אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 38: שורה 38:
==זיין משפחה==
==זיין משפחה==
;זיינע זין
;זיינע זין
*רבי נפתלי הערצקא יצחק, רב פון בית המדרש קרעטשניף-סיגעט אין בית שמש, און איידעם פון [[רבי יהודה ניישלאס]] אב"ד סערדהאלי.
*רבי נפתלי הערצקא יצחק, רב פון קרעטשניף-סיגעט בית המדרש אין בית שמש, און איידעם פון [[רבי יהודה ניישלאס]] אב"ד סערדהאלי.
*רבי יחזקאל שרגא, רב בית המדרש קרעטשניף סיגעט אין וויליאמסבורג.
*רבי יחזקאל שרגא, רב פון קרעטשניף סיגעט בית המדרש אין וויליאמסבורג.
*רבי ניסן חיים מרדכי, משפיע בחסידות ברסלב.
*רבי ניסן חיים מרדכי, א ברעסלאווער משפיע.
*רבי מאיר אריה לייב, חתן האדמו"ר משענדישוב.
*רבי מאיר אריה לייב, איידעם ביי דעם שענדישאווער רבי.
*רבי יואל זוסמאן, חתן רבי חיים ברוך לייפער, האדמו"ר מ[[חסידות בישטינא|בישטינא]] פון קרית טאהש.
*רבי יואל זוסמאן, איידעם ביי רבי חיים ברוך לייפער, האדמו"ר מ[[בישטינא]] פון קרית טאהש.


;זיינע איידימער
;זיינע איידימער
*רבי דוד צבי קאהן, זון פון דעם [[רבי שמואל יעקב קאהן|תולדות אברהם יצחק]] רבי, רב בית המדרש תולדות אברהם יצחק בית שמש.
*רבי דוד צבי קאהן, רב פון תולדות אברהם יצחק בית שמש, זון פון דעם [[רבי שמואל יעקב קאהן|תולדות אברהם יצחק]] רבי.
*רבי אהרן קאהן (חתונה געהאט צו זיין טאכטער חיה אסתר) בן [[הרב דוד קאהן|רבי דוד קאהן]] מ[[חסידות תולדות אהרן|תולדות אהרן]], רב בית המדרש תולדות אהרן אין מאנסי.
*[[רבי אהרן קאהן]] (חתונה געהאט צו זיין טאכטער חיה אסתר), רב פון תולדות אהרן אין מאנסי, בן [[רבי דוד קאהן]] פון [[תולדות אהרן]].
*רבי חיים אליהו יואל אילאוויטש, בן הרב יצחק יעקב אילאוויטש, רב קהילת יעמרינג אין וויליאמסבורג.
*רבי חיים אליהו יואל אילאוויטש, בן הרב יצחק יעקב אילאוויטש, רב פון יעמערינג אין וויליאמסבורג.
*רבי חיים מאיר שנעבאלג, אב"ד סטרעליסק, בן רבי משה האדמו"ר מטשערנאוויץ, זון פון רבי מנחם מענדל שנעבאלג, ראב"ד מאנטשעסטער.
*רבי חיים מאיר שנעבאלג, אב"ד סטרעליסק, בן רבי משה האדמו"ר מטשערנאוויץ, זון פון [[רבי מנחם מענדל שנעעבאלג|רבי מנחם מענדל שנעבאלג]] ראב"ד מאנטשעסטער.
*רבי משה שמואל הלוי ראטענברג, זון פון רבי יעקב ראטענבערג, רב קהילת סאלקא אין מאנסי.
*רבי משה שמואל הלוי ראטנבערג, זון פון רבי יעקב ראטענבערג, רב פון סאלקא אין מאנסי.
*פון זיין צווייטן זיווג – רבי אהרן טייטלבוים בן הרב משה טייטלבוים<ref>בן [[יוסף דוד טייטלבוים|הרב יוסף דוד טייטלבוים]] האדמו"ר מסאסוב, וחתן [[הרב אריה רוזנפלד]] האדמו"ר מ[[פינסק קרלין]].</ref>.
* רבי ישראל הורוויץ, אייניקל פון דעם מעליצער רבי.
*פון זיין צווייטן זיווג – רבי אהרן טייטלבוים בן הרב משה טייטלבוים (בן [[רבי יוסף דוד טייטלבוים|האדמו"ר מסאסוב]], וחתן [[רבי אריה ראזנפעלד|האדמו"ר מפינסק קרלין]]).


;זיינע געשוויסטער
;זיינע געשוויסטער
שורה 57: שורה 58:


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדע לינקס==
*[https://ahblicklive.com/archives.php?tag=%D7%A7%D7%A8%D7%A2%D7%98%D7%A9%D7%A0%D7%99%D7%A3%20%D7%A1%D7%99%D7%92%D7%A2%D7%98 בילדער גאלעריע - קרעטשניף סיגעט], AhBlickLive.com
*[https://www.jdn.co.il/tag/האדמור-מקרעטשניף-סיגעט/ ארכיון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט] אויף JDN
*[https://www.jdn.co.il/tag/האדמור-מקרעטשניף-סיגעט/ ארכיון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט] אויף JDN
*[https://www.kikar.co.il/tags/so6kt4 כתבות על האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט], אויף ככר השבת
*[https://www.kikar.co.il/tags/so6kt4 כתבות על האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט], אויף ככר השבת

רעוויזיע פון 12:36, 27 אויגוסט 2025

רבי זיידא אליעזר זאב רוזנבוים (ט"ו ניסן תש"י, 2 אפריל 1950ב' אלול ה'תשפ"ה, 26 אויגוסט 2025) איז געווען דער רבי פון קרעטשניף-סיגעט.

ביאגראפיע

רבי זיידא איז געבוירן אין קרית אתא אינעם ליל הסדר תש"י[1] אלס דער צווייטער זון פון רבי צבי הירש פון קרעטשניף, באקאנט אלס "ר' הערשעלע", און שפרה, די טאכטער פון דער בעל "דבר חיים" פון נדבורנא.

ער איז אויפגעוואקסן אין די היימען פון זיין גרויסן פאטער און זיידן, איינזאפנדיג די רוחניות'דיגע מסורה פון די נדבורנא-קרעטשניף דינאסטיע. אלס קינד האט ער געלערנט אין תלמוד תורה פון קרית אתא און שפעטער אין סאטמארער תלמוד תורה אין חיפה. פון א יונגן עלטער, האט ער זיך געפירט ווי א זון פון גרויסן אפשטאם און איז אנערקענט געווארן אלס א איבערגעגעבענער עבד ה'. אין זיין בחור'ישע יארן, האט ער ממשיך געווען צו לערנען אין זיין פאטער'ס ישיבה אין כפר אתא און שפעטער אין ישיבת כוכב מיעקב (טשעבין) אין ירושלים.

ער האט חתונה געהאט צו פרימט, א טאכטער פון רבי יחזקאל שרגא מערץ פון וויליאמסבורג. נאך זיין ערשטן חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים. נאכדעם וואס זי איז אוועק, אין כ"ח סיון תשנ"ח, האט ער חתנה געהאט א צווייטע מאל צו א טאכטער פון רבי אפרים פישל בראך, אב"ד מאדע. ער האט זיך דאן געצויגן קיין וויליאמסבורג, וואו ער האט געדינט אלס רב פון דער קרעטשניף-סיגעט קהילה.

ווען זיין טאטע איז אוועק, אום ט"ז אייר תשס"ו, איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער קרעטשניף-סיגעט רבי אין אמעריקע, און זיין ברודער אלס דער קרעטשניף ירושלים רבי. אין יאר תשס"ט האט ער געווידמעט א נייעם בית מדרש אין וויליאמסבורג. בנוסף צו זיין קהילה אין אמעריקע האט ער אויך געגרינדעט קהילות אין ירושלים און בית שמש, ווי אויך אין לאנדאן, און קרית יואל.

אין יאר תשע"ו האט ער זיך צוריקגעצויגן קיין ירושלים, און געעפנט א בית מדרש אויף ראפאפארט גאס אין בית ישראל געגנט. אין יאר תשע"ח האט ער אוועקגעשטעלט אין ירושלים די מתיבתא להוראה[אויסקלארונג פארלאנגט] מיטן נאמען "נחלת צבי" על שם אביו. ער האט אויך איינגעפירט א גרופע צו לערנען "עמוד היומי".

פרייטאג ראה תשפ"ה האט ער געליטן פון א סטראוק בשעת'ן דאווענען מנחה. ער איז אפגעפירט געווארן אין שערי צדק שפיטאל וואו ער איז געלעגן אין א קריטישן צושטאנד פאר עטליכע טעג. אויף דער הוראה פון רבי יעקב מאיר שעכטער האט מען אים צוגעלייגט דעם נאמען "ברוך" פאר א סגולה. דינסטאג, ב' אלול, איז ער אוועק אין שפיטאל, אין עלטער פון 75 יאר.

די לוויה איז פארגעקומען דינסטאג ביינאכט 9:30 אין זיין בית מדרש אויף ראפאפארט גאס אין בית ישראל געגנט אין ירושלים. טויזנטער אידן האבן באגלייט דעם ארון הקודש צופוס ביזן הר הזיתים, וואו דער רבי איז געקומען לקבורה אינעם אהל הקדוש פון זיין גרויסן פאטער, הרה"ק מקרעטשניף זי"ע. זיין עלטערער ברודער, דער קרעטשניף ירושלים רבי, האט זיך באטייליגט אין דער לוויה. לויט דעם ירושלים'ער מנהג, האבן די קינדער און אייניקלעך נישט באגלייט די מיטה צום פעלד.

ביי דער לוויה, האט רבי עקיבא וואזנער פון די רבנים פון דער קהילה, אויסגערופן דעם רצון הקודש פונעם רבי'ן זצ"ל, אז זיינע חשובע קינדער זאלן ממשיך זיין די הייליגע קייט. זיין בכור, רבי נפתלי הערצקא יצחק ראזענבוים שליט"א, איז באקרוינט געווארן אלס ממלא מקום באדמו"רות קרעטשניף-סיגעט. די אנדערע קינדער, די רבנים הגאונים שליט"א, זענען אויך באקרוינט געווארן אלס ממלאי מקומו בקודש צו משפיע זיין אויף די חסידים תורה ויראת שמים[2].

תורה, הנהגה און השקפה

דער רבי איז געווען באקאנט מיט זיין פירן פייערדיגע שבת'דיגע טישן, אפטמאל אנהאלטנדיג ביז נאך דער עלות השחר. זיינע שלש סעודות דרשות זענען געווען ספעציעל לאנג און טיף אינספירירענד, בפרט אין די "שובבי"ם" וואכן. יעדן דאנערשטאג נאכט פלעגט ער געבן א שיעור אין חומש מיט רש"י.

זיינע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אין קונטרסים "רזא דאמונה" (ר"ת רז"א - ז'יידא א'ליעזר ז'אב ר'אזנבוים). דערצו, זענען זיינע וואכעדיגע שיעורים און די פון זיין פאטער צוזאמענגעשטעלט געווארן אין "להבות אש".

ער איז געווען זייער צוגעלאזן צו יעדן מענטש, געבנדיג דעם געפיל פון פארשטענדעניש און נאנטקייט, און ער האט געהאט אן אייגנארטיגן וועג צו דערגרינטעווען זיך צו די טיפענישן פון אידישע הערצער.

ער האט געהאט אַן אייגנארטיגע טראדיציע צו האלטן א "סדר נאכט" אויף פסח שני אנגעטון אין שבת'דיגע קליידער – א באקאנטע געשעעניש צווישן ירושלים'ער איינוואוינער, וועלכע פלעגן קומען פון נאנט און ווייט זיך צו באטייליגן.

דער רבי, וועלכער האט זוכה געווען צו פילע קינדער און אייניקלעך, איז געווען טיף פארנומען אין די שמחות פון זיינע קינדער, בפרט ביי דער מצוה טאנץ ביי חתונות, אויפהייבנדיג דעם עולם אין הייליגע טענץ.

ער איז געווען באקאנט פאר זיין פעסטער שטעלונג קעגן ציוניזם, נאכפאלגנדיג די שיטה פון סאטמאר. ער פלעגט אפט רעדן קעגן שטימען אין מדינת ישראלדיגע וואלן און האט אויפגעפאדערט זיך צו האלטן צו די מסורת פון פריערדיגע דורות.

יעדעס יאר אין די ניין טעג, פלעגט דער רבי פארן קיין בישטנא, אוקראינע, צו דאווענען ביים קבר פון רבי מרדכי פון נדבורנא זצ"ל.

זיין משפחה

זיינע זין
  • רבי נפתלי הערצקא יצחק, רב פון קרעטשניף-סיגעט בית המדרש אין בית שמש, און איידעם פון רבי יהודה ניישלאס אב"ד סערדהאלי.
  • רבי יחזקאל שרגא, רב פון קרעטשניף סיגעט בית המדרש אין וויליאמסבורג.
  • רבי ניסן חיים מרדכי, א ברעסלאווער משפיע.
  • רבי מאיר אריה לייב, איידעם ביי דעם שענדישאווער רבי.
  • רבי יואל זוסמאן, איידעם ביי רבי חיים ברוך לייפער, האדמו"ר מבישטינא פון קרית טאהש.
זיינע איידימער
  • רבי דוד צבי קאהן, רב פון תולדות אברהם יצחק בית שמש, זון פון דעם תולדות אברהם יצחק רבי.
  • רבי אהרן קאהן (חתונה געהאט צו זיין טאכטער חיה אסתר), רב פון תולדות אהרן אין מאנסי, בן רבי דוד קאהן פון תולדות אהרן.
  • רבי חיים אליהו יואל אילאוויטש, בן הרב יצחק יעקב אילאוויטש, רב פון יעמערינג אין וויליאמסבורג.
  • רבי חיים מאיר שנעבאלג, אב"ד סטרעליסק, בן רבי משה האדמו"ר מטשערנאוויץ, זון פון רבי מנחם מענדל שנעבאלג ראב"ד מאנטשעסטער.
  • רבי משה שמואל הלוי ראטנבערג, זון פון רבי יעקב ראטענבערג, רב פון סאלקא אין מאנסי.
  • רבי ישראל הורוויץ, אייניקל פון דעם מעליצער רבי.
  • פון זיין צווייטן זיווג – רבי אהרן טייטלבוים בן הרב משה טייטלבוים (בן האדמו"ר מסאסוב, וחתן האדמו"ר מפינסק קרלין).
זיינע געשוויסטער
  • זיין עלטערער ברודער איז רבי ניסן ראזנבוים, דער קרעטשניף ירושלים רבי.
  • זיין שוועסטער הרבנית רייצא ברכה ראבינאוויטש איז די רביצין פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש, דער ביאלער רבי פון בני ברק.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 64.
  2. https://jdn.news/posts/7168.