אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיוט"

פון המכלול
פעאטישע תפילות און שירים
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אזוי? (diffedit))
(←‏לויט די דאווענען: פארברייטערט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
(13 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות צו זאגן ביים דאווענען}}
{{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות און שירים}}
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
א '''פיוט''' (לשון רבים: '''פיוטים''') איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן.
א '''פיוט''' (לשון רבים: '''פיוטים''') איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. מערסטנס פיוטים פאלגן נאך א פּאעטישע סכעמע, ווי אן [[אקראסטיך]] לויט די סדר פון די [[אלף בית]] אדער טוען אויסלייגן דעם נאמען פונעם מחבר.


דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער){{הערה| שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".}}. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"{{הערה|{{רבה|בראשית|פה|ב}}; {{ילקוט שמעוני|דניאל|1063}}}}, בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. [[רבי אלעזר ברבי שמעון|רבי אלעזר]], זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן{{הערה|{{רבה|ויקרא|ל}}; {{היברובוקס|באבער (רעדאקטאר)|פסיקתא|14056|page=410|עמ=קעט, א}}; צונץ, Gottesdienstliche Vorträge, זייט 380; צונץ, Synagogale Poesie des Mittelalters, זייט 60}}.
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער){{הערה| שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".}}. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"{{הערה|{{רבה|בראשית|פה|ב}}; {{ילקוט שמעוני|דניאל|1063}}}}, בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. [[רבי אלעזר ברבי שמעון|רבי אלעזר]], זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן{{הערה|{{רבה|ויקרא|ל}}; {{היברובוקס|באבער (רעדאקטאר)|פסיקתא|14056|page=410|עמ=קעט, א}}; [[יום-טוב ליפמאן צונץ|צונץ]], '[https://www.digitale-sammlungen.de/view/bsb10570935?page=400 Gottesdienstliche Vorträge]', זייט 380; צונץ, '[https://hdl.handle.net/2027/mdp.39015012429356?urlappend=%3Bseq=76%3Bownerid=13510798882302235-96 Synagogale Poesie des Mittelalters]', זייט 60}}.


==היסטאריע==
==היסטאריע==
<!-- מיר געפונען אין די תורה א צאל [[שירה|שירות]] וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער [[שירת הים]]. אין די נביאים געפונען זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי [[תהלים]], [[שיר השירים]] און [[אשת חיל]] סוף ספר משלי.
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין [[ארץ ישראל]] אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד, בשעת די פאַרשידענע ווערסיעס פון די מחויב'דיגע תפילות זענען געווארן אויסגעקלארט. כאטש די עדות פון דער תּקופה איז באגרעניצט, קענען טעקסטן פון אור-אלטע פיוטים געפינען ווערן פארשפרייט אין תּלמודישע מקורות, און פיוטים, וועלכע זענעןפארפאסט געווארן אין דער תּקופה, זענען אַריינגענומען געווארן אין די באשטימטע ווערסיעס פון די פארשידענע נוסחאות התפילה. די דאזיגע אלטע סעגמענטן קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נאָך נישט קיין [[גראמען|גראם]]. די עלטסטע פיוטים זענען אנאנימע.
-->
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין [[ארץ ישראל]] אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד. עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה׳דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות׳דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.


די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען אויף א פאעטישער סטיל, און טייל האבן אויך פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] און [[א-ל אדון]]. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.
די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען מיט מעטער, און טייל האבן אויך, ווי געוויסע געדיכט־קאמפאזיציעס אין שפעטע ספרי תנ"ך, פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] און [[א-ל אדון]]. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.


אין די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.
עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות'דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.


צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים זענען געווען [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]], פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}.
אין די "קלאסישער תקופה"{{הבהרה|ווען איז דאס און וועמענס אויסדרוק?}} פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.


דער בארימטער גאון און פילאזאף [[רב סעדיה גאון|רבינו סעדיה בן יוסף]] (ד׳תרמ״ב–ד׳תש״ב) איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל, אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.
דער בארימטער גאון און פילאזאף [[רב סעדיה גאון|רבינו סעדיה בן יוסף]] (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]], פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, וועלכע זענען ווי עס שיינט געווען טעטיג איידער ארץ ישראל איז געווארן איינגענומען דורך די אראבער (ד'שצ"ו), זענען: [[שמעון בן מגס]] הכהן, [[רבי חדותא בירבי אברהם]], יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים. אין זייער תּקופה האט זיך ענדגילטיג אויסגעקלארט די סטרוקטורעלע ראמען פון מערסטנס קלאסישע פיוט-סארטן. אפילו נאכדעם וואס ארץ ישראל איז פארכאפט געווארן דורך די אראבער, האבן אלע גרויסע פייטנים געארבעט אין מזרח; פון דעמאלט ביזן אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט האט די דאזיגע ליטעראטור געבליט; עס איז געשאפן געווארן א גרויסע כמות פיוטים. צום ערשטן מאָל האבן פייטנים פון אויסלאנד, ווי רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע, אנגעהויבן צו ערשיינען.


דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען פיוטים געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, ספּעציעל אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע. [[גראמען]] איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.
רב סעדיה איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל. אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.
 
זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען די פייטנים געווארן גאר אסאך אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, הויפטזעכליך אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע{{הערה|צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.}}. [[גראמען]] איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.{{הבהרה|איז נישטא קיין גראמען פון קליר?}}


נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.
נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.


==נעמען פון די פיוטים==
==קונסט און סטיל==
אין דער קלאסישער תקופה פון פיוט, זענען פארפאסט געווארן פיוטים-סעריעס צו זאגן דורכאויס דעם דאווענען, צוזאמגעפלאכטן מיט די נוסח התפילה, אדער אנשטאט די אלגעמיינע נוסח.
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די [[אקראסטיך]], [[גראמען]], [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], מליצות, און כינוים.
די פיוטים וועגן אנגערופן מיט נעמען, באזירט אויפ'ן ארט אינעם סדר התפילה וואו עס איז אריינגעשטעלט.


אין די שפעטערדיגע דורות איז אנטשטאנען א צעמישעניש אין דעם הינזיכט, ווען מ'האט מען אנגעהויבן רופן אלע פיוטים מיט'ן נאמען '''קרוב"ץ''', אדער '''יוצרות'''{{ביאור|ס'איז מעגליך אז דאס איז צוליב וואס גאנץ תפילת שחרית פלעגט גערופן ווערן "תפילת יוצר"{{הערה|זע צום ביישפיל, רש"י תענית ב: ד"ה הראשון "המתפלל תפילת יוצר"}}}}{{הערה|לויפער הערה 7}}.
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער([[א-ל אדון]]). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.


===יוצרות===
דער קלאסישער סטיל פיוט זענען די פיוטים געווען איינגעטיילט אין סטראפעס [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר שורות פער בית, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סיסטימס וויאזוי די בתים זענען אויסגעשטעלט. דער שפיץ פונעם בית איז געווען באזירט לויט אקראסטיך פון דעם מחבר פונעם פיוט, אדער די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.
אריגינעל האט זיך דער טערמין ׳יוצרות׳ באצויגן צו דעם פיוטים-סעריע פון די ברכות קריאת שמע.
די פיוטים פון ברכות קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווערן אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "'''יוצר'''" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע; די ברכה פון [[יוצר אור]].


די זיבן חלקים פון די "יוצר" סעריע זענען:
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די [[אראבער]] גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די [[טראף|טראפן]] פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון [[דונש בן לברט]] און [[מנחם בן סרוק]]. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.


:'''בעפאר קריאת שמע'''
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפלעצטן טייל ("סוגר").
::א. '''יוצר''' - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל".
::ב. '''אופן''' - געזאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"].
::ג. '''מאורה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות".
::ד. '''אהבה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
:'''נאך קריאת שמע'''
::ה. '''זולת''' - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זיך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה.
::ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכפסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים.
::ז. '''גאולה''' - פאראויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די קלאסישע תקופה פון פיוט הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...".


לויט געוויסע פיוט-פארשער{{הערה|יצחק משה עלבאגען און נאך}} זענען די פיוטים אריגינעל פארפאסט געווארן צו זאגן אנשטאט די אלגעמיינע נוסח פון ברכות קריאת שמע, און דאס זעלבע מיט די ברכות פון שמונה עשרה, אבער נאך די קלאסישע תקופה פון פיוט איז דאס צוגעלייגט געווארן אלס הוספה צו דעם באשטימטן נוסח התפילה{{הערה|עזרא פליישער, 'לתפוצתן של קדושות העמידה והיוצר' תרביץ לח-ג (ניסן תשכ"ט), זייט 258, הערה 4}}. אין די אייראפעאישע קהילות איז דאס זאגן די פיוטים באטראכט געווארן וואלונטיריש; אין די קהילות פון [[אשכנז]] האט מען אנגעהאלטן דאס זאגן די פיוטים פון '''יוצר''', '''אופן''' און '''זולת''', און דאס איבריגע האט מען אויסגעלאזט.
==סארטן פיוטים==
די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט.  
אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע.
=== לויט די דאווענען  ===
די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די [[שמונה עשרה|תפילת עמידה]] ווערן אנגערופן '''[[קרובות]]''' אדער '''קרוב"ץ''', שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז. די קרובה סעריע זעלבסט איז אויך איינגעטיילט אין א צאל סארטן; די פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ ווערט גערופן '''שבעתא''' צוליב די זיבן ברכות אין די עמידות; די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה ווערט אנגערופן קרובת '''שמונה עשרה'''.


===קרובות===
די מערסט דאמינירנדער טיפ פון די פארצייטישע פיטנים איז דער '''[[קדושתא]]''' סארט קרובה, דאס איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון די חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש". דער קדושתא פלעגט ווערן אלס ברייט פארצווייגטע סעריע וואס ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים, אנגעהויבן פונעם '''מגן''' - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם", דערנאך '''מחיה''' - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים", און '''משלש''' - ביים דריטן ברכה, דאס איז נאכגעפאלט געווארן מיט רייע פיוטים וואס זענען געווענליך געווען געבויט מיטן זעלבן סטרוקטורעלן כאראקטעריסטיק, דער סעריע איז אויסגעפירט געווארן מיטן '''סילוק''' וואס האט געדינט אלס אריינפיר צו די פסוקים פון קדושה, און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים.
די פיוטים-סעריע וואס ווערט געזאגט דורכ'ן בעל תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערט אנגערופן '''קרובות''' (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז ווערן זיי גערופן '''קרובץ'''). דער נאמען "קרובות" שטאמט ווארשיינליך אויפ'ן נאמען פונעם [[שליח ציבור]], וואס מ'האט גערופן אין ארץ ישראל שפראך "'''קרוב'''"{{הערה|ירושלמי ברכות א, ה; זע אויך כל בו, סימן יא}}{{הערה|לויפער, הערה 2}}.


אין די קלאסישע תקופה פון פיוט זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל סעריעס פון '''קרובות''' אויף ימים טובים, און ספעציעלע שבתים, און אויך אויף אלגעמיינע שבתים באזירט אויף די קריאת התורה פון די וואכעדיגע פרשה.
{{הויפט ארטיקל|קרובות}}


די קרובות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן [[קדושה]], בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב{{הערה|געברענגט אין תוספות סנהדריין, לז: ד"ה מכנף, אין נאמען פון תשובת הגאונים}}. דעריבער זענען געווען צוויי סארטן סעריעס:
די פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך [[קריאת שמע]] ביי [[שחרית]] זענען די '''[[יוצרות]]''', אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען. דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען. דאס האט אריינגערעכנט : '''יוצר''' - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור; '''אופן''' - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"]; '''מאורה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות"; און '''אהבה''' - געזאגט בעפאראויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע. און דערנאך '''זולת''' - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ; און '''גאולה''' - איידער'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". די יוצרות-פיוטים זענען בעיקר פארשפרייט געווארן הערשט ביים צווייטן תקופה פון פיוט, דורכאויס תקופת הגאונים.
::'''קדושתא''' - א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה (א שטייגער ווי די יוצר פון די ארבע פרשיות און ימים טובים).
עס זענען אויך פארהאן פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון [[מעריב]]. זיי ווערן אנגערופן '''מערבית'''.
:::דער סעריע פון קדושתא איז איינגעטיילט אין עטליכע חלקים.
:::א. '''מגן''' - געזאגט ביי די ערשטע ברכה פון '''מגן אברהם'''. דער אקראסטיך פון די ערשטע דריי פיוטים זענען אין אלגעמיין לויט א סיסטעם, צומאל איז דער ערשטער לויט '''א"ב''', דער צווייטער '''תשר"ק''' דערנאך '''אלב"ם''', צומאל איז די א"ב צעטיילט צווישן די ערשטע צוויי (א-ל, מ-ת) אדער אלע דריי (א-ל, מ-צ, צ-ת).  
:::ב. '''מחיה''' - געזאגט ביי די צווייטע ברכה פון '''מחיה המתים'''.
:::דאן איז פאראן א לענגערע סעריע אלס אריינפיר צו דאס זאגן '''קדושה'''. 
:::ג. '''משלש''' - דער ערשטער פיוט פון בעפאר קדושה. דער אויספיר פון דעם פיוט איז אלעמאל מיט'ן פסוק "ימלוך ה' לעולם", אדער "ואתה קדוש יושב תהילות ישראל". שפעטער איז געווארן איינגעפירט צו זאגן אלעמאל ביידע פסוקים.
:::ד. דער פיוט נאכ'ן משלש איז פון אן אנדער סארט ווי געווענליך, דאס געבוי איז צעשטרויבלט, מיט אומפינקטליכע שורות, און אלע ווערטער פונעם גאנצן פיוט זענען אויפ'ן זעלבן גראם. דער פיוט ענדיגט זיך מיט די ווערטער "קדוש", "נורא וקדוש" אדער "נורא ומרום וקדוש", וואס איז דורכאויס די דורות באשטימט געווארן אויף "חי וקיים נורא ומרום וקדוש". אין די קדושתאות פון ימים נוראים פעלט דער פערטער פיוט{{הערה|זע רוקח, הל' ראש השנה, סימן ר, און נאך}}, לויט געוויסע מנהגים זאגט מען אנשטאט דעם דער פיוט "אתה הוא אלקינו".
:::ה. דער פיפננער פיוט, קען זיין פארשידנארטיג, ייני פלעגט אריינשטעלן אן '''עשיריה''', א פיוט וואס דער אקראסטיך לויפט פון אות א' ביז י'{{הערה|זע עזרא פליישר, שירת הקודש העברית בימי הביניים, ירושלים 1975, זייט 146}}. ווידעראום רבי אלעזר הקליר פלעגט געווענליך לייגן א '''קיקלר''' געבוי, סטראפעס [-בתים] פון דריי שורות [-טורים] איטליכער און נאך יעדע דריי סטראפעס קומט א פזמון, אדער א '''רהיט'''. אלס אויספיר צו דעם פיוט זאגט מען דעם פארצייטישן תפילה פון "א-ל נא לעולם תוערץ".
:::ו. דינט אלס אריינפיר צום סילוק, און פלעגט ביי רוב פארצייטישע פיוטים זיין מיט א ארגאניזירטער פיוט. ביים קליר איז דאס עפ"י רוב געווען מיט א '''פזמון''', בתים פון דריי שורות, און דערנאך א פזמון וואס פירט אויס מיטווארט "קדוש"{{ביאור|ביי טייל פיוטים האט מען אויפגעהערט מיט די צייט צו זאגן דעם פזמון אינצווישן די בתים, און מען זאגט עס נאר אנהייב אין סוף}}, אדער אן '''עסתריוטא''' - בתים פון צוויי שורות גראמען, און דערנאך א דריטער גראם וואס ענדיגט זיך מיט "קדוש".
:::ז. '''רהיט''' - אן אריינפיר צו קדושה, און רעדט געווענליך איבער די מעלה פון די מלאכים און די גרויסקייט פון די אידן איבער זיי. זיי הייבן זיך מיטן ווארט "ובכן". אפטמאל ווערט דער רהיט זיך אנהייבן מיט א פסוק ("ובכן ויהי בשלם סוכו") און דער פייטן וועט דרש'ענען דעם גאנצן פסוק אין די רייע. אין געוויסע קדושתאות זענען די רהיטים אויסגעלאזט געווארן מיט די יארן, אבער אין די [[קאיר גניזה]] זעט מען אז זיי האבן עקזיסטירט.
:::ח. '''סילוק''' - דער אויספיר ווער פירט אריין צו די פסוקים פון "קדושה", ביי קליר אןו זיינע נאכפאלגער איז דאס דער לענגסטער פיוט פון אלע, און איז בכלל נישט געבויט מיט קיין ריטם פון א ליד. דער סילוק פלעגט דינען אלס אריינפיר צו די פסוקים פון "קדוש" און ברוך", אנשטאט די באשטימטע נוסח פון "כתר יתנו לך" אדער "נעריצך", דער חזן האט געזאגט דעם אריינפיר, און דער גאנצער קהל האט געענפערט צו אים מיט די פסוקים פון "קדוש" "ברוך" און ימלוך".  
:::ט. דער סילוק האט זיך אריגינעל אריינגעצויגן אויך צווישן די פסוקים זעלבסט, אלס א פארברייטערטער אלטערנאטיוו צו די אלגעמיינע נוסח ("אז בקול רעש גדול" אדער "כבודו מלא עולם). אין די מאנוסקריפטן פון דער גניזה ווערן זיי אנגערופן '''אופנים'''. דער טייל פון די פיוטים זענען אבער מיט די צייט כמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן, סיידן אין די קדושתאות פון ימים נוראים וואו עס איז פארבליבן דער פיוט "וחיות בוערות כגחלי אש".  


{{הויפט ארטיקל|יוצרות}}


אין צוגאב צום אלגעמיינעם סעריע, זענען געוואן פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות, זיי האבן פארמאכט אייגענע נעמען לויט זייערע געלעגנהייטן. דאס רעכנט אריין '''תּקיעתא''', וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום [[ראש השנה]]; דער '''סדר העבודה''' (וואס שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף [[יום כיפור|יום הכפורים]]; די '''אזהרות''' פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון [[תרי"ג מצוות|613 מצוות]] אין דער תורה; אדער די פיוטים פון '''טל''' און '''גשם''' פאר [[שמיני עצרת]] און דעם צווייטן טאג [[פסח]].


::'''שבעתא''' - א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען (א שטייגער ווי די מוסף פאר פרשת שקלים, און פרשת החודש), וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות.
דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן א '''רשות''', צווישן דעם איז דער פיוט [[מסוד חכמים]] און [[אוחילה לא-ל]], אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם '''רשות לחתן תורה,''' פון די עליה פון [[שמחת תורה]], און דער '''רשות למתרגם''' פון די קריאה פון שבועות, א שטייגער ווי דער פיוט [[אקדמות]]. די '''[[הושענות]]''' זענען ספעציעלע פיוטים פאר [[סוכות]] צו זאגן ביים ארומגיין דעם בימה מיטן די ארבעה מינים.  
ווי אויך איז פארהאן די:
::'''קדושת י"ח''' - וואס איז א צוזאמשטעל פון די צוויי דערמאנטע; געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי [[חנוכה]]{{הערה|מסכת סופרים, כ, ה}}, [[חול המועד]] און [[ראש חודש]]. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא".


לויט טייל פארשער איז דער תפילה פון ''ישמח משה במתנת חלקו'' - וואס עפנט דעם צענטראלן טייל פון די שבת'דיגע שמונה-עשרה ביי שחרית - א טייל פון א "שבעתא" וואס איז אויסגעשטעלט לויט די סדר פון אלף-בית, און פארמאגט די אותיות יוד, כף און למד, נאך וואס די שטיקל פאר יעדן ברכה באשטייט פון דריי אותיות{{ביאור|די גירסא לויט זיי איז:  '''''י'''שמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו / '''כ'''ליל תפארת בראשו נתת לו בעמדו לפניך על הר סיני / '''ל'''וחות אבנים הוריד בידו וכתוב בהן שמירת שבת''}}{{הערה|'''מנחם זולאי'''; זעט אויספירליך {{לינק|אדרעס=https://www.nli.org.il/he/discover/music/jewish-music/piyut/articles/in-depth-look/piyut/what-is-yismach-moshe|קעפל=ישמח משה – ברכה או פיוט?|זייטל=אתר הפיוט והתפילה}}}}.
די וואכנדיגע קרובות פאסט-טעג האבן אריינגרעכענט '''[[סליחות]]''' - פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש [[אלול]] און [[עשרת ימי תשובה]]; בעת אום [[תשעה באב]] זענען פארפאסט געווארן די '''[[קינות]]''' - אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים".  די סליחות און קינות זענען אין שפּעטערדיגע תקופות געווארן גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ.  


===מערבית===
אין די פריע תקופת הפיוט זענען די פיוטים בעיקר געווען געאייגנט בלויז פאר די מחויב'דיגע תפילות, ווי אויך א קליינע צאל פיוטים פאר [[ברכת המזון]], בעיקר פאר ספעציעלע צערעמאניעס, אזוי אויך זענען אין דער תקופה פארפאסט געווארן '''אשכבה''' פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א [[לוויה]].  שפעטערדיגע פייטנים האבן אויך צוגעלייגט פיוטים פאר [[זמירות]] ביי די סעודות פון שבת און יום טוב, און פאר נאך אנדערע געלעגהייטן.
א סעריע פיוטים אויף די ברכות קריאת שמע פון [[מעריב]], בעיקר פאר די יום-טוב'דיגע דאווענען.


די סעריע איז איינגעטיילט אויף זעקס חלקים:
=== לויט די סטיל ===
די ערשטע צוויי פאר די צוויי ברכות בעפאר קריאת שמע ("המעריב ערבים", און "אוהב עמו ישראל"); דערנאך דריי פיוטים פאר די ברכה פון גאולה, וואס איז איינגעטיילט אין דריי טיילן (צוערשט צוויי פסוקים: "מי כמוכה"{{הערה|ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"א}} און " ה' ימלוך"{{הערה|ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"ח}} און דערנאך די ברכה פון "גאל ישראל"{{ביאור|אדער "צור ישראל וגואלו" לויט נוסח ארץ ישראל}}); און דערנאך א פיוט פאר די לעצטע ברכה ("השכיבנו").
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי. א שטייגער ווי פזמון, רהטא, שלמונית, קיקלר אא"וו.
===סליחות און קינות ===


'''[[סליחות]]''' - זענען פיוטים וואס מען זאגט בעפאר און דורכאויס די [[ימים נוראים]] און ביי א [[תענית ציבור]].  
==זאמלונגען פון פיוטים==
ווי ווייט פיוטים זענען אינטעגרירט געווארן אין דאס דאווענען איז אנדערש אין צייט און אָרט. אין אלטע צייטן איז געווען א שטארקע קעגנערשאפט צו דער פיוט ליטעראטור, בעיקר פון דער גרויסער ישיבה אין [[בבל]]. פונדעסטוועגן, זעט אויס, אז עס איז געווען א ברייטע באנוץ פון פיוטים אין רוב פון די ערשטע מזרח-קהילות. אין דער דאזיגער צייט זענען נאך נישט געווען קיין פארפעסטיגטע זאמלונג פון פיוטים, פאר דער געברויך פון פארשידענע געמיינדעס. ענדערש, האט יעדער חזן געזאגט פיוטים לויט זיין געשמאק און אויסוואל. ערשט אין שפּעטערדיגע תקופות, ווען די געמיינדעס האבן שטערקער טייל-גענומען אין דאוונען, זענען פּראקטיצירט געווארן די באשטימטע רעציטאציע פון געוויסע פיוטים פאר פארשידענע ליטורגישע געלעגנהייטן.


'''[[קינות]]''' - זענען פיוטים וואס מען זאגט אום תשעה באב צו קלאגן אויפ'ן [[חורבן בית המקדש]]. 
די דאזיגע פארפעסטיגטע תפילות, וואס האבן זיך געמערט, האבן געבראכט צו די זאמלונגען פון פיוטים (מחזורים, ספרי סליחות און קינות), וואס האבן פעסטגעשטעלט פאר יעדן געלעגנהייט שטיקלעך פון פיוטים, וואָס זייער רעציטאציע איז איבערגע'חזר'ט געווארן יאר נאך יאר. לכתחילה האט יעדער קהילה געגרינדעט אַן אייגענע זאמלונג, געווענליך דורך אויסקלייבן פיוט-שטיקער און צולייגן די ווערק פון ארטיגע קאמפּאזיטארן. אין א שפּעטערדיגער תקופה, האבן זיך אלץ מער פארווישט די אונטערשידן צווישן די זאמלונגען פון פיוטים פון די פארשידענע קהילות, און מיט דער ערפינדונג פון דרוקן האבן זיך אויסגעקריסטאליזירט פאראייניגטע זאמלונגען פון פיוטים פאר פארשידענע תפילות.
 
אריגינעל זענען זיי אויך געווען טייל פון די "קרובות" סעריע פאר די שמונה-עשרה. אין א פאסט-טאג פלעגט מען מאריך זיין מיט מערערע פיוטים ביי די ברכה פון "סלח לנו" - "סליחות", און ביי די קרובות פון תשעה באב פלעגט מען מאריך זיין ביי די ברכה פון "בונה ירושלים". אין די שפעטערע תקופות איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה. און אזוי פירט מען זיך היינט אין רוב פלעצער.
 
==קונסט און סטיל==
 
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די [[אקראסטיך]], [[גראמען]], [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], מליצות, און כינוים.
 
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער([[א-ל אדון]]). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.
 
דער קלאסישער סטיל פיוט  זענען די פיוטים געווען איינגעטיילט אין סטראפעס [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר שורות פער בית, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סיסטימס וויאזוי די בתים זענען אויסגעשטעלט. דער שפיץ פונעם בית איז געווען באזירט לויט אקראסטיך פון דעם מחבר פונעם פיוט, אדער די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.
 
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די [[אראבער]] גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די [[טראף|טראפן]] פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון [[דונש בן לברט]] און [[מנחם בן סרוק]]. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.
 
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").


==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [https://forum.yidtish.com/viewtopic.php?t=805 פיוטים ומהותם] אויף אידטיש
* {{אנצ יהודית|12195-piyyut}}
* {{אנצ יהודית|12195-piyyut}}
*'''הקדושתא''', הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.
*'''הקדושתא''', הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.
שורה 106: שורה 73:
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
{{פיוטים ופייטנים}}


[[he:פיוט]]
[[he:פיוט]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:32, 26 יאנואר 2025

א פיוט (לשון רבים: פיוטים) איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. מערסטנס פיוטים פאלגן נאך א פּאעטישע סכעמע, ווי אן אקראסטיך לויט די סדר פון די אלף בית אדער טוען אויסלייגן דעם נאמען פונעם מחבר.

דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"[2], בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. רבי אלעזר, זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן[3].

היסטאריע

פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין ארץ ישראל אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד, בשעת די פאַרשידענע ווערסיעס פון די מחויב'דיגע תפילות זענען געווארן אויסגעקלארט. כאטש די עדות פון דער תּקופה איז באגרעניצט, קענען טעקסטן פון אור-אלטע פיוטים געפינען ווערן פארשפרייט אין תּלמודישע מקורות, און פיוטים, וועלכע זענעןפארפאסט געווארן אין דער תּקופה, זענען אַריינגענומען געווארן אין די באשטימטע ווערסיעס פון די פארשידענע נוסחאות התפילה. די דאזיגע אלטע סעגמענטן קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נאָך נישט קיין גראם. די עלטסטע פיוטים זענען אנאנימע.

די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען מיט מעטער, און טייל האבן אויך, ווי געוויסע געדיכט־קאמפאזיציעס אין שפעטע ספרי תנ"ך, פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה און א-ל אדון. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.

עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם ביזאנטישן קייסער יוסטיניאן דער ערשטער (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות'דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.

אין די "קלאסישער תקופה"[אויסקלארונג פארלאנגט] פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.

דער בארימטער גאון און פילאזאף רבינו סעדיה בן יוסף (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים יוסי בן יוסי, יניי, און זיין תלמיד רבי אלעזר הקליר, פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט[4]. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, וועלכע זענען ווי עס שיינט געווען טעטיג איידער ארץ ישראל איז געווארן איינגענומען דורך די אראבער (ד'שצ"ו), זענען: שמעון בן מגס הכהן, רבי חדותא בירבי אברהם, יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים. אין זייער תּקופה האט זיך ענדגילטיג אויסגעקלארט די סטרוקטורעלע ראמען פון מערסטנס קלאסישע פיוט-סארטן. אפילו נאכדעם וואס ארץ ישראל איז פארכאפט געווארן דורך די אראבער, האבן אלע גרויסע פייטנים געארבעט אין מזרח; פון דעמאלט ביזן אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט האט די דאזיגע ליטעראטור געבליט; עס איז געשאפן געווארן א גרויסע כמות פיוטים. צום ערשטן מאָל האבן פייטנים פון אויסלאנד, ווי רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע, אנגעהויבן צו ערשיינען.

רב סעדיה איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל. אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.

זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען די פייטנים געווארן גאר אסאך אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, הויפטזעכליך אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע[5]. גראמען איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.[אויסקלארונג פארלאנגט]

נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.

קונסט און סטיל

די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.

די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.

דער קלאסישער סטיל פיוט זענען די פיוטים געווען איינגעטיילט אין סטראפעס [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר שורות פער בית, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סיסטימס וויאזוי די בתים זענען אויסגעשטעלט. דער שפיץ פונעם בית איז געווען באזירט לויט אקראסטיך פון דעם מחבר פונעם פיוט, אדער די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.

די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.

די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").

סארטן פיוטים

די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט. אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע.

לויט די דאווענען

די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די תפילת עמידה ווערן אנגערופן קרובות אדער קרוב"ץ, שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז. די קרובה סעריע זעלבסט איז אויך איינגעטיילט אין א צאל סארטן; די פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ ווערט גערופן שבעתא צוליב די זיבן ברכות אין די עמידות; די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה ווערט אנגערופן קרובת שמונה עשרה.

די מערסט דאמינירנדער טיפ פון די פארצייטישע פיטנים איז דער קדושתא סארט קרובה, דאס איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון די חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש". דער קדושתא פלעגט ווערן אלס ברייט פארצווייגטע סעריע וואס ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים, אנגעהויבן פונעם מגן - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם", דערנאך מחיה - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים", און משלש - ביים דריטן ברכה, דאס איז נאכגעפאלט געווארן מיט רייע פיוטים וואס זענען געווענליך געווען געבויט מיטן זעלבן סטרוקטורעלן כאראקטעריסטיק, דער סעריע איז אויסגעפירט געווארן מיטן סילוק וואס האט געדינט אלס אריינפיר צו די פסוקים פון קדושה, און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים.


די פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך קריאת שמע ביי שחרית זענען די יוצרות, אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען. דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען. דאס האט אריינגערעכנט : יוצר - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור; אופן - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"]; מאורה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות"; און אהבה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע. און דערנאך זולת - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ; און גאולה - איידער'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". די יוצרות-פיוטים זענען בעיקר פארשפרייט געווארן הערשט ביים צווייטן תקופה פון פיוט, דורכאויס תקופת הגאונים. עס זענען אויך פארהאן פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון מעריב. זיי ווערן אנגערופן מערבית.


אין צוגאב צום אלגעמיינעם סעריע, זענען געוואן פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות, זיי האבן פארמאכט אייגענע נעמען לויט זייערע געלעגנהייטן. דאס רעכנט אריין תּקיעתא, וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום ראש השנה; דער סדר העבודה (וואס שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף יום הכפורים; די אזהרות פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון 613 מצוות אין דער תורה; אדער די פיוטים פון טל און גשם פאר שמיני עצרת און דעם צווייטן טאג פסח.

דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן א רשות, צווישן דעם איז דער פיוט מסוד חכמים און אוחילה לא-ל, אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם רשות לחתן תורה, פון די עליה פון שמחת תורה, און דער רשות למתרגם פון די קריאה פון שבועות, א שטייגער ווי דער פיוט אקדמות. די הושענות זענען ספעציעלע פיוטים פאר סוכות צו זאגן ביים ארומגיין דעם בימה מיטן די ארבעה מינים.

די וואכנדיגע קרובות פאסט-טעג האבן אריינגרעכענט סליחות - פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש אלול און עשרת ימי תשובה; בעת אום תשעה באב זענען פארפאסט געווארן די קינות - אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים". די סליחות און קינות זענען אין שפּעטערדיגע תקופות געווארן גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ.

אין די פריע תקופת הפיוט זענען די פיוטים בעיקר געווען געאייגנט בלויז פאר די מחויב'דיגע תפילות, ווי אויך א קליינע צאל פיוטים פאר ברכת המזון, בעיקר פאר ספעציעלע צערעמאניעס, אזוי אויך זענען אין דער תקופה פארפאסט געווארן אשכבה פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א לוויה. שפעטערדיגע פייטנים האבן אויך צוגעלייגט פיוטים פאר זמירות ביי די סעודות פון שבת און יום טוב, און פאר נאך אנדערע געלעגהייטן.

לויט די סטיל

די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי. א שטייגער ווי פזמון, רהטא, שלמונית, קיקלר אא"וו.

זאמלונגען פון פיוטים

ווי ווייט פיוטים זענען אינטעגרירט געווארן אין דאס דאווענען איז אנדערש אין צייט און אָרט. אין אלטע צייטן איז געווען א שטארקע קעגנערשאפט צו דער פיוט ליטעראטור, בעיקר פון דער גרויסער ישיבה אין בבל. פונדעסטוועגן, זעט אויס, אז עס איז געווען א ברייטע באנוץ פון פיוטים אין רוב פון די ערשטע מזרח-קהילות. אין דער דאזיגער צייט זענען נאך נישט געווען קיין פארפעסטיגטע זאמלונג פון פיוטים, פאר דער געברויך פון פארשידענע געמיינדעס. ענדערש, האט יעדער חזן געזאגט פיוטים לויט זיין געשמאק און אויסוואל. ערשט אין שפּעטערדיגע תקופות, ווען די געמיינדעס האבן שטערקער טייל-גענומען אין דאוונען, זענען פּראקטיצירט געווארן די באשטימטע רעציטאציע פון געוויסע פיוטים פאר פארשידענע ליטורגישע געלעגנהייטן.

די דאזיגע פארפעסטיגטע תפילות, וואס האבן זיך געמערט, האבן געבראכט צו די זאמלונגען פון פיוטים (מחזורים, ספרי סליחות און קינות), וואס האבן פעסטגעשטעלט פאר יעדן געלעגנהייט שטיקלעך פון פיוטים, וואָס זייער רעציטאציע איז איבערגע'חזר'ט געווארן יאר נאך יאר. לכתחילה האט יעדער קהילה געגרינדעט אַן אייגענע זאמלונג, געווענליך דורך אויסקלייבן פיוט-שטיקער און צולייגן די ווערק פון ארטיגע קאמפּאזיטארן. אין א שפּעטערדיגער תקופה, האבן זיך אלץ מער פארווישט די אונטערשידן צווישן די זאמלונגען פון פיוטים פון די פארשידענע קהילות, און מיט דער ערפינדונג פון דרוקן האבן זיך אויסגעקריסטאליזירט פאראייניגטע זאמלונגען פון פיוטים פאר פארשידענע תפילות.

דרויסנדיגע לינקס

  • פיוטים ומהותם אויף אידטיש
  • "פיוט", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  • הקדושתא, הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.

ביאורים

רעפערענצן

  1. שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
  2. בראשית רבה, פרשה פ"ה, פסקה ב'; ילקוט שמעוני דניאל, רמז א'ס"ג
  3. ויקרא רבה, פרשה ל'; באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א; צונץ, 'Gottesdienstliche Vorträge', זייט 380; צונץ, 'Synagogale Poesie des Mittelalters', זייט 60
  4. רב סעדיה גאון, ספר האגרון, הקדמה דף ג, ב
  5. צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.