אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פורים פראנקפורט"

11,107 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
קיין רעדאגירונג באמערקונג
(וויינרייך)
צייכן: רויע רעדאגירונג
אין תקציר עריכה
 
(4 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 9: שורה 9:

===הינטערגרונד===
===הינטערגרונד===
[[טעקע:Fettmilch-Aufstand Anfuehrer.jpg|קליין|קאָנראַד שאָפּ, קאָנראַד גערנגראָס און ווינצענץ פעטמילך]]
פראַנקפורט ביים מאַין, אַן אלטער אידישער ישוב, האט פון מיטן 16טן י״ה שוין געהאט א היפּשע קהילה. די אידן האבן געוואוינט אין דער "אידישער גאַס", וואס פלעגט פארשלאסן ווערן אלע ביינאכט און אויך אין יום־טובים און חגאות. אין דער צייט, האט פראנקפורט געהאט א 2000 אידישע נפשות. אין זייער אינעווייניגסטן לעבן זענען זיי געווען אינגאנצן זעלבשטענדיג, נאר מיט איין תנאי: זיי זאלן אפּהיטן די כּללים פון די "פּריווילעגיעס" (Stättigkeit). קויפן נחלאות האבן אידן נישט געטארט; צו די צעכן (יוניאנס) פון די בעלי־מלאכות האט מען זיי אויך נישט צוגעלאָזט. אויך איז זיי געווען פארבאטן צו האנדלען מיט נייע קליידער, מיט געווירץ, מיט שניט־סחורה א.אז.וו. דער מיין איז געווען א קלארער: ווי ווייט מעגליך באַווארענען דעם קריסטליכן האנטווערקער און קרעמער פון דער אידישער קאנקורענץ. דעריבער איז ביי אידן געבליבן סוף־כל־סוף נאר איין פּרנסה: אויסלייען געלט אויף פּראצענט. אין די תקנות זענען אויסגערעכנט די פאָרמאַליטעטן וועגן ארויסגעבן די הלוואות און וועגן די שטרות, ס'זענען דערמאנט זאכן, וואס אידן טארן בשום־אופן נישט נעמען פאר משכנות (זאכן, וואס באלאנגען צום שטאטישן ראט, קלויסטערישע חפצים א. ד. ג.) פאר עובר זיין אויף די תקנות איז געקומען א הארבע שטראף, נאר בעצם איז נעמען וואָכער (ריבית) געווען א כּשר'ע פּרנסה. דער שטאטישער ראט גופא פלעגט אנטלייען די אידן (אויף פּראצענט, געווענליך) געלט אלס "אויסקער־קאפּיטאל", און אידן האבן געמוזט, כדי צו געניסן עפּעס דערפון, נעמען פון זייערע קליענטן נאך גרעסערע רווחים. אידן האבן געמעגט נעמען 12 פּראצענט, אין דער צייט ווען קריסטן איז געווען ערלויבט נישט מער ווי 6. אמת, די קאנקורענץ צווישן אידן גופא איז געווען גרויס, מלווים זענען געווען א סך, און דעריבער פלעגט דער פּראצענט אפטמאל געמינערט ווערן; נאר פונדעסטוועגן איז די קריסטליכע באפעלקערונג געווען שטארק אויפגעברויזט, ווייל זי האט נישט געוואוסט און נישט געוואלט וויסן פון דעם, אז די מאכט "פּראָטעזשירט" די אידן נאר צוליב דעם, כדי זיי דערנאך בעסער צו בארייסן.

שורה 15: שורה 16:
ביי דער קריסטליכער באפעלקערונג איז גרויס געווען דער פארלאנג פָטור צו ווערן אינגאנצן פון אידן. און היות דער שטאטישער ראט איז געווען אויפן צד פון די אידן, האט מען אנגעהויבן העצן קעגן דעם ראט אויך.
ביי דער קריסטליכער באפעלקערונג איז גרויס געווען דער פארלאנג פָטור צו ווערן אינגאנצן פון אידן. און היות דער שטאטישער ראט איז געווען אויפן צד פון די אידן, האט מען אנגעהויבן העצן קעגן דעם ראט אויך.

די פירער פון דער באַוועגונג זענען געווען: דער לעקעך־בעקער (געוועזענער «שרייבער», ד"ה ווינקל־אַדוואָקאַט) ווינצענץ (ווינץ־האַנס) פעטמילך, דער שניידער קאָנראַד שאָפּ און דער סטאָליער קאָנראַד גערנגראָס. זיי האבן גערופן דאס פאלק צו מאָנען ביים ראט, אז מען זאל פּובליקירן די «פרייהייטן» — די פּריווילעגיעס, וואס די פרייע שטאט פראנקפורט האט באקומען ביים קייסער; זיי האבן פארלאנגט צו וויסן גענוי, וואָסערע רעכט און וואָסערע התחייבות'ן זיי האבן. ווייטער האבן זיי געפאדערט, מען זאל פארקלענערן די צאל אידן און זיי פארבאטן צו נעמען א הויכן פּראצענט; זיי האבן געפאדערט א דין־וחשבון אויף די שטאטישע געלטן. דער ראט האט אפּגעצויגן דעם ענטפער; אַן אפּעלאציע פון די בירגער צום קייסער האט אויך נישט געהאלפן.
די פירער פון דער באַוועגונג זענען געווען: דער לעקעך־בעקער (געוועזענער "שרייבער", ד"ה ווינקל־אַדוואָקאַט; shyster) ווינצענץ (ווינץ־האַנס) פעטמילך, דער שניידער קאָנראַד שאָפּ און דער סטאָליער קאָנראַד גערנגראָס. זיי האבן גערופן דאס פאלק צו מאָנען ביים ראט, אז מען זאל פּובליקירן די "פרייהייטן" — די פּריווילעגיעס, וואס די פרייע שטאט פראנקפורט האט באקומען ביים קייסער; זיי האבן פארלאנגט צו וויסן גענוי, וואָסערע רעכט און וואָסערע התחייבות'ן זיי האבן. ווייטער האבן זיי געפאדערט, מען זאל פארקלענערן די צאל אידן און זיי פארבאטן צו נעמען א הויכן פּראצענט; זיי האבן געפאדערט א דין־וחשבון אויף די שטאטישע געלטן. דער ראט האט אפּגעצויגן דעם ענטפער; אַן אפּעלאציע פון די בירגער צום קייסער האט אויך נישט געהאלפן.

דא האט זיך אין פראנקפורט אנגעהויבן א מהומה; צייטנווייז האט געשטורעמט, צייטנווייז איז געווארן אביסל שטילער, נאר רואיג איז שוין נישט געווארן אין משך פון עטליכע יאר. איינמאל האָט זיך דער המון אריינגעריסן אין «ריימער» (ראטהויז), געמאנט די פּריווילעגיעס, אויסגעקליבן אַן אייגענעם בירגער־קאמיטעט. דער שטאטישער ראט איז געגאנגען א ביסל אויף הנחות, נאר גלייכצייטיג געבעטן הילף ביים קייסער. קייסער מאַטיאַס ווידער האט איבערגעגעבן די זאך זיינע קאָמיסאַרן, דעם אַרציביסקופּ פון [[מאינץ|מאַינץ]] און דעם לאַנדגראַף פון [[העסע]]ן. זיי האבן געהייסן מאכן אַן אויספארשונג, און דורך דעם האט זיך די זאך ווידער פארצויגן אויף לאנגע חדשים. די קאָמיסאַרן האבן געפּרובט פּסק'ענען לטובת די אידן, נאר קיינער האט זיי נישט געפאלגט. פארקערט, די אויפרעגונג איז געווארן וואס ווייטער אלץ גרעסער.
דא האט זיך אין פראנקפורט אנגעהויבן א מהומה; צייטנווייז האט געשטורעמט, צייטנווייז איז געווארן אביסל שטילער, נאר רואיג איז שוין נישט געווארן אין משך פון עטליכע יאר. איינמאל האָט זיך דער המון אריינגעריסן אין "רעמער" (Römer; ראטהויז), געמאנט די פּריווילעגיעס, אויסגעקליבן אַן אייגענעם בירגער־קאמיטעט. דער שטאטישער ראט איז געגאנגען א ביסל אויף הנחות, נאר גלייכצייטיג געבעטן הילף ביים קייסער. קייסער מאַטיאַס ווידער האט איבערגעגעבן די זאך זיינע קאָמיסאַרן, דעם אַרציביסקופּ פון [[מאינץ|מאַינץ]] און דעם לאַנדגראַף פון [[העסע]]ן. זיי האבן געהייסן מאכן אַן אויספארשונג, און דורך דעם האט זיך די זאך ווידער פארצויגן אויף לאנגע חדשים. די קאָמיסאַרן האבן געפּרובט פּסק'ענען לטובת די אידן, נאר קיינער האט זיי נישט געפאלגט. פארקערט, די אויפרעגונג איז געווארן וואס ווייטער אלץ גרעסער.

די אידישע באפעלקערונג האט די גאנצע צייט געליטן פון דער הפקרות פון המון; נאר די אמת'ע צרות פאר אידן האבן זיך אנגעהויבן אין 1614. אום שבועות האט שוין איינמאל געהאלטן דערביי, אז אט־אט רייסט זיך דער המון אריין אין די אידישע הייזער. דעמאלט איז נאך אריבער בשלום, גאר מיט עטליכע חדשים שפּעטער האט זיך געטראפן דאס אומגליק.

דעם 22טן אויגוסט האָט זיך אָנגעהויבן א שטורעם אויף דער יידישער גאַס; אויף מאָרגן האָבן זיך די מורדים אַריינגעריסן אין די טויערן. מען האָט געראַבירט א גאַנצן מעת־לעת נאָכאַנאַנד, און קיין איין ייד איז ניט געווען זיכער מיטן לעבן. דעם 23טן האָט מען ענדליך געטון די אידן א "טובה": מען האָט זיי ערלויבט צו פאַרלאָזן די שטאָט; זיי זענען אַוועק אין די נאָהענטע קהילות. סך־הכל האָט מען געציילט אַרויסגייענדיג פון טויער 1380 אידן; אַנדערע זענען נאָך געבליבן באַהאַלטן אין שטאָט און זענען אַוועק א ביסל שפּעטער.
איצט האָט זיך אַריינגעמישט דער קיסר. ער האָט געגעבן א באַפעל, מען זאָל אַרעסטירן די אָנפירער פון דער מרידה. פונדעסטוועגן זענען אַוועק דריי חדשים, און מען האָט געמוזט אָנווענדן שטרענגע רעפּרעסיעס קעגן פראַנקפורט, ביז וואַנען עס האָט זיך איינגעגעבן אַריינצוזעצן אין תפיסה פעטמילכן און זיינע חברים. די אידן האָבן פונדערווייטנס געוואַרט מיט האַרצקלאַפּעניש אויפן רעזולטאַט פון דער אויספאָרשונג; אָבער ניט אַזוי גיך איז זיי באַשערט געווען אומצוקערן זיך אַהיים. דער קיסר האָט אַפילו שוין אין 1614 פאָרגעלייגט די קאָמיסאַרן זיינע, אַז מען זאָל די אידן אומקערן קיין פראַנקפורט, נאָר די קאָמיסאַרן האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז נאָך צו פרי. אין סעפּטעמבער 1615 איז ענדליך אַרויס א באַפעל, אַז פראַנקפורטער אידן מעגן זיך אומקערן אַהיים. די אידן האָבן אָבער נאָך מורא געהאַט, און דעריבער האָבן די פַּרנָסים (פאָרשטייער פון דער קהילה) באַשטימט ע״פ גורל פערציג פּערזאָן, און מען האָט זיי אַרויסגעגעבן די שליסלען פון דער יידישער גאַס און פון דער שול.
אין משך פון גאַנצן ווינטער האָט מען געאַרבעט אויף פאַרריכטן די צעשטערטע הייזער, און דערווייל איז געגאַנגען די געריכטליכע אויספאָרשונג קעגן די אָנפירער פונם אויפשטאַנד. דעם 21טן פעברואַר 1616 איז אַרויס א הודעה פון די קאָמיסאַרן, אַז דעם 28טן וועט מען מקַיים זיין דעם פּסק־דין; מען האָט געהייסן דעם תַּלין זיין גרייט צום באַשטימטן טאָג. צו די פראַנקפורטער אידן איז אַרויס א באַפעל, אַז זיי זאָלן זיך אויפקלייבן דעם 28טן אינדערפרי פאַרן באָקנהיימער טויער און וואַרטן וואָס מען וועט זיי הייסן.
אין דעם באַשטימטן טאָג איז פאָרגעקומען די עקזעקוציע איבער די מורדים, און דערנאָך האָט מען די אידן מיט גרויס פּאַראַד אַריינגעפירט אין געטאָ.......

===פעטמילך אויפשטאנד===
===פעטמילך אויפשטאנד===
שורה 109: שורה 118:
אויף דער שטאָט האָט מען אַרויפגעלייגט אַ שטראָף פון 175.919 פלאָרין פאַר די שאָדנס, וואָס אידן האָבן געהאט פון די פּאָגראָמען.
אויף דער שטאָט האָט מען אַרויפגעלייגט אַ שטראָף פון 175.919 פלאָרין פאַר די שאָדנס, וואָס אידן האָבן געהאט פון די פּאָגראָמען.

===דער יום טוב===
==דער יום טוב==
דעם קומענדיגן טאג, כ' אדר ה'שע"ז, האט מען דאן אין בית הכנסת נישט געזאגט קיין [[תחנון]] און געזאגט [[הלל (דאווענען)|הלל]]{{מקור}}, דאנקענדיג דעם באשעפער אויף דעם גרויסן נס. אלס זכר צו געדענקען דעם נס, האט די קהילה קובע געווען דעם טאג כ' אדר אלס א יום־טוב אונטערן נאָמען פּורים־וויצענץ און דער טאָג פון י"ט אדר איז באַשטימט געוואָרן פאַר אַ תענית ווי אַן אָנדענק פון די צרות, וואָס די פראַנקפורטער אידן האָבן איבערגעלעבט, איידער עס איז פאַר זיי געקומען די ישועה.

שורה 120: שורה 129:
אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין".
אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין".

===דער דענקמאל===
----
פאַר א זֵכֶר צו דער פאַרטרייבונג און צו דער אויסלייזונג זענען אין פראַנקפורט באַשטימט געוואָרן, כּנָהוג, געדענקטעג. כ״ז אלול איז פאַרבליבן א תָּענית, דער "תָּענית גירוש", א צווייטער תָּענית איז באַשטימט געוואָרן אויף י״ט אדר, דעם טאָג ערב דעם צוריק־פירן, מחמת מען האָט דאַן מורא געהאַט פאַר אומרוען; דאָס איז דער "תָּענית־ווינץ". אויפן צווייטן טאָג, ד״ה כ׳ אדר, איז באַשטימט געוואָרן דער פרייליכער "פּורים ווינץ". אין דעם גליקליכן טאָג פלעגן אידן לייענען מיט זייערע קינדער די "מגילת־ווינץ", ווייזן זיי דעם אָרט אויפן מאַין־בריק, וואו מען האָט אויפגעהאַנגען פעטמילכס אָפּגעהאַקטן קאָפּ; און צו שחרית פלעגט דער חזן זינגען דעם "אדון עולם" ביז "ולא אירא" גאָר מיט אַן אַנדער ניגון ווי אַלעמאָל, האָפערדיג און פרייליך{{הערה|1=די נאָטן זענען געברענגט אין וויינרייך, שטאפּלען, ז' 162}}.
 
די דאָזיגע געדענק־טעג האָבן זיך אויפגעהאַלטן ביז דער צווייטער העלפט פון 19־טן יאָרהונדערט.
 
==מגילת ווינץ==
א דיכטער, אלחנן בר אברהם העלן, וועלכער האט געשטאַמט פון א חשוב׳ער פראַנקפורטער פאַמיליע העלן, וואָס האָט נאָך געהאַט דעם ביינאָמען ווערטהיימער{{הערה|שודט דערציילט וועגן דעם אין זיינע "Jüdische Merckwürdigkeiten"}}, און איז געווען א תלמיד־חכם; ער האָט אָנגעשריבן א פּאעמע, "מגילת־ווינץ", אויף העברעאיש און אידיש. א סברא, אַז דאָס איז נישט זיין איינציג ווערק; לויט ווי שטיינשניידער איז משַׁער, איז ער דאָס יענער "אלחנן פראַנקפורט", פון וועמען ס׳איז אַרויס אין לובלין (1624) די פּאָעמע "שיר וזמר נאה על אורך הגלות", אויך אויף העברעאיש און יידיש. אין וועלכן יאָר ר׳ אלחנן איז געבוירן געוואָרן, ווייסן מיר נישט; געשטאָרבן איז ער, לויט געוויסע סימנים, ניט שפּעטער ווי אין 1624־טן יאָר{{הערה|1=Steinschneider, Catal. libr. Hebraeorum in Biblioth. Bodleiana באַנד 1, זייט 921.}}.
 
די "מגילת־ווינץ" איז אַרויסגעגעבן געוואָרן א סך מאָל סיי אויף העברעאיש, סיי אויף אידיש. דער ערשטער דרוק איז אַרויס (אין ביידע שפּראַכן גלייכצייטיג), אָן א יאָר און אָן א שטאָט; שטיינשניידער איז משער, אַז דאָס איז פאַרעפנטליכט באַלד נאָך דער ליקווידאַציע פון גירוש, אין 1616טן יאָר{{הערה|1=זעה שטיינשניידער Catalogus Librorum Hebr. in Bibliotheca Bodleiana, ב. I., ז. 921.}}. דאָס צווייטע מאָל איז עס געדרוקט געוואָרן 1648 אין אַמסטערדאַם; אַרויסגעבער איז געווען, ווי דאָס איז צו זעהן פונם העברעאישן טייל פון שער־בלאַט, דעם מחבר׳ס אייניקל אלחנן בן נפתלי. לויט ווי ער דערציילט, איז די "מגילה" געוואָרן אַזוי זעלטן, אַז מען נעמט שוין פאַרגעסן די פאַקטן; דעריבער דרוקט ער דאָס, כּדי עס זאָל זיין אַן אָנדענק פאַר די קומענדיגע דורות. די אַמסטערדאַמער אויסגאַבע ברענגט אויך אי דעם העברעאישן, אי דעם יידישן טעקסט. בלויז אויף העברעאיש איז די מגילה איבערגעדרוקט אין "צמח דוד" פון דוד גאַנז{{הערה|1=אָנהייבנדיג פון דער אויסגאַבע פון 1692, פראַנקפורט־מאַין.}}; נאָר אויף יידיש — איז זי אַרויס אין א באַזונדער אויסגאַבע פראַנקפורט־מאַין 1696 און אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער יידישער איבערזעצונג פון "צמח דוד", פראַנקפורט־מאַין 1698.
 
די אויסגאַבע פון 1648 איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין יידיש־טייטשע כרעסטאָמאַטיעס, וואָס קריסטן האָבן אַרויסגעגעבן: איינמאָל ביי וואַגענזייל׳ן Belehrung der jüdisch-teutschen Red- u. Schreibart, 1699) א צווייטן מאָל ביי שודט׳ן (Jüdische Merkwürdigkeiten, 1715).
 
שטיינשניידער פאַרצייכנט נאָך א יידישע יונגע אויסגאַבע, קראָקע 1879: "מגלה עפה", אַרויסגעגעבן פון אהרן ראָזענליכט, 51 זייטן אין 8<sup>0</sup>{{הערה|1=שטיינשניידער, (Geschichtslit d. Juden, Abt. I (1905, נומ. 140}}.
 
דער מגילה איז אויף דער ניגון פון די 'שלאכט פון פּאוויע' (אין צפון־איטאַליע), פון 1525, וואו די דייטשן האָבן מנצח געווען דעם פראַנצויזישן חיל, א פּאָפּולערער ניגון יענע צייט{{הערה|די נאָטן זענען געברענגט אין וויינרייך, שטאפּלען, ז' 163; פון בעהמעס צווייטער זאַמלונג: Erk und Böhme, Deutscher Liederhort II (1893), ז. 70.}}.
 
==דער דענקמאל==
דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג.
דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג.

שורה 132: שורה 157:
* {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}}
* {{אוצר החכמה|אלחנן העלן|מגילה עפה|106370|סופיקס=יא}}
* {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}}
* {{היברובוקס|רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען (ה'ש"צ)|יוסף אומץ|8923|page=258|לינק טעקסט=סימן תתש"ט}}
*[[מאקס וויינרייך]], שטאפלען: פיר עטיודן צו דער יידישער שפראכוויסנשאפט און ליטעראטורגעשיכטע,
*[[מאקס וויינרייך]], שטאפלען: פיר עטיודן צו דער יידישער שפראכוויסנשאפט און ליטעראטורגעשיכטע, 140–192 ([[s:שטאַפּלען#קאַפּיטל-III|טעקסט]])
 
*קראַקויער, Die Juden Frankfurts im Fettmilchschen Aufstand, אָפּגעדרוקט אין: Zeitschrift f. d. Geschichte der Juden in Deutschland, her. von L. Geiger, ב. IV א ([https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264514? זז. 127–169], [https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264757? 319–365]) און באַנד V ([https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/cm/periodical/titleinfo/2264865? ז. 1–26])
*שודט, "יודישער מערקווירדיגקייטן", [https://www.digitale-sammlungen.de/de/view/bsb10521411?page=67 (טייל II, בוך VI, קאַפּ. 5, ז. 55)]
*[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=njp.32101069151510&seq=7 Die tragoedia von Vincenz Fettmilch], 1905
*https://search.cjh.org/primo-explore/search?query=any,contains,Fettmilch&tab=default_tab&search_scope=CJH_SCOPE&vid=beta&lang=en_US&offset=0&fromRedirectFilter=true
*https://www.omnia.ie/index.php?navigation_function=3&europeana_query=FETTMILCH&omnia_searchform=yes
== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}