אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה מארגארעטן"
ק (טלית בייטל... (diffedit)) |
אין תקציר עריכה |
||
| (13 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
| שורה 5: | שורה 5: | ||
| מדינה = [[פאראייניגטע שטאטן]] | | מדינה = [[פאראייניגטע שטאטן]] | ||
| געבורט דאטום = [[1981]] | | געבורט דאטום = [[1981]] | ||
| בילד = | | בילד = משה מארגארעטן.jpg | ||
| כיתוב = מארגארעטן | | כיתוב = מארגארעטן ביים אויפטרעטן פאר א צדק אווענט | ||
| וואוינארט = [[וויליאמסבורג]] | | וואוינארט = [[וויליאמסבורג]] | ||
| פעילות בולטת = [[פדיון שבויים]] | | פעילות בולטת = [[פדיון שבויים]] | ||
| באקאנט צוליב = דורכפירן טורמע רעפארמען, באפרייען אידן פון טורמע, וואוילטעטיגע הומאניטארישע הילף איבער די וועלט | | באקאנט צוליב = דורכפירן טורמע רעפארמען, באפרייען אידן פון טורמע, וואוילטעטיגע הומאניטארישע הילף איבער די וועלט | ||
}} | }} | ||
'''משה שלמה מאַרגאַרעטן''' (געבוירן תשמ"א) איז | '''משה שלמה מאַרגאַרעטן''' (געבוירן תשמ"א) איז א חסידישער עסקן און שתדלן פון וויליאמסבורג, ניו יארק, וועלכער איז באקאנט פאר זיין נאציאנאלער און אינטערנאציאנאלער אדוואקאטור און שתדלנות. ער איז דער גרינדער און פרעזידענט פון דער '''צדק אסאסיאציע''', א נישט-פּראפיט ארגאניזאציע וואס האט געהאלפן דורכפירן א טורמע רעפארם געזעץ אין [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקע]] צו פארקירצן די טערמינען פאר ווייסע קאָלנער פארברעכער. משה און די צדק ארגאניזאציע האבן געהאלפן שאפן פרעזידענטליכע פּאַרדאָנען און קלעמענסיס פאר עטליכע אידישע ארעסטאנטן, צווישן זיי [[שלום מרדכי רובאשקין]]. | ||
די הויפט געביטן פון זיין שתדלנות ביי דער פעדעראלער רעגירונג זענען: קרימינאלע יוסטיץ רעפארם, רעליגיעזע פרייהייט, הומאניטארישע הילף איבער דער וועלט, און צוטירט צו פרוכטבארקייט באהאנדלונג. | |||
משה און צדק | משה און צדק זענען געווען טעטיג ארויסצוראטעווען געשטראנדעטע אפגאנער נאך וואס אמעריקאנע קרעפטן האבן זיך ארויסגעצויגן פון [[אפגאניסטאן]] אין 2021. מארגארעטן [[לאביאונג|לאביאירט]] פאר א געזעץ אין אמעריקע וואס זאל צווינגען [[געזונט פארזיכערונג|אינשורענס פירמעס]] צו דעקן די קאסטן פון [[אומפרוכפערקייט|אינפערטיליטי]] באהאנדלונגען. | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
משה איז געבוירן אין 1981 צו שמואל יצחק מארגארעטן און איז אויפגעוואקסן אין [[שיכון סקווירא]] אין [[ראמאפא]] וואו ער | [[טעקע:White House Hanukkah Reception 2019.jpg|קליין|מארגארעטן ביי דער [[ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע]], מיט פרעזידענט [[דאנאלד טראמפ]]]] | ||
משה איז געבוירן אין 1981 צו שמואל יצחק מארגארעטן און איז אויפגעוואקסן אין [[שיכון סקווירא]] אין [[ראמאפא]] וואו ער האט געלערנט אין די [[סקווירא (חסידות)|סקווערער]] חדר. ווען ער איז געווען 14 יאר, האט זיין משפּחה זיך געצויגן פאר זיבן יאר קיין [[ארץ ישראל]]. דארט האט משה געלערנט אין דער פּינסק-קארלינער ישיבה קטנה, וואו ער איז געווען דער איינציגסטער אמעריקאנער בחור, און דערנאך אין [[רבי מנחם נחום טווערסקי (בני ברק)|טשערנאבילער]] ישיבה גדולה אין [[בני ברק]]{{הערה|[[#עמי|עמי]], 2025.}}. | |||
ער | ער האט געהייראט אין תשס"א צו א טאכטער פון ר' יעקב יוסף ניישלאס, משב"ק פון [[רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד (ב)|רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד]], דער [[פאפא (חסידות)|פּאָפּער]] רבי, און וואוינט זינט דאן אין [[וויליאמסבורג]]. שבת דאווענט ער אין דער סקווערער שטיבל{{הערה|[[#עמי|עמי]], 2025.}}. | ||
אין | ==מאטיוואציע פאר אקטיוויזם== | ||
משה'ס פאטער, א באקאנטער סקווערער עסקן, האט טיף באאיינפלוסט דעם יונגן משה העלפנדיג א חבר מיט לעגאלע פראבלעמען און ארויסנעמענדיג זיין הויז פון קאנפיסקאציע. א געפיל פון קהיל'ישער אחריות איז טיף איינגעווארצלט אין דער מארגארעטען פאמיליע, מיט פילע פון זיינע געשוויסטער אקטיוו אין צדקה ארגאניזאציעס ווי "מתעסקים", "חברים", "א טיים", און "חסד 24/7"{{הערה|[[#משפחה|משפחה]], 2019.}}. | |||
לויט ווי משה דערציילט איז די הויפט מאטיוואציע פאר זיין ארבעט אין קרימינאלער יוסטיץ רעפארם געקומען אין 2011 בעת א באזוך אין אטיסוויל טורמע. ער האט דארט געזען א פאמיליע, וואו א מאמע מיט אירע קליינע קינדער האבן געזאגט "מה נשתנה" פאר זייער טאטן אין טורמע נאך פאר פסח. די מאמע האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען, און דער הארצשפאלטנדיגער סצענע האט אים איבערצייגט אז ער מוז זיך אריינווארפן אין דעם פעלד, אפילו אן קיין ערפארונג אדער פינאנצירונג. ער האט דאס געזען ווי א מיסיע צו רעפארמירן די סיסטעם און פארבעסערן דאס לעבן פון ארעסטאנטן און זייערע פאמיליעס{{הערה|1={{קישור כללי|שרייבער=Reuvain Borchardt|קעפל=The Long Journey to Prison Reform|זייטל=Hamodia|דאטום=Nov 3, 2018|אדרעס=https://hamodia.com/prime/long-journey-prison-reform/}}; {{קישור כללי|אדרעס=https://www.forbes.com/sites/walterpavlo/2022/12/21/tzedek-association-worked-the-halls-of-congress-to-push-first-step-act-into-law/|שרייבער=Walter Pavlo|קעפל=Tzedek Association Worked The Halls Of Congress To Push First Step Act Into Law|זייטל=forbes.com|דאטום=Dec 21, 2022}}|כיוון=שמאל}}. | |||
==פירסט סטעפ אקט== | |||
מארגארעטען איז געווען די טראגענדע קראפט אונטער דעם "פירסט סטעפ אקט" (First Step Act) געזעץ, וועלכער איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אין דעצעמבער 2018. די אונטערנעמונג האט געדויערט כמעט א יארצענדלינג פון לאביאינג, געלט-זאמלונג, און פאליטישע קעגנערשאפט. | |||
דאס געזעץ האט איינגעפירט א קרעדיט סיסטעם וואו ארעסטאנטן אין פעדעראלע טורמעס קענען פארדינען פריצייטיגע באפרייאונג צו הויז-ארעסט דורך באטייליגן זיך אין רעהאביליטאציע פראגראמען (איין טאג קרעדיט פאר יעדן דריי טעג ארבעט אדער לערנען). עס האט אויך פארמערט גוטע אויפפירונג קרעדיטן און ערלויבט עלטערע ארעסטאנטן איבער 60 צו ענדיגן זייער שטראף אין הויז-ארעסט{{הערה|[[#משפחה|משפחה]], 2019.}}. | |||
מארגארעטען האט געשטעלט זיין ביזנעס אין א זייט און געליטן גרויסע פינאנציעלע פארלוסטן צוליב זיין ארבעט. ער האט געמוזט אליין זאמלען געלט, וואס איז אים געווען א "פּייניגונג", און האט אויסגעהאלטן מענטשליכע דערנידערונג פון מענטשן וועלכע האבן נישט געגלייבט אין זיין חלום. ער האט באקומען שטיצע פון א ריי פאליטיקער פון ביידע פארטייען, אריינגערעכנט סענאטארן ווי מיטש מעקאנעל, טעד קרוז, מייק לי, דזשאן קארנין, ארין העטש, טאם קאבורן, טשאק גרעסלי, און דיק דורבין. א ווידעא פון דעם לובאוויטשער רבי'ס בליק אויף טורמע האט איבערצייגט סענאטאר ריטש פון איידעהא צו שטיצן דאס געזעץ. דזשערעד קושנער האט געשפילט א שליסל-ראלע אין איבערצייגן פרעזידענט טראמפ און בריקן די פארטייאישע שפאלטונג. מארגארעטען איז אויך געשטיצט געווארן דורך די רבנים ווי דער מונקאטשער רבי און דער סקווערער רבי, וועלכע האבן אים באראטן און אים פינאנציעל געשטיצט{{הערה|[[#משפחה|משפחה]], 2019.}}. דער מונקאטשער רבי האט געבעטן אז מען זאל דאס נישט מאכן א אידישע צוועק, נאר א נאציאנאלע צוועק וואס וועט העלפן יעדעם, און אז מען זאל זיך באהאלטן פון די פובליק ביז צום סוף{{הערה|[[#עמי|עמי]], 2025.}}. | |||
אין די יארן נאכן דאס אדורכפירן, האט די צדק אסאסיאציע געדריקט די פעדעראלע ביורא פון טורמעס (BOP) צו אימפלעמענטירן דאס געזעץ ווי געהעריג, נאכדעם וואס עס זענען געווען פארהאלטונגען. טויזנטער ארעסטאנטן האבן ערהאלטן די קרעדיטן וואס קומט זיי, און עס האט זיי געגעבן די מעגליכקייט צו פארלאזן די טורמע פריער אדער צו גיין צו א האלפוועי הויז אדער הויז-ארעסט. מארגארעטען האט ערקלערט אז די פראגראם איז געמאכט צו שיקן ארעסטאנטן אהיים אלס "בעסערע, נישט ביטערע" מענטשן{{הערה|1={{לינק|אדרעס=https://www.boropark24.com/news/after-a-delay-of-years-first-step-act-credits-applied-for-prisoner-sentence-reductions|שרייבער=M.C. Millman|קעפל=After a Delay of Years, First Step Act Credits Applied for Prisoner Sentence Reductions|זייטל=Boro Park 24|מידע נוסף=Jan 9 2023}}|כיוון=שמאל}}. | |||
==צדק אסאסיאציע== | ==צדק אסאסיאציע== | ||
[[טעקע:Tzedek Logo.jpg|קליין|לאגא פון צדק]] | [[טעקע:Tzedek Logo.jpg|קליין|לאגא פון צדק]] | ||
אין תשע"ט האט מארגארעטן געגרינדעט אַן אפיציעלע אָרגאַניזאַציע, "צדק אסאָסיאַציע"{{הערה|[https://www.datanyze.com/companies/tzedek-association/482664031 צדק אסאסיאציע פראפיל], datanyze.com}}, וועלכע באשעפטיגט זיך הויפטזעכליך מיט שתדלנות ביי פּאליטישענס פון ביידע זייטן פון דעם ספּעקטרום אינעם אמעריקאנער קאנגרעס. די ארגאניזאציע צילט צו רעפארמירן דעם פראצעדור פון געריכט, אז דער סיסטעם זאל נישט צוטיילן אזעלכע הארבע שטראפן פאר ווייסע-קאלנער פארברעכנס, און אויך פאר פאר'משפט'ע ארעסטאנטן צו קענען ווערן באפרייט פריער דורך גוטע אויפפירונג אדער צוליב עלטערע יארגאנג. אלס עקזעקוטיוו דירעקטאר דינט שמואל קרעמער, שוואגער פון מארגארעטן. | |||
אין | צדק האט געפירט דעם אונטערנעמונג צו באפרייען איבער 30,000 ארעסטאנטן פון טורמע דורך א פּראוויזיע אין דעם CARES אקט, וועלכע האט ערלויבט הויז-ארעסט פאר די וואס זענען געווען עמפינדליך צו [[קאוויד-19 פאנדעמיק|קאוויד-19]]. די פראגראם האט געהאט א הויכע סוקסעס ראטע מיט ווייניג איבערטרעטונגען{{הערה|1={{קישור כללי|אדרעס=https://www.forbes.com/sites/walterpavlo/2022/12/21/tzedek-association-worked-the-halls-of-congress-to-push-first-step-act-into-law/|שרייבער=Walter Pavlo|קעפל=Tzedek Association Worked The Halls Of Congress To Push First Step Act Into Law|זייטל=forbes.com|דאטום=Dec 21, 2022}}|שם=פארבס2022|כיוון=שמאל}}. די צדק אסאסיאציע האט אויך געהאלפן ניו יארקער שפיטעלער צו באקומען נויטיגע מעדיצינישע עקוויפמענט בעת דער פאנדעמיע{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.tzedekassociation.org/about-us|קעפל=אינפארמציע בלאט|זייטל=TzedekAssociation.com}}.}}. | ||
מיט זייערע פארבינדונגען צום ווייסן הויז האבן מארגארעטן און די אנדערע עסקנים פון צדק אויך געהאלפן אויס'פועל'ן עטליכע פּרעזידענטליכע באגנאדיגונגען דורך דאנאלד טראמפ, פאר אידישע ארעסטאנטן וואס האבן באקומען אומ'יושר'דיגע טערמינען, צווישן זיי [[שלום מרדכי רובאשקין]] און שלום ווייס{{הערה|[https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32754 קול מבשר, נייעס איבער באפרייאונג פון שלום ווייס]}}. אויך האט מארגארעטן'ס ארגאניזאציע געברענגט די באפרייאונג פון מרדכי יצחק סאַמעט, דורך שתדלנות ער זאל אויך קענען געניסן פון די רעפארמען טראץ וואס ער איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער{{הערה| | מיט זייערע פארבינדונגען צום ווייסן הויז האבן מארגארעטן און די אנדערע עסקנים פון צדק אויך געהאלפן אויס'פועל'ן עטליכע פּרעזידענטליכע באגנאדיגונגען דורך דאנאלד טראמפ, פאר אידישע ארעסטאנטן וואס האבן באקומען אומ'יושר'דיגע טערמינען, צווישן זיי [[שלום מרדכי רובאשקין]] (תשע"ח) און שלום ווייס (תשפ"א){{הערה|[https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32754 קול מבשר, נייעס איבער באפרייאונג פון שלום ווייס]}}. אויך האט מארגארעטן'ס ארגאניזאציע געברענגט די באפרייאונג פון מרדכי יצחק סאַמעט (תש"פ), דורך שתדלנות ער זאל אויך קענען געניסן פון די רעפארמען טראץ וואס ער איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער{{הערה|{{לינק|שרייבער=Chris McKenna|קעפל=Fraud convict expected to win early prison release|אדרעס=https://www.recordonline.com/story/news/2020/02/28/kj-fraud-convict-expected-to-win-early-prison-release/111801550/|זייטל=Times Herald-Record|דאטום=פעברואר 28, 2020}}.}}{{הערה|{{לינק|שרייבער= Aryeh Ehrlich and Eliyahu Ackerman|קעפל=Remorse, Regret, Release|אדרעס=https://mishpacha.com/remorse-regret-release/|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=נאוועמבער 3, 2020}}.}}{{הערה|{{אייוועלט|1=10904&start=100|2=ר' מרדכי יצחק סאמעט}}.}}. | ||
אין טבת תשפ"ב האט צדק אויפגעטריבן געלט צו גרינדען א | אין טבת תשפ"ב האט צדק אויפגעטריבן געלט צו גרינדען א סופּערפּעק – "צדקפּעק" – דערמיט אנצוהאלטן אירע טעטיגקייטן דורך שטיצן פּאליטישע קאמפּיינס{{הערה|{{אייוועלט|52126|נייע סופער-פעק ווערט געגרינדעט דורך די צדק ארגאניזאציע}}; [https://www.yiddish24.com/interviews/12/53317 משה מארגארעטן אויף אידיש24].}}. די סופּערפּעק האט לאביאירט צו גענצליך אימפּלעמענטירן די טורמע רעפארם געזעץ, און אויסגעפירט אז ארעסטאנטן באפרייט צוליב קאוויד-19 ווערן נישט צוריקגעפירט אין טורמע{{הערה|[https://files.dryveup.com/uploads/47499_1640978638_tzedekvid.mp4 קאמפיין ווידעא פון צדק]}}. | ||
אין אייר תשפ"ד איז ער געווען פארמישט אין ראטעווען א איד פון איראן פון באקומען טויט שטראף פאר'ן הרג'ענען א גוי פאר זעלבסטשוץ. צווישן אנדערע האט ער זיך געטראפן דערוועגן מיט סענאטארשע קריסטען דזשיליבראנד פון ניו יארק | אין אייר תשפ"ד איז ער געווען פארמישט אין ראטעווען א איד פון איראן פון באקומען טויט שטראף פאר'ן הרג'ענען א גוי פאר זעלבסטשוץ. צווישן אנדערע האט ער זיך געטראפן דערוועגן מיט סענאטארשע קריסטען דזשיליבראנד פון ניו יארק{{הערה|1=https://twitter.com/TheBelaaz/status/1791543337113047221}}. | ||
===הומאניטארישע צוועקן=== | ===הומאניטארישע צוועקן=== | ||
אין 2021 | אין 2021 האט מארגארעטן באקומען ברייטע פּרעסע דעקונג נאכדעם וואס ער און די 'צדק' ארגאניזאציע האבן געארבעט צו עוואקואירן אפגאנער בירגער וועלכע זענען געווען באדראעט – אריינגערעכנט פרויען, קינדער, ריכטער, פּראקורארן, אקטיוויסטן, זשורנאליסטן, און איבערזעצער – נאך וואס די פאראייניגטע שטאַטן האט ארויסגעצויגן אירע קרעפטן פון דארט, און די [[טאליבאן|טאַליבאַן]] האט איבערגענומען די מאכט{{הערה|[https://www.bbc.com/news/world-us-canada-58729508 אפגאניסטאן: דער ניו יארקער ראביי עוואקואירט פארצווייפלטע אפגאנער] אויף [[בי בי סי|BBC]]}}{{הערה|[https://nypost.com/2021/09/04/brooklyn-rabbi-funds-afghan-refugee-rescue-missions/ ברוקלינער ראביי פינאנצירט די אפגאנער פליטים רעטונג מיסיעס] אויף [[ניו יארק פאסט]]}}. ער האט געארבעט מיט'ן ווייסן הויז און אנדערע פעדעראלע אגענטורן צו שאפן פאפירן פאר די פליטים{{הערה|1={{קישור כללי|שרייבער=Pete DeMola|קעפל=Tears, joy as Albany mom reunites with kids who fled Afghanistan|זייטל=Times Union|דאטום=Aug 30, 2021|אדרעס=https://www.timesunion.com/news/article/Tears-joy-as-Albany-mom-reunites-with-kids-who-16423782.php}}|כיוון=שמאל}}. צווישן די געראטעוועטע איז געווען זבולון סימאנטאוו, דער לעצטער איד פון אפגאניסטאן{{הערה|[https://www.yiddish24.com/news/bulletin/46741 חסדי השם: לעצט פארבליבענער איד פון אפגאניסטאן זבולון סימן-טוב ארויסגעראטעוועט אין אן אקציע דורך 'צדק אסאוסיעישאן'], אויף אידיש24; {{כאן|רועי קייס ויואב זהבי|תיעוד בלעדי מחילוץ היהודי האחרון באפגניסטאן|271260|content}}; {{לינק|שרייבער=David Isaac|קעפל=Rescuing Afghanistan’s last Jew|אדרעס=https://www.jns.org/rescuing-afghanistans-last-jew/|זייטל=JNS.org|דאטום=סעפטעמבער 20, 2021}}.}}. מארגארעטען האט באצאלט פאר אמאליגע אפגאנער ספעציעלע קרעפטן צו פירן מענטשן אריבער די גרעניצן{{הערה|1={{לינק|אדרעס=https://mishpacha.com/underground-railroad/|שרייבער=Gedalia Guttentag and Yochonon Donn|קעפל=Underground Railroad|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=Sep 14, 2021}}|כיוון=שמאל}}. די הילף איז געווען אזוי ברייט, אז אפגאנער זענען געקומען צו זיין שול אין וויליאמסבורג (דער אפיצילער אדרעס פון צדק) זוכן הילף, וואס האט געפירט צו א צעטל אויף [[אורדו]] וואס האט געמאלדן אז "הרב מארגארעטן האט געמופט זיין אפיס"{{הערה|[[#עמי|עמי]], 2025.}}. | ||
ביי די [[רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע]], האט צדק אויפגעטריבן געלט און אפגעשיקט איבער 30 אמבולאנסן קיין אוקראינע, צו עוואקואירן עלטערע און שוואכע פון קריג-זאנעס. אין דעצעמבער 14 2021 האט מאַרגאַרעטן זיך געטראפן מיט'ן אוקראינער פרעזידענט [[וולאדימיר זעלענסקי]], וואו דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט פאר אים{{הערה|1={{קישור כללי|שרייבער=Reuvain Borchardt|קעפל=Zelensky Meets With, Thanks Moshe Margaretten of Tzedek for Humanitarian Work|זייטל=Hamodia|דאטום=Nov 4, 2022|אדרעס=https://hamodia.com/2022/12/15/zelensky-meets-with-thanks-moshe-margaretten-of-tzedek-for-humanitarian-work/}}|כיוון=שמאל}} און מארגארעטן האט אים איבערגעגעבן שטיצע פון אמעריקאנער סענאטארן און אים געשאנקן א מזוזה{{הערה|1={{לינק|אדרעס=https://www.theyeshivaworld.com/news/general/2147950/moshe-margaretten-of-tzedek-meets-with-zelensky-they-led-us-through-a-dark-hallway-with-flashing-lights.html|קעפל=Moshe Margaretten of Tzedek Meets With Zelensky: “They Led Us Through A Dark Hallway With Flashing Lights”|זייטל=YWN|דאטום=Dec 15, 2022}}.|כיוון=שמאל}}. | |||
די ארגאניזאציע האט קאארדינירט הילף און טראנספארטאציע פאר עוואקואירטע פון ארץ ישראל נאך די אטאקעס פון שמחת תורה תשפ"ג. | |||
===פערטיליטי באהאנדלונגען אדוואקאטור=== | |||
מארגארעטן האט זיך גענומען צו דעם קאמף פאר צוטריט צו פרוכטבארקייט (פערטיליטי) באהאנדלונג נאכדעם וואס 300 פּארפעלקער האבן אים דערציילט זייערע געשיכטעס פון פינאנציעלן אנגעשטרענגטקייט און עמאציאנעלע ליידן. אין אמעריקע, אנדערש ווי אין מדינת ישראל אדער אייראפע, ווערן פרוכטבארקייט באהאנדלונגען זעלטן געדעקט דורך אינשורענס, וואס לייגט א גרויסן פינאנציעלן לאסט אויף ליידנדע. איין IVF ציקל קאסט דורכשניטליך $24,000, מיט מעדיקאמענטן פון $3,000 ביז $7,000{{הערה|1={{לינק|אדרעס=https://thelakewoodscoop.com/news/lighting-the-path-to-hope-rabbi-moshe-margaretten-and-tzedeks-mission-to-change-lives/|קעפל=Lighting the Path to Hope: Rabbi Moshe Margaretten and Tzedek’s Mission to Change Lives|זייטל=Lakewood Scoop|דאטום=January 13, 2025}}|כיוון=שמאל}}. | |||
אום סיון תשפ"ג האט צדק אויפגעטריבן 7 מיליאן דאלאר אין אַן אנליין קאַמפּיין{{הערה|{{אייוועלט|62369|צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג}}; [https://www.dryveup.com/tzedek קאמפיין בלאט אויף dryveup.com].}} צו לאביאירן פאר א מעדיצינישע רעפארם געזעץ וועלכע זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן די קאסטן פון פרוכטבארקייט באהאנדלונגען{{הערה|{{אייוועלט|62367|מעדיקל רעפארם ביל}}; [https://www.yiddish24.com/interviews/12/84063 אינטערוויא מיט מארגארעטן] אויף אידיש24; [https://files.dryveup.com/uploads/20839_1684424470_tzedek_video%20(360p)%20(1%29.mp4 קאמפיין ווידעא פון צדק אויף dryveup.com].}}. צדק האט דאן אפגעהאלטן צוויי אוונטן מיט די אויפטרייבער, איינס מיט רעפובליקאנער סענאטארן ראדזשער מארשאל, און [[טעד קרוז]]{{הערה|[https://www.yiddishvideos.com/post/live-historic-tzedek-event-attended-by-u-s-senators-and-leading-figures-7-00pm Historic Tzedek Event Attended by U.S. Senators and Leading Figures]|כיוון=שמאל}}, און די אנדערע מיט דעמאקראטישע סענאטארן ריטשארד בלומענטאל און קארי בוקער, סענאטארן מיט וועם מארגארעטן ארבעט צו שאפן אזעלכע געזעצן. אין אלול תשפ"ג האט מארגארעטן זיך געטראפן מיט [[קעווין מעקארטי]] אין [[מאנטיסעלא]]{{הערה|1={{קישור כללי|שרייבער=Jon Levine|קעפל=Kevin McCarthy courts upstate New York Orthodox Jews in bid to save House majority|זייטל=New York Post|דאטום=Sep 9, 2023|אדרעס=https://nypost.com/2023/09/09/kevin-mccarthy-courts-upstate-jews-to-save-house-majority/}}|כיוון=שמאל}}. | |||
די צדק אסאסיאציע פירט דריי סטראטעגיען: דירעקטע געזעצגעבונג, רעגולאטארישע ענדערונגען אונטער דעם "אפארדאבל קעיר אקט" (ACA), און שטייער קרעדיטן פאר באהאנדלונגס-אויסגאבן. זיי האבן געארבעט צו באשיצן IVF צוטריט נאך אַן אורטייל אין אלאבאמא אין 2023 וואס האט געדראעט מיט לימיטאציעס{{הערה|1=https://files.dryveup.com/uploads/53970_1736540270_Tzedek-Brochure.pdf}}. | |||
אום סיון תשפ"ד איז צום ערשטן מאל אויפגעברענגט געווארן אין אמעריקאנער [[קאנגרעס]], אן אומפארטייאישער ביל צו צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן פערטיליטי קאסטן{{הערה|1={{לינק|אדרעס=https://chavez-deremer.house.gov/sites/evo-subsites/chavez-deremer.house.gov/files/evo-media-document/HOPE%20with%20Fertility%20Services%20Act%20-%20Bill%20Text.pdf?&~nfopt(fileDistorted=33903034816064404)|קעפל=HOPE with Fertility Services Act - Bill Text.pdf}}|כיוון=שמאל}}. אין די זעלבע צייט האט צדק געמאלדן פאר זייערע שטיצער איבער דעם גרינדונג פון א נאציאנאלע ארגאניזאציע גערופן "אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף" (Americans for IVF), אנגעפירט דורך א באורד פון א צאל פראמינענטע דאקטוירים מיט מארגארעטן אלס פארזיצער און פרעזידענט, מיט'ן ציל צו מאכן פערטיליטי מער צוגענגליך, און אוועקצושטופן די קעגנערשאפט צו די סארט באהאנדלונגען{{הערה|{{אפיציעלע וועבזייטל|https://americansforivf.org/|אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף}}.}}. | |||
== | ==אנערקענונגען און אויסצייכענונגען== | ||
מארגארעטן איז אנערקענט געווארן דורך פרעזידענטן ביידן און טראמפ, און מיטגלידער פון קאנגרעס פון ביידע פארטייען{{הערה|שם=פארבס2022}}. | |||
אין 2019 האט ער געצינדן די מנורה ביים [[ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע|ווייסן הויז חנוכה צערעמאניע]], אויפ'ן פּערזענליכן איינלאדונג פון פּרעזידענט [[דאנאלד טראמפ]], אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען פאר ארעסטאנטן{{הערה|[https://www.whitehousehistory.org/lighting-the-menorah-celebrating-hanukkah-at-the-white-house צינדן די מנורה, סעלעברירן חנוכה אין ווייסן הויז], ווייסע הויז היסטאריע וועבזייטל;{{ש}}{{יוטיוב|7tblumhelwM|שם=משה מארגארעטן צינדט די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה מסיבה}}}}. מארגארעטן איז געווען דער ערשטער [[חסידות|חסיד'ישער איד]] אין פולן חסידישן לבוש צו צינדן די מנורה אין ווייסן הויז{{הערה|[https://col.org.il/news/121931 לראשונה: חסיד ידליק החנוכיה באירוע השנתי של הבית הלבן], אויף COL}}. די מנורה איז געמאכט געווארן דורך ארעסטאנטן אין אטיסוויל טורמע. | |||
אין | אין נאוועמבער 2021 האט [[נעבראסקא]] קאנגרעסמאן דאן בעקאן געגעבן א רעדע אינעם הויז פון רעפרעזענטיוון אויסלויבנדיג צדק'ס אקטיוויטעטן אין אפגאניסטאן, אנרופנדיג מארגארעטן "א מאדערנער [[אסקאר שינדלער]]"{{הערה|1={{קישור כללי|אדרעס=https://www.washingtontimes.com/news/2021/nov/30/a-rabbis-inspiring-story-of-rescuing-those-left-be/|שרייבער=Rep. Don Bacon|קעפל=A Rabbi's inspiring story of rescuing those left behind in Afghanistan|זייטל=The Washington Times|דאטום=Oct 2, 2021}}.|כיוון=שמאל}}. אין אפריל 2022 האט מארגארעטן ערהאלטן די 'מעדאל פון העלדישקייט' פון די [[שמעון וויזענטאל צענטער]] פאר זיינע הומאניטארישע לייסטונגען אין אפגאניסטאן און אוקראינע{{הערה|[https://www.wiesenthal.com/about/news/eddy-cue.html 2022 באערונגען], שמעון וויזענטאל צענטער וועבזייטל}}. אין מאי 2022 איז מארגארעטן באערט געווארן ביי די אידישע אמעריקאנע העריטעדזש מאנאט פייערונג אין קאנגרעס{{הערה|1={{קישור כללי|אדרעס=https://jewishlink.news/features/51463-congress-celebrates-jewish-american-heritage-month|שרייבער=Judy Berger|קעפל=Congress Celebrates Jewish-American Heritage Month|זייטל=JewishLink|דאטום=May 26, 2022}}; [http://www.thefriedlandergroup.com/jewish-american-heritage-month-celebration-2022.3-62-1730.sub.html Jewish American Heritage Month Celebration - 2022], The Friedlander Group|כיוון=שמאל}}. | ||
אום | אום 12טן אויגוסט 2025, ביי א גאלא אין די לייברערי אוו קאנגרעס, איז דער "צדק אסאסיאציע" געערט געווארן מיט א בריוו פון הויכע לויב פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ. דער בריוו, איבערגעגעבן דורך מארטין מארקס, א אידישער פארבינדונג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע, איז אדרעסירט געווארן צו הרב משה מארגארעטן. פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט טיפן שעצונג, זאגנדיג: "מילאניא און איך שיקן אונזערע ווארעמסטע גריסן צו אייך און דער גאנצער צדק אסאסיאציע און דרוקן אויס אונזער דאנק פאר אייערע אומגלויבליכע ביישטייערונגען צו די פילע אורזאכן וואס איר פארטיידיגט. אייער ליידנשאפט און אייער איבערגעגעבנקייט צו די גרונדענע אמעריקאנער ווערטן פון יושר, דיגניטי, און גערעכטיגקייט פאר אלעמען רעפּרעזענטירן דאס בעסטע פון אייער געמיינדע און אונזער פאלק". ער האט ספּעציעל געלויבט צדק'ס ארבעט מיט שוואכע באפעלקערונגען, ארעסטאנטן, און הומאניטארישע הילף איבער דער וועלט. טראמפ האט אויך געדאנקט די וואלונטירן און שטיצער פון צדק, זאגנדיג אז זייער איבערגעגעבנקייט צו "אמונה, פרייהייט, פאמיליע, אויסלייזונג, און געבן א שטימע פאר די שטימעלאזע" איז אן אינספּיראציע. ער האט באמערקט אז צדק'ס אדוואקאטור שטימט מיט טראמפ'ס פאליטישע פריאריטעטן, אריינגערעכנט קרימינאלע יוסטיץ רעפארם און א פעברואר 2025 עקזעקוטיוו ארדער אויף IVF צוטריט{{הערה|1={{לינק|שרייבער=Eliana Fleming|קעפל=President Trump Honors Jewish Advocacy Group With Stunning Letter|אדרעס=https://www.jfeed.com/news-world/trump-tzedek-letter|זייטל=JFeed|דאטום=אוגוסט 13, 2025}}.}}. | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
* [[שמעון ראלניצקי]], "מציל ומשה", '''[[דער גלאק]]''' 8, תמוז תשפ"ב | * [[שמעון ראלניצקי]], "מציל ומשה", '''[[דער גלאק]]''' 8, תמוז תשפ"ב | ||
* {{ | * [https://www.dropbox.com/scl/fi/0q6p1j8osd17yr19yweko/NakTzedek.pdf?rlkey=d15lzxa44mlrpkelb54lybc7q&e=4&st=68bl1gpw&dl=0 אויסשליסליכער אינטערוויא מיט העסקן רבי משה מארגארעטן], ([https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=73683 אייוועלט]) | ||
*{{אנקער|משפחה|{{לינק|שרייבער=Eytan Kobre|קעפל=Fast Track to Freedom|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=יאנואר 22, 2019|אדרעס=https://mishpacha.com/fast-track-to-freedom/}}}} | |||
*{{אנקער|עמי|{{לינק|אדרעס=https://amimagazine.org/2025/08/05/a-unique-calling/|שרייבער=יצחק פראנקפורטער|קעפל=A Unique Calling|זייטל=עמי מאגאזין|דאטום=אויגוסט 5, 2025}}}} | |||
==דרויסנדיגע לינקס== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
| שורה 55: | שורה 81: | ||
* {{טוויטער|Tzedek_Assoc|צדק אסאסיאציע}} | * {{טוויטער|Tzedek_Assoc|צדק אסאסיאציע}} | ||
* {{לינקדאין|rabbi-moshe-margaretten-a715b3242|רבי משה מארגארעטן}} | * {{לינקדאין|rabbi-moshe-margaretten-a715b3242|רבי משה מארגארעטן}} | ||
* | * Search Registrations & Quarterly Activity Reports: [https://lda.senate.gov/filings/public/filing/search/?registrant=®istrant_country=®istrant_ppb_country=&client=Margaretten&client_state=&client_country=&client_ppb_country=&lobbyist=&lobbyist_covered_position=&lobbyist_conviction_disclosure=&lobbyist_conviction_date_range_from=&lobbyist_conviction_date_range_to=&report_period=&report_year=&report_dt_posted_from=&report_dt_posted_to=&report_amount_reported_min=&report_amount_reported_max=&report_filing_uuid=&report_house_doc_id=&report_issue_area_description=&affiliated_organization=&affiliated_organization_country=&foreign_entity=&foreign_entity_country=&foreign_entity_ppb_country=&foreign_entity_ownership_percentage_min=&foreign_entity_ownership_percentage_max=&search=search Margaretten], [https://lda.senate.gov/filings/public/filing/search/?registrant=®istrant_country=®istrant_ppb_country=&client=Margareten&client_state=&client_country=&client_ppb_country=&lobbyist=&lobbyist_covered_position=&lobbyist_conviction_disclosure=&lobbyist_conviction_date_range_from=&lobbyist_conviction_date_range_to=&report_period=&report_year=&report_dt_posted_from=&report_dt_posted_to=&report_amount_reported_min=&report_amount_reported_max=&report_filing_uuid=&report_house_doc_id=&report_issue_area_description=&affiliated_organization=&affiliated_organization_country=&foreign_entity=&foreign_entity_country=&foreign_entity_ppb_country=&foreign_entity_ownership_percentage_min=&foreign_entity_ownership_percentage_max=&search=search#js_searchFormTitle Margareten], [https://lda.senate.gov/filings/public/filing/search/?registrant=®istrant_country=®istrant_ppb_country=&client=Tzedek&client_state=&client_country=&client_ppb_country=&lobbyist=&lobbyist_covered_position=&lobbyist_conviction_disclosure=&lobbyist_conviction_date_range_from=&lobbyist_conviction_date_range_to=&report_period=&report_year=&report_dt_posted_from=&report_dt_posted_to=&report_amount_reported_min=&report_amount_reported_max=&report_filing_uuid=&report_house_doc_id=&report_issue_area_description=&affiliated_organization=&affiliated_organization_country=&foreign_entity=&foreign_entity_country=&foreign_entity_ppb_country=&foreign_entity_ownership_percentage_min=&foreign_entity_ownership_percentage_max=&search=search#js_searchFormTitle Tzedek], [https://lda.senate.gov/filings/public/filing/search/?registrant=®istrant_country=®istrant_ppb_country=&client=Americans+For+IVF&client_state=&client_country=&client_ppb_country=&lobbyist=&lobbyist_covered_position=&lobbyist_conviction_disclosure=&lobbyist_conviction_date_range_from=&lobbyist_conviction_date_range_to=&report_period=&report_year=&report_dt_posted_from=&report_dt_posted_to=&report_amount_reported_min=&report_amount_reported_max=&report_filing_uuid=&report_house_doc_id=&report_issue_area_description=&affiliated_organization=&affiliated_organization_country=&foreign_entity=&foreign_entity_country=&foreign_entity_ppb_country=&foreign_entity_ownership_percentage_min=&foreign_entity_ownership_percentage_max=&search=search#js_searchFormTitle Americans For IVF] – U.S. Senate Lobbying Disclosure | ||
* Client Profiles: [https://www.opensecrets.org/federal-lobbying/clients/summary?id=F218674 Margareten, Moshe], [https://www.opensecrets.org/federal-lobbying/clients/summary?id=D000118219 Tzedek Assn], [https://www.opensecrets.org/federal-lobbying/clients/summary?id=F329931 Americans For IVF] אויף OpenSecrets | |||
* [https://www.opensecrets.org/federal-lobbying/clients/summary?id=F218674 | |||
* {{אייוועלט|54426|ר' משה מארגארעטן - צדק ארגאניזאציע}} | * {{אייוועלט|54426|ר' משה מארגארעטן - צדק ארגאניזאציע}} | ||
* {{יוטיוב|Am1DH4l-2Wg|שם=שלמה זייאנץ פאדקאסט: משה מארגארעטן אין צדק}} | * {{יוטיוב|Am1DH4l-2Wg|שם=שלמה זייאנץ פאדקאסט: משה מארגארעטן אין צדק}} | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 14:14, 14 אויגוסט 2025
| מארגארעטן ביים אויפטרעטן פאר א צדק אווענט | |
| געבורט | 1981 (יארגאנג: 44 בערך) |
|---|---|
| מדינה | פאראייניגטע שטאטן |
| פעילות בולטת | פדיון שבויים |
משה שלמה מאַרגאַרעטן (געבוירן תשמ"א) איז א חסידישער עסקן און שתדלן פון וויליאמסבורג, ניו יארק, וועלכער איז באקאנט פאר זיין נאציאנאלער און אינטערנאציאנאלער אדוואקאטור און שתדלנות. ער איז דער גרינדער און פרעזידענט פון דער צדק אסאסיאציע, א נישט-פּראפיט ארגאניזאציע וואס האט געהאלפן דורכפירן א טורמע רעפארם געזעץ אין אמעריקע צו פארקירצן די טערמינען פאר ווייסע קאָלנער פארברעכער. משה און די צדק ארגאניזאציע האבן געהאלפן שאפן פרעזידענטליכע פּאַרדאָנען און קלעמענסיס פאר עטליכע אידישע ארעסטאנטן, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין. די הויפט געביטן פון זיין שתדלנות ביי דער פעדעראלער רעגירונג זענען: קרימינאלע יוסטיץ רעפארם, רעליגיעזע פרייהייט, הומאניטארישע הילף איבער דער וועלט, און צוטירט צו פרוכטבארקייט באהאנדלונג.
משה און צדק זענען געווען טעטיג ארויסצוראטעווען געשטראנדעטע אפגאנער נאך וואס אמעריקאנע קרעפטן האבן זיך ארויסגעצויגן פון אפגאניסטאן אין 2021. מארגארעטן לאביאירט פאר א געזעץ אין אמעריקע וואס זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו דעקן די קאסטן פון אינפערטיליטי באהאנדלונגען.
ביאגראפיע
משה איז געבוירן אין 1981 צו שמואל יצחק מארגארעטן און איז אויפגעוואקסן אין שיכון סקווירא אין ראמאפא וואו ער האט געלערנט אין די סקווערער חדר. ווען ער איז געווען 14 יאר, האט זיין משפּחה זיך געצויגן פאר זיבן יאר קיין ארץ ישראל. דארט האט משה געלערנט אין דער פּינסק-קארלינער ישיבה קטנה, וואו ער איז געווען דער איינציגסטער אמעריקאנער בחור, און דערנאך אין טשערנאבילער ישיבה גדולה אין בני ברק[1].
ער האט געהייראט אין תשס"א צו א טאכטער פון ר' יעקב יוסף ניישלאס, משב"ק פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד, דער פּאָפּער רבי, און וואוינט זינט דאן אין וויליאמסבורג. שבת דאווענט ער אין דער סקווערער שטיבל[2].
מאטיוואציע פאר אקטיוויזם
משה'ס פאטער, א באקאנטער סקווערער עסקן, האט טיף באאיינפלוסט דעם יונגן משה העלפנדיג א חבר מיט לעגאלע פראבלעמען און ארויסנעמענדיג זיין הויז פון קאנפיסקאציע. א געפיל פון קהיל'ישער אחריות איז טיף איינגעווארצלט אין דער מארגארעטען פאמיליע, מיט פילע פון זיינע געשוויסטער אקטיוו אין צדקה ארגאניזאציעס ווי "מתעסקים", "חברים", "א טיים", און "חסד 24/7"[3].
לויט ווי משה דערציילט איז די הויפט מאטיוואציע פאר זיין ארבעט אין קרימינאלער יוסטיץ רעפארם געקומען אין 2011 בעת א באזוך אין אטיסוויל טורמע. ער האט דארט געזען א פאמיליע, וואו א מאמע מיט אירע קליינע קינדער האבן געזאגט "מה נשתנה" פאר זייער טאטן אין טורמע נאך פאר פסח. די מאמע האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען, און דער הארצשפאלטנדיגער סצענע האט אים איבערצייגט אז ער מוז זיך אריינווארפן אין דעם פעלד, אפילו אן קיין ערפארונג אדער פינאנצירונג. ער האט דאס געזען ווי א מיסיע צו רעפארמירן די סיסטעם און פארבעסערן דאס לעבן פון ארעסטאנטן און זייערע פאמיליעס[4].
פירסט סטעפ אקט
מארגארעטען איז געווען די טראגענדע קראפט אונטער דעם "פירסט סטעפ אקט" (First Step Act) געזעץ, וועלכער איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אין דעצעמבער 2018. די אונטערנעמונג האט געדויערט כמעט א יארצענדלינג פון לאביאינג, געלט-זאמלונג, און פאליטישע קעגנערשאפט. דאס געזעץ האט איינגעפירט א קרעדיט סיסטעם וואו ארעסטאנטן אין פעדעראלע טורמעס קענען פארדינען פריצייטיגע באפרייאונג צו הויז-ארעסט דורך באטייליגן זיך אין רעהאביליטאציע פראגראמען (איין טאג קרעדיט פאר יעדן דריי טעג ארבעט אדער לערנען). עס האט אויך פארמערט גוטע אויפפירונג קרעדיטן און ערלויבט עלטערע ארעסטאנטן איבער 60 צו ענדיגן זייער שטראף אין הויז-ארעסט[5].
מארגארעטען האט געשטעלט זיין ביזנעס אין א זייט און געליטן גרויסע פינאנציעלע פארלוסטן צוליב זיין ארבעט. ער האט געמוזט אליין זאמלען געלט, וואס איז אים געווען א "פּייניגונג", און האט אויסגעהאלטן מענטשליכע דערנידערונג פון מענטשן וועלכע האבן נישט געגלייבט אין זיין חלום. ער האט באקומען שטיצע פון א ריי פאליטיקער פון ביידע פארטייען, אריינגערעכנט סענאטארן ווי מיטש מעקאנעל, טעד קרוז, מייק לי, דזשאן קארנין, ארין העטש, טאם קאבורן, טשאק גרעסלי, און דיק דורבין. א ווידעא פון דעם לובאוויטשער רבי'ס בליק אויף טורמע האט איבערצייגט סענאטאר ריטש פון איידעהא צו שטיצן דאס געזעץ. דזשערעד קושנער האט געשפילט א שליסל-ראלע אין איבערצייגן פרעזידענט טראמפ און בריקן די פארטייאישע שפאלטונג. מארגארעטען איז אויך געשטיצט געווארן דורך די רבנים ווי דער מונקאטשער רבי און דער סקווערער רבי, וועלכע האבן אים באראטן און אים פינאנציעל געשטיצט[6]. דער מונקאטשער רבי האט געבעטן אז מען זאל דאס נישט מאכן א אידישע צוועק, נאר א נאציאנאלע צוועק וואס וועט העלפן יעדעם, און אז מען זאל זיך באהאלטן פון די פובליק ביז צום סוף[7].
אין די יארן נאכן דאס אדורכפירן, האט די צדק אסאסיאציע געדריקט די פעדעראלע ביורא פון טורמעס (BOP) צו אימפלעמענטירן דאס געזעץ ווי געהעריג, נאכדעם וואס עס זענען געווען פארהאלטונגען. טויזנטער ארעסטאנטן האבן ערהאלטן די קרעדיטן וואס קומט זיי, און עס האט זיי געגעבן די מעגליכקייט צו פארלאזן די טורמע פריער אדער צו גיין צו א האלפוועי הויז אדער הויז-ארעסט. מארגארעטען האט ערקלערט אז די פראגראם איז געמאכט צו שיקן ארעסטאנטן אהיים אלס "בעסערע, נישט ביטערע" מענטשן[8].
צדק אסאסיאציע
אין תשע"ט האט מארגארעטן געגרינדעט אַן אפיציעלע אָרגאַניזאַציע, "צדק אסאָסיאַציע"[9], וועלכע באשעפטיגט זיך הויפטזעכליך מיט שתדלנות ביי פּאליטישענס פון ביידע זייטן פון דעם ספּעקטרום אינעם אמעריקאנער קאנגרעס. די ארגאניזאציע צילט צו רעפארמירן דעם פראצעדור פון געריכט, אז דער סיסטעם זאל נישט צוטיילן אזעלכע הארבע שטראפן פאר ווייסע-קאלנער פארברעכנס, און אויך פאר פאר'משפט'ע ארעסטאנטן צו קענען ווערן באפרייט פריער דורך גוטע אויפפירונג אדער צוליב עלטערע יארגאנג. אלס עקזעקוטיוו דירעקטאר דינט שמואל קרעמער, שוואגער פון מארגארעטן.
צדק האט געפירט דעם אונטערנעמונג צו באפרייען איבער 30,000 ארעסטאנטן פון טורמע דורך א פּראוויזיע אין דעם CARES אקט, וועלכע האט ערלויבט הויז-ארעסט פאר די וואס זענען געווען עמפינדליך צו קאוויד-19. די פראגראם האט געהאט א הויכע סוקסעס ראטע מיט ווייניג איבערטרעטונגען[10]. די צדק אסאסיאציע האט אויך געהאלפן ניו יארקער שפיטעלער צו באקומען נויטיגע מעדיצינישע עקוויפמענט בעת דער פאנדעמיע[11].
מיט זייערע פארבינדונגען צום ווייסן הויז האבן מארגארעטן און די אנדערע עסקנים פון צדק אויך געהאלפן אויס'פועל'ן עטליכע פּרעזידענטליכע באגנאדיגונגען דורך דאנאלד טראמפ, פאר אידישע ארעסטאנטן וואס האבן באקומען אומ'יושר'דיגע טערמינען, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין (תשע"ח) און שלום ווייס (תשפ"א)[12]. אויך האט מארגארעטן'ס ארגאניזאציע געברענגט די באפרייאונג פון מרדכי יצחק סאַמעט (תש"פ), דורך שתדלנות ער זאל אויך קענען געניסן פון די רעפארמען טראץ וואס ער איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער[13][14][15].
אין טבת תשפ"ב האט צדק אויפגעטריבן געלט צו גרינדען א סופּערפּעק – "צדקפּעק" – דערמיט אנצוהאלטן אירע טעטיגקייטן דורך שטיצן פּאליטישע קאמפּיינס[16]. די סופּערפּעק האט לאביאירט צו גענצליך אימפּלעמענטירן די טורמע רעפארם געזעץ, און אויסגעפירט אז ארעסטאנטן באפרייט צוליב קאוויד-19 ווערן נישט צוריקגעפירט אין טורמע[17].
אין אייר תשפ"ד איז ער געווען פארמישט אין ראטעווען א איד פון איראן פון באקומען טויט שטראף פאר'ן הרג'ענען א גוי פאר זעלבסטשוץ. צווישן אנדערע האט ער זיך געטראפן דערוועגן מיט סענאטארשע קריסטען דזשיליבראנד פון ניו יארק[18].
הומאניטארישע צוועקן
אין 2021 האט מארגארעטן באקומען ברייטע פּרעסע דעקונג נאכדעם וואס ער און די 'צדק' ארגאניזאציע האבן געארבעט צו עוואקואירן אפגאנער בירגער וועלכע זענען געווען באדראעט – אריינגערעכנט פרויען, קינדער, ריכטער, פּראקורארן, אקטיוויסטן, זשורנאליסטן, און איבערזעצער – נאך וואס די פאראייניגטע שטאַטן האט ארויסגעצויגן אירע קרעפטן פון דארט, און די טאַליבאַן האט איבערגענומען די מאכט[19][20]. ער האט געארבעט מיט'ן ווייסן הויז און אנדערע פעדעראלע אגענטורן צו שאפן פאפירן פאר די פליטים[21]. צווישן די געראטעוועטע איז געווען זבולון סימאנטאוו, דער לעצטער איד פון אפגאניסטאן[22]. מארגארעטען האט באצאלט פאר אמאליגע אפגאנער ספעציעלע קרעפטן צו פירן מענטשן אריבער די גרעניצן[23]. די הילף איז געווען אזוי ברייט, אז אפגאנער זענען געקומען צו זיין שול אין וויליאמסבורג (דער אפיצילער אדרעס פון צדק) זוכן הילף, וואס האט געפירט צו א צעטל אויף אורדו וואס האט געמאלדן אז "הרב מארגארעטן האט געמופט זיין אפיס"[24].
ביי די רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע, האט צדק אויפגעטריבן געלט און אפגעשיקט איבער 30 אמבולאנסן קיין אוקראינע, צו עוואקואירן עלטערע און שוואכע פון קריג-זאנעס. אין דעצעמבער 14 2021 האט מאַרגאַרעטן זיך געטראפן מיט'ן אוקראינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי, וואו דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט פאר אים[25] און מארגארעטן האט אים איבערגעגעבן שטיצע פון אמעריקאנער סענאטארן און אים געשאנקן א מזוזה[26].
די ארגאניזאציע האט קאארדינירט הילף און טראנספארטאציע פאר עוואקואירטע פון ארץ ישראל נאך די אטאקעס פון שמחת תורה תשפ"ג.
פערטיליטי באהאנדלונגען אדוואקאטור
מארגארעטן האט זיך גענומען צו דעם קאמף פאר צוטריט צו פרוכטבארקייט (פערטיליטי) באהאנדלונג נאכדעם וואס 300 פּארפעלקער האבן אים דערציילט זייערע געשיכטעס פון פינאנציעלן אנגעשטרענגטקייט און עמאציאנעלע ליידן. אין אמעריקע, אנדערש ווי אין מדינת ישראל אדער אייראפע, ווערן פרוכטבארקייט באהאנדלונגען זעלטן געדעקט דורך אינשורענס, וואס לייגט א גרויסן פינאנציעלן לאסט אויף ליידנדע. איין IVF ציקל קאסט דורכשניטליך $24,000, מיט מעדיקאמענטן פון $3,000 ביז $7,000[27].
אום סיון תשפ"ג האט צדק אויפגעטריבן 7 מיליאן דאלאר אין אַן אנליין קאַמפּיין[28] צו לאביאירן פאר א מעדיצינישע רעפארם געזעץ וועלכע זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן די קאסטן פון פרוכטבארקייט באהאנדלונגען[29]. צדק האט דאן אפגעהאלטן צוויי אוונטן מיט די אויפטרייבער, איינס מיט רעפובליקאנער סענאטארן ראדזשער מארשאל, און טעד קרוז[30], און די אנדערע מיט דעמאקראטישע סענאטארן ריטשארד בלומענטאל און קארי בוקער, סענאטארן מיט וועם מארגארעטן ארבעט צו שאפן אזעלכע געזעצן. אין אלול תשפ"ג האט מארגארעטן זיך געטראפן מיט קעווין מעקארטי אין מאנטיסעלא[31].
די צדק אסאסיאציע פירט דריי סטראטעגיען: דירעקטע געזעצגעבונג, רעגולאטארישע ענדערונגען אונטער דעם "אפארדאבל קעיר אקט" (ACA), און שטייער קרעדיטן פאר באהאנדלונגס-אויסגאבן. זיי האבן געארבעט צו באשיצן IVF צוטריט נאך אַן אורטייל אין אלאבאמא אין 2023 וואס האט געדראעט מיט לימיטאציעס[32].
אום סיון תשפ"ד איז צום ערשטן מאל אויפגעברענגט געווארן אין אמעריקאנער קאנגרעס, אן אומפארטייאישער ביל צו צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן פערטיליטי קאסטן[33]. אין די זעלבע צייט האט צדק געמאלדן פאר זייערע שטיצער איבער דעם גרינדונג פון א נאציאנאלע ארגאניזאציע גערופן "אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף" (Americans for IVF), אנגעפירט דורך א באורד פון א צאל פראמינענטע דאקטוירים מיט מארגארעטן אלס פארזיצער און פרעזידענט, מיט'ן ציל צו מאכן פערטיליטי מער צוגענגליך, און אוועקצושטופן די קעגנערשאפט צו די סארט באהאנדלונגען[34].
אנערקענונגען און אויסצייכענונגען
מארגארעטן איז אנערקענט געווארן דורך פרעזידענטן ביידן און טראמפ, און מיטגלידער פון קאנגרעס פון ביידע פארטייען[10]. אין 2019 האט ער געצינדן די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה צערעמאניע, אויפ'ן פּערזענליכן איינלאדונג פון פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען פאר ארעסטאנטן[35]. מארגארעטן איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער איד אין פולן חסידישן לבוש צו צינדן די מנורה אין ווייסן הויז[36]. די מנורה איז געמאכט געווארן דורך ארעסטאנטן אין אטיסוויל טורמע.
אין נאוועמבער 2021 האט נעבראסקא קאנגרעסמאן דאן בעקאן געגעבן א רעדע אינעם הויז פון רעפרעזענטיוון אויסלויבנדיג צדק'ס אקטיוויטעטן אין אפגאניסטאן, אנרופנדיג מארגארעטן "א מאדערנער אסקאר שינדלער"[37]. אין אפריל 2022 האט מארגארעטן ערהאלטן די 'מעדאל פון העלדישקייט' פון די שמעון וויזענטאל צענטער פאר זיינע הומאניטארישע לייסטונגען אין אפגאניסטאן און אוקראינע[38]. אין מאי 2022 איז מארגארעטן באערט געווארן ביי די אידישע אמעריקאנע העריטעדזש מאנאט פייערונג אין קאנגרעס[39].
אום 12טן אויגוסט 2025, ביי א גאלא אין די לייברערי אוו קאנגרעס, איז דער "צדק אסאסיאציע" געערט געווארן מיט א בריוו פון הויכע לויב פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ. דער בריוו, איבערגעגעבן דורך מארטין מארקס, א אידישער פארבינדונג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע, איז אדרעסירט געווארן צו הרב משה מארגארעטן. פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט טיפן שעצונג, זאגנדיג: "מילאניא און איך שיקן אונזערע ווארעמסטע גריסן צו אייך און דער גאנצער צדק אסאסיאציע און דרוקן אויס אונזער דאנק פאר אייערע אומגלויבליכע ביישטייערונגען צו די פילע אורזאכן וואס איר פארטיידיגט. אייער ליידנשאפט און אייער איבערגעגעבנקייט צו די גרונדענע אמעריקאנער ווערטן פון יושר, דיגניטי, און גערעכטיגקייט פאר אלעמען רעפּרעזענטירן דאס בעסטע פון אייער געמיינדע און אונזער פאלק". ער האט ספּעציעל געלויבט צדק'ס ארבעט מיט שוואכע באפעלקערונגען, ארעסטאנטן, און הומאניטארישע הילף איבער דער וועלט. טראמפ האט אויך געדאנקט די וואלונטירן און שטיצער פון צדק, זאגנדיג אז זייער איבערגעגעבנקייט צו "אמונה, פרייהייט, פאמיליע, אויסלייזונג, און געבן א שטימע פאר די שטימעלאזע" איז אן אינספּיראציע. ער האט באמערקט אז צדק'ס אדוואקאטור שטימט מיט טראמפ'ס פאליטישע פריאריטעטן, אריינגערעכנט קרימינאלע יוסטיץ רעפארם און א פעברואר 2025 עקזעקוטיוו ארדער אויף IVF צוטריט[40].
צו ליינען מער
- שמעון ראלניצקי, "מציל ומשה", דער גלאק 8, תמוז תשפ"ב
- אויסשליסליכער אינטערוויא מיט העסקן רבי משה מארגארעטן, (אייוועלט)
- Eytan Kobre, Fast Track to Freedom, Mishpacha Magazine, יאנואר 22, 2019
- יצחק פראנקפורטער, A Unique Calling, אויף עמי מאגאזין, אויגוסט 5, 2025
דרויסנדיגע לינקס
- אפיציעלע וועבזייטל פון צדק
- צדק אסאסיאציע, אויף X
- רבי משה מארגארעטן, אויף LinkedIn
- Search Registrations & Quarterly Activity Reports: Margaretten, Margareten, Tzedek, Americans For IVF – U.S. Senate Lobbying Disclosure
- Client Profiles: Margareten, Moshe, Tzedek Assn, Americans For IVF אויף OpenSecrets
- "ר' משה מארגארעטן - צדק ארגאניזאציע", אשכול אויף אייוועלט
שלמה זייאנץ פאדקאסט: משה מארגארעטן אין צדק, ווידעא אויף יוטיוב
רעפערענצן
- ↑ עמי, 2025.
- ↑ עמי, 2025.
- ↑ משפחה, 2019.
- ↑ Reuvain Borchardt, The Long Journey to Prison Reform, Hamodia, Nov 3, 2018; Walter Pavlo, Tzedek Association Worked The Halls Of Congress To Push First Step Act Into Law, forbes.com, Dec 21, 2022.
- ↑ משפחה, 2019.
- ↑ משפחה, 2019.
- ↑ עמי, 2025.
- ↑ M.C. Millman, After a Delay of Years, First Step Act Credits Applied for Prisoner Sentence Reductions, Boro Park 24, Jan 9 2023.
- ↑ צדק אסאסיאציע פראפיל, datanyze.com.
- ↑ 10.0 10.1 Walter Pavlo, Tzedek Association Worked The Halls Of Congress To Push First Step Act Into Law, forbes.com, Dec 21, 2022.
- ↑ אינפארמציע בלאט, אויף TzedekAssociation.com.
- ↑ קול מבשר, נייעס איבער באפרייאונג פון שלום ווייס.
- ↑ Chris McKenna, Fraud convict expected to win early prison release, Times Herald-Record, פעברואר 28, 2020.
- ↑ Aryeh Ehrlich and Eliyahu Ackerman, Remorse, Regret, Release, Mishpacha Magazine, נאוועמבער 3, 2020.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "ר' מרדכי יצחק סאמעט", אשכול אויף אייוועלט. - ↑ "נייע סופער-פעק ווערט געגרינדעט דורך די צדק ארגאניזאציע", אשכול אויף אייוועלט; משה מארגארעטן אויף אידיש24.
- ↑ קאמפיין ווידעא פון צדק.
- ↑ https://twitter.com/TheBelaaz/status/1791543337113047221.
- ↑ אפגאניסטאן: דער ניו יארקער ראביי עוואקואירט פארצווייפלטע אפגאנער אויף BBC.
- ↑ ברוקלינער ראביי פינאנצירט די אפגאנער פליטים רעטונג מיסיעס אויף ניו יארק פאסט.
- ↑ Pete DeMola, Tears, joy as Albany mom reunites with kids who fled Afghanistan, Times Union, Aug 30, 2021.
- ↑ חסדי השם: לעצט פארבליבענער איד פון אפגאניסטאן זבולון סימן-טוב ארויסגעראטעוועט אין אן אקציע דורך 'צדק אסאוסיעישאן', אויף אידיש24; רועי קייס ויואב זהבי, תיעוד בלעדי מחילוץ היהודי האחרון באפגניסטאן, אויף 'כאן'; David Isaac, Rescuing Afghanistan’s last Jew, JNS.org, סעפטעמבער 20, 2021.
- ↑ Gedalia Guttentag and Yochonon Donn, Underground Railroad, Mishpacha Magazine, Sep 14, 2021.
- ↑ עמי, 2025.
- ↑ Reuvain Borchardt, Zelensky Meets With, Thanks Moshe Margaretten of Tzedek for Humanitarian Work, Hamodia, Nov 4, 2022.
- ↑ Moshe Margaretten of Tzedek Meets With Zelensky: “They Led Us Through A Dark Hallway With Flashing Lights”, YWN, Dec 15, 2022.
- ↑ Lighting the Path to Hope: Rabbi Moshe Margaretten and Tzedek’s Mission to Change Lives, Lakewood Scoop, January 13, 2025.
- ↑ "צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג", אשכול אויף אייוועלט; קאמפיין בלאט אויף dryveup.com.
- ↑ "מעדיקל רעפארם ביל", אשכול אויף אייוועלט; אינטערוויא מיט מארגארעטן אויף אידיש24; קאמפיין ווידעא פון צדק אויף dryveup.com.
- ↑ Historic Tzedek Event Attended by U.S. Senators and Leading Figures.
- ↑ Jon Levine, Kevin McCarthy courts upstate New York Orthodox Jews in bid to save House majority, New York Post, Sep 9, 2023.
- ↑ https://files.dryveup.com/uploads/53970_1736540270_Tzedek-Brochure.pdf.
- ↑ HOPE with Fertility Services Act - Bill Text.pdf.
- ↑ אפיציעלע וועבזייטל פון אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף .
- ↑ צינדן די מנורה, סעלעברירן חנוכה אין ווייסן הויז, ווייסע הויז היסטאריע וועבזייטל;
משה מארגארעטן צינדט די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה מסיבה, ווידעא אויף יוטיוב.
- ↑ לראשונה: חסיד ידליק החנוכיה באירוע השנתי של הבית הלבן, אויף COL.
- ↑ Rep. Don Bacon, A Rabbi's inspiring story of rescuing those left behind in Afghanistan, The Washington Times, Oct 2, 2021.
- ↑ 2022 באערונגען, שמעון וויזענטאל צענטער וועבזייטל.
- ↑ Judy Berger, Congress Celebrates Jewish-American Heritage Month, JewishLink, May 26, 2022; Jewish American Heritage Month Celebration - 2022, The Friedlander Group.
- ↑ Eliana Fleming, President Trump Honors Jewish Advocacy Group With Stunning Letter, JFeed, אוגוסט 13, 2025.