אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאליש"
אין תקציר עריכה |
ק (הגהה) |
||
| שורה 4: | שורה 4: | ||
==מקור== | ==מקור== | ||
[[טעקע:The Entrance Hall of the Regensburg Synagogue MET DP822166.jpg|קליין|פּאליש פונעם מיטלאלטערליכן רעגענסבורגער שול]] | [[טעקע:The Entrance Hall of the Regensburg Synagogue MET DP822166.jpg|קליין|פּאליש פונעם מיטלאלטערליכן רעגענסבורגער שול]] | ||
דער נאמען "פאליש" שטאמט פון לשון | דער נאמען "פאליש" שטאמט פון לשון חז"ל "מפולש", וויבאלד עס איז אפן פון צוויי זייטן, פון גאס צום שול{{הערה|{{היברובוקס|2=ספר מטעמים החדש|3=20709|page=7|לינק טעקסט=ערך בית הכנסת}}}}. לויט אנדערע שטאמט עס מעגליך פונעם דייטשן ווארט "פּאַלאַס" (palas) - "פאלאץ"{{הערה|1={{Cite book|last=Brenner|first=Michael|url=https://www.google.com/books/edition/Die_Juden_in_der_Oberpfalz/EEPpBQAAQBAJ?hl=en&gbpv=1&dq=978-3-486-58678-7&pg=PA35&printsec=frontcover|title=Die Juden in der Oberpfalz (Studien zur jüdischen Geschichte und Kultur in Bayern)|last2=Höpfinger|first2=Renate|publisher=Oldenbourg Wissenschaftsverlag|year=2009|isbn=3-486-58678-5|publication-place=München|pages=35-37}}|שם=brenner|כיוון=שמאל}}. דער שטיבל ווערט גערופן אין די פוסקים "פרוזדור", "אכסדרה", "בית שער", אדער "עזרה". | ||
דער פאליש דערמאנט דעם "עזרה" אינעם [[בית המקדש]], וועלכער איז געווען דער פאדער-הויף פונעם הייליגן בנין. דער [[ב"ח]] ברענגט א מקור פונעם [[תלמוד ירושלמי]], וואס לערנט אז א שול דארף האבן נישט נאר איין טיר, נאר צוויי טירן איינע נאך די אנדערע, מיט'ן ציל צו שאפן א פאסיגן אריבערגאנג פון דער וועלטליכער דרויסנדיגער סביבה צו דעם הייליגן ארט פון שול{{הערה|{{טור|אורח חיים|צ|מפרש=ב"ח}}; זעט אויך {{שלחן ערוך|אורח חיים|צ|מפרש=מגן אברהם|סק=לה|אן=חלק}}, און אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט.}}. | דער פאליש דערמאנט דעם "עזרה" אינעם [[בית המקדש]], וועלכער איז געווען דער פאדער-הויף פונעם הייליגן בנין. דער [[ב"ח]] ברענגט א מקור פונעם [[תלמוד ירושלמי]], וואס לערנט אז א שול דארף האבן נישט נאר איין טיר, נאר צוויי טירן איינע נאך די אנדערע, מיט'ן ציל צו שאפן א פאסיגן אריבערגאנג פון דער וועלטליכער דרויסנדיגער סביבה צו דעם הייליגן ארט פון שול{{הערה|{{טור|אורח חיים|צ|מפרש=ב"ח}}; זעט אויך {{שלחן ערוך|אורח חיים|צ|מפרש=מגן אברהם|סק=לה|אן=חלק}}, און אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט.}}. | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
דער [[רבי יצחק אייזיק סאפרין|קאמארנער]] שרייבט אז ער האט מקובל אז די שולן אין צייט פון [[עזרא]] האבן שוין געהאט א פאליש{{הערה|שם=קאמארנא}}. אין די עלטסטע שולן אין דייטשלאנד און | דער [[רבי יצחק אייזיק סאפרין|קאמארנער]] שרייבט אז ער האט מקובל אז די שולן אין צייט פון [[עזרא]] האבן שוין געהאט א פאליש{{הערה|שם=קאמארנא|{{היברובוקס|2=שלחן הטהור|3=9003|page=240|לינק טעקסט=סי' קנ סעיף ד}}}}. אין די עלטסטע שולן אין [[דייטשלאנד]] און [[בעהמען]] זענען צוערשט נישט געווען קיין פּאליש, נאר זענען צוגעבויט געווארן נאכדעם ווי אן אויסערליכער צוגאב צום בנין. אין | ||
[[רעגענסבורג]] און אין [[פראג|פּראָג]] איז צוגעבויט געווארן אין 14טן י"ה, אין [[ווארמס|וואָרמס]] האט ביז דעם 17טן י"ה נישט עקזיסטירט קיין פּאָליש, און אין מיטעלבערג, רופאך, באַמבערג און שפּייער האט עס בכלל קיינמאל נישט עקזיסטירט{{הערה|שם=דאוויד|{{צ-בוך|מחבר=דוד דאווידאוויטש|נאמען=שולן אין פוילן|מקום הוצאה=בוענאָס-איירעס|שנת הוצאה=תשכ"א|עמ=309}}}}. | [[רעגענסבורג]] און אין [[פראג|פּראָג]] איז צוגעבויט געווארן אין 14טן י"ה, אין [[ווארמס|וואָרמס]] האט ביז דעם 17טן י"ה נישט עקזיסטירט קיין פּאָליש, און אין מיטעלבערג, רופאך, באַמבערג און שפּייער האט עס בכלל קיינמאל נישט עקזיסטירט{{הערה|שם=דאוויד|{{צ-בוך|מחבר=דוד דאווידאוויטש|נאמען=שולן אין פוילן|מקום הוצאה=בוענאָס-איירעס|שנת הוצאה=תשכ"א|עמ=309|קישור=https://archive.org/details/nybc206891/}}}}. | ||
אין שטאט פלאָס, [[בייערן]] האט די אידישע קהילה אין יאר 1817 געקעמפט מיט דער לאקאלער רעגירונג פאר אן ערלויבעניש צו צולייגן א פאליש צו זייער נייע שול. ווען דער פאליש איז געבויט געווארן האט די רעגירונג עס באלד צעווארפן, אבער נאך שווערע פארהאנדלונגען האט מען עס ווידער אויפגעבויט. דער פאליש איז צום סוף אינגאנצן צעשטערט געווארן דורך די נאציס אין 1938{{הערה|[http://www.alemannia-judaica.de/floss_synagoge.htm דער שול פון פלאס]}}. | אין שטאט פלאָס, [[בייערן]] האט די אידישע קהילה אין יאר 1817 געקעמפט מיט דער לאקאלער רעגירונג פאר אן ערלויבעניש צו צולייגן א פאליש צו זייער נייע שול. ווען דער פאליש איז געבויט געווארן האט די רעגירונג עס באלד צעווארפן, אבער נאך שווערע פארהאנדלונגען האט מען עס ווידער אויפגעבויט. דער פאליש איז צום סוף אינגאנצן צעשטערט געווארן דורך די נאציס אין 1938{{הערה|[http://www.alemannia-judaica.de/floss_synagoge.htm דער שול פון פלאס]}}. | ||
| שורה 19: | שורה 19: | ||
[[טעקע:JewinKune.jpg|קליין|א איד אין די "קונע" אין פּאליש פון לעמבערגער שול, געבויט אין 1632]] | [[טעקע:JewinKune.jpg|קליין|א איד אין די "קונע" אין פּאליש פון לעמבערגער שול, געבויט אין 1632]] | ||
[[טעקע:Firenze Tempio Maggiore Israelitico Interno Entrata 2.jpg|קליין|פאליש אין גרויסער פירענצער שול, פראנקרייך]] | [[טעקע:Firenze Tempio Maggiore Israelitico Interno Entrata 2.jpg|קליין|פאליש אין גרויסער פירענצער שול, פראנקרייך]] | ||
דער פאליש דינט אלס א פלאץ פאר | דער פאליש דינט אלס א פלאץ פאר הכנה און קאנצענטראציע איידער מען גייט אריין אין שול. עס דינט אויך דארט אנצוטון דעם [[טלית]] און לייגן [[תפילין]], אנשטאט וואס אמאל פלעגט מען זיי אנטון אין הויז און אזוי קומען אין שול{{הערה|שם=קאמארנא}}{{הערה|{{היברובוקס|2=שבט הלוי - חלק י'|3=1420|page=33|לינק טעקסט=סי' לג סעיף אות ז'}}}}. צומאל פלעגט זיין א באזונדערן פאליש וואו די בעלי מלאכה אדער קלעזמער שפילער האבן געדאוונט וואס מ'האט גערופן דאס טרעגערישע פאליש, שניידערישע פאליש{{הערה|{{אוצר החכמה|ספר קהילה|פנקס הרובישוב|155660|page=43|עמ=78}}}}, יד חרוצים{{הערה|{{אוצר החכמה|2=בית הכנסת שבבעלזא|3=83943|page=86|מו"ל=מכון שמן רוקח|עמ=פד}}, לגבי די שול אין יאברוב.}} אד"ג, און אמאל פלעגט די פאליש פון שטאטישער שול דינען אלס חסידישער שטיבל{{הערה|1={{אוצר החכמה|ספר קהילה|סאקאלאוו פאדליאסק|616989|page=41|עמ=43}}}}. | ||
דער פאליש דינט אויך פאר פארשידענע געלעגנהייטן און צוועקן. צומאל האט דאס אינדערוואכן געדינט פאר א [[חדר]] פאר קינדער{{הערה|{{אוצר החכמה|ספר קהילה|סאקאלאוו פאדליאסק|616989|page=72|עמ=74}};{{ש}}{{אוצר החכמה|ספר קהילה|נובהרדוק - פנקס נאווארעדאק|155656|page=67|עמ=68}}}}, אדער – ווי אין געוויסע פּוילישע קהילות – | דער פאליש דינט אויך פאר פארשידענע געלעגנהייטן און צוועקן. צומאל האט דאס אינדערוואכן געדינט פאר א [[חדר]] פאר קינדער{{הערה|{{אוצר החכמה|ספר קהילה|סאקאלאוו פאדליאסק|616989|page=72|עמ=74}};{{ש}}{{אוצר החכמה|ספר קהילה|נובהרדוק - פנקס נאווארעדאק|155656|page=67|עמ=68}}}}, אדער – ווי אין געוויסע פּוילישע קהילות – אלס אַן אכסניה (אדער אפילו אַן ארט צום האנדלען) פאר וואנדערער{{הערה|שם=דאוויד}}. מען פלעגט אוועקלייגן די ווייץ און די מיל פאר די [[מצה|מצות מצוה]] אין פאליש{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם דוד וואהרמאן|אשל אברהם|36229|page=36|לינק טעקסט=או"ח סי' קנד ס"א}}}}. וויבאלד צומאל דאוונט מען דארט אויך{{הערה|{{היברובוקס|דרימר, שלמה בן יעקב|שו"ת בית שלמה|611|page=36|באנד=חלק א|לינק טעקסט=סימן כח}};{{ש}}{{אוצר החכמה|יזכור בוך|וואיסלאוויץ|613743|page=104|קעפל=שול, פאליש און בית המדרש|עמ=104}}}} זענען די פוסקים דן צי עס האט א דין קדושת בית הכנסת{{הערה|{{אוצר החכמה|ר' יצחק שמואל שעכטער|שו"ת ישיב יצחק|640865|page=45|באנד=לג|עמ=מה}};{{ש}}{{אוצר החכמה|ר' יעקב ישראל שמערלער|דבריו ליעקב|676302|page=73|באנד=ב}}}}. | ||
אין די צייטן פון [[ועד ארבע ארצות]] אין פוילן האט דער "בית-דין היהודים" – די צווייטע אין ראנג געריכטליכע אינסטיטוציע נאכן געווענליכן קהילה-בית-דין – וועלכער האט זיך פארנומען מיט הארבע פארברעכנס צווישן אידן און מיט סכסוכים צווישן אידן און קריסטן, על-פּי-רוב אפּגעהאלטן | אין די צייטן פון [[ועד ארבע ארצות]] אין פוילן האט דער "בית-דין היהודים" – די צווייטע אין ראנג געריכטליכע אינסטיטוציע נאכן געווענליכן קהילה-בית-דין – וועלכער האט זיך פארנומען מיט הארבע פארברעכנס צווישן אידן און מיט סכסוכים צווישן אידן און קריסטן, על-פּי-רוב אפּגעהאלטן זייערע זיצונגען אין שול-פּאליש (אדער אין קהילה-בנין נעבן דער שול). צווישן די קערפּערליכע שטראפן, פארבונדן מיט דער בית-דין, איז געווען דאס שטיין אין דער "קונע", א שאנד-סלופּ וואס איז געווען אראנזשירט אין פּאליש{{הערה|דארט, בלאט 333|דארט=דאוויד}}. | ||
דער פאליש איז געווענליך געווען געבויט עטוואס העכער פונעם הויפט זאל, אלס רמז צום פסוק "ממעמקים קראתיך ה'"{{הערה| | דער פאליש איז געווענליך געווען געבויט עטוואס העכער פונעם הויפט זאל, אלס רמז צום פסוק "ממעמקים קראתיך ה'"{{הערה|דארט, בלאט 312|דארט=דאוויד}}. | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
רעוויזיע פון 17:41, 14 יאנואר 2025
פּאָליש איז דער נאמען פון א פאדערשטער צימער וואס געפינט זיך אין א שול, צווישן די גאס און דעם הויפט שול-זאל.
מקור
דער נאמען "פאליש" שטאמט פון לשון חז"ל "מפולש", וויבאלד עס איז אפן פון צוויי זייטן, פון גאס צום שול[1]. לויט אנדערע שטאמט עס מעגליך פונעם דייטשן ווארט "פּאַלאַס" (palas) - "פאלאץ"[2]. דער שטיבל ווערט גערופן אין די פוסקים "פרוזדור", "אכסדרה", "בית שער", אדער "עזרה".
דער פאליש דערמאנט דעם "עזרה" אינעם בית המקדש, וועלכער איז געווען דער פאדער-הויף פונעם הייליגן בנין. דער ב"ח ברענגט א מקור פונעם תלמוד ירושלמי, וואס לערנט אז א שול דארף האבן נישט נאר איין טיר, נאר צוויי טירן איינע נאך די אנדערע, מיט'ן ציל צו שאפן א פאסיגן אריבערגאנג פון דער וועלטליכער דרויסנדיגער סביבה צו דעם הייליגן ארט פון שול[3].
היסטאריע
דער קאמארנער שרייבט אז ער האט מקובל אז די שולן אין צייט פון עזרא האבן שוין געהאט א פאליש[4]. אין די עלטסטע שולן אין דייטשלאנד און בעהמען זענען צוערשט נישט געווען קיין פּאליש, נאר זענען צוגעבויט געווארן נאכדעם ווי אן אויסערליכער צוגאב צום בנין. אין רעגענסבורג און אין פּראָג איז צוגעבויט געווארן אין 14טן י"ה, אין וואָרמס האט ביז דעם 17טן י"ה נישט עקזיסטירט קיין פּאָליש, און אין מיטעלבערג, רופאך, באַמבערג און שפּייער האט עס בכלל קיינמאל נישט עקזיסטירט[5].
אין שטאט פלאָס, בייערן האט די אידישע קהילה אין יאר 1817 געקעמפט מיט דער לאקאלער רעגירונג פאר אן ערלויבעניש צו צולייגן א פאליש צו זייער נייע שול. ווען דער פאליש איז געבויט געווארן האט די רעגירונג עס באלד צעווארפן, אבער נאך שווערע פארהאנדלונגען האט מען עס ווידער אויפגעבויט. דער פאליש איז צום סוף אינגאנצן צעשטערט געווארן דורך די נאציס אין 1938[6].
אינעם גרויסן בעלזער שול האט דער ערשטער רב געלאזט בויען א פאליש אויף די גאנצע לענג פון די מערב וואנט, און אויף די צוויי זייטן זענען געווען נאך שטיבלעך, גערופן "סאלאשן". די טירן צום פאליש האט ער דייקא געבויט נישט אקעגן די טירן צום היכל. ווען צוליב די געדרענג האט מען אנגעהויבן דאווענען אויך אין פאליש, האט דער פריערדיגער רב צוגעבויט א פאליש צום פאליש[7].
פונקציע און באניץ
דער פאליש דינט אלס א פלאץ פאר הכנה און קאנצענטראציע איידער מען גייט אריין אין שול. עס דינט אויך דארט אנצוטון דעם טלית און לייגן תפילין, אנשטאט וואס אמאל פלעגט מען זיי אנטון אין הויז און אזוי קומען אין שול[4][8]. צומאל פלעגט זיין א באזונדערן פאליש וואו די בעלי מלאכה אדער קלעזמער שפילער האבן געדאוונט וואס מ'האט גערופן דאס טרעגערישע פאליש, שניידערישע פאליש[9], יד חרוצים[10] אד"ג, און אמאל פלעגט די פאליש פון שטאטישער שול דינען אלס חסידישער שטיבל[11].
דער פאליש דינט אויך פאר פארשידענע געלעגנהייטן און צוועקן. צומאל האט דאס אינדערוואכן געדינט פאר א חדר פאר קינדער[12], אדער – ווי אין געוויסע פּוילישע קהילות – אלס אַן אכסניה (אדער אפילו אַן ארט צום האנדלען) פאר וואנדערער[5]. מען פלעגט אוועקלייגן די ווייץ און די מיל פאר די מצות מצוה אין פאליש[13]. וויבאלד צומאל דאוונט מען דארט אויך[14] זענען די פוסקים דן צי עס האט א דין קדושת בית הכנסת[15].
אין די צייטן פון ועד ארבע ארצות אין פוילן האט דער "בית-דין היהודים" – די צווייטע אין ראנג געריכטליכע אינסטיטוציע נאכן געווענליכן קהילה-בית-דין – וועלכער האט זיך פארנומען מיט הארבע פארברעכנס צווישן אידן און מיט סכסוכים צווישן אידן און קריסטן, על-פּי-רוב אפּגעהאלטן זייערע זיצונגען אין שול-פּאליש (אדער אין קהילה-בנין נעבן דער שול). צווישן די קערפּערליכע שטראפן, פארבונדן מיט דער בית-דין, איז געווען דאס שטיין אין דער "קונע", א שאנד-סלופּ וואס איז געווען אראנזשירט אין פּאליש[5.1].
דער פאליש איז געווענליך געווען געבויט עטוואס העכער פונעם הויפט זאל, אלס רמז צום פסוק "ממעמקים קראתיך ה'"[5.2].
רעפערענצן
- ↑ ספר מטעמים החדש, ערך בית הכנסת.
- ↑ Brenner, Michael; Höpfinger, Renate (2009). Die Juden in der Oberpfalz (Studien zur jüdischen Geschichte und Kultur in Bayern). München: Oldenbourg Wissenschaftsverlag. pp. 35–37. ISBN 3-486-58678-5.
- ↑ בית חדש, אורח חיים, סימן צ'; זעט אויך מגן אברהם, צ, ס"ק לה, און אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט.
- ↑ 4.0 4.1 שלחן הטהור, סי' קנ סעיף ד.
- ↑ 5.0 5.1 דוד דאווידאוויטש, שולן אין פוילן, בוענאָס-איירעס, תשכ"א, עמ' 309.
- ↑ דער שול פון פלאס.
- ↑ יוסף האכהייזער, בית הכנסת שבבעלזא, מכון שמן רוקח, עמ' צב–ק, פרק ג': הפאליש המערבי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ שבט הלוי - חלק י', סי' לג סעיף אות ז'.
- ↑ ספר קהילה, פנקס הרובישוב, עמ' 78 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ בית הכנסת שבבעלזא, מכון שמן רוקח, עמ' פד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), לגבי די שול אין יאברוב.
- ↑ ספר קהילה, סאקאלאוו פאדליאסק, עמ' 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ ספר קהילה, סאקאלאוו פאדליאסק, עמ' 74 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
ספר קהילה, נובהרדוק - פנקס נאווארעדאק, עמ' 68 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). - ↑ רבי אברהם דוד וואהרמאן, אשל אברהם, או"ח סי' קנד ס"א.
- ↑ דרימר, שלמה בן יעקב, שו"ת בית שלמה חלק א, סימן כח;
יזכור בוך, "שול, פאליש און בית המדרש", וואיסלאוויץ, עמ' 104 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). - ↑ ר' יצחק שמואל שעכטער, שו"ת ישיב יצחק לג, עמ' מה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
ר' יעקב ישראל שמערלער, דבריו ליעקב ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).