רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט
פאנטשער-מעלדונג פון א געמיינזאַמער זאַפאַס: גרײַז בײַם באשאפֿן דאס קליינבילד: מ'קען נישט שפייכלערן פארקלענערונג צום ציל | |
געבורט | תרכ"ב |
---|---|
נרצח |
ט"ז סיון ה'תש"ד (אלט: 5081 בערך) אוישוויץ-בירקענאו |
טעטיגקייט אָרט | ראצפערט |
דינאסטיע | צאנז |
טאטע | רבי חיים האלבערשטאם |
מאמע | רעכיל דבורה אונגער |
רבי שלום אליעזר האלבערשטאם (תרכ"ב, 1861 – ט"ז סיון תש"ד, 1944), דער ראצפערטער רבי, איז געווען דער זעקסטער זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז. רבי שלום אליעזר איז אומגעקומען על קידוש השם אין אוישוויץ-בירקענאו ביי דער שואה.
ביאגראפיע
רבי שלום אליעזר איז געבוירן געווארן אום כ"ה כסלו תרכ"ב[1] אין צאנז (Nowy Sącz), פּוילן אלס איינער פון די יונגסטע קינדער פון רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, וועלכער האט אים א נאמען געגעבן שלום נאך רבי שלום פון בעלזא, און אליעזר נאך זיין מחותן רבי אליעזר'ל דזישאווער[2]. זיין מוטער איז געווען רעכיל דבורה, די דברי חיים'ס דריטע ווייב, טאכטער פון רבי יחיאל צבי הירש אונגער פון טארנע, א זון פון רבי מרדכי דוד דאמבראווער. זי איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען פיר יאר אלט, בעת א כאלערע עפּידעמיע.
זיין פאטער איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען בלויז 14 יאר אלט. נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער אויפגעצויגן געווארן דורך זיין עלטערן ברודער, רבי יחזקאל שרגא פון שינאווא.
אין עלטער פון 15 יאר, נישט לאנג נאך דער פטירה פון זיין פאטער, האט ער חתונה געהאט מיט זיין פּלימעניצע שרה מרים[3], די טאכטער פון זיין שוועסטער און שוואגער רבי מאטעלע הארנאסטייפּלער. רבי שלום אליעזר איז געבליבן ביי זיין שווער אין האָרנאַסטייפּל פאר צען יאר.
זייענדיג אן עסטרייכישער בירגער, איז ער פארטריבן געווארן פון רוסלאנד דורך די רוסישע רעגירונג. דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין גאליציע, וואו ער האט געוויילט א קורצע צייט אין שינאווא, און דערנאך האט ער זיך באזעצט אין טארנא[4]. דארט האט ער אנגעהויבן צו ציען א חסידישן עולם.
רביסטעווע אין ראצפערט
אין יאר תרנ"ח האט זיך רבי שלום אליעזר אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן[5]. נאך עטליכע שטעט האט ער זיך ארום יאר תר"ס ענדגילטיג באזעצט אין דער שטאט ראצפערט (Újfehértó, אויפאהערטאו אויף אונגאריש), וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין חסידישן הויף און געפירט די צאנזער חסידות אין אונגארן מער ווי פערציג יאר. צוליב אים איז די שטאט ראצפערט איז געווארן באקאנט ווי "דער צאנז פון אונגארן"[6].
רבי שלום אליעזר איז געווען באוואוסט פאר זיין עניוות, פרומקייט און צדקות. ער איז אויך געווען באקאנט אלס א בעל מופת, וועמענס ברכות זענען באמת מקוים געווארן און טויזנטער חסידים זענען צו אים געקומען קיין ראצפערט פאר ברכות און ישועות. צענדליגער מעשיות פון ניסים און וואונדער האבן זיך פארשפּרייט צווישן די אונגארישע אידן וועגן זיינע ברכות און זיין אומפארגלייכליכע ליבע צו יעדן איד. הגם ער האט געזוכט אונטערדריקן די מעשיות וועגן אים. זיין אייניקל, דער באבובער רבי, רבי שלמה האלבערשטאם, האט געשילדערט זיין יכולת פון מופתים ווי "אומנאטירליך" און אייגנארטיג.
רבי שלום אליעזר'ל האט געפירט זיין לעבן זייער איינפאך. ער האט געוואוינט אין א קליין, אלט הויז, און ער האט זיך אפּגעזאגט צו לעבן מיט לוקסוס אדער אין בעסערע וואוינונגען, כאטש ס'פלעגט אריינרעגענען אין דאך פון זיין הויז[7]. ער האט זיך באטראכט ווי אַן איינפאכן איד ווי אלע אנדערע וואס פארדינט נישט קיין בעסערע באהאנדלונג. ער פלעגט זיך זעצן צווישן זיינע חסידים און צוהערן צו זייערע מעשיות און דברי תורה. ראש השנה פלעגט ער סערווירן קאווע זיינע חסידים פּערזענליך, און שמחת תורה האט ער געטאנצט אין דעם קרייז מיט אלעמען, נישט אין מיטן אליין ווי אנדערע רעבעס. ער פלעגט פּערזענליך ענטפערן אויף יעדן בריוו וואס ער האט באקומען, קורץ אבער מיט פּערזענליכע אויפמערקזאמקייט[8].
זיין מנהג איז געווען צו דאווענען מנחה זייער שפּעט, כמעט ביינאכט, און ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געענטפערט בעניוות, אז אזוי ווי ער טוט נישט קיין אנדערע זאכן ווי א רבי, וועלן כאטש מענטשן וויסן אז ער איז א רבי אויב ער דאווענט שפּעט. ער האט געהאלטן א קוה אין זיין הויף, צו האבן לייכט צוגענגליכע חלב ישראל, און ער האט פערזענליך פארזיכערט אז די קיען זענען געפוטערט יעדע פרימארגן[9].
ער האט נישט געוואלט ארויסווייזן זיין כח לערנען, און האט קיינמאל נישט געוואלט ענטפערן אויף א שאלה להלכה. ער האט בלויז געגעבן איין הסכמה אויף א ספר[10]. ער פלעגט כסדר אפרעכטן סיומים אויף מסכתות און אויף ש"ס, און ער האט דאס אייביג באהאלטן און אנגעהאנגען אויף א יארצייט פון א צדיק[11].
ער האט געהאט גוטע באציאונגען מיט און איז געווען באליבט ביי אלע אנדערע אדמו"רים און רבנים פון זיין צייט, אריינגערעכנט דער בעלזער רבי'ן רבי ישכר דוב, וועלכער האט געוויילט אין ראצפערט בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, און האט זייער מכבד געווען דעם ראצפערטער רבי'ן[12]. שפּעטער האט ער אויך באזוכט דעם בעלזער רבי'ן אין בודאפעשט.
רבי שלום אליעזר'ל פלעגט אליין באזוכן זיינע חסידים ארום אונגארן און גאליציע. א גרויסע יערליכע געשעעניש איז געווען זיין נסיעה קיין צאנז פאר זיין פאטער'ס יארצייט (כ"ה ניסן), וואס האט צוגעצויגן טויזנטער חסידים פון גאליציע און אונגארן, און פלעגן דארט געשלאסן ווערן שידוכים[13].
אויך צום יארצייט פון קאלובער רבי'ן, רבי יצחק אייזיק טויב (ז' אדר), פלעגן זיך שוין טויזנטער חסידים קאנצענטרירן אין ראצפערט דעם שבת פארדעם, און דערנאך ארויספארן מיט רבי שלום אליעזר קיין קאלוב צום קבר[14].
ער איז געווען אן אקטיוויסט אין קהל'ישע ענינים, און האט געארבעט צו פארשטארקן דאס טראדיציאנעלע אידישע לעבן אין אונגארן. ווי די גאנצע צאנזער דינאסטיע, האט ער געשריבן בריוו קעגן באטייליגונג אין "גרופּעס" (ציוניזם און אגודת ישראל)[15]. אין אלגעמיין האט ער זיך אבער נישט אינטערעסירט אין פּאליטיק אדער פּארטייען.
כאטש ער האט זיך זעלטן אריינגעמישט אין עפנטליכע ענינים, האט ער, ביי די רבנות קאנטראווערסיע פון רבי יואל טייטלבוים אין סאטמאר אין תר"ץ, זיך שטארק ארויסגעשטעלט קעגן דעם צעטיילן די קהילה אין צוויי, און האט געבעטן צו פארמיידן דעם פירוד מיט אלע כוחות. ער האט אין דעם בריוו גענוצט דעם נאמען "סאקמיר" (סאקמר) אנשטאט "סאטמאר", נאכפאלגענדיג זיין פאטער'ס מנהג זיך צו מונטערן פון שטעט נעמען וואס זענען גערופן נאך עבודה זרה[16].
אין די יארן פון דער שואה
מיט דער צייט איז דער רבי געווארן איינער פון די מערסט אנגעזעענע צדיקים אין אונגארן. אין יאר תרצ"ט האט ער פרובירט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, און האט געשריבן צו מענטשן וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט עליה, צו באקומען סערטיפיקאטן (רשיון-עליה). דאס איז אבער נישט צושטאנד געקומען[17]. ער האט געזאגט: "איך ווייס אז א גרויסער חורבן קומט אויף דער וועלט, און איך ווייס אז אין ארץ ישראל קען מען אויפטון ישועות"[18].
בעת די נאצישע רדיפות האבן זיך פארשטארקט אין פּוילן מיט'ן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט קריג, איז רבי שלום אליעזר'ל געווען זייער צעבראכן פון די בשורות וואס ער האט געהערט וועגן די אידן דארטן. ער האט געהאט פאמיליע און חסידים אין יענער געגנט, און ער האט געטון אלץ וואס ער האט געקענט צו העלפן זיי ארויסצוקומען. אין אדר א' תש"ג האט ער געשריבן א פארצווייפלטן בריוו, וואו ער האט געפרעגט וועגן דעם גורל פון זיין ברודער רבי ישעיה און זיין איידעם רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב, וועלכע ער האט געהערט אז זיי זענען דעפּארטירט געווארן[19].
ער האט געמאכט אַן ערנסטע מעלדונג אין זיין שול בעת דער מלחמה, אז פון איצט אָן זאל קיינער נישט מתפּלל זיין פאר זיינע פּערזענליכע באדערפענישן, ווייל דאס איז א צייט פון קריזיס פאר כלל ישראל, און אלע תפילות דארפן זיין קאנצענטרירט אויף די באדערפענישן פון כלל ישראל. ער האט דאס איבערגעחזרט עטליכע מאל אין די קומענדיגע יארן. ער האט באזוכט דעם קבר פון קאלובער רבי'ן צו דאווענען פאר א ישועה פאר כלל ישראל. ער האט געזאגט, "דא רעדט דעם צאנזער רב'ס קינד. כלל ישראל דארף האבן א ישועה!". ער האט אנגעמערקט אז דאס איז די ערגסטע צייט צו זיין א רבי, ווייל א רבי'ס אויפגאבע איז צו העלפן זיינע חסידים, און ער איז נישט בכוח דאס צו טון.[6].
אין סוכות פון יאר תש"ד זענען געווען בלויז פינף כשרע אתרוגים אין גאנץ אונגארן, וואס זענען שווער געשמוגלט געווארן. איינער פון די אתרוגים איז אנגעקומען צו אים. ער האט משנה געווען זיין מנהג פון בענטשן אתרוג שפעט, און האט געבענטשט אתרוג פארטאג, כדי אנדערע אידן זאלן אויך קענען מקיים זיין די מצוה, שיקנדיג עס ארום צו ארומיגע שטעטלעך דורך א גוי[20].
ווען די נאציס האבן אינוואדירט אונגארן אין מערץ 1944, איז דער רבי מיט זיין פאמיליע און חסידים דעפּארטירט געווארן צו דער געטא אינעם נאנטן שטאט נירעדהאז (Nyíregyháza). פסח האט ער נאך געוויילט אין ראצפערט און זיין פאטער'ס יארצייט טיש האט ער שוין געפירט אין געטא פאר די לעצטע מאל[6]. אין געטא איז זיין בארד אפגעשוירן געווארן. זיין רביצין שרה איז נפטר געווארן אין שימאָ־פּוסטאָ קאנצענטראציע לאגער אין עלטער פון 85 יאר[21]. זי האט באקומען א אידישע קבורה.
אין פרילינג-זומער תש"ד זענען הונדערטער טויזנטער אונגארישע אידן דעפּארטירט געווארן קיין אוישוויץ-בירקענאו. רבי שלום אליעזר איז דעפּארטירט געווארן מיט א באן קיין אוישוויץ ט"ז סיון תש"ד[22], אלט זייענדיג 82 יאר, צוזאמען מיט זיין זון רבי משולם זושא יצחק. לויט א לעגענדע, האט זיין פאטער, דער דברי חיים, זיך באוויזן צו אים אין חלום די נאכט פאר זיין דעפּארטאציע, און אים געגעבן א ברירה צווישן שטארבן על קידוש השם אדער געראטעוועט ווערן; ער האט אויסדערוועלט צו מקדש זיין שם שמים[23]. איידער ער איז געשיקט געווארן קיין אוישוויץ, האט ער אנגעטון א ווייסן קיטל און תכריכים אונטער זיין רבנישע קליידער. ער איז גלייך געשיקט געווארן צו די גאז קאמערן ביי זיין אנקומען, וואו ער איז אומגעקומען על קידוש השם.
ר' יושע ראזענבלום, אַן איבערלעבער פון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ אין בירקענאו, איז געווען אַן עדות צו די לעצטע מאמענטן פון רבי שלום אליעזר. אין דער אפּקליידע צימער פארן גאז קאמער, האט ראזענבלום געזאגט פאר דער רבי אז ער איז פון דער געגנט פון קראקע. האט דער רבי געזאגט אז זיין ברודער רבי ישעיה'לע טשעחויווער איז פון יענער געגנט. ר' יושע האט דעמאלט אנערקענט אז דאס איז א זון פון צאנזער רב און האט אים געזאגט אז עס איז נישט דא קיין צייט, און ער זאל שנעל אנטון עפעס (מעגליך ציצית) און זאגן וידוי, זאגנדיג אז דערווייל וועט ער אכטונג געבן אויפ'ן רבי'ן. נאכדעם האט דער רבי געזאגט פאר ר' יושע: "דו וועסט זוכה זיין צו איבערלעבן און דו זאלסט דערציילן דער גאנצער וועלט וואס די פארשאלטענע רשעים האבן אונז געטון!", איבער'חזר'דיג מיט פארזיכערונג אז ער וועט בלייבן לעבן. ראזענבלום האט טאקע איבערגעלעבט די קריג[6][24].
פאמיליע
רבי שלום אליעזר האט געהאט צוויי זין און פיר איידעמס, און ער האט זיך משדך געווען מיט די גרעסטע רביים פון זיין דור. זיינע קינדער:
- חיה פראַדל האלבערשטאם (1881 – ט"ז אדר ה'תשל"ד) – איז געווען די ווייב פון איר שוועסטער־קינד, רבי בן ציון האלבערשטאם (קדושת ציון), דער צווייטער באבאווער רבי.
- רבי חיים (תרמ"ה - י"ט כסלו תש"ב) – א דיין אין סאטמאר. ער איז נסתלק געווארן יונגערהייט נאך פאר זיין פאטער.
- ברוך (1892–1894)[25][מקור פארלאנגט].
- רבי משולם זושא יצחק פון ראצפערט (תרמ"ד - כ"ג אייר תש"ד). ער איז אומגעקומען מיט זיין פאטער אין אוישוויץ.
- אדל (1895–1927) – אין איר ערשטן זיווג איז זי געווען די ווייב פון רבי חיים מאשקאוויטש, זון פון רבי בצלאל יהושע מאשקאוויטש פון גלינא. אין איר צווייטן זיווג איז זי געווען די ווייב פון רבי ישראל צבי ראטנבערג, דער קאסאנער רבי.
- ברכה סימא (–1926) – איז געווען די ווייב פון רבי חיים צבי טייטלבוים, דער סיגעטער רב, בעל "עצי חיים".
- חנה (–1944) – אין איר ערשטן זיווג איז זי געווען די ווייב פון רבי יהושע שמואל העשיל, בן רבי יצחק מאיר העשיל פון טריסק, בן רבי שמואל פון קרילאוויץ (איידעם פון טריסקער מגיד), בן רבי זושא פון זינקוב, בא"ב פונעם אפטער רב. אין איר צווייטן זיווג איז זי געווען די ווייב פון רבי מנחם מענדל ראזענפעלד, דער ביסטריצער רבי.
- נפתלי הערץ פון בראדי (1879?–1940)[25][מקור פארלאנגט].
מורשת און אפּשטאמלינגען
הגם רבי שלום אליעזר און די מערהייט פון זיין פאַמיליע זענען אומגעקומען ביי דער שואה, האבן זיינע איבערלעבער אפּשטאמלינגען אויפגעבויט די חסידישע וועלט נאך דער מלחמה. צוויי גרויסע דינאסטיעס פון היינט צי טאג זענען דירעקטע אפּשטאמלינגען פון אים[6]:
- איינער פון זיינע איידעמער איז געווען רבי בן ציון האלבערשטאם, דער "קדושת ציון" פון באבוב. זיין זון, רבי שלמה האלבערשטאם (1907–2000), דער דריטער באבובער רבי, איז געווען איינער פון די פירנדע אדמו"רים נאך דער מלחמה. דער היינטיגער באבובער רבי איז אויך זיין אייניקל.
- אַן אנדער איידעם איז געווען רבי חיים צבי טייטלבוים, דער "עצי חיים" פון סיגעט. זיין זון, רבי משה טייטלבוים, דער "ברך משה" פון סאטמאר, איז געווען זיין אייניקל. די היינטיגע סאטמארער רעבעס זענען אויך זיין אייניקלעך.
רבי יואל בעער, איידעם פון זיין זון רבי משולם זושא יצחק, האט איבערגעלעבט די מלחמה און שפּעטער זיך באזעצט אין סאו פּאולא, בראזיל, וואו ער האט אויפגעשטעלט א ראצפערטער הויף[6][26].
רבי שלום אליעזר'ס כתבים און חידושי תורה, אריינגערעכנט אין קבלה און חסידות, וואס מען האט געמיינט אז זיי זענען פארלוירן געווארן, זענען שפעטער געפונען געווארן דורך רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזענבורג[27].
אין בארא פּארק איז אויפגעשטעלט געווארן א בית המדרש מיטן נאמען "מהרש"א דראצפערט". א גאס אין קרית יואל, ניו יארק, איז געגעבן געווארן דעם נאמען "ראצפערט וועג" אין זיין אנדענק.
ביבליאגראפיע
- צבי בריננער, רבינו הקדוש מראצפערט, בני ברק: מכון זכרון משה, תשס"ז
- מנשה אונגער, ספר קדושים: רביים אויף קידוש־השם, תשכ"ז, עמ' 415–421
דרויסנדיגע לינקס
- "רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד", אשכול אויף אייוועלט
- הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד - אידטיש
- שמעון אופמאן, הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - נלב"ע ט"ז סיון תש"ד, אויף TorahAnytime
- יהודה געבערער, The Light of Sanz: Rav Shulem Eliezer of Ratzfert, Jewish History Soundbites
- Grand Rabbi of Ratzferd Shalom Eliezer Halberstam, (of Ratzfert( (ch#13) (1861 - 1944) - Genealogy, Geni.com
רעפערענצן
- ↑ געבורט מעטריקל 1861 נומ' 224: 28 נאוועמעבער 1861.
- ↑ אונגער, תשכ"ז, 415.
- ↑ מאיר וונדר, גליציה, ו עמ' 564; "ישמחו במלכותך" עמ' קעג. בילד פון איר מציבה.
- ↑ רבי יואל בעער, ספר זכרונות המאור, חלק ב', זייט ת"ה, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), ברוקלין, תשל"ד; רבי יעקב לייזער, י"ג אורות, מערכת מרן הגה"ק מצאנז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ פנינה מייזליש, רבנים שנספו בשואה
- ↑ 6.0 6.1 6.2 6.3 6.4 6.5 Dovi Safier, Yehuda Geberer, Tell the World!, אויף Mishpacha Magazine, מאי 30, 2023
- ↑ בריננער, עמ' נח.
- ↑ זעט Lot 30, אויף Genazym Auctions, סעפטעמבער 11, 2022; בריוו צו חיים פליישמאן פון קליינווארדיין, תש"א.
- ↑ בריננער, עמ' פ.
- ↑ אונגער, 419
- ↑ בריננער, עמ' עג, הערה 101.
- ↑ אונגער, קדושים, 418.
- ↑ אונגער, 417–418.
- ↑ אונגער, קדושים, ז' 416
- ↑ תיקון עולם, מונקאטש, תרצ"ו, עמ' קד
- ↑ מכתב נדיר בענין רבנותו של האדמו"ר רבי יואל טייטלבוים בסאטמר, מאת הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מרצפרט, בנו של רבי חיים מצאנז. תר"ץ, אויף ווינרס מכירות פומביות, יוני 29, 2021. זעט האיש הדומה למלאך ה', בני ברק, תשס"ב, עמ' סב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ Lot 91 - מכתב היסטורי מאת הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט הי"ד: תחנונים להצילו ערב השואה, אויף Genazym Auctions, מערץ 3, 2024
- ↑ רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, שפע חיים חלק יא ויקהל, פקודי, ויקרא, ברוקלין, תשס"ו, עמ' לב; קובץ בית יעקב 94 (אדר תשכ"ז), ירושלים, תשכז, עמ' 24.
- ↑ Lot 19 - 'שמעתי כי לקחום לשם... מי ומי ההולכים' קריאתו הנואשת של הרה"ק רבי של ום אליעזר הלברשטאם מראצפרט הי"ד אודות אחיו הצעיר רבי ישעיה מטשכויב הי"ד וחתנו רבי בן ציון מבובוב הי"ד., אויף Genazym Auctions, נאוועמבער 26, 2021
- ↑ אונגער, 419–420.
- ↑ אונגער, 420.
- ↑ רבי שלום קרויז כתב שרבי שלום מראצפערט נרצח בט"ו בסיוון, דברי שלום חלק ג', סימן קפ; במקורות אחרים נכתב שהוא נרצח בט"ז בסיוון; ויש שטוענים כי הוא הגיע לאושוויץ עוד לפני חג השבועות.
- ↑ זעט אויף אייוועלט פון דא א"וו.
- ↑
ווידעא ווי ר' יהושע ראזענבלום דערציילט וועגן דער באגעגעניש אין די גאז קאמערן מיטן צדיק רבי שלום אליעזר אויף יוטיוב.
- ↑ 25.0 25.1 Naftali Herz Halberstam, of Brody (1879 - c.1940) - Genealogy
- ↑ גאב"ד ראצפערט ברזיל – JDN.
- ↑ תגובה אויף אייוועלט.