רוי:פדיון שבויים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פּדיון שבויים (אויסלייזונג פון געפאַנגענע); די מצוה אויסצולייזן מענטשן,וואָס זענען געפאַנגען גוואָרן הייסט פּדיון שבויים, און איז זינט אַלטע צייטן פאַרעכנט געווען אַלס איינע פון די גרעסטע מצות ביי אידן. די גמרא (בבא בתרא ח') זאָנט, אַז פּדיון שבויים איז גרעסערווי געבן צו עסן אָרעמע מענטשן. דער רמב"ם אין משנה תורה (הלכות מתנות עניים ח') זאָגט, אַז די מצוה איז אַנטהאַלטן אין פיל פּסוקים פון תנ"ך און באַזונדערס אין ישעיה נ"ח „והציל לקוחים למות”. אין דער גמראווערן געבראַכט פיל וואונדערלעכע סיפורים וועגן דער דאָזיקער מצוה. אין חולין ה'ווערט דערציילטווי דער תנא רבי פּנחס בן יאיר גייענדיק אויסלייזן שבויים איז צוגעקומען צו אַ טייך און האָט אים ניט געקאָנט אַריבערגיין האָט דער טיך זיך געשפּאָלטן פאַר אים. עס זענען איינגעאָרדנט גוואָרן פיל תקנות פאַר פּדיון שבויים, די משנה גטין ד' זאָגט אַז מען האָט געמאַכט אַ תקנה נישט אויסצולייזן שבויים פאַר צו-גרויסע סומעס („יותר מכדי דמיהן”), כדי מען זאָל נישט צוגעבן די כאַפּער מוט צווועלן פאַנגען מער שבויים. אין די תקנות פון קהלות אין מיטלאַלטער און שפּעטער אין פּוילן פון „ועד ארבע ארצות” זענען פאַראן פיל תקנות וועגן פּדיון שבוים, וועגן בעל שם טוב ווערט דערציילט אין שבחי הבעש"ט אַז ער פלעגט צונויפנעמען געלט ביי רייכע אידן און דערמיט אויסלייזן אָרעמע אַרענדאַרןוואָס זענען אַרעסטירט גוואָרן דורך די פּריצים, גוט-באַזיצער, פאַר נישט קאָנען באַצאָלן אַרענדע-געלט.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!