אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אשדוד"
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{Coord|31.79550745|34.64966134|display=title}}{{דעסקריפציע||ענגליש = city in Israel|העב=עיר בישראל|דייטש=Stadt in Israel|}} | |||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|נאמען=אַשדוד | |נאמען=אַשדוד | ||
שורה 69: | שורה 70: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אשדוד]] | [[he:אשדוד]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ישובים אין מדינת ישראל]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:11, 30 יוני 2024
|
אַשדוד איז א שטאט אין דער דרום דיסטריקט אין ארץ ישראל, דער אשדוד פארט איז דארט פלאצירט, דער גרעסטער פארט אין גאנץ ארץ ישראל, די שטח איז גרויס 60,000 דונאם. ער איז געגרינדעט אין 1956 און איז געווארן אַ שטאָט אין 1968. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק אין דעצעמבער 2015 זענען געווען אין אשדוד 220,174 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 1.1 פראצענט. רוב זענען אידן.
אַשדוד איז דער זעקסטע גרעסטע שטאָט אין באַפעלקערונג אין ישראל. די שטאָט ליגט אויפן ברעג פונעם מיטלענדישן ים, דרום פון יבנה, צפון פון אשקלון און מערב פון גדרה.
אין אשדוד וואוינט די דריטע גרעסטע פרומע קהילה אין ישראל, מיט 60,000 חרדישע באוואוינער.[1] דער פיטסבורגער רבי און דער טאלנא-אשדוד רבי האבן זייער הויף אין אשדוד. 8,000 גערער חסידים וואוינען אין אשדוד, 6,000 בעלזער חסידים און 4,000 וויזשניצער חסידים (אין קווארטאל 7).[2]
אַשדוד הייסט נאָך איינער פון די פינף שטעט פון די פלשתים. מער פון די פרי טעג איז געווען אַ פּאָרט שטאָט און איינער פון די אנגעזעענסטע סימבאָלס פון דער שטאָט איז אַ פּאָרט פון אַשדוד, איינער פון די דריי אינדוסטריעלע פּאָרטן פון מדינת ישראל (צוזאמען מיט די חיפה און אילת פארטן).
שוין פון אנפאנג, איז אַשדוד געווארן אַ שטאָט וואס נעמט אריין אימיגראנטן און איז געבויט געווארן דורך אימיגראנטן,
געשיכטע
אוראלט אשדוד
בערך זעקס מייל דרום־מזרח פון דער שטאָט איז אַן ארכעאלאגישער פּלאַץ, תל אַשדוד, וואו פאַרצייטיקע באזעצונגען בלייבן געהאלטן אין די געגנט.
אראבישער יישוב
אין 1596 איז געווען אינעם געגנט אַן אַראַביש דאָרף איסדוד, מיט אַ באַפעלקערונג פון 430 מענטשן. זיין אָרט ביים ים האט געברענגט צו אַ פאַרגרעסערטער וויכטיגקייט אין די אָטאָמאַנישע צייטן, ווען דער יישוב האט זיך אנטוויקלט צו א שטאָט, מיט א כאַן. אין אנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט איז דער יישוב שוין געווארן א שטעטל, מיט א באַפעלקערונג פון 5,000 מענטשן, וואס האבן געמאכט פרנסה פון לאנדווירטשאפט און האנדל, און דער יישוב איז געווארן אַ שטאָטישער צענטער פאר די ארומיגע דערפער. אין מאי 1948, נאָך דעפ בריטישן מאַנדאַט און די פּראָקלאַמאַציע פון מדינת ישראל האט די עגיפטישע ארמיי אינוואדירט און צוגעקומען ביזן "עד הלום" בריק. די עגיפטישע קראפטן האבן זיך צוריקגעצויגן דעם 28סטן אקטאבער 1948 צוזאמען מיט א מערהייט פון די איינוואוינער. בערך 300 איינוואוינער זענען געבליבן און האבן געוויזן ווייסע פענער, אָבער זענען פארטריבן אן עזה באַלד דערנאָך.
טוריזם
טוריזם אין אַשדוד איז געווען זייער קליין ביז 2000.
קיין אַשדוד קומען אן טוריסטן יעדן זומער, בעיקר פון פראַנקרייך, וואס האבן געקויפט דירות איבער דער שטאָט.
ספּאָרט אין אַשדאָד
- די שטאָט קוישבאל גרופע איז מכבי אשדוד.
- די שטאָט פוסבאל גרופע איז מכבי עירוני אשדוד.
צווילינג שטעט
- באַהיאַ בלאַנקאַ, ארגענטינע
- לאס אנדזשעלעס, פאראייניגטע שטאטן
- באָרדא, פראַנקרייך
- טאַמפּאַ, פאראייניגטע שטאטן
- שפּאַנדאַו, דייטשלאנד
- וווהאַן, כינע
רעפערענצן
וועבלינק
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: אשדוד |
ראט פארזיצערס און בירגערמייסטערס פון אשדוד | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!