אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עוויאן קאנפערענץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏נאכפאלגן: פארברייטערט)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(20 מיטלסטע ווערסיעס פון 8 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|1938 קאנפערענץ איבער די פליטים פון נאצי דייטשלאנד}}
[[טעקע:Myron Taylor addresses the Évian Conference.jpg|קליין|מייראן טעילאר אדרעסירט די עוויאן קאנפערענץ]]
[[טעקע:Myron Taylor addresses the Évian Conference.jpg|קליין|מייראן טעילאר אדרעסירט די עוויאן קאנפערענץ]]
די '''עוויאן קאנפערענץ''' איז געווען א צוזאמקום אין שטאט [[עוויאן]] {{אנ|Évian-les-Bains}}, [[פראנקרייך]], דורכאויס די טעג פון [[יולי]] [[יולי 6|6]]–[[יולי 15|15]] [[1938]], פאררופן דורך דעם [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקאנער]] פרעזידענט [[פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט|פרענקלין רוזעוועלט]] צו אדרעסירן די פראבלעם פון די [[דייטשלאנד|דייטש]]ע און [[עסטרייך|עסטרייכ]]ישע [[פליט]]ים וואס זענען אנטלאפן פון [[נאצי דייטשלאנד]] נאכן אויסשטיין פארפאלגונגען. די פליטים, בעיקר אידן, און אויך פון אנדערע אנטי-[[נאציזם|נאצי]]סטישע גרופעס, האבן געזוכט א פארזיכערט ארט צו עמיגרירן, אבער די לענדער ארום דער וועלט האבן זיי נישט געוואלט אננעמען.

שורה 11: שורה 12:

==די קאנפערענץ==
==די קאנפערענץ==
[[טעקע:Royal Evian Hotel - panoramio.jpg|קליין|ראיעל האטעל אין עוויאן, וואו די קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן (בילד: [[2012]])]]
[[טעקע:Royal Evian Hotel - panoramio.jpg|קליין|ראיעל האטעל אין עוויאן, וואו די קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן (בילד: 2012)]]
די דעלעגאטן ביי דער קאנפערענץ האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די אידן אין נאצי-דייטשלאנד און איינגעשטימט אז מ'דארף פאר זיי טרעפן א באשיצט לאנד, אבער גלייכצייטיג האט זיך באלד פון אנהייב אנגעזען אז די באטייליגטע לענדער זענען נישט גרייט צו מאכן ערנסטע טוישונגען אין דער צאל פליטים וואס זיי לאזן אריין צו זיך אין לאנד. די דעלעגאטן האבן קלארגעשטעלט אז אן עמיגראנטן-מאסע קען אנהייצן ראסיסטישע און רעליגיעזע שטרייטן און פארערגערן די עקאנאמישע לאגע אין לאנד, אויך קען עס אנברענגען אינטערנאציאנאלע אומרוען און שטערן אינטערנאציאנאלע באציאונגען.  
די דעלעגאטן ביי דער קאנפערענץ האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די אידן אין נאצי-דייטשלאנד און איינגעשטימט אז מ'דארף פאר זיי טרעפן א באשיצט לאנד, אבער גלייכצייטיג האט זיך באלד פון אנהייב אנגעזען אז די באטייליגטע לענדער זענען נישט גרייט צו מאכן ערנסטע טוישונגען אין דער צאל פליטים וואס זיי לאזן אריין צו זיך אין לאנד. די דעלעגאטן האבן קלארגעשטעלט אז אן עמיגראנטן-מאסע קען אנהייצן ראסיסטישע און רעליגיעזע שטרייטן און פארערגערן די עקאנאמישע לאגע אין לאנד, אויך קען עס אנברענגען אינטערנאציאנאלע אומרוען און שטערן אינטערנאציאנאלע שלום באמיאונגען מיט נאצי-דייטשלאנד.

למעשה, האבן זיי אהערגעשטעלט די קאנפערענץ אלס אן אנהייב פאר ווייטערדיגע פלענער און שריט, שאפנדיג די "אינטער-רעגירונגען קאמיטע פאר פליטים", וועלכע האט פאקטיש נישט געהאט קיין שום אויטאריטעט אדער שטיצע פון די אנגעשלאסענע לענדער און דערפאר געבליבן ווערדלאז.

שורה 24: שורה 25:
*[[פראנקרייך]]: דער פראנצויזישע רעפרעזענטאט האט גע'טענה'ט אז פראנקרייך איז שוין איבערגעפילט מיט פליטים און איר עקאנאמישער צושטאנד ערלויבט איר נישט צו נעמען נאך - א סענטימענט צו וועלכע רוב אנדערע לענדער האבן זיך צוגעשטעלט.

*[[האלאנד]] איז איינגעגאנגען צו זיין אן אריבערגאנגס-ארט פאר פליטים, מיטן באדינג אז זיי האבן א צווייטן ענדגילטיגן פלאץ וואו צו גיין.
*[[האלאנד]] איז איינגעגאנגען צו זיין אן אריבערגאנגס-ארט פאר פליטים, מיטן באדינג אז זיי האבן א צווייטן ענדגילטיגן פלאץ וואו צו גיין.
*די [[דאמיניקאנישע רעפובליק]] איז געווען דאס איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען אריינצולאזן 100,000 אידישע פליטים{{הערה|שם= Hate|William I. Brustein. (2003). Roots of Hate. [Online]. Cambridge: Cambridge University Press. Available from: Cambridge Books Online {{doi|10.1017/CBO9780511499425}} [Accessed 30 April 2016]. page 2}}{{הערה|{{Cite book| author=Crassweller RD|title=Trujillo. The Life and Times of a Caribbean Dictator.|publisher=The MacMillan Co, New York (1966)|pages=199–200}}}}.
*די [[דאמיניקען רעפובליק]] איז געווען דאס איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען אריינצולאזן 100,000 אידישע פליטים{{הערה|שם= Hate|William I. Brustein. (2003). Roots of Hate. [Online]. Cambridge: Cambridge University Press. Available from: Cambridge Books Online {{doi|10.1017/CBO9780511499425}} [Accessed 30 April 2016]. page 2}}{{הערה|{{Cite book| author=Crassweller RD|title=Trujillo. The Life and Times of a Caribbean Dictator.|publisher=The MacMillan Co, New York (1966)|pages=199–200}}}}, געשטיצט דורך אידישע [[פילאנטראפ]]ן אין אמעריקע{{הערה|שם=Great |Mitchel Gerber, "Evian Conference", '''Great Events from History: The 20th Century, 1901-1940''', Salem Press|כיוון=שמאל}}.

==אידישע רעאקציע==
==אידישע רעאקציע==
שורה 31: שורה 32:
די [[ציוניזם|ציוני]]'סטישע ארגאניזאציעס זענען געווען סקעפטיש איבער דער קאנפערענץ צילן און געהאלטן אז עס קען שאדן פארן פרואוו אהערצושטעלן ארץ ישראל אלס הויפט עמיגראציע ארט פארן אלוועלטליכן אידנטום. זיי האבן פרובירט צו שרייבן א מעמאראנדום אהערשטעלנדיג די ציוני'סטישע לעזונג פארן פליטים קריזיס, אבער אנטי-ציוני'סטישע ארגאניזאציעס האבן עס געשטערט. די ציוני'סטישע פירער, [[חיים ווייצמאן]] און [[דוד בן-גוריון]] פונעם {{קישור שפה|עברית|הסוכנות היהודית|סוכנות}}, האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט אז אידן זאלן אריינגעלאזט ווערן צו די מערב-לענדער, האפנדיג אז דער דרוק פון די טויזנטער פליטים וואס האבן נישט וואו אהין צו גיין, וועט ענדגילטיג ברעכן די בריטן צו עפענען די טויערן פון ארץ ישראל פאר אידישע עמיגראציע{{הערה|{{cite book|author=John Quigley|author-link=John B. Quigley|title=The International Diplomacy of Israel's Founders|url=https://books.google.com/books?id=bcAwCwAAQBAJ&pg=PA40|date=February 2016|publisher=[[Cambridge University Press]]|isbn=978-1-107-13873-5|pages=40–41}}}}.

ווידעראום, די אמעריקאנער אידישע-ארגאניזאציעס זענען געווען באזארגט אז זיי וועלן געזען ווערן ווי די וואס זוכן פאראויסצושטופן פארגרעסערטע עמיגראציע קיין אמעריקע, און אז צופיל אידישע פליטים וועט הייבן [[אנטיסעמיטיזם]] אין אמעריקע; דערפאר האבן זיי געווארנט אידישע פארשטייערס נישט אויפצוברענגען די פראבלעמען וואס אידישע פליטים גייען דורך{{הערה|{{cite book|author=Gulie Ne'eman Arad|title=America, Its Jews, and the Rise of Nazism|url=https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad|url-access=registration|year=2000|publisher=[[Indiana University Press]]|isbn=0-253-33809-3|page=[https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad/page/n210 197]}}}} און געשיקט אנזאגן רוזעוועלט אז הייבן די קוואטעס וועט אויפפלאקערן "די אידישע פראבלעם" אין אמעריקע.
ווידעראום, די אמעריקאנער אידישע-ארגאניזאציעס זענען געווען באזארגט אז זיי וועלן געזען ווערן ווי די וואס זוכן פאראויסצושטופן פארגרעסערטע עמיגראציע קיין אמעריקע, און אז צופיל אידישע פליטים וועט הייבן [[אנטיסעמיטיזם]] אין אמעריקע; דערפאר האבן זיי געווארנט אידישע פארשטייערס נישט אויפצוברענגען די פראבלעמען וואס אידישע פליטים גייען דורך{{הערה|{{cite book|author=Gulie Ne'eman Arad|title=America, Its Jews, and the Rise of Nazism|url=https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad|url-access=registration|year=2000|publisher=[[Indiana University Press]]|isbn=0-253-33809-3|page=[https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad/page/n210 197]}}}} און געשיקט אנזאגן רוזעוועלט אז הייבן די קוואטעס וועט אויפפלאקערן "די אידישע פראבלעם" אין אמעריקע. פינף פירנדע אידיש-אמעריקאנער ארגאניזאציעס האבן גאר געשריבן א געמיינזאמען מעמאראנדום צו דער קאנפערענץ, אפרעדנדיג מאסן אידישע עמיגראציע פון צענטראל אייראפע{{הערה|{{cite book|author=Michael Laitman|title=The Jewish Choice: Unity or Anti-Semitism: Historical facts on anti-Semitism as a reflection of Jewish social discord|url=https://books.google.com/books?id=mhnGDwAAQBAJ&pg=PA156|date=22 December 2019|publisher=Laitman Kabbalah Publishers|isbn=978-1-67187-220-2|pages=156–157.}}}}.
 
פינף פירנדע אידישע ארגאניזאציעס האבן געשריבן א געמיינזאמען מעמאראנדום ביי דער קאנפערענץ, אפרעדנדיג מאסן אידישע עמיגראציע פון צענטראל אייראפע{{הערה|{{cite book|author=Michael Laitman|title=The Jewish Choice: Unity or Anti-Semitism: Historical facts on anti-Semitism as a reflection of Jewish social discord|url=https://books.google.com/books?id=mhnGDwAAQBAJ&pg=PA156|date=22 December 2019|publisher=Laitman Kabbalah Publishers|isbn=978-1-67187-220-2|pages=156–157.}}}}.

==נאכפאלגן==
==נאכפאלגן==
דער רעזולטאט פון דער אומערפאלגרייכער קאנפערענץ איז געווען אז מיליאנען אידן האבן נישט געהאט וואו אהין צו אנטלויפן און זענען פארטיליגט געווארן אונטער היטלער'ס "[[האלאקאוסט|ענדגילטיגע לעזונג פאר דער אידן פראגע]]". די קאנפערענץ האט גאר אומדירעקט געדינט אלס פראפאגאנדע מיטל פאר די נאציס, ווען היטלער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער וועט העלפן די וואס ווילן ארייננעמען אידן ביי זיי אין לאנד{{הערה|שם = Hate}}{{הערה|{{cite book|author=Ronnie S. Landau|title=The Nazi Holocaust|url=https://books.google.com/books?id=UmDZxCedaLkC&pg=PA137|access-date=24 March 2011|year=2006|publisher=I.B.Tauris|isbn=978-1-84511-201-1|pages=137–140}}}}. די דעלעגאטן האבן נישט דיסקוטירט די סיבות פארוואס אזויפיל מאסן אידן דארפן אויסוואנדערן, און זיי האבן נישט פארדאמט די נאצישע רדיפות; דאס האט אומדירעקט געגעבן לעגיטימאציע פאר'ן נאצישן רעזשים, אויסצופירן זייערע פאליסיס ביי זיך אין לאנד{{הערה|Mitchel Gerber, "Evian Conference", '''Great Events from History: The 20th Century, 1901-1940''', Salem Press}}.
דער רעזולטאט פון דער אומערפאלגרייכער קאנפערענץ איז געווען אז מיליאנען אידן האבן נישט געהאט וואו אהין צו אנטלויפן און זענען פארטיליגט געווארן אונטער היטלער'ס "[[האלאקאוסט|ענדגילטיגע לעזונג פאר דער אידן פראגע]]". די קאנפערענץ האט גאר אומדירעקט געדינט אלס פראפאגאנדע מיטל פאר די נאציס, ווען היטלער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער וועט העלפן די וואס ווילן ארייננעמען אידן ביי זיי אין לאנד{{הערה|שם = Hate}}{{הערה|{{cite book|author=Ronnie S. Landau|title=The Nazi Holocaust|url=https://books.google.com/books?id=UmDZxCedaLkC&pg=PA137|access-date=24 March 2011|year=2006|publisher=I.B.Tauris|isbn=978-1-84511-201-1|pages=137–140}}}}. די דעלעגאטן האבן נישט פארדאמט די נאצישע רדיפות און ניטאמאל דיסקוטירט די סיבות פארוואס אזויפיל מאסן אידן דארפן אויסוואנדערן; דאס האט אומדירעקט געגעבן לעגיטימאציע פארן נאצישן רעזשים, אויסצופירן זייערע פארארדענונגען ביי זיך אין לאנד{{הערה|שם=Great}}.

נישט לאנג נאך דער קאנפערענץ, אום [[קריסטאלנאכט]], [[נאוועמבער 9]]-[[נאוועמבער 10|10]] 1938, האבן די נאציס געמארדעט און איינגעזעצט צענדליגער טויזנטער אידן, און אויך פארברענט און געשעדיגט איבער 1,000 שולן. דערמיט האט זיך געהויבן די צאל אידישע פליטים וואס האבן געזוכט א רעטונגס ארט און אויך געוויזן פאר די מערב-וועלט לענדער די געפאר וואס לויערט אויף זיי. די בריטן האבן דאן באשלאסן אריינצולאזן אלע אידישע קינדער ביז זיבעצן יאר אלט אין דער [[קינדער טראנספארט]] אקציע; רוזעוועלט האט אין אן [[עקזעקוטיוו באפעל]] געגעבן ערלויבעניש פאר טויזנטער דייטשע באזוכער צו פארבלייבן אין אמעריקע אויך נאך זייער וויזע לויפט אפ; פראנקרייך האט אנגעהויבן אריינלאזן 200 קינדער חודש'ליך; און האלאנד און [[שווייץ]] זענען אויך איינגעגאנגען אריינצונעמען קינדער פליטים{{הערה|1=יהודית באומל תידור, [http://lib.cet.ac.il/pages/item.asp?item=15529 "קינדער טראנספארט" אקציע צו ראטעווען אידישע קינדער אין אייראפע], אויפן [[המרכז לטכנולוגיה חינוכית|מט"ח]] וועבזייטל}}.

אלעס צוזאמען, פון ווען די נאציס זענען געקומען צו דער מאכט ביזן אויסברוך פונעם [[צווייטער וועלט קריג|צווייטן וועלט קריג]], האבן 282,000 אידן - ארום האלב פונעם דייטשן אידנטום - עמיגרירט; אין צוגאב צו נאך 117,000 אידן פון עסטרייכישע געביטן וואס זענען איינגענומען געווארן אין דייטשער טעריטאריע, וואס דאס האט אויסגעמאכט ארום צוויי-דריטל פון איר אידנטום. דער סך הכל ציפער פון פליטים פון אלע דייטשע טעריטאריעס איז ארום 400,000 אידן, וועלכע האבן זיך הויפטזעכליך צעטיילט אין די פאלגנדע לענדער וואס האבן אריינגענומען פליטים פון נאצי-דייטשלאנד:

*'''די פאראייניגטע שטאטן''' - 95,000
*די פאראייניגטע שטאטן - 95,000
*'''דרום אמעריקאנער לענדער''' - 75-000
*[[דרום אמעריקע|דרום אמעריקא]]נער לענדער - 75,000
*'''ארץ ישראל''' - 60-000
*[[ארץ ישראל]] - 60,000
*'''בריטאניע''' - 40,000
*בריטאניע - 40,000

==וועבלינקען==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [https://www.jewishvirtuallibrary.org/jsource/Holocaust/evian.html די באשלוסן פונעם קאנפערענץ (ענגליש)], ([http://www1.yadvashem.org/yv/he/holocaust/about/related/docs/42.pdf העברעאיש]) אויפן jewish virtual library זייטל.
* [https://www.jewishvirtuallibrary.org/jsource/Holocaust/evian.html די באשלוסן פונעם קאנפערענץ (ענגליש)], אויפן Jewish Virtual Library זייטל ([http://www1.yadvashem.org/yv/he/holocaust/about/related/docs/42.pdf אין העברעאיש], אויפן [[יד ושם]] זייטל).

==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}

[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:נאציזם]]
[[קאַטעגאָריע:נאציזם]]
שורה 58: שורה 58:

[[he:ועידת אוויאן]]
[[he:ועידת אוויאן]]
{{קרד/ויקי|ועידת אוויאן}}
[[en:Évian Conference]]
{{קרד/ויקי/אנגלית|Évian Conference}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:13, 8 יולי 2024

מייראן טעילאר אדרעסירט די עוויאן קאנפערענץ

די עוויאן קאנפערענץ איז געווען א צוזאמקום אין שטאט עוויאן (ענ'), פראנקרייך, דורכאויס די טעג פון יולי 615 1938, פאררופן דורך דעם אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט צו אדרעסירן די פראבלעם פון די דייטשע און עסטרייכישע פליטים וואס זענען אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד נאכן אויסשטיין פארפאלגונגען. די פליטים, בעיקר אידן, און אויך פון אנדערע אנטי-נאציסטישע גרופעס, האבן געזוכט א פארזיכערט ארט צו עמיגרירן, אבער די לענדער ארום דער וועלט האבן זיי נישט געוואלט אננעמען.

ביי דער קאנפערענץ האבן זיך באטייליגט רעפרעזענטאטן פון 32 לענדער, און 24 וואלונטערישע ארגאניזאציעס זענען געקומען אלס אבזערווירער פארצושלאגן געדאנקען[1]. די קאנפערענץ האט זיך אויסגעלאזט אומערפאלגרייך, און אויסער אנהאלטן די פריערדיגע צאל ערלויבטע פליטים, איז כמעט קיין איין לאנד נישט איינגעגאנגען צו העכערן די צאל פליטים.

הינטערגרונט

אידן אין בערלין פאקן פעק און גרייטן זיך אפצורייזן קיין ניו יארק, 1939

פון ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער א האלב-מיליאן דייטשע אידן אלץ שווערער געווארן, ברענגענדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די נירנבערג געזעצן, געשאפן אום 1935, האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון אלע דייטשע אידן, וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן, אדער פארשיקט ווערן, פון דייטשלאנד. ביז 1938 זענען ארום 150,000 אידן שוין אנטלאפן פון דייטשלאנד; און מיטן "אַנְשְׁלוּס", ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך אין מערץ 1938, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן[2]. ווען די לענדער איבער דער וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון אזיל רעכט זוכערס, האט זיך געשאפן א קריזיס.

די פאראייניגטע-שטאטן האט אריינגענומען טויזנטער אידן, אבער אויף א גאר איינגעצוימטער פארנעם, אין איינקלאנג מיט אירע שטרענגע עמיגראציע קוואטעס געשאפן צוליב דער גרויסער דעפרעסיע. דער אמעריקאנער פרעזידענט רוזעוועלט, איז געקומען אונטער שטייגנדן דרוק צו העכערן די עמיגראציע קוואטעס און אננעמען מער פארפאלגטע אידן, און נישט ווילנדיג איינגיין דערויף, האט ער דאן - עלף טעג נאכן "אנשלוס" - פאררופן דעם עוויאן קאנפערענץ, מיטן ציל צו פארגרינגערן דעם קריזיס און גרינדן אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע צו לעזן די פראבלעם. רוזעוועלט האט געוואלט אז אנדערע לענדער זאלן אנטיילנעמען אינעם טראגן די לאסט פון די פליטים, כדי אראפצונעמען פון זיך די פאראנטווארטליכקייט און דרוק, און צייגן דער וועלט אז אמעריקע זארגט זיך פארן וואוילזיין פון די אידן[3].

די קאנפערענץ

ראיעל האטעל אין עוויאן, וואו די קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן (בילד: 2012)

די דעלעגאטן ביי דער קאנפערענץ האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די אידן אין נאצי-דייטשלאנד און איינגעשטימט אז מ'דארף פאר זיי טרעפן א באשיצט לאנד, אבער גלייכצייטיג האט זיך באלד פון אנהייב אנגעזען אז די באטייליגטע לענדער זענען נישט גרייט צו מאכן ערנסטע טוישונגען אין דער צאל פליטים וואס זיי לאזן אריין צו זיך אין לאנד. די דעלעגאטן האבן קלארגעשטעלט אז אן עמיגראנטן-מאסע קען אנהייצן ראסיסטישע און רעליגיעזע שטרייטן און פארערגערן די עקאנאמישע לאגע אין לאנד, אויך קען עס אנברענגען אינטערנאציאנאלע אומרוען און שטערן אינטערנאציאנאלע שלום באמיאונגען מיט נאצי-דייטשלאנד.

למעשה, האבן זיי אהערגעשטעלט די קאנפערענץ אלס אן אנהייב פאר ווייטערדיגע פלענער און שריט, שאפנדיג די "אינטער-רעגירונגען קאמיטע פאר פליטים", וועלכע האט פאקטיש נישט געהאט קיין שום אויטאריטעט אדער שטיצע פון די אנגעשלאסענע לענדער און דערפאר געבליבן ווערדלאז.

די פאראייניגטע שטאטן האט ניטאמאל געשיקט קיין רעגירונגס-באאמטער אלס רעפרעזענטאט, נאר רוזעוועלט האט אנשטאט געשיקט זיין פריינד, מייראן טעילאר, צו רעפרעזענטירן די פאראייניגטע שטאטן.

  • טעילאר, אין נאמען פון די פאראייניגטע-שטאטן, האט איינגעמאלדן אז אמעריקע איז גרייט אנצוהאלטן איר יערליכע קוואטע פון ארום 30,000 עמיגראנטן פון דייטשלאנד, עסטרייך און טשעכאסלאוואקיי; און צו פארטיילן די גאנצע קוואטע פאר אידישע עמיגראנטן.
  • בריטאניע איז איינגעגאנגען אריינצונעמען אן ענליכע צאל פליטים, מיטן באדינג אז ארץ ישראל, דאן אונטערן בריטישן מאנדאט, וועט נישט אויפגעברענגט ווערן אלס דער פלאץ צו שיקן די אידן.
  • אוסטראליע האט זיך אונטערגענומען אריינצונעמען 15,000 אויסגעשפרייט דורכאויס דריי יאר.
  • דרום אפריקע איז נאר געווען גרייט צו נעמען די וואס האבן נאנטע פאמיליע אין לאנד.
  • קאנאדע איז נאר געווען גרייט צו נעמען פליטים מיט אגריקולטור ערפארונג, עפעס וואס האט אפעלירט צו בלויז א קליינע צאל פליטים.
  • פראנקרייך: דער פראנצויזישע רעפרעזענטאט האט גע'טענה'ט אז פראנקרייך איז שוין איבערגעפילט מיט פליטים און איר עקאנאמישער צושטאנד ערלויבט איר נישט צו נעמען נאך - א סענטימענט צו וועלכע רוב אנדערע לענדער האבן זיך צוגעשטעלט.
  • האלאנד איז איינגעגאנגען צו זיין אן אריבערגאנגס-ארט פאר פליטים, מיטן באדינג אז זיי האבן א צווייטן ענדגילטיגן פלאץ וואו צו גיין.
  • די דאמיניקען רעפובליק איז געווען דאס איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען אריינצולאזן 100,000 אידישע פליטים[4][5], געשטיצט דורך אידישע פילאנטראפן אין אמעריקע[6].

אידישע רעאקציע

די אידישע ארגאניזאציעס איבער דער וועלט זענען געווען צעשפליטערט אין זייערע מיינונגען וויאזוי צו רעאגירן צו דער קאנפערענץ, און די שטרייטן האבן נאר צוגעגעבן צום צעמישעניש ארום דער קאנפערענץ. יעדער האט געהאט אן אנדער אגענדע: טייל האבן געשטופט נאר פאר עמיגראציע קיין פאלעסטינע; אנדערע זענען בלויז געווען נייגעריג וויאזוי צו אדאפטירן און אסימילירן די פליטים נאך זייער אנקום; מאנכע זענען נאר געווען אינטערעסירט פאר עמיגראציע אין אומבאוואוינטע ערטער; בשעת געוויסע זענען געווען פארנומען מיט די אידישע רעכטן אינערהאלב די אייראפעאישע לענדער[7].

די ציוני'סטישע ארגאניזאציעס זענען געווען סקעפטיש איבער דער קאנפערענץ צילן און געהאלטן אז עס קען שאדן פארן פרואוו אהערצושטעלן ארץ ישראל אלס הויפט עמיגראציע ארט פארן אלוועלטליכן אידנטום. זיי האבן פרובירט צו שרייבן א מעמאראנדום אהערשטעלנדיג די ציוני'סטישע לעזונג פארן פליטים קריזיס, אבער אנטי-ציוני'סטישע ארגאניזאציעס האבן עס געשטערט. די ציוני'סטישע פירער, חיים ווייצמאן און דוד בן-גוריון פונעם סוכנות (עב'), האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט אז אידן זאלן אריינגעלאזט ווערן צו די מערב-לענדער, האפנדיג אז דער דרוק פון די טויזנטער פליטים וואס האבן נישט וואו אהין צו גיין, וועט ענדגילטיג ברעכן די בריטן צו עפענען די טויערן פון ארץ ישראל פאר אידישע עמיגראציע[8].

ווידעראום, די אמעריקאנער אידישע-ארגאניזאציעס זענען געווען באזארגט אז זיי וועלן געזען ווערן ווי די וואס זוכן פאראויסצושטופן פארגרעסערטע עמיגראציע קיין אמעריקע, און אז צופיל אידישע פליטים וועט הייבן אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע; דערפאר האבן זיי געווארנט אידישע פארשטייערס נישט אויפצוברענגען די פראבלעמען וואס אידישע פליטים גייען דורך[9] און געשיקט אנזאגן רוזעוועלט אז הייבן די קוואטעס וועט אויפפלאקערן "די אידישע פראבלעם" אין אמעריקע. פינף פירנדע אידיש-אמעריקאנער ארגאניזאציעס האבן גאר געשריבן א געמיינזאמען מעמאראנדום צו דער קאנפערענץ, אפרעדנדיג מאסן אידישע עמיגראציע פון צענטראל אייראפע[10].

נאכפאלגן

דער רעזולטאט פון דער אומערפאלגרייכער קאנפערענץ איז געווען אז מיליאנען אידן האבן נישט געהאט וואו אהין צו אנטלויפן און זענען פארטיליגט געווארן אונטער היטלער'ס "ענדגילטיגע לעזונג פאר דער אידן פראגע". די קאנפערענץ האט גאר אומדירעקט געדינט אלס פראפאגאנדע מיטל פאר די נאציס, ווען היטלער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער וועט העלפן די וואס ווילן ארייננעמען אידן ביי זיי אין לאנד[4][11]. די דעלעגאטן האבן נישט פארדאמט די נאצישע רדיפות און ניטאמאל דיסקוטירט די סיבות פארוואס אזויפיל מאסן אידן דארפן אויסוואנדערן; דאס האט אומדירעקט געגעבן לעגיטימאציע פארן נאצישן רעזשים, אויסצופירן זייערע פארארדענונגען ביי זיך אין לאנד[6].

נישט לאנג נאך דער קאנפערענץ, אום קריסטאלנאכט, נאוועמבער 9-10 1938, האבן די נאציס געמארדעט און איינגעזעצט צענדליגער טויזנטער אידן, און אויך פארברענט און געשעדיגט איבער 1,000 שולן. דערמיט האט זיך געהויבן די צאל אידישע פליטים וואס האבן געזוכט א רעטונגס ארט און אויך געוויזן פאר די מערב-וועלט לענדער די געפאר וואס לויערט אויף זיי. די בריטן האבן דאן באשלאסן אריינצולאזן אלע אידישע קינדער ביז זיבעצן יאר אלט אין דער קינדער טראנספארט אקציע; רוזעוועלט האט אין אן עקזעקוטיוו באפעל געגעבן ערלויבעניש פאר טויזנטער דייטשע באזוכער צו פארבלייבן אין אמעריקע אויך נאך זייער וויזע לויפט אפ; פראנקרייך האט אנגעהויבן אריינלאזן 200 קינדער חודש'ליך; און האלאנד און שווייץ זענען אויך איינגעגאנגען אריינצונעמען קינדער פליטים[12].

אלעס צוזאמען, פון ווען די נאציס זענען געקומען צו דער מאכט ביזן אויסברוך פונעם צווייטן וועלט קריג, האבן 282,000 אידן - ארום האלב פונעם דייטשן אידנטום - עמיגרירט; אין צוגאב צו נאך 117,000 אידן פון עסטרייכישע געביטן וואס זענען איינגענומען געווארן אין דייטשער טעריטאריע, וואס דאס האט אויסגעמאכט ארום צוויי-דריטל פון איר אידנטום. דער סך הכל ציפער פון פליטים פון אלע דייטשע טעריטאריעס איז ארום 400,000 אידן, וועלכע האבן זיך הויפטזעכליך צעטיילט אין די פאלגנדע לענדער וואס האבן אריינגענומען פליטים פון נאצי-דייטשלאנד:

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. יולי 1938 אויפן יד ושם וועבזייטל.
  2. אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939 אויפן "United States Holocaust Memorial Museum" וועבזייטל.
    Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." Jewish Social Studies 46.3/4 (1984): 277-292 online.
  3. Allen Wells (2009). Tropical Zion : General Trujillo, FDR, and the Jews of Sosua. Duke University Press. pp. 6–8. ISBN 978-0-8223-4407-0.
  4. 4.0 4.1 William I. Brustein. (2003). Roots of Hate. [Online]. Cambridge: Cambridge University Press. Available from: Cambridge Books Online doi:10.1017/CBO9780511499425 [Accessed 30 April 2016]. page 2
  5. Crassweller RD. Trujillo. The Life and Times of a Caribbean Dictator. The MacMillan Co, New York (1966). pp. 199–200.
  6. 6.0 6.1 Mitchel Gerber, "Evian Conference", Great Events from History: The 20th Century, 1901-1940, Salem Press
  7. Richard Breitman; Alan M. Kraut (1987). American Refugee Policy and European Jewry, 1933-1945. Indiana University Press. p. 103. ISBN 978-0-253-30415-5.
  8. John Quigley (February 2016). The International Diplomacy of Israel's Founders. Cambridge University Press. pp. 40–41. ISBN 978-1-107-13873-5.
  9. Gulie Ne'eman Arad (2000). America, Its Jews, and the Rise of Nazism. Indiana University Press. p. 197. ISBN 0-253-33809-3.
  10. Michael Laitman (22 December 2019). The Jewish Choice: Unity or Anti-Semitism: Historical facts on anti-Semitism as a reflection of Jewish social discord. Laitman Kabbalah Publishers. pp. 156–157. ISBN 978-1-67187-220-2.
  11. Ronnie S. Landau (2006). The Nazi Holocaust. I.B.Tauris. pp. 137–140. ISBN 978-1-84511-201-1. Retrieved 24 March 2011.
  12. יהודית באומל תידור, "קינדער טראנספארט" אקציע צו ראטעווען אידישע קינדער אין אייראפע, אויפן מט"ח וועבזייטל