אריין, צווישן אנדערע:
- רמב"ן
- רשב"א
- ריטב"א
- מאירי - בית הבחירה
- תוספות רי"ד
- תוספות הרא"ש
- כפות תמרים, א ספר באזונדער אויף די מסכתא פון רבי משה בן חביב
- פני יהושע, פון רבי יעקב יהושע פאלק
- ציון לנפש חיה (צל"ח), פון רבי יחזקאל לאנדא
- שמן רוקח, פון רבי אלעזר לעוו
- חידושי חת"ם סופר
- ערוך לנר, פון רבי יעקב עטלינגער
- עמק סוכות, א ספר באזונדער אויף די מסכתא פון רבי משה בצלאל לוריא
מסכת סוכה איז געווען פון די ערשטע מסכתות אויף וועלכע עס איז ארויסגעגעבן געווארן דער "אוצר מפרשי התלמוד", א פראיעקט פון מכון ירושלים צו זאמלען די פארשידענע פירושים און חידושים און זיי אפשרייבן אין קורצן אויפן סדר.
צו ליינען מער
- א' וולפיש, הסוכה ומשל העבד: החידה שבפשר, מחקרי ירושלים בספרות עברית כרך כג (תש"ע) עמ' 77–98.
דרויסנדיגע לינקס
- משניות, תוספתא, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, פון מסכת סוכה אויף שיתופתא
- מסכת סוכה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- מסכת סוכה – צורת הדף, טעקסט, און מפרשים, אויף היברובוקס
- ספרים אויף מסכת סוכה, אויף אוצר הספרים היהודי השיתופי
- משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רי"ף, אויף על התורה זייטל
- מסכת סוכה – שינויי נוסחאות, מאנוסקריפטן און ערשטע דריקן, אויפ'ן "הכי גרסינן" וועבזייטל
- "מפרשי האוצר" אויף מסכת סוכה, אויף אוצר החכמה
- תלמוד בבלי, מסכת סוכה, אין היסטאָרישער ווערטערבוך פּראָיעקט פון דער אקאדעמיע פאר דער העברעאישער שפראך, מיט לעקסיקאלע אנאליטיק
- "קושיות והערות על שיעור היום - מסכת סוכה", אשכול אויף אייוועלט
- מסכת סוכה אויף פורטל הדף היומי
- סוכה אויף "פורום לתורה"
- זוך אויף מסכת סוכה אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ לויטן סדר אין משניות, זעט ווייטער
- ↑ תהלים עו, ג
- ↑ חשק שלמה, סוכה ב, א (געדרוקט אין ש"ס עוז והדר מהדו' פריעדמאן, ירושלים תשס"ו, אינעם מדור "ילקוט מפרשים החדש")
- ↑ פאת השולחן, הקדמה
- ↑ פירוש המשניות, הקדמה
- ↑ הקדמה למסכת יומא, פון מאורות הדף היומי.
- ↑ בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת סוכה
- ↑ דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
- ↑ רבי נחמן מברסלב, ספר המידות, ערך מריבה אות נ"ז; רבי חיים אלעזר שפירא, דברי תורה, מהדורא ז' אות מ"ט, אין נאמען פון גאוני וצדיקי אשכנז; שו"ת משנה שכיר, אורח חיים חלק ב' סימן קצ"א.
- ↑ שם משמואל, סוכות תרע"ב עמוד קל"ה
- ↑ רבי משה האלבערשטאם פון בארדיוב (נזר הקודש, מנהגי בית ראפשיץ, עמוד קפ"ג); רבי חנה האלבערשטאם פון קאלשיץ (דברי חנה השלם, חלק ב' עמוד ס"ט); רבי חיים אלעזר שפירא פון מונקאטש (דרכי חיים ושלום, אות כ"ה). זעט אויך שפע חיים, ירח האיתנים חלק ב' עמוד רפ"ה.
- ↑ של"ה, מסכת שבועות סוף פרק נר מצוה; אור מלא, הקדמה להוצאה שניה עמוד י'.
- ↑ רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תרכ"ד, סעיף ז'; עליות אליהו, הערה מ"ח.
- ↑ שם משמואל, מוצאי יום הכיפורים תרפ"א עמוד קל"ב
- ↑ יא, א
- ↑ טו, א
- ↑ טז, ב
- ↑ כה, א
- ↑ כט, ב
- ↑ ל, א
- ↑ לא, א
- ↑ לא, ב
- ↑ לג, א
- ↑ לו, ב
- ↑ לח, ב
- ↑ לט, א
- ↑ מ, ב
- ↑ 28.0 28.1 מב, א
- ↑ מו, א
- ↑ מו, ב
- ↑ נ, א
- ↑ נו, א
- ↑ מנהגי מהרי"ל, הלכות חג הסוכות אות ז'
מסכתות ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ברכות (ב י) • פאה (י) • דמאי (י) • כלאיים (י) • שביעית (י) • תרומות (י) • מעשרות (י) • מעשר שני (י) • חלה (י) • ערלה (י) • ביכורים (י) | |
מועד | שבת (ב י) • עירובין (ב י) • פסחים (ב י) • שקלים (י) • יומא (ב י) • סוכה (ב י) • ביצה (ב י) • ראש השנה (ב י) • תענית (ב י) • מגילה (ב י) • מועד קטן (ב י) • חגיגה (ב י) | |
נשים | יבמות (ב י) • כתובות (ב י) • נדרים (ב י) • נזיר (ב י) • סוטה (ב י) • גיטין (ב י) • קידושין (ב י) | |
נזיקין | מסכת נזיקין: בבא קמא (ב י) • בבא מציעא (ב י) • בבא בתרא (ב י) • סנהדרין (ב י) • מכות (ב י) • שבועות (ב י) • עדיות • עבודה זרה (ב י) • אבות • הוריות (ב י) | |
קדשים | זבחים (ב) • מנחות (ב) • חולין (ב) • בכורות (ב) • ערכין (ב) • תמורה (ב) • כריתות (ב) • מעילה (ב) • תמיד (ב) • מדות • קינים | |
טהרות | כלים • אהלות • נגעים • פרה • טהרות • מקואות • נדה (ב י) • מכשירין • זבים • טבול יום • ידים • עוקצין | |
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי
|
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |