אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 23: שורה 23:
רבי שלום אליעזר איז געבליבן ביי זיין שווער אין הארנאסטייפּל פאר צען יאר. אין די יארן האט ער געלערנט מיט גרויס התמדה מיט א תלמיד חכם וואס איז געווען א תלמיד פון [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק)|צמח צדק פון ליובאוויטש]]{{הערה|שם=תורתך|{{לינק|קעפל=המשיח יבוא בהיסח הדעת / האדמו"ר מראצפרט רבי שלום אליעזר הלברשטאם הי"ד|זייטל=תורתך לא שכחתי|דאטום=יוני 21, 2016|אדרעס=https://toratcha.com/?p{{=}}3849}}.}}.

זייענדיג אן עסטרייכישער בירגער, איז ער פארטריבן געווארן פון רוסלאנד דורך די רוסישע רעגירונג. ער איז צוריקגעקומען קיין גאליציע, וואו ער האט געוויילט א קורצע צייט אין שינאווא, נעבן זיין עלטערן ברודער, און דערנאך האט ער זיך באזעצט אין [[טארנע]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי יואל בעער|ספר זכרונות המאור|36015|חלק ב', זייט ת"ה, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), ברוקלין, תשל"ד|page=405}}; {{אוצר החכמה|רבי יעקב לייזער|י"ג אורות|640760|מערכת מרן הגה"ק מצאנז|page=109}}}}. דארט האט ער אנגעהויבן צו ציען א חסידישן עולם.
זייענדיג אן עסטרייכישער בירגער, איז ער פארטריבן געווארן פון רוסלאנד דורך די רוסישע רעגירונג. ער איז צוריקגעקומען קיין גאליציע, וואו ער האט געוויילט א קורצע צייט אין שינאווא, נעבן זיין עלטערן ברודער, און דערנאך האט ער זיך באזעצט אין [[טארנע]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי יואל בעער|ספר זכרונות המאור|36015|חלק ב', זייט ת"ה, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), ברוקלין, תשל"ד|page=405}}; {{אוצר החכמה|רבי יעקב לייזער|י"ג אורות|640760|מערכת מרן הגה"ק מצאנז|page=109}}}}. דארט האט ער אנגעהויבן צו ציען א חסידישן עולם, אבער ער האט זייער באהאלטן זיין גדלות אין תורה און עבודה און זיך געפירט מיט א זייער איידעלע פשטות. זיין מחותן, בעל "[[רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים|קדושת יום טוב]]" פון סיגעט, האט ביי דער חתונה פון זיין זון בעל "עצי חיים" מיט רבי שלום אליעזר'ס טאכטער (אין טארנע, תרנ"ו), געזאגט: "מיר האבן א מזל אז די וועלט איז נישט קיין מבין אויפ'ן מחותן, ווייל ווען יא וואלט קיינער ביי אונז נישט געעפנט די טיר". דאס איז געווען ווען רבי שלום אליעזר איז נאך נישט געווען 40 יאר אלט{{הערה|יצחק בן צבי, תשנ"ד.}}.

==אין ראצפערט==
==אין ראצפערט==
[[טעקע:Újfehértó légifotó1.jpg|שמאל|קליין|די שטאט ראצפערט (בילד: תשס"ח)]]
[[טעקע:Újfehértó légifotó1.jpg|שמאל|קליין|די שטאט ראצפערט (בילד: תשס"ח)]]
אין יאר תרנ"ח האט זיך רבי שלום אליעזר אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן{{הערה|פנינה מייזליש, [http://horabis.blogspot.com/2007/10/blog-post_4965.html רבנים שנספו בשואה]}}, אויף דער איינלאדענונג פון פילע אונגארישער צאנזער חסידים. צוערשט האט ער זיך באזעצט פאר א קורצע וויילע אין [[טעגלאש]], א שטעטל נעבן ראצפערט, און אום ענדע זומער תרנ"ח האט ער זיך ענדגילטיג אריבערגעצויגן קיין ראצפערט (Újfehértó, אויפאהערטאו אויף אונגאריש){{הערה|{{היברובוקס|יצחק בן ימיני|דאס אידישע ווארט|50126|אייר-סיון תשנ"ד|page=32|קעפל=ראצפערטער רבי הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זצוק"ל הי"ד}}; {{היברובוקס|י' יוסף כהן|המעין|29658|page=53|קעפל=הערות והשלמות ל'פנקס הקהילות'– הונגריה|עמ=52|יונה עמנואל (רעדאקטאר), תשרי תשל"ז}}.}}, וואו רבי הירצקעלע זילבערמאן (נפ' ט' תשרי תרנ"ח) האט פריער געפירט א חסידישער הויף. ר' שלום אליעזר'ל האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף און געפירט די צאנזער חסידות אין אונגארן מער ווי פערציג יאר. צוליב אים איז די שטאט ראצפערט געווארן באקאנט אלס "דער צאנז פון אונגארן"{{הערה|שם=משפחה|{{לינק|שרייבער=Dovi Safier, Yehuda Geberer|קעפל=Tell the World!|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=מאי 30, 2023|אדרעס=https://mishpacha.com/tell-the-world-2/}}}}.
אין יאר תרנ"ח האט זיך רבי שלום אליעזר אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן{{הערה|פנינה מייזליש, [http://horabis.blogspot.com/2007/10/blog-post_4965.html רבנים שנספו בשואה]}}, אויף דער איינלאדענונג פון פילע אונגארישער צאנזער חסידים. צוערשט האט ער זיך באזעצט פאר א קורצע וויילע אין [[טעגלאש]], א שטעטל נעבן ראצפערט, און אום ענדע זומער תרנ"ח האט ער זיך ענדגילטיג אריבערגעצויגן קיין ראצפערט (Újfehértó, אויפאהערטאו אויף אונגאריש){{הערה|{{היברובוקס|י' יוסף כהן|המעין|29658|page=53|קעפל=הערות והשלמות ל'פנקס הקהילות'– הונגריה|עמ=52|יונה עמנואל (רעדאקטאר), תשרי תשל"ז}}; בן ימיני, תשנ"ד.}}, וואו רבי הירצקעלע זילבערמאן (נפ' ט' תשרי תרנ"ח) האט פריער געפירט א חסידישער הויף. ר' שלום אליעזר'ל האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף און געפירט די צאנזער חסידות אין אונגארן מער ווי פערציג יאר. צוליב אים איז די שטאט ראצפערט געווארן באקאנט אלס "דער צאנז פון אונגארן"{{הערה|שם=משפחה|{{לינק|שרייבער=Dovi Safier, Yehuda Geberer|קעפל=Tell the World!|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=מאי 30, 2023|אדרעס=https://mishpacha.com/tell-the-world-2/}}}}.

אין ראצפערט האט ער צוערשט געדאווענט אין דער ארטיגער שול, ביז די חסידים האבן אים געבויט נעבן זיין הויז א גרויסע שול, צו וואו טויזנטער אידן פלעגן קומען אויף שבתים און ימים טובים{{הערה|שם=ראטמאן|{{היברובוקס|ד.ש. ראטמאן|קובץ המאור|28043|מאיר אמסעל (רעדאקטאר), סיון-תמוז תשמ"ט|page=36}}}}, איבערהויפט אויף שבועות. שפעטער האבן די חסידים אויך געבויט דארט אין הויף א גרויסע סוכה און שאטער צו קענען אקאמאדירן די פילע געסט אויף די ימים נוראים און שמחת תורה{{הערה|{{אוצר החכמה|צבי ברינער|רבינו הקדוש מראצפערט|171136|פרק א', זייט נ"ו-נ"ז|page=54}}.}}.

שורה 33: שורה 33:
רבי שלום אליעזר איז געווען באוואוסט פאר זיין עניוות, פרומקייט און צדקות. ער איז אויך געווען באקאנט אלס א בעל מופת, וועמענס ברכות זענען באמת מקוים געווארן און טויזנטער חסידים זענען צו אים געקומען קיין ראצפערט פאר ברכות און ישועות. צענדליגער מעשיות פון ניסים און וואונדער האבן זיך פארשפּרייט צווישן די אונגארישע אידן וועגן זיינע ברכות און זיין אומפארגלייכליכע ליבע צו יעדן איד, הגם ער האט געזוכט אונטערדריקן די מעשיות וועגן אים. ער האט כסדר געזאגט אז זיין גאנצע כח פונעם פועל'ן ישועות קומט פון זיין הייליגן טאטן, דער צאנזער רב. זיין אייניקל, דער באבובער רבי, [[רבי שלמה האלבערשטאם (צווייטער)|רבי שלמה האלבערשטאם]], האט געשילדערט זיין יכולת פון מופתים ווי "אומנאטירליך" און אייגנארטיג.

רבי שלום אליעזר'ל האט געפירט זיין לעבן זייער איינפאך. ער האט געוואוינט אין א קליין, אלט הויז, און ער האט זיך אפּגעזאגט צו לעבן מיט לוקסוס אדער אין בעסערע וואוינונגען, כאטש ס'פלעגט אריינרעגענען אין דאך פון זיין הויז{{הערה|בריננער, עמ' נח.}}. ער האט זיך באטראכט ווי אַן איינפאכן איד ווי אלע אנדערע וואס פארדינט נישט קיין בעסערע באהאנדלונג. ער פלעגט זיך זעצן צווישן זיינע חסידים און צוהערן צו זייערע מעשיות און דברי תורה. ראש השנה פלעגט ער סערווירן קאווע זיינע חסידים פּערזענליך, און שמחת תורה האט ער געטאנצט אין דעם קרייז מיט אלעמען, נישט אינמיטן אליין ווי אנדערע רעבעס.
רבי שלום אליעזר'ל האט געפירט זיין לעבן זייער איינפאך. ער האט געוואוינט אין א קליין, אלט הויז, און ער האט זיך אפּגעזאגט צו לעבן מיט לוקסוס אדער אין בעסערע וואוינונגען, כאטש ס'פלעגט אריינרעגענען אין דאך פון זיין הויז{{הערה|בריננער, עמ' נח.}}. ער האט זיך באטראכט ווי אַן איינפאכן איד ווי אלע אנדערע וואס פארדינט נישט קיין בעסערע באהאנדלונג. זיין עקאנאמישער לאגע איז געווען שווער און אויף די חתונה פון זיין זון רבי חיים האט ער געדארפט שיקן בריוו צו פּאטענציעלע תורמים{{הערה|{{לינק|שרייבער=|קעפל=Lot 41 - Genazym Auctions|זייטל=Genazym Auctions|דאטום=פעברואר 16, 2025|אדרעס=https://www.genazym.com/auction/624-winter-event-he/lot-41-28/}}.}}. ער פלעגט זיך זעצן צווישן זיינע חסידים און צוהערן צו זייערע מעשיות און דברי תורה. ראש השנה פלעגט ער סערווירן קאווע זיינע חסידים פּערזענליך, און שמחת תורה האט ער געטאנצט אין דעם קרייז מיט אלעמען, נישט אינמיטן אליין ווי אנדערע רעבעס.

ער איז געווען זייער באטראכט צו אנדערע. אמאל האט ער געאיילט מיט זיין סעודה און אפגעלאזט זינגען זמירות, כדי זיין גאסט זאל נישט פארשפעטיגן צו זיין דרשה{{הערה|ברינער, עמ' פג.}}. ער פלעגט פּערזענליך ענטפערן אויף יעדן בריוו וואס ער האט באקומען, קורץ אבער מיט פּערזענליכע אויפמערקזאמקייט{{הערה|זעט {{לינק|קעפל=Lot 30|זייטל=Genazym Auctions|דאטום=סעפטעמבער 11, 2022|אדרעס=https://www.genazym.com/auction/613-גנזים-מכירה-מיוחדת-he/lot-30-18/}}; [https://www.kestenbaum.net/auction/lot/Auction-92/092-078/ בריוו צו חיים פליישמאן פון קליינווארדיין, תש"א].}}.

שורה 41: שורה 41:
זיין מנהג איז געווען צו דאווענען מנחה זייער שפּעט, כמעט ביינאכט, און ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געענטפערט בעניוות, אז אזוי ווי ער טוט נישט קיין אנדערע זאכן ווי א רבי, וועלן כאטש מענטשן וויסן אז ער איז א רבי אויב ער דאווענט שפּעט. ער האט געהאלטן א קוה אין זיין הויף, צו האבן לייכט צוגענגליכע חלב ישראל, און ער האט פערזענליך פארזיכערט אז די קיען זענען געפוטערט יעדע פרימארגן{{הערה|בריננער, עמ' פ.}}.

ער האט געהאט גוטע באציאונגען מיט און איז געווען באליבט ביי אלע אנדערע אדמו"רים און רבנים פון זיין צייט, אריינגערעכנט דער [[רבי ישכר דוב רוקח (ערשטער)|בעלזער רבי'ן רבי ישכר דוב]], וועלכער האט געוויילט אין ראצפערט בשעת דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט-מלחמה]], און האט זייער מכבד געווען דעם ראצפערטער רבי'ן{{הערה|אונגער, קדושים, 418.}}. שפּעטער האט אים אויך באזוכט דער  בעלזער רבי'ן, רבי אהרן, און רבי שלום אליעזר'ל איז געפארן קיין בודאפעשט אויף א ביקור גומלין.
ער האט געהאט גוטע באציאונגען מיט און איז געווען באליבט ביי אלע אנדערע אדמו"רים און רבנים פון זיין צייט, אריינגערעכנט דער [[רבי ישכר דוב רוקח (ערשטער)|בעלזער רבי'ן רבי ישכר דוב]], וועלכער האט געוויילט אין ראצפערט בשעת דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט-מלחמה]], און האט זייער מכבד געווען דעם ראצפערטער רבי'ן, און געהייסן זיינע חסידים זיך געזעגענען אויך ביי אים{{הערה|אונגער, קדושים, 418.}}. שפּעטער האט אים אויך באזוכט דער  בעלזער רבי'ן, רבי אהרן, און רבי שלום אליעזר'ל איז געפארן קיין בודאפעשט אויף א ביקור גומלין.

רבי שלום אליעזר'ל פלעגט אליין ארומפארן באזוכן זיינע חסידים ארום אונגארן און גאליציע. א גרויסע יערליכע געשעעניש איז געווען זיין נסיעה קיין צאנז פאר זיין פאטער'ס יארצייט (כ"ה ניסן), וואס האט צוגעצויגן טויזנטער חסידים פון גאליציע און אונגארן, אזש עס פלעגן דארט געשלאסן ווערן שידוכים{{הערה|אונגער, 417–418.}}.

שורה 59: שורה 59:
ער האט געמאכט אַן ערנסטע מעלדונג אין זיין שול בעת דער מלחמה, אז פון איצט אָן זאל קיינער נישט מתפּלל זיין פאר זיינע פּערזענליכע באדערפענישן, ווייל דאס איז א צייט פון קריזיס פאר כלל ישראל, און אלע תפילות דארפן זיין קאנצענטרירט אויף די באדערפענישן פון כלל ישראל. ער האט דאס איבערגעחזרט עטליכע מאל אין די קומענדיגע יארן. ער האט באזוכט דעם קבר פון קאלובער רבי'ן צו דאווענען פאר א ישועה פאר כלל ישראל. ער האט געזאגט, "דא רעדט דעם צאנזער רב'ס קינד. כלל ישראל דארף האבן א ישועה!". ער האט אנגעמערקט אז דאס איז די ערגסטע צייט צו זיין א רבי, ווייל א רבי'ס אויפגאבע איז צו העלפן זיינע חסידים, און ער איז נישט בכוח דאס צו טון.{{הערה|שם=משפחה}}.

אין סוכות פון יאר תש"ד זענען געווען בלויז פינף כשרע אתרוגים אין גאנץ אונגארן, וואס זענען שווער געשמוגלט געווארן. איינער פון די אתרוגים איז אנגעקומען צו אים. ער האט משנה געווען זיין מנהג פון בענטשן אתרוג שפעט, און האט געבענטשט אתרוג פארטאג, כדי אנדערע אידן זאלן אויך קענען מקיים זיין די מצוה, שיקנדיג עס ארום צו ארומיגע שטעטלעך דורך א גוי{{הערה|אונגער, 419–420.}}.
אין יאר תש"ג, ווען די נאציס האבן אנגעהויבן צו כאפן אידן, האבן זיך פיל יונגע בחורים באהאלטן אין זיין ביהמ"ד. אין סוכות תש"ד זענען געווען בלויז פינף כשרע אתרוגים אין גאנץ אונגארן, וואס זענען שווער געשמוגלט געווארן. איינער פון די אתרוגים איז אנגעקומען צו אים. ער האט משנה געווען זיין מנהג פון בענטשן אתרוג שפעט, און האט געבענטשט אתרוג פארטאג, כדי אנדערע אידן זאלן אויך קענען מקיים זיין די מצוה, שיקנדיג עס צו ארומיגע שטעטלעך דורך א גוי{{הערה|אונגער, 419–420.}}.

ווען די נאציס האבן אינוואדירט אונגארן אין מערץ 1944, איז דער רבי מיט זיין פאמיליע און חסידים דעפּארטירט געווארן צו דער געטא אינעם נאנטן שטאט [[נירעדהאז]]. פסח האט ער נאך געוויילט אין ראצפערט און זיין פאטער'ס יארצייט טיש האט ער שוין געפירט אין געטא פאר די לעצטע מאל{{הערה|שם=משפחה}}. אין געטא איז זיין בארד אפגעשוירן געווארן. פון דארט איז ער געשיקט געווארן צו קאנצענטראציע לאגערן ווי וואריו-לאפאש און שימא-פּוסטאָ, וואו מען האט אים שטארק געפייניגט. אין שימאָ־פּוסטאָ איז זיין רביצין שרה נפטר געווארן אין עלטער פון 85 יאר. נאך דער מלחמה האט מען אויסגעגראבן איר קבר און איבערגעפירט אירע ביינער קיין נירעדהאז{{הערה|אונגער, 420.}}.

שורה 68: שורה 68:
ר' יושע ראזענבלום, אַן איבערלעבער פון דער [[זאנדערקאמאנדא|זאָנדערקאָמאַנדאָ]] אין בירקענאו, איז געווען אַן עדות צו די לעצטע מאמענטן פון רבי שלום אליעזר. אין דער אפּקליידע צימער פארן גאז קאמער, האט ראזענבלום געזאגט פאר דער רבי אז ער איז פון דער געגנט פון קראקע. האט דער רבי געזאגט אז זיין ברודער רבי ישעיה'לע טשעחויווער איז פון יענער געגנט. ר' יושע האט דעמאלט אנערקענט אז דאס איז א זון פון צאנזער רב און האט אים געזאגט אז עס איז נישט דא קיין צייט, און ער זאל שנעל אנטון עפעס און זאגן וידוי, זאגנדיג אז דערווייל וועט ער אכטונג געבן אויפ'ן רבי'ן. נאכדעם האט דער רבי געזאגט פאר ר' יושע: "דו וועסט זוכה זיין צו איבערלעבן און דו זאלסט דערציילן דער גאנצער וועלט וואס די פארשאלטענע רשעים האבן אונז געטון!", איבער'חזר'דיג מיט פארזיכערונג אז ער וועט בלייבן לעבן. ראזענבלום האט טאקע איבערגעלעבט די קריג{{הערה|שם=משפחה}}{{הערה|{{יוטיוב|oYl8NqthJzg|שם=ווידעא ווי ר' יהושע ראזענבלום דערציילט וועגן דער באגעגעניש אין די גאז קאמערן מיטן צדיק רבי שלום אליעזר}}.}}. לויט אַן עדות האט מען נאך זיין פטירה איינגעהילט ר' שלום אליעזר'ס גוף אין א טלית און אים אזוי אריינגעלייגט אין [[קרעמעטאריום]]{{הערה|1=שערי ציון, חודש סיון תשע"ב, צום סוף.}}.

רבי שלום אליעזר'ס כתבים און חידושי תורה, מערסטנס אין קבלה און חסידות, וואס מען האט געמיינט אז זיי זענען פארלוירן געווארן, זענען שפעטער געפונען געווארן דורך רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזענבורג, וועלכער האט געזאגט אז מען זעט פון זיי אז ר' שלום אליעזר'ל איז געווען "א שטארקע תלמיד חכם"{{הערה|[https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=528596#p528596 תגובה אויף אייוועלט].}}. פון זיינע תורות ווערט געברענגט, אז דאס וואס שטייט אז משיח קומט בהיסח הדעת מיינט אז די צרות און ליידן פון "עקבתא דמשיחא" וועלן גורם זיין אז אפילו גרויסע צדיקים וועלן זיין אומפעאיג צו טראכטן נאר פון רוחניות, און וועלן בלויז בעטן ישועה אויף גשמיות, און דאס איז די "היסח הדעת". עס זענען פארהאן עטליכע הסכמות פון ר' שלום אליעזר'ל, אריינגערעכנט אויף די ספרים "חרש וחושב" און "בן נחום"{{הערה|שם=תורתך}}.
רבי שלום אליעזר'ס כתבים און חידושי תורה, מערסטנס אין קבלה און חסידות, וואס מען האט געמיינט אז זיי זענען פארלוירן געווארן, זענען שפעטער געפונען געווארן דורך רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזענבורג, וועלכער האט געזאגט אז מען זעט פון זיי אז ר' שלום אליעזר'ל איז געווען "א שטארקע תלמיד חכם"{{הערה|[https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=528596#p528596 תגובה אויף אייוועלט].}}. פון זיינע תורות ווערט געברענגט, אז דאס וואס שטייט אז משיח קומט בהיסח הדעת מיינט אז די צרות און ליידן פון "עקבתא דמשיחא" וועלן גורם זיין אז אפילו גרויסע צדיקים וועלן זיין אומפעאיג צו טראכטן נאר פון רוחניות, און וועלן בלויז בעטן ישועה אויף גשמיות, און דאס איז די "היסח הדעת"{{הערה|{{היברובוקס|רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ הלברשטאם|דברי ישכר דוב|22259|page=155|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשכ"ד|עמ=קמו}}.}}. עס זענען פארהאן עטליכע הסכמות פון ר' שלום אליעזר'ל, אריינגערעכנט אויף די ספרים "חרש וחושב" און "בן נחום"{{הערה|שם=תורתך}}.

==פאמיליע==
==פאמיליע==
רבי שלום אליעזר האט געהאט צוויי זין און פיר איידעמס, און ער האט זיך משדך געווען מיט די גרעסטע רביים פון זיין דור. זיינע קינדער:
רבי שלום אליעזר האט געהאט צוויי זין און פיר טעכטער, און ער האט זיך משדך געווען מיט די גרעסטע רביים פון זיין דור. זיינע קינדער:
*חיה פראַדל האלבערשטאם (1881 – ט"ז אדר ה'תשל"ד) – איז געווען די ווייב פון איר שוועסטער־קינד, [[רבי בן ציון האלבערשטאם]] (קדושת ציון), דער צווייטער באבאווער רבי.
*חיה פראדל (1881 – ט"ז אדר ה'תשל"ד) – איז געווען די ווייב פון איר שוועסטער־קינד, [[רבי בן ציון האלבערשטאם]] (קדושת ציון), דער צווייטער באבאווער רבי.
*[[רבי חיים האלבערשטאם (סאטמאר)|רבי חיים]] (תרמ"ה - י"ט כסלו תש"ב) – דיין אין סאטמאר. ער איז נסתלק געווארן יונגערהייט נאך פאר זיין פאטער.
*[[רבי חיים האלבערשטאם (סאטמאר)|רבי חיים]] (תרמ"ה י"ט כסלו תש"ב) – דיין אין סאטמאר. ער איז נסתלק געווארן יונגערהייט נאך פאר זיין פאטער.
*ברוך (1892–1894){{הערה|[https://www.geni.com/people/Baruch-הלברשטאם/6000000209177124852 Baruch הלברשטאם (1892-1894) - Genealogy]}}{{מקור}}.
*ברוך (1892–1894){{הערה|[https://www.geni.com/people/Baruch-הלברשטאם/6000000209177124852 Baruch הלברשטאם (1892-1894) - Genealogy]}}{{מקור}}.
*רבי משולם זושא יצחק פון ראצפערט (תרנ"ד – כ"ג אייר תש"ד). געווען איידעם בזיווג ראשון ביי רבי נפתלי טייטלבוים פון נירבאטור, און בזיווג שני ביי רבי יהודה ארליך. ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ. זיין איינציגסטער זוהן איז געווען ר' חיים.
*רבי משולם זושא יצחק (תרנ"ד – כ"ג אייר תש"ד), די רעכטע האנט פון זיין פאטער אין ראצפערט, אומגעקומען אויף קידוש השם אין אוישוויץ. געהייראט בזיווג ראשון מרת רחל, טאכטער פון רבי נפתלי טייטלבוים פון נירבאטור, און בזיווג שני א טאכטער פון רבי יהודה ערליך. ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ. זיינע קינדער: ר' חיים, הינדא, גיטל, רייצא, סימא, און יוכבד רבקה.
*אדל (1895–1927) – אין איר ערשטן זיווג ווייב פון רבי חיים מאשקאוויטש, זון פון [[רבי בצלאל יהושע מאשקאוויטש]] פון גלינא. אין איר צווייטן זיווג ווייב פון רבי ישראל צבי ראטנבערג, דער קאסאנער רבי.
*אדל (1895–1927) – אין איר ערשטן זיווג ווייב פון רבי חיים מאשקאוויטש, זון פון [[רבי בצלאל יהושע מאשקאוויטש]] פון גלינא. אין איר צווייטן זיווג ווייב פון רבי ישראל צבי ראטנבערג, דער קאסאנער רבי.
*ברכה סימא (–1926) – די ווייב פון [[רבי חיים צבי טייטלבוים]], דער סיגעטער רב, בעל "עצי חיים".
*ברכה סימא (–1926) – די ווייב פון [[רבי חיים צבי טייטלבוים]], דער סיגעטער רב, בעל "עצי חיים".
שורה 88: שורה 88:
רבי יואל בעער, אן אפשטאמיגער פון [[רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו|דער דגל]], [[רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב|דער בארדיטשובער רב]] און [[רבי חיים פון טשערנאוויץ]], האט נאכן קריג חתונה געהאט אין ניו יארק מיט רייצא, טאכטער פון ר' שלום אליעזר'ס זון ר' משולם זושא יצחק, און האט פאר צוויי יאר געדינט אלס רב פון "שומרי הדת" אין ברוקלין. ער האט אויפגעשטעלט אין וויליאמסבורג דעם בית-המדרש קהל עדת שלום אויפן נאמען פון רבי שלום אליעזר'ל, און נאך עטליכע יאר האט ער אריבערגעפירט דעם בית-המדרש צו בעדפארד הייטס, ברוקלין. אין יאר תשי"ח האט ער זיך געצויגן קיין [[סאן פאולא]], בראזיל, וואו ער האט ווידער אויפגעשטעלט א בית המדרש און קהילה אויפן נאמען ראצפערט. דארט איז ער געווען באקאנט אלס גרויסער בעל חסד, ער האט אנגעפירט דעם הכנסת אורחים אין שטאט און אסאך געטון אין [[קירוב]]{{הערה|{{היברובוקס|מאיר אמסעל|ספר זכרונות המאור|36015|חלק ב', זייט ת"ו, ברוקלין, תשל"ד|page=406}}}}.

נאך זיין פטירה (כ"ט אדר תשנ"ג), האט זיין עלטסטער איידעם, [[רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים]] (קרעטשניפער רבי אין רחובות), מכתיר געווען זיין איינציגסטן זון, רבי משולם זושא בעער, אלס ראצפערטער רבי. זיך אין כסלו תשפ"ב האט ער אריבערגעצויגן קיין עירמאנט, ניו יארק, וואו ער האט געעפנט א ראצפערטער בית המדרש. ר' יואל'ס יונגסטער איידעם, רבי יצחק דוד הורוויץ, איז געווארן רב פון קהילת ראצפערט סאן-פאולא{{הערה|{{JDN|2=רבי יצחק דוד הורוביץ|5=טעג}}; {{JDN|2=גאבד ראצפערט ברזיל|5=טעג}}}}.
נאך זיין פטירה (כ"ט אדר תשנ"ג), האט זיין עלטסטער איידעם, [[רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים]] (קרעטשניפער רבי אין רחובות), מכתיר געווען זיין איינציגסטן זון, רבי משולם זושא בעער, אלס ראצפערטער רבי. זיך אין כסלו תשפ"ב האט ער אריבערגעצויגן קיין עירמאנט, ניו יארק, וואו ער האט געעפנט א ראצפערטער בית המדרש. ר' יואל'ס יונגסטער איידעם, רבי יצחק דוד הורוויץ, איז געווארן רב פון קהילת ראצפערט סאן-פאולא{{הערה|{{JDN|2=רבי יצחק דוד הורוביץ|5=טעג}}; {{JDN|2=גאבד ראצפערט ברזיל|5=טעג}}; {{JDN|2=ראצפערט|5=טעג}}.}}.
אנדערע איידעמער פון רבי יואל בעער זענען: רבי יחיאל אשר זעליג פאנעט, קארלסבורגער רבי אין מאנטריאל; רבי אליעזר ליבער שנעעבאלג, רב פון עדזשווער, לאנדאן; רבי יצחק אייזיק ראזענבוים, קליוולאנדער רבי אין וויליאמסבורג; רבי חיים יהודה בעק, טשערקאסער רבי אין מאנסי; און רבי חיים אלעזר ווייס, חמעלניקער רבי אין מאנסי.

אנהייב יאר תשכ"ג, האט זיך געגרינדעט אין וויליאמסבורג א קהילה מיטן נאמען תפארת שמואל קהל ראצפערט{{הערה|{{היברובוקס|גרינדונגס-מעלדונג פון דער קהילה|קובץ המאור|27843|תשרי-חשון תשכ"ג|page=2}}}}, געצילט צוזאמצוברענגען ראצפערטער איינוואוינער און חסידים פון רבי שלום אליעזר'ל. אלס רב פון דער קהילה איז אויפגענומען געווארן [[רבי אשר אנשיל קרויז]], אליין א ראצפערטער געבוירענער, וועלכער איז אויפגעוואקסן אונטער דער השפעה פון רבי שלום אליעזר'ל. רבי אשר אנשיל איז געווען א זון פון רבי שמואל דוד קרויז (שפעטער, דער [[אודווארי]]ער רב), וועלכער האט געבויט פאר רבי שלום אליעזר'ל דעם גרויסן בית-המדרש אין ראצפערט{{הערה|שם=ראטמאן|{{היברובוקס|ד.ש. ראטמאן|קובץ המאור|28043|מאיר אמסעל (רעדאקטאר), סיון-תמוז תשמ"ט|page=36}}}}{{הערה|{{היברובוקס|רבי שמואל דוד קרויז|יד שמואל|21011|הקדמה פון [[רבי שלום קרויז]] אודוואריער רב |page=15}}}}.
אנהייב יאר תשכ"ג, האט זיך געגרינדעט אין וויליאמסבורג א קהילה מיטן נאמען תפארת שמואל קהל ראצפערט{{הערה|{{היברובוקס|גרינדונגס-מעלדונג פון דער קהילה|קובץ המאור|27843|page=2|שנת הוצאה=תשרי-חשון תשכ"ג|עמ=2}}.}}, געצילט צוזאמצוברענגען ראצפערטער איינוואוינער און חסידים פון רבי שלום אליעזר'ל. אלס רב פון דער קהילה איז אויפגענומען געווארן [[רבי אשר אנשיל קרויז]], אליין א ראצפערטער געבוירענער, וועלכער איז אויפגעוואקסן אונטער דער השפעה פון רבי שלום אליעזר'ל. רבי אשר אנשיל איז געווען א זון פון רבי שמואל דוד קרויז (שפעטער, דער [[אודווארי]]ער רב), וועלכער האט געבויט פאר רבי שלום אליעזר'ל דעם גרויסן בית-המדרש אין ראצפערט{{הערה|שם=ראטמאן}}{{הערה|{{היברובוקס|רבי שמואל דוד קרויז|יד שמואל|21011|הקדמה פון [[רבי שלום קרויז]], אודוואריער רב|page=15}}.}}.

אין יאר תשע"ט האט זיך אין [[בארא פארק]] געגרינדעט א בית המדרש מיטן נאמען מהרש"א דראצפערט, וואו עס דינט אלס רב זיין אפּשטאמלינג רבי חיים הערש טייטלבוים, זון פון [[רבי מנחם מענדל טייטלבוים|רבי מנחם מענדל]], זון פון סאטמארער רבי ר' אהרן. אום ניסן תשפ"ב איז דער קהילה אריבער אונטער דער סאטמארער קהילה פון רבי אהרן{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://www.boropark24.com/news/tenth-satmar-beis-medrash-in-boro-park-to-be-opened-this-week|קעפל=צענטער סאטמארער בית המדרש אין בארא פארק ווערט די וואך געעפנט|זייטל=Boro Park 24|דאטום=מאי 5, 2022}}.}}.<!-- דער קהילה לעבט נאך? -->

שורה 100: שורה 100:
*{{אוצר החכמה|צבי בריננער|רבינו הקדוש מראצפערט|171136|מקום הוצאה=בני ברק|שנת הוצאה=תשס"ז|מו"ל=מכון זכרון משה}}
*{{אוצר החכמה|צבי בריננער|רבינו הקדוש מראצפערט|171136|מקום הוצאה=בני ברק|שנת הוצאה=תשס"ז|מו"ל=מכון זכרון משה}}
*{{היברובוקס|מנשה אונגער|ספר קדושים: רביים אויף קידוש־השם|49923|page=425|שנת הוצאה=תשכ"ז|עמ=415–421}}
*{{היברובוקס|מנשה אונגער|ספר קדושים: רביים אויף קידוש־השם|49923|page=425|שנת הוצאה=תשכ"ז|עמ=415–421}}
*{{היברובוקס|יצחק בן ימיני|דאס אידישע ווארט|50126|page=32|קעפל=ראצפערטער רבי הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זצוק"ל הי"ד|שנת הוצאה=אייר-סיון תשנ"ד|עמ=32–33}}

==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==

יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:26, 4 אויגוסט 2025

ראצפערטער רבי
רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט
רש"א מרצפרט.png
געבורט תרכ"ב
נרצח ט"ז סיון ה'תש"ד (אלט: 5081 בערך)
אוישוויץ-בירקענאו
טעטיגקייט אָרט ראצפערט
דינאסטיע צאנז
טאטע רבי חיים האלבערשטאם
מאמע רעכיל דבורה אונגער

רבי שלום אליעזר האלבערשטאם (תרכ"ב, 1861 – ט"ז סיון תש"ד, 1944), דער ראצפערטער רבי, איז געווען דער זעקסטער זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז. רבי שלום אליעזר איז אומגעקומען על קידוש השם אין אוישוויץ-בירקענאו ביי דער שואה.

ביאגראפיע

רבי שלום אליעזר איז געבוירן געווארן אום כ"ה כסלו[1] אדער חול המועד פסח[2] תרכ"ב אין צאנז (Nowy Sącz), פּוילן אלס איינער פון די יונגסטע קינדער פון רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, וועלכער האט אים א נאמען געגעבן שלום נאך רבי שלום פון בעלזא[3] און/אדער נאך רבי שלום קאמינקער[4], און אליעזר נאך זיין מחותן רבי אליעזר'ל דזשיקאווער (נפ' ג' חשון תרכ"א). ר' שלום אליעזרל'ס מוטער איז געווען רעכיל דבורה, דער דברי חיים'ס דריטע רעביצין, טאכטער פון רבי יחיאל צבי הירש אונגער פון טארנע, א זון פון רבי מרדכי דוד דאמבראווער. זי איז נפטר געווארן ווען שלום אליעזר איז געווען בלויז פיר יאר אלט, בעת א כאלערע עפּידעמיע, און ער איז אויפגעצויגן געווארן צוזאמען מיט די אנדערע 5 קליינע יתומים ביי זיין שטיף מוטער[5]. ווען ער איז געווען בלויז 14 יאר אלט, אין כ"ה ניסן תרל"ו, איז אויך זיין פאטער דער דברי חיים נפטר געווארן.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער אויפגעצויגן געווארן דורך זיין עלטערן ברודער, רבי יחזקאל שרגא פון שינאווא. אין עלטער פון פערצן יאר, אום ד' אלול תרל"ו, א האלב יאר נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער חתונה געהאט מיט זיין פּלימעניצע שרה מרים[6], די טאכטער פון זיין שוועסטער און שוואגער רבי מאטעלע הארנאסטייפּלער. דער צאנזער רב און זיין איידעם ר' מאטעלע האבן שוין געהאט צוגעשטימט צום שידוך איידער דאס געבורט פון רבי שלום אליעזר[7].

רבי שלום אליעזר איז געבליבן ביי זיין שווער אין הארנאסטייפּל פאר צען יאר. אין די יארן האט ער געלערנט מיט גרויס התמדה מיט א תלמיד חכם וואס איז געווען א תלמיד פון צמח צדק פון ליובאוויטש[8].

זייענדיג אן עסטרייכישער בירגער, איז ער פארטריבן געווארן פון רוסלאנד דורך די רוסישע רעגירונג. ער איז צוריקגעקומען קיין גאליציע, וואו ער האט געוויילט א קורצע צייט אין שינאווא, נעבן זיין עלטערן ברודער, און דערנאך האט ער זיך באזעצט אין טארנע[9]. דארט האט ער אנגעהויבן צו ציען א חסידישן עולם, אבער ער האט זייער באהאלטן זיין גדלות אין תורה און עבודה און זיך געפירט מיט א זייער איידעלע פשטות. זיין מחותן, בעל "קדושת יום טוב" פון סיגעט, האט ביי דער חתונה פון זיין זון בעל "עצי חיים" מיט רבי שלום אליעזר'ס טאכטער (אין טארנע, תרנ"ו), געזאגט: "מיר האבן א מזל אז די וועלט איז נישט קיין מבין אויפ'ן מחותן, ווייל ווען יא וואלט קיינער ביי אונז נישט געעפנט די טיר". דאס איז געווען ווען רבי שלום אליעזר איז נאך נישט געווען 40 יאר אלט[10].

אין ראצפערט

די שטאט ראצפערט (בילד: תשס"ח)

אין יאר תרנ"ח האט זיך רבי שלום אליעזר אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן[11], אויף דער איינלאדענונג פון פילע אונגארישער צאנזער חסידים. צוערשט האט ער זיך באזעצט פאר א קורצע וויילע אין טעגלאש, א שטעטל נעבן ראצפערט, און אום ענדע זומער תרנ"ח האט ער זיך ענדגילטיג אריבערגעצויגן קיין ראצפערט (Újfehértó, אויפאהערטאו אויף אונגאריש)[12], וואו רבי הירצקעלע זילבערמאן (נפ' ט' תשרי תרנ"ח) האט פריער געפירט א חסידישער הויף. ר' שלום אליעזר'ל האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף און געפירט די צאנזער חסידות אין אונגארן מער ווי פערציג יאר. צוליב אים איז די שטאט ראצפערט געווארן באקאנט אלס "דער צאנז פון אונגארן"[13].

אין ראצפערט האט ער צוערשט געדאווענט אין דער ארטיגער שול, ביז די חסידים האבן אים געבויט נעבן זיין הויז א גרויסע שול, צו וואו טויזנטער אידן פלעגן קומען אויף שבתים און ימים טובים[14], איבערהויפט אויף שבועות. שפעטער האבן די חסידים אויך געבויט דארט אין הויף א גרויסע סוכה און שאטער צו קענען אקאמאדירן די פילע געסט אויף די ימים נוראים און שמחת תורה[15].

רבי שלום אליעזר איז געווען באוואוסט פאר זיין עניוות, פרומקייט און צדקות. ער איז אויך געווען באקאנט אלס א בעל מופת, וועמענס ברכות זענען באמת מקוים געווארן און טויזנטער חסידים זענען צו אים געקומען קיין ראצפערט פאר ברכות און ישועות. צענדליגער מעשיות פון ניסים און וואונדער האבן זיך פארשפּרייט צווישן די אונגארישע אידן וועגן זיינע ברכות און זיין אומפארגלייכליכע ליבע צו יעדן איד, הגם ער האט געזוכט אונטערדריקן די מעשיות וועגן אים. ער האט כסדר געזאגט אז זיין גאנצע כח פונעם פועל'ן ישועות קומט פון זיין הייליגן טאטן, דער צאנזער רב. זיין אייניקל, דער באבובער רבי, רבי שלמה האלבערשטאם, האט געשילדערט זיין יכולת פון מופתים ווי "אומנאטירליך" און אייגנארטיג.

רבי שלום אליעזר'ל האט געפירט זיין לעבן זייער איינפאך. ער האט געוואוינט אין א קליין, אלט הויז, און ער האט זיך אפּגעזאגט צו לעבן מיט לוקסוס אדער אין בעסערע וואוינונגען, כאטש ס'פלעגט אריינרעגענען אין דאך פון זיין הויז[16]. ער האט זיך באטראכט ווי אַן איינפאכן איד ווי אלע אנדערע וואס פארדינט נישט קיין בעסערע באהאנדלונג. זיין עקאנאמישער לאגע איז געווען שווער און אויף די חתונה פון זיין זון רבי חיים האט ער געדארפט שיקן בריוו צו פּאטענציעלע תורמים[17]. ער פלעגט זיך זעצן צווישן זיינע חסידים און צוהערן צו זייערע מעשיות און דברי תורה. ראש השנה פלעגט ער סערווירן קאווע זיינע חסידים פּערזענליך, און שמחת תורה האט ער געטאנצט אין דעם קרייז מיט אלעמען, נישט אינמיטן אליין ווי אנדערע רעבעס.

ער איז געווען זייער באטראכט צו אנדערע. אמאל האט ער געאיילט מיט זיין סעודה און אפגעלאזט זינגען זמירות, כדי זיין גאסט זאל נישט פארשפעטיגן צו זיין דרשה[18]. ער פלעגט פּערזענליך ענטפערן אויף יעדן בריוו וואס ער האט באקומען, קורץ אבער מיט פּערזענליכע אויפמערקזאמקייט[19].

ער האט נישט געוואלט ארויסווייזן זיין כח לערנען, אדער אננעמען א רבנישע פאזיציע, נאר איז געווען אויסשליסליך א חסידישער פירער. ער האט זאגאר קיינמאל נישט געוואלט ענטפערן אויף א שאלה להלכה[20]. ער פלעגט כסדר אפרעכטן סיומים אויף מסכתות און אויף ש"ס, און ער האט דאס אייביג באהאלטן און אנגעהאנגען אויף א יארצייט פון א צדיק[21].

זיין מנהג איז געווען צו דאווענען מנחה זייער שפּעט, כמעט ביינאכט, און ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געענטפערט בעניוות, אז אזוי ווי ער טוט נישט קיין אנדערע זאכן ווי א רבי, וועלן כאטש מענטשן וויסן אז ער איז א רבי אויב ער דאווענט שפּעט. ער האט געהאלטן א קוה אין זיין הויף, צו האבן לייכט צוגענגליכע חלב ישראל, און ער האט פערזענליך פארזיכערט אז די קיען זענען געפוטערט יעדע פרימארגן[22].

ער האט געהאט גוטע באציאונגען מיט און איז געווען באליבט ביי אלע אנדערע אדמו"רים און רבנים פון זיין צייט, אריינגערעכנט דער בעלזער רבי'ן רבי ישכר דוב, וועלכער האט געוויילט אין ראצפערט בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, און האט זייער מכבד געווען דעם ראצפערטער רבי'ן, און געהייסן זיינע חסידים זיך געזעגענען אויך ביי אים[23]. שפּעטער האט אים אויך באזוכט דער בעלזער רבי'ן, רבי אהרן, און רבי שלום אליעזר'ל איז געפארן קיין בודאפעשט אויף א ביקור גומלין.

רבי שלום אליעזר'ל פלעגט אליין ארומפארן באזוכן זיינע חסידים ארום אונגארן און גאליציע. א גרויסע יערליכע געשעעניש איז געווען זיין נסיעה קיין צאנז פאר זיין פאטער'ס יארצייט (כ"ה ניסן), וואס האט צוגעצויגן טויזנטער חסידים פון גאליציע און אונגארן, אזש עס פלעגן דארט געשלאסן ווערן שידוכים[24].

אויך צום יארצייט פון קאלובער רבי'ן, רבי יצחק אייזיק טויב (ז' אדר), פלעגן זיך שוין טויזנטער חסידים קאנצענטרירן אין ראצפערט דעם שבת פארדעם, און דערנאך ארויספארן מיט רבי שלום אליעזר'ל קיין קאלוב צום קבר[25].

ער איז געווען אן אקטיוויסט אין קהל'ישע ענינים, און האט געארבעט צו פארשטארקן דאס טראדיציאנעלע אידישע לעבן אין אונגארן. ווי די גאנצע צאנזער דינאסטיע, האט ער געשריבן בריוו קעגן באטייליגונג אין אגודת ישראל[26]. אין אלגעמיין האט ער זיך אבער נישט אינטערעסירט אין פּאליטיק אדער פּארטייען.

כאטש ער האט זיך זעלטן אריינגעמישט אין עפנטליכע ענינים, האט ער, ביי די רבנות קאנטראווערסיע פון רבי יואל טייטלבוים אין סאטמאר אין תר"ץ, זיך שטארק ארויסגעשטעלט קעגן דעם צעטיילן די קהילה אין צוויי, און האט געבעטן צו פארמיידן דעם פירוד מיט אלע כוחות. ער האט אין דעם בריוו גענוצט דעם נאמען "סאקמיר" (סאקמר) אנשטאט "סאטמאר", נאכפאלגענדיג זיין פאטער'ס מנהג זיך צו מונטערן פון שטעט נעמען וואס זענען גערופן נאך עבודה זרה[27].

אין די יארן פון דער שואה

בוך פון זיין ביאגראפיע

מיט דער צייט איז דער רבי געווארן איינער פון די מערסט אנגעזעענע צדיקים אין אונגארן. אין יאר תרצ"ט האט ער פרובירט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, און האט געשריבן צו מענטשן וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט עליה, צו באקומען סערטיפיקאטן (רשיון-עליה). דאס איז אבער נישט צושטאנד געקומען[28]. ער האט געזאגט: "איך ווייס אז א גרויסער חורבן קומט אויף דער וועלט, און איך ווייס אז אין ארץ ישראל קען מען פועל'ן ישועות"[29].

בעת די נאצישע רדיפות האבן זיך פארשטארקט אין פּוילן מיט'ן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט קריג, איז רבי שלום אליעזר'ל געווען זייער צעבראכן פון די בשורות וואס ער האט געהערט וועגן די אידן דארטן. ער האט געהאט פאמיליע און חסידים אין יענער געגנט, און ער האט געטון אלץ וואס ער האט געקענט צו העלפן זיי ארויסצוקומען. אין אדר א' תש"ג האט ער געשריבן א פארצווייפלטן בריוו, וואו ער האט געפרעגט וועגן דעם גורל פון זיין ברודער רבי ישעיה און זיין איידעם רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב, וועלכע ער האט געהערט אז זיי זענען דעפּארטירט געווארן[30].

ער האט געמאכט אַן ערנסטע מעלדונג אין זיין שול בעת דער מלחמה, אז פון איצט אָן זאל קיינער נישט מתפּלל זיין פאר זיינע פּערזענליכע באדערפענישן, ווייל דאס איז א צייט פון קריזיס פאר כלל ישראל, און אלע תפילות דארפן זיין קאנצענטרירט אויף די באדערפענישן פון כלל ישראל. ער האט דאס איבערגעחזרט עטליכע מאל אין די קומענדיגע יארן. ער האט באזוכט דעם קבר פון קאלובער רבי'ן צו דאווענען פאר א ישועה פאר כלל ישראל. ער האט געזאגט, "דא רעדט דעם צאנזער רב'ס קינד. כלל ישראל דארף האבן א ישועה!". ער האט אנגעמערקט אז דאס איז די ערגסטע צייט צו זיין א רבי, ווייל א רבי'ס אויפגאבע איז צו העלפן זיינע חסידים, און ער איז נישט בכוח דאס צו טון.[13].

אין יאר תש"ג, ווען די נאציס האבן אנגעהויבן צו כאפן אידן, האבן זיך פיל יונגע בחורים באהאלטן אין זיין ביהמ"ד. אין סוכות תש"ד זענען געווען בלויז פינף כשרע אתרוגים אין גאנץ אונגארן, וואס זענען שווער געשמוגלט געווארן. איינער פון די אתרוגים איז אנגעקומען צו אים. ער האט משנה געווען זיין מנהג פון בענטשן אתרוג שפעט, און האט געבענטשט אתרוג פארטאג, כדי אנדערע אידן זאלן אויך קענען מקיים זיין די מצוה, שיקנדיג עס צו ארומיגע שטעטלעך דורך א גוי[31].

ווען די נאציס האבן אינוואדירט אונגארן אין מערץ 1944, איז דער רבי מיט זיין פאמיליע און חסידים דעפּארטירט געווארן צו דער געטא אינעם נאנטן שטאט נירעדהאז. פסח האט ער נאך געוויילט אין ראצפערט און זיין פאטער'ס יארצייט טיש האט ער שוין געפירט אין געטא פאר די לעצטע מאל[13]. אין געטא איז זיין בארד אפגעשוירן געווארן. פון דארט איז ער געשיקט געווארן צו קאנצענטראציע לאגערן ווי וואריו-לאפאש און שימא-פּוסטאָ, וואו מען האט אים שטארק געפייניגט. אין שימאָ־פּוסטאָ איז זיין רביצין שרה נפטר געווארן אין עלטער פון 85 יאר. נאך דער מלחמה האט מען אויסגעגראבן איר קבר און איבערגעפירט אירע ביינער קיין נירעדהאז[32].

אין פרילינג-זומער תש"ד זענען הונדערטער טויזנטער אונגארישע אידן דעפּארטירט געווארן קיין אוישוויץ-בירקענאו. רבי שלום אליעזר איז דעפּארטירט געווארן מיט א באן קיין אוישוויץ ט"ז סיון (עס זענען דא וואס זאגן ט"ו סיון[33]) תש"ד, אלט זייענדיג 82 יאר, צוזאמען מיט זיין זון רבי משולם זושא יצחק. לויט א לעגענדע, האט זיין פאטער, דער דברי חיים, זיך באוויזן צו אים אין חלום די נאכט פאר זיין דעפּארטאציע, און אים געגעבן א ברירה צווישן שטארבן על קידוש השם אדער געראטעוועט ווערן; ער האט אויסדערוועלט צו מקדש זיין שם שמים[34]. איידער ער איז געשיקט געווארן קיין אוישוויץ, האט ער אנגעטון א ווייסן קיטל און תכריכים אונטער זיין רבנישע קליידער. ער איז גלייך געשיקט געווארן צו די גאז קאמערן ביי זיין אנקומען, וואו ער איז אומגעקומען על קידוש השם.

ר' יושע ראזענבלום, אַן איבערלעבער פון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ אין בירקענאו, איז געווען אַן עדות צו די לעצטע מאמענטן פון רבי שלום אליעזר. אין דער אפּקליידע צימער פארן גאז קאמער, האט ראזענבלום געזאגט פאר דער רבי אז ער איז פון דער געגנט פון קראקע. האט דער רבי געזאגט אז זיין ברודער רבי ישעיה'לע טשעחויווער איז פון יענער געגנט. ר' יושע האט דעמאלט אנערקענט אז דאס איז א זון פון צאנזער רב און האט אים געזאגט אז עס איז נישט דא קיין צייט, און ער זאל שנעל אנטון עפעס און זאגן וידוי, זאגנדיג אז דערווייל וועט ער אכטונג געבן אויפ'ן רבי'ן. נאכדעם האט דער רבי געזאגט פאר ר' יושע: "דו וועסט זוכה זיין צו איבערלעבן און דו זאלסט דערציילן דער גאנצער וועלט וואס די פארשאלטענע רשעים האבן אונז געטון!", איבער'חזר'דיג מיט פארזיכערונג אז ער וועט בלייבן לעבן. ראזענבלום האט טאקע איבערגעלעבט די קריג[13][35]. לויט אַן עדות האט מען נאך זיין פטירה איינגעהילט ר' שלום אליעזר'ס גוף אין א טלית און אים אזוי אריינגעלייגט אין קרעמעטאריום[36].

רבי שלום אליעזר'ס כתבים און חידושי תורה, מערסטנס אין קבלה און חסידות, וואס מען האט געמיינט אז זיי זענען פארלוירן געווארן, זענען שפעטער געפונען געווארן דורך רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזענבורג, וועלכער האט געזאגט אז מען זעט פון זיי אז ר' שלום אליעזר'ל איז געווען "א שטארקע תלמיד חכם"[37]. פון זיינע תורות ווערט געברענגט, אז דאס וואס שטייט אז משיח קומט בהיסח הדעת מיינט אז די צרות און ליידן פון "עקבתא דמשיחא" וועלן גורם זיין אז אפילו גרויסע צדיקים וועלן זיין אומפעאיג צו טראכטן נאר פון רוחניות, און וועלן בלויז בעטן ישועה אויף גשמיות, און דאס איז די "היסח הדעת"[38]. עס זענען פארהאן עטליכע הסכמות פון ר' שלום אליעזר'ל, אריינגערעכנט אויף די ספרים "חרש וחושב" און "בן נחום"[8].

פאמיליע

רבי שלום אליעזר האט געהאט צוויי זין און פיר טעכטער, און ער האט זיך משדך געווען מיט די גרעסטע רביים פון זיין דור. זיינע קינדער:

  • חיה פראדל (1881 – ט"ז אדר ה'תשל"ד) – איז געווען די ווייב פון איר שוועסטער־קינד, רבי בן ציון האלבערשטאם (קדושת ציון), דער צווייטער באבאווער רבי.
  • רבי חיים (תרמ"ה – י"ט כסלו תש"ב) – דיין אין סאטמאר. ער איז נסתלק געווארן יונגערהייט נאך פאר זיין פאטער.
  • ברוך (1892–1894)[39][מקור פארלאנגט].
  • רבי משולם זושא יצחק (תרנ"ד – כ"ג אייר תש"ד), די רעכטע האנט פון זיין פאטער אין ראצפערט, אומגעקומען אויף קידוש השם אין אוישוויץ. געהייראט בזיווג ראשון מרת רחל, טאכטער פון רבי נפתלי טייטלבוים פון נירבאטור, און בזיווג שני א טאכטער פון רבי יהודה ערליך. ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ. זיינע קינדער: ר' חיים, הינדא, גיטל, רייצא, סימא, און יוכבד רבקה.
  • אדל (1895–1927) – אין איר ערשטן זיווג ווייב פון רבי חיים מאשקאוויטש, זון פון רבי בצלאל יהושע מאשקאוויטש פון גלינא. אין איר צווייטן זיווג ווייב פון רבי ישראל צבי ראטנבערג, דער קאסאנער רבי.
  • ברכה סימא (–1926) – די ווייב פון רבי חיים צבי טייטלבוים, דער סיגעטער רב, בעל "עצי חיים".
  • חנה (–1944) – אין איר ערשטן זיווג ווייב פון רבי יהושע שמואל העשיל, בן רבי יצחק מאיר העשיל פון טריסק, בן רבי שמואל פון קרילאוויץ (איידעם פון טריסקער מגיד), בן רבי זושא פון זינקוב, בא"ב פונעם אפטער רב. אין איר צווייטן זיווג ווייב פון רבי מנחם מענדל ראזענפעלד, דער ביסטריצער רבי, זון פון רבי שלום פון קאמינקא.
  • נפתלי הערץ פון בראדי (1879?–1940)[40][מקור פארלאנגט].

לעגאט און אפּשטאמלינגען

הגם רבי שלום אליעזר און די מערהייט פון זיין פאַמיליע זענען אומגעקומען ביי דער שואה, האבן זיינע איבערלעבער אפּשטאמלינגען אויפגעבויט די חסידישע וועלט נאך דער מלחמה. צוויי גרויסע דינאסטיעס פון היינט צי טאג זענען דירעקטע אפּשטאמלינגען פון אים[13]:

  • איינער פון זיינע איידעמער איז געווען רבי בן ציון האלבערשטאם, דער "קדושת ציון" פון באבוב. זיין זון, רבי שלמה האלבערשטאם (1907–2000), דער דריטער באבובער רבי, איז געווען איינער פון די פירנדע אדמו"רים נאך דער מלחמה. דער היינטיגער באבובער רבי איז אויך זיין אייניקל.
  • אַן אנדער איידעם איז געווען רבי חיים צבי טייטלבוים, דער "עצי חיים" פון סיגעט. זיין זון, רבי משה טייטלבוים, דער "ברך משה" פון סאטמאר, איז געווען זיין אייניקל, און זיינע זין רבי אהרן און רבי זלמן לייב זענען די היינטיגע סאטמארער רעבעס.

רבי יואל בעער, אן אפשטאמיגער פון דער דגל, דער בארדיטשובער רב און רבי חיים פון טשערנאוויץ, האט נאכן קריג חתונה געהאט אין ניו יארק מיט רייצא, טאכטער פון ר' שלום אליעזר'ס זון ר' משולם זושא יצחק, און האט פאר צוויי יאר געדינט אלס רב פון "שומרי הדת" אין ברוקלין. ער האט אויפגעשטעלט אין וויליאמסבורג דעם בית-המדרש קהל עדת שלום אויפן נאמען פון רבי שלום אליעזר'ל, און נאך עטליכע יאר האט ער אריבערגעפירט דעם בית-המדרש צו בעדפארד הייטס, ברוקלין. אין יאר תשי"ח האט ער זיך געצויגן קיין סאן פאולא, בראזיל, וואו ער האט ווידער אויפגעשטעלט א בית המדרש און קהילה אויפן נאמען ראצפערט. דארט איז ער געווען באקאנט אלס גרויסער בעל חסד, ער האט אנגעפירט דעם הכנסת אורחים אין שטאט און אסאך געטון אין קירוב[41].

נאך זיין פטירה (כ"ט אדר תשנ"ג), האט זיין עלטסטער איידעם, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים (קרעטשניפער רבי אין רחובות), מכתיר געווען זיין איינציגסטן זון, רבי משולם זושא בעער, אלס ראצפערטער רבי. זיך אין כסלו תשפ"ב האט ער אריבערגעצויגן קיין עירמאנט, ניו יארק, וואו ער האט געעפנט א ראצפערטער בית המדרש. ר' יואל'ס יונגסטער איידעם, רבי יצחק דוד הורוויץ, איז געווארן רב פון קהילת ראצפערט סאן-פאולא[42]. אנדערע איידעמער פון רבי יואל בעער זענען: רבי יחיאל אשר זעליג פאנעט, קארלסבורגער רבי אין מאנטריאל; רבי אליעזר ליבער שנעעבאלג, רב פון עדזשווער, לאנדאן; רבי יצחק אייזיק ראזענבוים, קליוולאנדער רבי אין וויליאמסבורג; רבי חיים יהודה בעק, טשערקאסער רבי אין מאנסי; און רבי חיים אלעזר ווייס, חמעלניקער רבי אין מאנסי.

אנהייב יאר תשכ"ג, האט זיך געגרינדעט אין וויליאמסבורג א קהילה מיטן נאמען תפארת שמואל קהל ראצפערט[43], געצילט צוזאמצוברענגען ראצפערטער איינוואוינער און חסידים פון רבי שלום אליעזר'ל. אלס רב פון דער קהילה איז אויפגענומען געווארן רבי אשר אנשיל קרויז, אליין א ראצפערטער געבוירענער, וועלכער איז אויפגעוואקסן אונטער דער השפעה פון רבי שלום אליעזר'ל. רבי אשר אנשיל איז געווען א זון פון רבי שמואל דוד קרויז (שפעטער, דער אודוואריער רב), וועלכער האט געבויט פאר רבי שלום אליעזר'ל דעם גרויסן בית-המדרש אין ראצפערט[14][44].

אין יאר תשע"ט האט זיך אין בארא פארק געגרינדעט א בית המדרש מיטן נאמען מהרש"א דראצפערט, וואו עס דינט אלס רב זיין אפּשטאמלינג רבי חיים הערש טייטלבוים, זון פון רבי מנחם מענדל, זון פון סאטמארער רבי ר' אהרן. אום ניסן תשפ"ב איז דער קהילה אריבער אונטער דער סאטמארער קהילה פון רבי אהרן[45].

א גאס אין קרית יואל איז געגעבן געווארן דעם נאמען "ראצפערט וועג" (Ratzfert Way) אין אנדענק פון רבי שלום אליעזר'ל.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. געבורט מעטריקל 1861 נומ' 224: 28 נאוועמעבער 1861.
  2. ברינער, עמ' יז.
  3. אונגער, תשכ"ז, 415.
  4. ברינער, עמ' כא.
  5. ברינער, עמ' כא–כב.
  6. מאיר וונדר, גליציה, ו עמ' 564; לויט איר מציבה.
  7. ברינער, עמ' כ און אין די הערה דארט.
  8. 8.0 8.1 המשיח יבוא בהיסח הדעת / האדמו"ר מראצפרט רבי שלום אליעזר הלברשטאם הי"ד, אויף תורתך לא שכחתי, ‏יוני 21, 2016.
  9. רבי יואל בעער, ספר זכרונות המאור, חלק ב', זייט ת"ה, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), ברוקלין, תשל"ד; רבי יעקב לייזער, י"ג אורות, מערכת מרן הגה"ק מצאנז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  10. יצחק בן צבי, תשנ"ד.
  11. פנינה מייזליש, רבנים שנספו בשואה.
  12. י' יוסף כהן, "הערות והשלמות ל'פנקס הקהילות'– הונגריה", המעין, עמ' 52, יונה עמנואל (רעדאקטאר), תשרי תשל"ז; בן ימיני, תשנ"ד.
  13. 13.0 13.1 13.2 13.3 13.4 Dovi Safier, Yehuda Geberer, Tell the World!, Mishpacha Magazine, ‏מאי 30, 2023.
  14. 14.0 14.1 ד.ש. ראטמאן, קובץ המאור, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), סיון-תמוז תשמ"ט.
  15. צבי ברינער, רבינו הקדוש מראצפערט, פרק א', זייט נ"ו-נ"ז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  16. בריננער, עמ' נח.
  17. Lot 41 - Genazym Auctions, Genazym Auctions, ‏פעברואר 16, 2025.
  18. ברינער, עמ' פג.
  19. זעט Lot 30, Genazym Auctions, ‏סעפטעמבער 11, 2022; בריוו צו חיים פליישמאן פון קליינווארדיין, תש"א.
  20. אונגער, 419.
  21. בריננער, עמ' עג, הערה 101.
  22. בריננער, עמ' פ.
  23. אונגער, קדושים, 418.
  24. אונגער, 417–418.
  25. אונגער, קדושים, ז' 416.
  26. תיקון עולם, מונקאטש, תרצ"ו, עמ' קג–קד.
  27. מכתב נדיר בענין רבנותו של האדמו"ר רבי יואל טייטלבוים בסאטמר, מאת הרה"ק  רבי שלום אליעזר הלברשטאם מרצפרט, בנו של רבי חיים מצאנז. תר"ץ, אויף ווינרס מכירות פומביות, ‏יוני 29, 2021. זעט האיש הדומה למלאך ה', בני ברק, תשס"ב, עמ' סב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  28. Lot 91 - מכתב היסטורי מאת הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט הי"ד: תחנונים להצילו ערב השואה, אויף Genazym Auctions, ‏מערץ 3, 2024.
  29. רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, שפע חיים חלק יא ויקהל, פקודי, ויקרא, ברוקלין, תשס"ו, עמ' לב; קובץ בית יעקב 94 (אדר תשכ"ז), ירושלים, תשכז, עמ' 24.
  30. Lot 19 - 'שמעתי כי לקחום לשם... מי ומי ההולכים' קריאתו הנואשת של הרה"ק רבי של ום אליעזר הלברשטאם מראצפרט הי"ד אודות אחיו הצעיר רבי ישעיה מטשכויב הי"ד וחתנו רבי בן ציון מבובוב הי"ד., אויף Genazym Auctions, ‏נאוועמבער 26, 2021.
  31. אונגער, 419–420.
  32. אונגער, 420.
  33. רבי שלום קרויז, דברי שלום חלק ג', סימן קפ; ויש שטוענים כי הוא הגיע לאושוויץ עוד לפני חג השבועות.
  34. זעט אויף אייוועלט פון דא א"וו.
  35. YouTube Play Button.png ווידעא ווי ר' יהושע ראזענבלום דערציילט וועגן דער באגעגעניש אין די גאז קאמערן מיטן צדיק רבי שלום אליעזר, ווידעא אויף יוטיוב.
  36. שערי ציון, חודש סיון תשע"ב, צום סוף.
  37. תגובה אויף אייוועלט.
  38. רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ הלברשטאם, דברי ישכר דוב, ירושלים, תשכ"ד, עמ' קמו.
  39. Baruch הלברשטאם (1892-1894) - Genealogy.
  40. Naftali Herz Halberstam, of Brody (1879 - c.1940) - Genealogy.
  41. מאיר אמסעל, ספר זכרונות המאור, חלק ב', זייט ת"ו, ברוקלין, תשל"ד.
  42. רבי יצחק דוד הורוביץ, אויף JDN(העברעאיש); גאבד ראצפערט ברזיל, אויף JDN(העברעאיש); ראצפערט, אויף JDN(העברעאיש).
  43. גרינדונגס-מעלדונג פון דער קהילה, קובץ המאור, תשרי-חשון תשכ"ג, עמ' 2.
  44. רבי שמואל דוד קרויז, יד שמואל, הקדמה פון רבי שלום קרויז, אודוואריער רב.
  45. צענטער סאטמארער בית המדרש אין בארא פארק ווערט די וואך געעפנט, אויף Boro Park 24, ‏מאי 5, 2022.